ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קל וחומר האט געשריבן:די דמיון פון די פוסקים מיינט נישט אז זיי האבן געהאט דעם זעלבן מהלך אין פסק, זיי זענען אבער בערך אויפן זעלבן דרגה אלס פוסק וק"ל.

גר"א קוטלער מיטן חזו"א זענען ביידע אין ישיבה וועלט.

ביטע נישט ליינען קיין האלבע זאכן, ייש"כ.


חזון איש אין דער ישיבה וועלט?! נישט אין דער ישיבה וועלט ווי איך בין געווען. אפשר אין סלאבאדקא ישיבה אין בני ברק, טרעפט מען א פאר בחורים און יונגעלייט וואס לערנען מיט דער חזון איש. אחוץ דעם, איז דער חזון איש פול מיט שטויב אין כמעט אלע ישיבות. זיין דרך הסברא איז אין גאנצען אנדערש, און זיין צונעמען א סוגיא איז צו ברייט פאר א בחור וואס איז צוגעוואוינט צו לערנען א פאר שיטות אין ראשונים ותו לא.

הגר"א קוטלר איז אויך נישט צופיהל גענוצט אין דער ישיבה וועלט. זיין חשבונות זענען צו ברייט פאר די מגידי שיעור. זיין 'השקפות' זענען איבערגעקייעט, אבער נישט זיין תורה'ס. ר' שלמה היימאן מיט ר' שמואל רוזובסקי, ר' נחום פרצוביץ מיט הרב שך, ר' נפתלי טראפ און ר' ברוך בער. די זיינען די גענוצטע ספרים אין דער עולם הישיבות. נישט חזון איש און נישט משנת ר' אהרן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך קל וחומר »

וואו איך האב געלערנט סיי אין ישיב"ק סיי אין ישיב"ג (שני דינים...) האט מען ביי ביידע פעסט ארומגעארבעט מיטן חזו"א ביי כמעט אלע סוגיות. ווייזט אויס אז די חסידישע געשטימטע ישיבות זענען מער אופען מיינדעד ווי די ליטאים.

אלענספאל, מיין כונה איז נישט געווען אז מ'לערנט זייער ספרים אין אלע ישיבות, נאר אז זייער ווערק זענען געמאכט פאר די ישיבה וועלט נישט להוראה.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך טמיר »

רוב דעבאטעס אויף דעם נושא קומט ווייל מען רעדט פון צוויי גדרים פון "קענען לערנען". עס איז דא בקיאות און עמקות/חריפות, אדער סיני ועוקר הרים.
אין עמקות אליין איז אויך דא עטליכע סטיילס, די פוילישע, ישיבישע, בריסק, און חזו"א סטייל.
אין בקיאות איז אויך דא 2 סטיילס. דהיינו קענען די בעיסיק ספרים גאר גוט אויסעווייניג כמונח בקופסא, אדער אדער קענען מער ווייניגער אסאך ספרים ראשונים אחרונים שות.
אבער בעיקר איז עס צוטיילט אין די 2.

סא בנוגע בקיאות איז כו"ע מודי די ערשטע אויף די ליסטע איז הרב עובדיה יוסף. אויף די ערשטע אופן בקיאות איז ר"ח קרייסווירטה, ר"פ הירשפרונג, טשעבינער רב, אגרות משה, שבט הלוי, הרב אלישיב. די צווייטע אופן בקיאות איז מנחת יצחק, רמ פיינשטיין, אלישיב, שבט הלוי, קלויזענבורג.
באופן עמקות אויף די פוסקיםדיגע וועג איז חזוא, טשעבינער רב, רשז אויערבאך, שבט הלוי (ר"מ פיינשטיין איז א מחלוקה ואכמל)
אין די ישיבישע מהלך איז ר"א קוטלער און הרב שאכמאן

די אויבן דערמאנטע רייע קומט נאך לאנגע יארן פארש ארבעט, און א טארא פארהער אויף אלע דערמאנטע גדולים. ויש מוקדם ומאוחר. וה' הטוב יכפר [emoji38] [emoji38]

יעצט בין איך נייגעריג ווער עס האלט ווי מיר
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עמעזאן האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:וויאזוי איז מעגליך צו ענפערן אזא שאלה? האט דען איינער פארהערט די אלע גאונים?

למשל אז ר' משה פיינשטיין'ס חברותא איז מעיד אז יעדע ערענסטע שוועריקייט פלעגט ער עם שיקן פרעגן סאטמר רב, און יעדע מאל האט עם סאטמר רב גענטפערט מיניה וביה כאילו ער טוט יעצט אין די סוגיא.

דאס זאגט אויף די גדלות התורה פון סאטמר רב זצ''ל

כ'זעה ביסט א פיינער תלמיד פון שלמה יענקל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

וואלווי האט געשריבן:ר' חיים קאניעבסקי. ער מאכט א סיום אויף אלעס איין מאל א יאר, נישט אזוי זאגט מען?


נו אז ער ענדיגט כל התורה יעדעס יאר, וואס איז די קונץ אז ער קען אזויפיל?
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

זייער א קינדערישע געשפרעך, אבער ס'איז "פאן". איך וועל פראבירן אבצוטיילן די ליסטע אויף קאטעגורן.

העכסטע מדרגה לענ"ד
חזון איש ז''ל - מסתמא די גרעסטע. ער האט געקענט און דורך געטוהן כל התורה כולה בעומק העיון. אויפן וולוזינער דרך פון בבלי און ירושלמי. אויך כולל כל מקצועות תורה שבעל פה אפילו קדשים וטהרות.
טשעבינע רב ז''ל - איך האב נישט גענוג געטוהן אין זיין ספרים, אבער מ'האט אים גערעכענט א בר פלוגתא מיט'ן חזון איש...
הרב עובדיה יוסף ז''ל - ער איז געווען ווייט פון די עומק פונעם חזון איש, אבער אויף זיין ספרדישען דרך פון ליקוט שיטות איז ער געווען מגדולי הדורות. וואלט ער נישט געווען יחיד בדורות ביי די ספרדים, נאר עפעס אן אונגארישער רב וואלט איך אים נישט פארגינען.
ר''מ פיינשטיין ז''ל - גאנץ ש"ס מיט עיקר ראשונים מיט א קלארקייט. גרויסער למדן און מחדש. געהאט את כוח פון שרייבען תשובות וואס די חזון איש האט נישט געהאט אבער איך גלייב נישט אז אין קדשים, זרעים, וטהרות און אין ירושלמי וואלט ער זיך געקענט פארמעסטען מיטן חזון איש. מער אויפן מהלך פון רבי חיים. די חזון איש'ס מהלך איז מער גדלותדיג.
ר''א קאטלער ז''ל - חובק זרועות עולם אין בבלי וירושלמי. אויך געקענט שרייבען א תשובה. געווען א למדן אויף רבי חיים'ס שטייגער, אבער אויך געהאט די פארטצייטישע ליטווישע גאונות. אנגעקומען אפילו צו זרעים קדשים וטהרות, אבער נישט אזוי ווייט און ברייט וואו די חזון איש. ער איז אויף די ליסטע מער צוליב זיין מבהילדיגע גאונות. אבער אויך גענוג ברייט און טיף משלים צו זיין.

צווייטער מדרגה
' ר' יונתן שטייף ז''ל - ער איז געווען ריזיג. איך ווייס נאר נישט צו ער איז אנגעקומען צו ששה סדרים אזוי ווי די ערשטער גרופע. א קלאסישע פוסק און אויך גאר ברייט אין אפשרות סאך מקצועות אזוי ווי מדרשי הלכה וכו'.
רש''ז אויערבאך ז''ל - ער איזה געווען א מוראדיגע לעכטיגע למדן, א מחדש, א פוסק מובהק, און גאר ברייט. זרעים האט ער אויך גוט געקענט. איך בין אבער נישט זיכער אז ער האט געהאט די גדלות זיינע בכל מקצועות אזוי ווי די ערשטער גרופע.
הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.

דריטער מדרגה
קלויזענבורג רב ז''ל - גאון מבהיל. געפעלט שכל הישר צו קענען מכריע זיין מיט סברא ישרה. הרבה פלפולים של הבל. למעשה ער האט איבערגעלאזט שיינע תשובות יותר מהמשוער. כאטש מען האט די תשובות געפיצט איז עס אויך עפעס. גרויסע גאון אבער האט נישט געהאט די קלארקייט און גלאטקייט פון די גרעסערע.
סאטמאר רב ז''ל - ת"ח עצום. גלאטער פון די קלויזענבורגער, אבער נישט אזוי פיל געליגען אין לערנען. א פאר שטארקע תשובות. אבער א סאך זאכען פארדרייט צוליב זיינע מערכות. וואלט ער נישט געהאט די אבסעשין מיט ציונות וכדומה וואלט ער געווען אפשר א טשבינר אדער א ר' יונתן. למעשה היינט צוטאגס איז נישט דא קיין ראיה אז ער איז אנגעקומען צו זיי. ויואל משה ווייזט אויף גאונות, אבער לאו דווקא א כל התורה כולה בעיון איד.
הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן.
שבט הלוי ז''ל - א סאך הערליכע תשובות און אויך גאנץ ברייט און טיף, אבער פון מאל צו מאל א נארישע תשובה. מסתמא נישט די מדרגה גאונות און בקיאות פון רשז"א און ריש"א, אויך נישט זייערע גלאטקייט, און זיכער נישט די לעכטיגע געשמאקע סברות פון רשז"א

פערדע מדרגה
הרב הירשפרונג ז''ל
ר''ח קרייזווירטה ז''ל - די צוויי האבען געקענט א סאך מיטן לשון, אבער לאו דווקא אויסגעצייכענט אין אנדערע ענינים. תשובות? למדות? שיעורים? אפשר ר' הירשפרונג מיט זיינע שטיקלעך, אבער נישט זייער גלאט...
ליובאוויטש רבי ז''ל - ענליך צו די צוויי. אפשר א ביסל טיפער און גלאטער אין סברא, אבער ווייניגער בקי.

פיפטע מדרגה
ר' מיכל ליפקאוויץ ז''ל
הרב קאפעלמאן ז''ל
ר"י ראטה
אויף די דריי יש לומר כמה יוסי איכא בשוקי...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך קפה נמס »

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:
צווייטער מדרגה
הרב אלישיב ז''ל - א סאך מער א טריקענע דרך וואו רבי שלמה זלמן, אבער מוראדיגע ידיעות אין גדולי הפוסקים האחרונים, שכל הישר מאד, איך ווייס נאר נישט אויב ער האט כולל געווען אזוי ווי די גאר גרויסע. ער האט אויך נישט געווען מאיר עיני ישראל בחידושיו אזוי ווי אנדערע אפילו אין דער רשימה.

דריטער מדרגה
הרב ש''ך ז''ל - דורך געהארעוועט כל התורה כולה (ששה סדרים!), אבער נישט עפעס מוראדיגע געשמאקע מחדש און אויך נישט קיין פוסק. א למדן און א גלאטע, אבער נישט קיין רבי משה אדער קיין רבי אהרן, אויך נישט קיין רבי שלמה זלמן.
.

ברוך הבא אויבערלענדער !
הערליך שיינע אנאליז.

איך מיין אז דו האסט פארקוקט אויף רב אלישיב'ס שארפקייט און בליציגקייט וואס איז אין בדומה לו. אין סעקונדעס איז ער געווען בעומק אין די טיפסטע פארשטופטע סברות אין ראשונים און אחרונים.
און רב שך- א גלאטע ? פרעג דיך נאך וויאזוי האט אויסגעקוקט א שיעור אין פאנאוויעטש מיט די גרעסטע לומדים און עילויים זיצנדיג דארט...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

באקאנטע מעשה, מ'האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש איבער גדולי ישראל, ווער איז גרעסער פון וועם... האט ער גע'ענטפערט "מלאך גבריאל.... מלאך רפאל.... ווער איז גרעסער?"
Under influence
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך קל וחומר »

חזו"א האט דורך געטוהן ש"ס בעיון, אבער נישט געהאט די היקף פון די אנדערע דריי אינעם ליסטע.
הגרמ"פ האט געקענט וואס טשעבינע רב האט געקענט, בנוסף לכך איז ער געווען סך שטערקער אין פסק און אין עמקות (עיי' דברות משה לעומת דובב ישרים).
רב עובדיה האט נאר געהאט היקף דוגמת האמרי אמת.


שבט הלוי איז גאר גלאט און מסודר, כ'ווייס נישט פון וועלכע שבט הלוי דו רעדסט. (ער האט טאקע נישט געהאט די קריעיטיוויטי פון רש"ז אבער גלאטקייט עני טיים).

סאטמער רב וואלט געווען די רמב"ם זעלבסט, ער איז פשוט געווען צו פארנומען. חבל על דאבדין. אלץ זענען די ציונים שולדיג.

ליובאוויטשער רבי ווייניגער בקי??
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך קל וחומר »

קאווע טרינקער האט געשריבן:באקאנטע מעשה, מ'האט אמאל געפרעגט דעם חזון איש איבער גדולי ישראל, ווער איז גרעסער פון וועם... האט ער גע'ענטפערט "מלאך גבריאל.... מלאך רפאל.... ווער איז גרעסער?"

געהערט אמאל בשם החזו"א (ממקור נסמך) אז ס'פארהאן א חיוב נאכצופארשן די גדולים צו וויסן ווער ס'זענען אונזערע גדולים.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

הרב אויבערלענדער וכי באתם לכאן מדרך רחוקה רק עבור איזה שיחת ילדים? ואולי י״ל פאן שאני, וצ״ע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ אויבערלענדער חכם פאר׳ן אויפעפענען די נושא.

קודם בין איך מוחה אז מ׳פארגעסט אזוי פון רוח אפינו משיח ה׳ דער בריסקער רב זי"ע.

אקעי, מחאות ערלעדיגט.

מ׳קען מאכען אזא קנה מדה. לערן גוט און גרונטליך אדורך א סוגיא און דערנאך קוק אין די ספרים פון די גדולי ישראל און זעי וואס זיי טוהן אויף צו דער וואס קען שוין וואס טוט זיך.
שבט הלוי וועט לכאורה ווייניג צולייגען צו דער סוגיא פון א פיינע יונגערמאן. ס׳איז צו באשטוינען אז ער האט עס געטוהן צו אזויפיהל חלקים פון ש"ס, אבער מ׳קען נישט זאגען אויף איהם אז ס׳רעדט זיך פון עפעס העכער ווי דער דורכשניטליכע יונגערמאן נאך זיין אייגענע לערנען.
הרב אלישיב האט צו ווייניג געדרוקט צו וויסען קלאר.
הגרשז"א איז געווען א למדן מיט א פוסק, אבער זיין למדות איז נישט קיין אויסנאמליכע ווי אויך נישט זיין פסק כשלעצמה. זיין מעלה דרוקט זיך אויס אין דעם אז ער האט געקענט פארשטייען זיין פסק על דרך ההבנה והלמדות, און זיין פסק האט נישט געלאזט זיין למדות פארפיהרט ווערען. בקיצור דער מיזוג איז עפעס געוואלדיג, און ווען אונזער יונגערמאן לערנט זיין סוגיא און ער בלייבט מסופק אויף א געוויסע סברא צו מ׳קען עס זאגען, איז הגרשז"א א פיינעם אדרעס.

דער קלויזענבורגער רב פארדינט אביסל מער ווי דו האסט איהם געגעבען. ער האט געהאט וואס צוצולייגען צו יעדער שאלה מיט א געוואלדיגע ידיעה. אויף זיין פסק קען מען אבער נישט פארלאזען צוליעב זיין אומגעבויטקייט.

סאטמארער רב וואלט איך געזאגט נאך א נקודה. ער האט קיין עמטליכע רבי נישט געהאט. זיין טאטע איז איהם אוועק ביי די זיבעצען יאר, און נאך דעם איז ער געבליבען מיט קיינעם. טאקע א גרויסע שאד.

הרב שך האט טאקע נישט געשריבען אויף פסק, אבער הרב שלמה קרליץ האט פארציילט אז פון זיין בית השחיטה פלעגט ער קומען מיט די שווערער שאלות צו הרב שך, וואס האט שולט געווען אויף די כרתי ופלתי׳ס נישט ווייניגער ווי אויף דער או"ת אין חו"מ. אונזער יונגערמאן וועט טרעפען א נייעם סברא אין זיין ספר, וואס וועט פארענטפערען א חלק פון זיין תמיהות און עטוואס פארברייטערען די סוגיא זיינער. טאמער ער האט גע׳ענדיגט דער סוגיא מיט דער פתחי תשובה, וועט ער מעגליך זיך דינגען אויף יעדעס ווארט.

דער בריסקער רב וועט איהם אנכאפען ביים גארגעל און צווינגען אנצונעמען זיין חידוש. די בריסקער נאכמאכערס זענען גאנץ פיין, אבער דער בריסקער רב איז אן אנדערע לעוועל אין הכרח און גלאטקייט.

ר׳איסר זלמן (נאך א פארגעסענעם, נאר פאר איהם גיי איך נישט מוחה זיין, ווייל איך פארגין נישט זיין אייניקלעך) וועט זיך נעמען מאכען א מהלך אין א חלק פון די סוגיא וואס אונזער יונגערמאן האט געמיינט ס׳איז אוממעגליך אויפצו׳עפענען. זיין חידוש זעלבסט וועט נישט זיין קיין ריזיגער אומקער, קיין באמבעדיגע אויפרייס וואס מ׳קען נישט אפפרעגען, אבער חומר למחשבה גיבט ער אייביג צו.

דער חילוק פון חזו"א און ר׳ משה איז נישט ממש אזוי ווי דו זאגסט. דער חזון איש, פאר אונזער יונגערמאן, איז א מישאכטס. א חלק וועט ער נישט אננעמען די הנחה קדומה פון חזון איש, א חלק וועט ער מכוין זיין, און א חלק וועט זיין גענומען א פינסטערע חלק פון סוגיא און איהם אויפגעלאכטען. זיין סברות זענען אבער אפט נישט אויפגעוויזען, נאר לבא דאינשי און דעריבער וועט דער יונגערמאן עס נישט אננעמען. ער לייגט אסאך סברות אויף זיין דעת תורה, אן א קלארען ראיה. ר׳ משה האט געשריבען אויף ווייניגער סוגיות, אבער ווען מ׳לערנט איהם כאפט מען פלוצלונג ווי ווייניג מ׳האט געוואוסט פאר דעם. ער אטאקירט דיר, ער צוקלאפט דיין גאנצע בנין און ער לאזט נישט קיין וועג ארויס. דער חזון איש טוט דאס נישט. ר׳ משה האט מוכיח געווען זיין סברות מיט א געוואלדיגע ארבעט און עקשנות, און זיין דעת תורה איז קיינמאל נישט דער נושא דער חזון איש האט טאקע אויף מערערע סוגיות ווי ר׳ משה, געוויסע זענען ממש זיינס, למשל שמות גיטין צו אנדערע סוגיות אין שבת. אבער ר׳ משה האט מער ווי נשים נזיקין. ער האט אויף קדשים און שבת אויך.

הללו עבדי ה׳ הללו את שם ה׳, און מקבילות הלולאות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

מען קען פרעגען את סאך "והאיכא'ס"
1. ר' משולם ראטה
2. ר' גוסטמאן
3. ר' הרצוג
4. ועוד
ר' איסר זלמן און די בריסקר רב שרייען די מערסטער ארויס. גאוני עולם מהשורה הראשונה און אויך פון די היימישע ציבור.

לגבי סטמר רב, ער איז געווען גרעסער פון זיי טאטע און האט זיך א סאך געלערענט פון תשובות חתם סופר און דברי חיים.
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

געוואלדיג האט געשריבן:הרב אויבערלענדער וכי באתם לכאן מדרך רחוקה רק עבור איזה שיחת ילדים? ואולי י״ל פאן שאני, וצ״ע.

שאלת חכם תשובה שלמה
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איך האב זיי נישט פארהערט
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

גם לא הבין למה רמ"פ איזניש מודה צי אים ביי הז"מ
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויבערלענדער חכם האט געשריבן:לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה

אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

געווען אמאל א דיבאטע צווישן מענטשן, איבער וועלכע לויער/דאקטאר איז די מערסטע באהאווענט אין די חוקים און עניני רפואה, נישט נעמענדיג אינאכט אז יענער פלוני האט נאך איין נארמאלע אפעראציע דורכגעפירט, דער צווייטער האט נאך קיין איין קעיס געווינען למעשה.
אזוי קוקט עס אויס ווען מען רעדט איבער ווער עס קען מער דרייען און ווארפן, לעובדא ולמעשה איז א באזינדערע מסכת, דער תכלית ומטרה פון קענטעניס איז צו וויסן וויאזוי למעשה איר צו באניצען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווער קען מער לערנען? קוועסטשען מארק תרתי משמע בל' בתמיה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

diff האט געשריבן:רבי אהרן חיים הלוי צימרמן
Beat them all

קוק זיין ביטול צום חזו"א

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אויבערלענדער חכם האט געשריבן:לגבי סאטמאר כלפי טשבין איז אינטערסאנט אז דער סאטמאר רב האט נישט געקענט פארשטיין אז בעלזער רב איז נאכגעגאנגען די טשעבינער און נישט אים.
למעשה פון נאך די קריג זענען נאר די סאטמארע און קלויזענבורגער געווען גדולי תורה. די ליובאוויטשער איז געווען געפאנפערט...
ווי איך האב שוין געזאגט די קלויזענבורגער איז געווען אפשר מער אריין געטוהן, אבער די סאטמארע איז געווען מער ישרותדיג.
זה

אויבערלענדער חכם: ס'איז גוט צו וויסן אז דו האסט פארהערט אלע גדולי ישראל פון יענע תקופה. און דו ווייסט צו זאגן מבינות איבער זייער .."קענשאפט"...(כדברי לפ"ק) אין לערנען...! דו געסט א הסכמה אויף סאטמאר'ע רב און אויף קלויזנבורגער רב זצ"ל. אבער דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל שניאורסאן האט נישט געפעסט דיין טעסט...! איך בין זיכער אז ווען דו וואלסט דיך געשטעלט פאר'ן ליובאוויטש רבי וואלט ער דיך צומאלן אין די ערשטע 5 סעקאנדס...סיי אין תורה. נגלה, נסתר און דרוש. און סיי אין מילי דעלמא. ס'איז טאקע א שאד אז מ'האט נישט געמאכט א קאנטעסט צווישן אויבערלענדער חכם און דעם ליובאוויטשער רבי...!

פארוואס נאר צומאלן?! צופליקט!!! צוקייט!!! צוטרעטען!!!! קוק, איך האב געברענגט מער ראיות צום יסוד דיינער. דו האסט נאר געזאגט "צומאלן", און איך האב נאך דריי ראיות!
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

וואסי מיט אלע רביס, פארוואס זענען זיי נישט אויף קיינעם'ס ליסטע?
פארשפארט