איסר האטלקי האט געשריבן:עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה. איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.
די צייטונגען נעמען דאס אן בחינם, עס איז נישט בגדר רעקלאמע, נאר בגדר נייעס
@שלום שטיסל Somebody has got to say these things and it has got to be me!!
Bob Grant
די זעלבע קריטעקירער זאגן סתם אזוי נישט כמעט קיין קאמפלעמענטס נאר ווען מען קריטיקירט הייבט מען אן מיט אז בעצם טוט ער אויף נאר למעשה זעהט מען אז ער איז א ....
איך מיז זיך אנטשולדיגען פאר ר' יואל פארן אים גראד דן זיין לכף חוב און אים גלייך קריטיקירן, איך האב געהאט געהערט אז די כלה איז נאך זעכצן, האב איך אנגעקוקט די גאנצע זאך ווי א קולט סטייל חתונה, ווי דער מנהיג טיילט איין די חסידים פאר וועם און וויאזוי זיי זאלן חתונה האבן. ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש, און דאכט זיך אויך אין יבניאל, און איך האלט נישט אז איינער דא וועט באגריסן הרב בערלאנד פארן זיין דער ערשטער איינצופירן חתונות אין בית המדרש...
למעשה סיי נאכן זעהן דא אז די כלה איז פיל עלטער, און בעיקר נאכן הערן א שמועס פון ר' יואל ווי ער לייגט אראפ ווי שטארק סיי דער חתן און זיי די כלה ברויכן נישט קיין לוקסוס, קוקט מיר אויס אז מען מעג אים יא דן זיין לכף זכות, אמת איך האב א סאך ביי מיר אקעגן ר' יואל בפרט און ברעסלאוו בכלל, אבער דא מיז איך יא מודה זיין אז ער האט געטוהן א גוטע זאך, הגם חתונה מאכן אין א שוהל איז לאו דוקא סוסטעינעבל, דאך אבער דעליווערט עס די מעסעדזש, לאך אויף די וועלט, א מענטש קען חתונה מאכן אן ברויכן טוהן וואס יעדער טוהט, און באווייזן דעם קונץ אז דאס פארפאלק וועט אפילו אזוי האבן שלום בית און ס'וועט זיי גארנישט פעלן.
מיש-נייעס האט געשריבן: יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...
גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז ס'איז שוא ושקר
ביי מיר איז געוועהן פונקט פארקערט, ווילאנג איך האב נאר געהערט שמועות אין גאס האב איך געהאלטן אז אלעס איז שקר און ער איז באמת א מורא׳דיגע מענטש, אזוי ווי איך האב געהערט צופיל פון זיינע גערעדערייען בין איך געווארן א מתנגד