הרב קול, איר שרייבט
"Being relative implies that spacetime only makes sence when talking about a relationship between two things, say a train
and earth. It does *not* mean than it depends on the observer"
זענט איר נישט מסכים אז עס ווענדט זיך אין וואס פאר א ספיד עס איז פאר מיר? אויב פאר מיינע חושים האט עס א געוויסע ספיד איז דאס די 'אמתדיגע' ספיד פאר מיר.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס די האסט אריינגעברענגט די שאלה אויב רעלאטיווטי איז ווי קוואנטום מעקאניקס לגבי די נקודה אויב עס ווענדט זיך אין די אויגען פינעם צושויער [אבזערווער].
די נקודה וואס מיר פאראייניגען זיך נישט איז אין די הבנה פארוואס מיר מעסטן מרחק לויט די ספעציפישע ספיד פין ליכט.
לאז מיך דעריבער מאכען א קורצע איבער בליק דא.
איך האב געשריבען אז ווען מען באטראכט די אפטייטש פין מרחק באמערקט מען אז עס איז "די צייט וואס עס דויערט אנצוקומען פין פוינט א' צו פוינט ב'". אין ווען מען באטראכט די אפטייטש פין זמן באמערקט מען אז עס איז "די מעסטונג פין שינוים אין מקום\מרחק". פין דעם זעהט מען [אויפען שפיץ גאפעל] אז מקום, מרחק, זמן, אין ספיד איז אלעס היינו הך. אין ממילא אויב די גאנצע מושג פין מקום איז באמת א נקודה פין זמן אין ספיד, (וכן להיפך, וחוזר חלילה, וד"ל) מיז דאך זיין אז עס איז דא א געוויסע ספעציפישע ספיד וואס איז אריינגעווויבען אין אט די מושג פין מקום אין אויב דעי דאזיגע ספעציפישע ספיד איז נשתנה, וועט דאס אוודאי משנה זיין די צורה פין מקום. [זעה מיינע פריערדיגע קאממענטס פאר אביסל מער ביאור]
וכדאי לציין אז די אויבענדערמאנטע נקודה איז די עיקר וואס איך האב געוואלט צולייגען מיינע צוויי סענט צום שמועס. אזוי אז מיר זאלען רעדען מיט א משהו מער הבנה ווי סתם א גערעדעכטץ אז ספעיס "ציט זיך אויס" וכדו'.
איז דעי נקודה אקעי ביי יו? פליז ענטפער מיר ספעציפיש אויף די שאלה, ווייל דאס איז מיין מעין פוינט.
בנוסף לזה האב איך פרובירט צו זאגען ווי פאלגענד
עס איז נישט די פשט אז ספיד פין ליכט האט עפעס א מיסטירעיזע כח אז גארנישט קען נישט גיין שנעלער פין איר. עס איז פשוט במקרה אז מיר האבן אריינגעפלאכטען אט די ספיד אין אונזער צורה פין מקום. ממילא ווען מען טוישט דעי ספיד וועט דאס אפעקטן אינזער צורה פין מקום. אין דאס וועט דאן אפעקטן אונזער צורה פין זמן, ווייל זמן מעסט דאך [דהיינו עס פארטייטשט] מקום אין אז מיר האבען אן אנדער צורה פין מקום האבען מיר אן אנדער צורה פין זמן, וחוזר חלילה.
מאנכע קענען פרעגען, נו איך הער אז ספיד, זמן, אין מרחק איז אלעס איינס, אבער פארוואס עפעס האט די ספיד פין ליכט באקומען דעם אויבענאן דא? פארוואס איז אריינגעווויבען אט דער ספעציפישע ספיד אין אונזער דורכשניטלעכער צורה פין מקום?
אויף דעם האב איך געענטפערט אז מיר זענען הארד-ווייערד מיט אט דעי עלעקטרא-מאגנעטיק ספיד. די פונדאמענטאלע ספיד וואס מיר האבען איז אט דעי ספיד. די אנדערע ספידס רעכענען מיר אייביג לויט די ספיד. ד.ה. ווען איך כאפ א קלאפ פין א שוואכערען ספיד, טיט זיך דאס טראנספערירן אין א כעמיקאל רעאקציע וואס ארבעט אויפען עלעקטרא-מאגנעטיק ספיד. פארשטייט זיך אז ס'איז דא א חילוק אין די כעמיקאלע רעאקציע ביי א שוואכע קלאפ אדער א שנעלע קלאפ "אבער נישט בנוגע די ספיד פין די כעמיקאלע רעאקציע". סא אין דע ענד, אדער בעסער געזאגט אינעם גאנצען אנפאנג פין אונזער חושים\שכל [שכל איז דאך נישט מער ווי אן אפטייטש פין אונזערע חושים, נישט אזוי?] ארבעטען מיר מיט די ספיד וואס אונזערע חושים ארבעטן. דעריבער איז אט די ספיד די אריינגעפלאכטענע ספיד אין אונזער אפטייטש פין מקום.
די ספעציפישע נומבער פין אט די ספיד איז נישט די מיוחס. וואטעווער די ספיד פין עלעקטרא-מאגנעטיק ענערגיע וואלט געווען, וואלטען מיר געלעבט מיט אט די ספיד אין דאס וואלט גווען א "קאנסטענט" [אזוי ווי געשמעוסט, נישט עכט א קאנסטענט, נאר עס וואלט עפפעקטעד מקום אין דערנאך זמן אויף אזא אויפען אז עסו ואלט אויסגעקוקט ווי א קאנסטענט.]
[גשריבען אויף אידיש אויפען פארלאנג פין א טייערער חבר הקהילה. איט וואז פאן
]