בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

די מזרחי'ניקעס מאכן מטעמים פינעם ספר
די ספר איז א מקורות'דיגע זאך
עס איז די ערשטע אין בעלז צו פארפאסט ווערן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:דער ס''ח ווייסט גאנץ גוט אז ''לא הופץ באלפי עותקים בחתונה'' ואפילו לא בעותק אחד אבער כדי ווייטער צו באמסיטיגן ק''ש איז עפעס א מזרוחניק אויך א מקור.

איך אויך: ס'איז מסתמא די ארבעט פון איין (טאלאנטירטן?) משוגע'נעם.אבער צו באשמוצן בעלזא איז עס פונקט גענוג גוט...!
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

וגר זאב עם כבש

שליחה דורך היסטאריקער »

א היסטארישע בילד, א סאטמארער רב רעדט ביי א בעלזא מסיבה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

berlbalaguleh האט געשריבן:אורים ותומים: קודם, שלום עליכם. איך האב גאר שטארק הנאה געהאט פון דיין היקפ'דיגע באשרייבונג פונ'ם בעלזא'ער רב שליט"א. און איך האב נאכנישט אויספייעט צו ליינען די אלע אנדערע תגובות. איך וויל נאר מגיב זיין אויף איין קליינעם פרט וואס דו האסט דערמאנט גלייך אין אנהייב פון די באשרייבונג איבער די מידות טובות און טוב לב פונ'ם בעלזער רב. אלס משל ברענגסטו צו די מעשה מיט א יונגערמאן א גביר וועלכער האט פארלוירן זיין געלט און די חסידים האבן איהם געוואלט שיקן לופטערן. און דער רב האטציך שטארק אנגענומען פאר איהם. עד כדי כך אז ס'איז שיער געווארן א ריס אין חסידות.

די מעשה איז נישט אזוי פשוט. ס'איז א ביסל מער קאמפליצירט. דאס נעמט אבער נישט אוועק פונ'ם גדלות וטוב לבב פונ'ם רב. דער געוויסער יונגערמאן, וועלכער איז געווען א שטארקער עסקן פאר די מוסדות דאהי אין ניו יארק איז געווען מער א פאליטישן ווי א גביר. יא. ער האט אויך געהאט א ביסל געלט. אבער ער איז בעיקר געווען אויך א פאליטישער עסקן. און דורכדעם האט ער געקענט טון א סאך טובות פאר אלע אידישע מוסדות (יא. פאר סאטמאר'ע מוסדות אויך...!) אבער, ער האטציך ליידער פארפלאנטערט מיט נישט קיין שיינע מעשה מיט אן אשת איש...! און די יונגעלייט, וועלכע האבן געברויזט איבער די מעשה האבן געהאט א שטארקע נקודה אז מ'זאלל איהם מעביר זיין פון צו האבן א השפעה אין די מוסדות. אבער דער רב שליט"א האטציך נישט געאיילט איהם מעביר צו זיין. אדער ווי מ'רופט עס דא אין אמעריקע..."ווארפן אונטער'ן באס"...אלס הכרת הטוב פאר די שטארקע פינאנציעלע און פאליטישע טובות וואס ער האט געטון. ער האטציך נישט געקענט אויסדרייען זיין רוקן צו איהם פון אייו מינוט צו די צווייטע. ספעציעל נאכדעם וואס ער איז ירד מגדולתו פונ'ם פאליטישן און פינאנציעלן שטאנדפונקט...אבער די יונגעלייט האבן זייער שטארק געברויזט. טאקע מיט בעלזער קנאות...און דאס האט גורם געווען די אנגעשטרענגטקייט...!

די מעשה איז נאך אביסעלע מער קאמפליצירט...
דער בעלזא'ער רב האט נישט געוואוסט פון די גאנצע פרשה, מחמת דער גביר האט געוויסט ווי צו שמירן די רעדער. וד"ל...
ביז ווען צוויי חסידים פון אמעריקע האבן זיך גענומען די מיה, און עולה געווען קיין ירושלים און אים איבערגעגעבן א ערשט האנטיגע באריכט. דער רב איז געווארן גאר שטארק אויפגעברויזט, ובצדק. עס האט שוין געהאלטן אזוי ווייט ווי מעביר זיין איינער פון די גאר גרויסע, אויב נישט די גרעסטע, שטוב-מענטש בבית נאוה קדשו...
דערנאך איז געקומען א מסע הקודש קיין אמעריקע, והדברים עתיקים.
ודי לחכימא ברמיזא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

פארשפארט