זאכן איך האס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: מקען אויפבויען גאנצע פשט'לעך און אריינלערנען פארשידענע פשטים אין דיין מאלטיפל טשאויס ליסט. איך דרש'ע סמוכין ביי א פאר שורות וואס דו רעכנסט אויס. למשל ווען איינער (אנטשולדיגט פאר זיין גראוס) סרח'ט פון הערינג דינסטאג און ווען איינער האט געלע ציין האט עס צו טון מיט נישט פוצן די ציין. וואס א סאך היימישע לייגן אריין אין אידישקייט. אבער ס'איז פשוט א פוילקייט. ווייל דער בעל דבר ווייסט דאך נישט אז זיין פיסק סרח'ט. און ווער שמועסט נאך ווען ער לאנט זיך נאך אן אויף יענעם און אטעמט איהם אריין אין די נאז זיין ריח ניחוח...!

חוץ מזה. האביך מיך געטראפן מיט בערך 20% פון דיין ליסט. אשר על כן זעה אז דו זאלסט נישט שטיין אין מיינע ד' אמות ווען דו באגעגנסט מיך אין ביהמ"ד. ניין. איך דארף נישט דיין טאביק. כ'בין עס מוחל. קענסט עס געבן פאר מיין שכן. זאלל ער מאכן א האטשו...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איי געסס איך בין פון יואב'ס גרעסטע שונאים.

יו נאו וואט? אבי נישט קיין גרעסערע שונאים ווי עם..!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ווער ס'בארגט פון מיר מיין רויטע פארקער פעדער, און פיצט זיך די אויער, און נאכהער ווישט ער עס אריין אין זיינע קראגן פונעם כאלאטעל
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

און ווער ס'געט צוויי ציעס אין דע בארד, און די הארעלעך שאין להם לא כתף ולא נטף ווארט מען אין צווישען די גמ' בלעטער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאנאלד טראמפ
דשעראלד נאדלער
דעיוויד גרינפעלד
שרגא פרידמאן
קלמן האלברשטאם
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער ס'טוט זיך אויס זיין (נאכט) העמד מיט די העווי ארבלען, הארט פארן מקוה בור.

דער וואס ווישט אפ זיין נאסע נאז מיט זיינע ארבלען.

דער וואס קוועטשט אריין זיינע שווארצע פלעסטיק בריללן צו זיינע אויגן צו זעהן קלארער

דער וואס רייבט אויס זיינע ראביינעטעם גאטשעס אויף די שטיגן פון די מקוה בור (ווער ס'געדענקט נאך, כ'מיין שוין נישטא היינט)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א בריסקער וואס קוועטשט יעדע חית אונעם סידור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'מיר גוט....

איך בין אין אן ערענסטע דילעמא יעצט!

כ'וועל מיזן אויפגעבן אויף:

עסען הערינג מיט אייער קיכל דינטאג צופרי.

נאר געבן איין קלאפ ביי האמאן על אף איך פאסט און אויסגעמוטשעט פון ארבעטן.

פרעגן דוקא צו מ'וויל האבן טועמיה הגם ס'איז א גרעסערע טשענס אז יענער וועט זאגן ניין.

כ'וועל מיזן יעדער מאל קודם זאגן די 'מאן דאמר' און נישט 'ער'
אפילו יענער וועט אפשר אוועקלויפן.

אויפגעבן אויף די ענין פון עסען א סעודה ערב פסח (און לאזן די קינדער הונגערן?)

זיך שטארק וואטשן ווען מ'איז מעורר אויף א הלכה אז מ'זאל מקדים זיין אז לויט דער אידישער אולטרא ארטאדאקסישער געזעץ ביכל הנקרא בלשונם שו"ע איז דאס נישט אויסגעהאלטן אנשטאט זאגן גלייטיג אז 'מטאר נישט' און יענער פארשטייט גאנץ גוט וואס ס'מיינט.

נישט קויפן מער אזא שיינע אתרוג און אוודאי נישט זיכן קין קאמפלימענטס.

שמעקן וועלכע טאביק ס'קומט נאר אונטער די נאז.

נישט רעדן ווען איך בין הייזעריג

נאר גיין אייביג מיט א ישיבה-כאלאט, אדער מיט די דיקן רעקל אדער מיט א בלויזן העמד ביי תעניתים, פארן אויף מקומות הק'

עסען א קניידל בדיעבד (אזוי ווי איך פלעג קלאפן ביי המן).

נישט שיקן קיין דברי קדושה אויף וואטס עפפ.

נישט פארגינען יענעם א גוטן יאר דורך צו לייגן אפאר ברכות (אויב יענער גלייבט אין דעם).

אוי, ר' ישעיה'לעס סעודה... כ'מוז אויפגעבן אויף מיין פרישטאג :cry:

עסען דריי אדער פינעף קיגלעך שבת זכור.
------------

זאל איך צוליב טון יואב'ס לייקערס אדער נישט?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

בן אדם האט געשריבן:זאל איך צוליב טון יואב'ס לייקערס אדער נישט?

בשום אופן. גיב נישט אוועק דיין לעבן פאר א צווייטן וואס דו קענסט ניטאמאל. עולם כמנהגו נוהג, און אויב געפעלט אים נישט, איז עס טאקע כמנהגו נוהג..
לעב נישט און א אייגן געמאכטן תפיסה, ווייל "ער" האט עפעס נישט ליב פון וואס דו טוסט.
איז עס נארמאל צו טוהן (כדוגמת סעודת ער"פ וכדו') דאן גאו אן! און אויב נישט (שמעקן פון פיש, נישט קיין חילוק יום שנכפל בו כי טוב צו ליל שישי) דאן טוה עס סתם אזוי נישט, אפילו בינו לבין קונו.
והנלענ"ד כתבתי.


(והגם שידעתי שכתבת בל' צחיקה, אבל שלא יאמרו הבריות... וכו')
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

יין שרף האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:זאל איך צוליב טון יואב'ס לייקערס אדער נישט?

בשום אופן. גיב נישט אוועק דיין לעבן פאר א צווייטן וואס דו קענסט ניטאמאל. עולם כמנהגו נוהג, און אויב געפעלט אים נישט, איז עס טאקע כמנהגו נוהג..
לעב נישט און א אייגן געמאכטן תפיסה, ווייל "ער" האט עפעס נישט ליב פון וואס דו טוסט.
איז עס נארמאל צו טוהן (כדוגמת סעודת ער"פ וכדו') דאן גאו אן! און אויב נישט (שמעקן פון פיש, נישט קיין חילוק יום שנכפל בו כי טוב צו ליל שישי) דאן טוה עס סתם אזוי נישט, אפילו בינו לבין קונו.
והנלענ"ד כתבתי.


(והגם שידעתי שכתבת בל' צחיקה, אבל שלא יאמרו הבריות... וכו')

האַס איך דען באמת הנ"ל? כ'גיב ווינציגער ווי א שיט צי ער גייט מיט א ישיבה-כאלאטל, א רעגן-בויגן ליילעך אדער א נאקעטן לייב מיט אביסל בלעטער און צווייגעלעך איבער פריוואטע ערטער. און זאל ער קלאפן נישט בלויז ביי המנ'ן, נאר אויך קלאפן דריי מאל אויף עמלק'ן, ביים מעביר סדרה זיין פרשת כי תצא. קוגל, טועמיה, ר' ישעיה'לע און ח"י רוטל, מיט'ן גאנצן הארץ. און אפילו אויב פיצט ער נישט די ציין, כל זמן ער אטעמט נישט אריין אין מיר, וועל 'ך נישט האסן.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

די וואס ענדיגען אייביג צו "והנלע"ד כתבתי"...
לא באתי לנצח (שולי)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און ווער ס'געט צוויי ציעס אין דע בארד, און די הארעלעך שאין להם לא כתף ולא נטף ווארט מען אין צווישען די גמ' בלעטער.

ס'וווערט געברענגט אז מ'זאל מאכן א רשימה אינ'ם ספר דארט ווי מ'האלט. והנעל"ד כתבתי.
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

וואס האלטן אז חוזק מאכן פון עיני ישועה/תהילים כולל/גראפאלאגיע, איז כפירה.

וואס הייבן אויף די בעקישעס ווען מען זעצט זיך, כאילו דעמאלט ווערט עס נישט צוקנייטשט.

וואס לאזן נישט זייערע קינדער עסן אין שול ביים קידוש/אויספאסטן אבער זיי אליין האקן אויף אלע באקן.

וואס פרעגן זאכן וואס זיי ווייסן זיך צו מאכן בטלנותדיג.

וואס גלייבן אלעס וואס שטייט אויפן וואנט אין שול.

וואס לאזן איבער יעדן ערב שבת א בעג וועש הענגען.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך פליקער »

מענטשן וואס זענען בצער ווען איין וואצעפ גרופע האט א תגובה וואס די אנדערע האט נישט, און מאכט זיכער עס צי קאפי פעסטן אויף אלע אנדערע גרופע'ס.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יעדער האט געוויסע מענטשן וואס זיי האסן, געווענליך אזעלכע טיפ מענטשן וואס שטימען נישט מיט זייער פרעספעקטיוו אויף דער וועלט. אדער אמאל קאמפעטישאנס, ווי דער מדרש זאגט, כל אומן שונא את בני אומנותו. א איד דארף ארבעטן אויף זיך נישט צו האסן א צווייטן, און קענען פארנעמען אנדערע סארט מענטשן, כידוע מחז"ל כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות, די וועלט איז בכלל נישט אינטרעסאנט אויב יעדער וואלט געווען די זעלבע נאטור, מיר דארפן מער ארבעטן אויף "סבלנות" צו פארנעמען אנדערע סארט מענטשן, חסידות, השקפה, וכו'..

אבער וועמען איך האב באמת א הארד טיים צו פארנעמען, איז בעיקר איין סארט: די סעלפישע מענטשן. די וואס לערנען דעם "חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם" כפשוטו וכמשמעו, און טראכטן נישט פון קיין צווייטן, נאר פון זיך, און נאכאמאל זיך. עס איז ממש נישט שיין צו זעהן ווי מענטשן פירן זיך אויף אזוי עגאאיסטיש, און האלטן ערנסט אז כל העולם לא נברא אלא לשמשני, געווענליך זענען זיי פון די נעמער'ס, מקבלים, אלעס קומט זיך זיי, אבער געבן פאר יענעם פאלט זיי נישט איין.... און אפילו פון דעם זענען פאראן אלע סארט ראנגען, פון מילד ביז עקסטרעם.

אפאר דוגמאות (אין מוקדם ומאוחר): אין איין ביהמ"ד ווי איך דאווען מזמן לזמן גיט מען פאפיר זיך אפצואווישן די הענט אנשטאט א נאסע האנטוך (שיין פון זיי!), געווענליך איז 2-3 פאפירלעך גענוג, מערסטנס 4. פארוואס זענען א טייל מענטשן מקפיד צו נעמען 8-9 שטיקלעך פאפיר, בפרט ווען עס מאכט זיך אז ס'איז פאראן א מאנגל? איך באטראכט זיי צומאל, זיי געבן א וויש, רוב פאפירלעך בלייבן טרוקן און ווערן געווארפן אזוי אין מיסט... אדער ביי א אנדערן שול איז דא אן עלטערער איד וואס ווען ער דארף א בלאז געבן די נאז, נעמט ער לכה"פ 5 טישוס, גארנישט ווייניגער! און טאמער ער איז פארקילט קען ער ארלעדיגן א קנאפע באקס אין איין שחרית.... זאג, ביי דיר אינדערהייט נעמסטו אויך מיט אזא ברייטקייט? דער גאנצער באקס טישוס איז טאקע בלויז פאר דיר?

אמאל איז עס נוגע ביי עסן/טרינקען. למשל עס איז שוין דא ווייניג גלעזלעך ביי די קאווע, אבער ער מוז למען ה' נעמען 2 אדער 3 קאפס און איבערגיסן, איי די אנדערע מענטשן בלייבן אן קאפס? אדער עס איז דא ווייניג מילך, אבער ער גיסט אן רחמנות ביז עס רינט איבער און דערנאך גיסט ער אראפ א ריזיגן גיס אין סינק אריין לבטלה.... איי אונטער דיר שטייט א איד וואס דארף ס'לעצטע ביסל מילך? דאס איז שוין נישט זיין דאגה. און נאכ'ן טרינקען וועט ער חלילה נישט לייגן זיין קאפ אין מיסט קאסטן; דאס קען דאך דער גוי טון פאר אים, טא צו וואס זיך מטריח זיין פאר גארנישט.

צומאל איז עס ביי א קידוש שבת, אדער א לחיים/תיקון שחרית אינדערוואכן. עס איז צב"ש פאראן 10 שטיקלעך קוכן, מיט 12 מענטשן וואס ווילן זיך דערכאפן דאס הארץ, אבער דו וועסט זיך צואיילן, שנעל אפענדיגן דאס דאווענען און גיין נעמען 2 אדער 3 שטיקלעך פאר דיר, ווייל דו ביסטאך הונגעריג... די תיקון איז דאך געווארן צוגעגרייט פאר דיר, בלויז פאר דיר! לך כי לך אף לך! און די מענטשן וואס לייגן נאך צאם די תפלין? זיי קענען גיין קויפן ביי פלאמ'ס אדער מאזערעלא... אדער שבת ביי א קידוש. דער בעל שמחה האט צוגעשטעלט קוגל, אדער הערינג, אדער גרעיפ דזשוס, און דער עולם איז ב"ה העכער ווי געראכטן, עס איז דא א שטיקל מאנגל... אבער דער סעלפישער חברה'מאן וועט נעמען 2 אדער אפילו 3 שטיקלעך קוגל, מיט 2 טעלערס הערינג, פון אלע 3 סארטן, מיט אלע מיני אייער קיכלעך, און זאל יענער פלאצן, הו קעירס... דער עיקר אז איך האב א פולע בייכל...

אדער איז עס אסאך מאל ביי של"ש. עס איז נישטא גענוג בילקעס, אדער ווייניג פיש אדער נישט גענוג סעלצער. אבער יענער וועט שוין אינמיטן הויכע שמו"ע ביי מנחה זיך ארייפאקן למען ה' 3 בילקעס אינעם בעקישע טאש, כדי ער זאל חלילה נישט פארבלייבן אביסל הונגעריג...

ביי דרייווערס מאכט זיך עס מער אפט. דער פארשוין האלט אז דער ראוד באלאנגט פאר אים. ער וועט אריינקאטן אנדערע דרייווערס, ער וועט גורם זיין ראוד-רעידזש, אז עס שטייען 30 קארס אויף די רעכטע לעין ארויסצוגיין פונעם BQE צו וומסב"ג, וועט ער זיך נישט שטעלן אונטער זיי, ער האט נישט קיין צייט פאר דעם, ער וועט פארן אין די דערנעבנדיגע לעין, און אין די לעצטע רגע זיך אריינשטופן צו זיין די ערשטע פון די 30... און אויב איז שווער זיך אריינצורוקן? זאלן אלע קארס פון די מיטלסטע לעין מאכן א שארט-סטאפ און ווארטן.

ווער רעדט נאך ווען ער וויל פארקן? אדער וועט ער דאבל-פארקן אויף א ביזי סטריט ביים געשעפט ווילאנג ער באקומט זיין אזוי-וויכטיגע קאווע, זאלן די אלע איבריגע דרייווערס פייפן מיטן הארן און אראפגיין פון זינען פון די אומדערטרעגליכע טרעפיק, וואס גייט עס אים דען אן... אדער אויב ס'איז אין קאנטרי אדער סיי וואו אין אפסטעיט אין א פארקינג לאט וועט ער זיכער מאכן צו פארקן שיעף און פארנעמען 3 פארקינגס, כאטש עס איז נישטא צופיל איבריגע סלאטס. אדער וועט ער פארקן זייער נאנט צו יענעמ'ס קאר, און עפענען די טיר מיט א קראפט, אז יענעמ'ס קאר זאל באקומען א קריץ אין טיר אדער א זעץ אין זיין שפיגל. יענער האט שאדן? נו, איז וואס.... ס'איז זיין פראבלעם, נישט מיינס...

אויב וויל איך יעצט האבן אנגעצינדן די היי ביעמס, זאל מצדי יעדער בלינד ווערן, איי קאדנט קעיר לעסס.

איך קום אמאל אריין אין מקוה, עס איז טוט זיך א געדרענג, אבער דער סעלפאק זיצט זיך אויסגעשפרייט מיט א רואיגקייט, און אנשטאט צו זיצן בצמצום און פארנעמען בלויז 2 הענגערס ווי אלע אנדערע, זיצט ער ווי א מחותן און פארנעמט 5-6 הענגערס, און לאזט יענעם זוכן אן אנדער פלאץ. ער וועט זיך חלילה נישט אביסל מצמצם זיין פאר צווייטן, וואס עפעס?! דער יעניגער וועט אויך אייביג איבערלאזן זיין גענוצטע האנטוך באותו מקום וואו ער איז געזיצן, נישט אמאל בטעות זיך מטריח זיין און עס אריינווארפן אין אמפער וואס איז באשטימט פאר די גענוצטע האנטוכער... און ווי פריער דערמאנט, קען ער בלאזן זיין נאז אינעם האנטוך, און אויסשאקלען זיינע בגדי התחתון...

מען האט אויך פריער דערמאנט איינעמ'ס מויל שמעקט פון הערינג; פאראן אזעלכע וואס האלטן נישט ריין דאס פיסק צוליב פוילקייט, דאס איז אויך זייער נישט שיין; אבער פאראן נאך ערגער: מענטשן וואס טראכטן פשוט נישט – ס'אינטרעסירט זיי נישט! – אז יענעם שטערט דיין ריח. צי איז עס נאך א טעלער הערינג, צי נאך דיין צופרי קאווע, צי ווען דו רייכערסט אין פובליק און דו בלאזט אריין די סעקאנד הענד סמאוק אין יענעמ'ס פנים אן קיין פראבלעם.... איך טו דאס מייניגע, אז יענער וויל, קען ער זיך פארשטאפן זיין נאז...

צי איז עס ווען א איד, זאל זיין אפי' א ת"ח, ברענגט פונעם שאנק אין ביהמ"ד צו זיין מקום קבוע א 6-7 ספרים צו לערנען פלייסיג, און עס פאלט אים נישט איין עס צוריקצולייגן אויפ'ן פלאץ.. עס איז דאך דא א פאקער פאר סיבה, ניין? די סיין "כל הנוטל ספר יחזירנו למקומו" זעהט ער אפילו נישט, און טאמער יא זעצט ער איין פשט אז דאס האט דער פוילער פאקער ארויפגעשטעלט, ווייל נרפים אתם נרפים, ער האלט נישט ביים ארבעטן... און חוץ די ספרים וועט ער אויך איבערלאזן אויף זיין פלאץ זיין ליידיגע פאום קאפ ווי ער האט געטרינקען (פאר אומזיסט) אפאר גלעזלעך קאווע, און געווענליך אויך זיינע אויסגעבלאזענע טישוס, און די זעלבע מענטשן וועלן טאקע מקפיד זיין אריינצולייגן זייערע אויסגעפליקטע האר אין די פובליק ספרים, זיי זענען דאך גאר פרומע אידן און געבן אכטונג נישט מזלזל צו זיין אין די הייליגע האר פון די דיוקנא קדישא... אויב אויפ'ן וועג ארויס פון ביהמ"ד איז ער דער לעצטער, און עס הענגט א צעטעלע "בקשה אויב גייט איר ארויס דער לעצטער פון שול פארלעשט די לעקטער און עירקאנדישאן, התורה חסה על ממונם של ישראל", איגנארירט ער דאס אויך.... לאמיך אפ. דאס באלאנגט פאר דעם שמש, וואס ווילסטו פון מיר....

און אזוי אן ענד אן...

אודאי איז דא אזא זאך ווי "חייך קודמין", און אז איך טרעף א טאץ קוגל און איין שטיקל איז פיין אויסגעבאקן איז גארנישט ראנג אז איך האב עס "ערשט געכאפט", אבער פון דעם ביז'ן זיין עקסטרעם סעלפיש איז פאלג-מיך-א-גאנג. דאס שפירן אז די גאנצע וועלט באלאנגט פאר מיר, איז א עקלדיגע מדה, און איז גורם אסאך שברי לב און עגמת נפש פאר אנדערע מענטשן. זיי זענען אויך אסאך מאל גורם א חילול ה'.

און ביז דערווייל, יא, האס איך די מענטשן. און איך דארף ווייטער ארבעטן אויף מיינע מדות צו קענען פארנעמען יעדן איד אפילו עס איז מיר נישט איינגענעם; אבער דערווייל האלט איך ווייט פון מיין תיקון המדות אין דעם הינזיכט.
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אדער דע וואס לעקן אפ זייערע פינגערס, נאכן טינקען די קאקאש קעיק אין די שמאלץ הערינג, און מאכן זיכער אלע ארומיגע זאלן הערן און וויסען דערפון כאילו ס'איז א מצוה, און ווען זיי באמערקן אז ס'עקלדיג זאגן זיי נאך אין א דרך צחות, דע גאפל איז געווען היינט אין מקוה.
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

דער וואס האט געשטעלט דעם לייק באטן אנהייב פונעם תגובה. וואלט עס נישט געווען בעסער צו לייגן דעם לייק קנעפל ביים סוף פון תגובה אז ווען מען ענדיגט ליינען דארף מען נישט צוריק ארויפקלעטערן צו לייקן?
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך יהודי פשוט »

אייז קריעם האט געשריבן:דער וואס האט געשטעלט דעם לייק באטן אנהייב פונעם תגובה. וואלט עס נישט געווען בעסער צו לייגן דעם לייק קנעפל ביים סוף פון תגובה אז ווען מען ענדיגט ליינען דארף מען נישט צוריק ארויפקלעטערן צו לייקן?

אויף Tapatalk איז טאקע דער לייק קנעפל ביים סוף
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:און ביז דערווייל, יא, האס איך די מענטשן. און איך דארף ווייטער ארבעטן אויף מיינע מדות צו קענען פארנעמען יעדן איד אפילו עס איז מיר נישט איינגענעם; אבער דערווייל האלט איך ווייט פון מיין תיקון המדות אין דעם הינזיכט.

אז דו וואלסט זיי נישט געהאסט, פון ווי וואלט מען באקומען אזא פעסטע תגובה? די האס ווייטער, ווייל דו קענסט גוט אנלערנען דעם עולם אביסעלע לקח.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

@יואב שוין נישט אזוי געלאכט זינט די לעצטע שמיטה.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אייז קריעם האט געשריבן:דער וואס האט געשטעלט דעם לייק באטן אנהייב פונעם תגובה. וואלט עס נישט געווען בעסער צו לייגן דעם לייק קנעפל ביים סוף פון תגובה אז ווען מען ענדיגט ליינען דארף מען נישט צוריק ארויפקלעטערן צו לייקן?

דעס איז די פאוינט זיי ווילן זאלסט דיך אביסל אנשטרענגען און אזוי ווייזן דיין אפרישיעישאן נישט סתם געמאכט א לייק נאר דו דארפסט ארויפסקראלן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בין איך דער איינציגסטער וואס איז מסכים מיט (כמעט) דעם גאנצן אשכול - ספעציעל שמעקעדיג'ס תגובה - אבער איך דיסאגרי טאטאלי מיטן קעפל? איך ארבעט שטארק אריינצוברענגען אין מיינע קינדער איידלקייט און מדות, כי זה כל האדם, אבער נישט פיינט האבן א מענטש אפילו ער טוט אומריכטיגע זאכן איז אויך ציווישן מיינע פריאריטיס. ווען מיין תמימות'דיג קינד וועט קוקן מיט וואונדער אויף איינער וואס טוט די אויבנדערמאנטע אומאיידעלע זאכן און וועט הייבן ברעמען צו מיר, אנטשולדיגט מיר, אבער אנשטאט איהם צו זאגן יענער איז א חיה וכדו' און ארויסברענגען האס, וועל איך גיכער זאגן "מען האט איהם נישט אויסגעלערנט, ער מיינט אז אזוי גייט עס, איך לערן דיר יא אויס". פארוואס האסן?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יואב דרייעסט זיך ארום און צייכנסט מיט א פען און פעיפער א גאנץ יאר?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט