diff האט געשריבן:זאגט ער דאס אדער נישט
הרבי מסאטמר: "אנחנו לא יכולים לנצח את המדינה; זו המציאות"
דיףף: וואס פארשטייסטו נישט. וויבאלד מהר"א שליט"א האט ארויסגעזאגט די אמת'דיגע דיבורים פון וואס דער מציאות איז, האט ער אויכעט געמוזט צו לייגן אז זיי זענען א מלכות הרשעה, כמובן. און זיי ווילן אונז מעביר זיין על הדת. און זיי ווילן אריינשלעפן בחורים אין טמא'נעם צה"ל. און די עבודה זרה וועט נעקר ווערן בביאת משיח צדקנו...אבער...ביזדערווייל, האמיר נישט קיין ברירה און מ'מוז מיט ארבעטן מיט'ן סיסטעם. און די בעסטע זאך איז די לשכת עזרה ויעוץ שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר. און זיי שטעללן זיך צו צו אלע קרייזן פון ערליכע אידן. חסידישע ווי ליטווישע און ספרד'ישע...! אט דאס הייסט אן אמת'ער מנהיג וואס ווערט נישט נתפעל פאר קיין שום פראפאגאנדע און טומל. אויכעט נישט פון נאמבערס. פסייי, ס'געווען 30,000 מענטשן ביים כינוס. אפשר 3 מיליאן. א מ'זאגט שוין גוזמאות, זאלל זיין אין גרויסן...!