יידל האט געשריבן:געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלן אין אן אנגעצויגענע מינוט.
איך בין עפעס שולדיג אז דו האסט אן אנגעצויגענע מינוט? קענסט מיר נישט בלעימען פאר דעם.
חכם מחוכם האט געשריבן:די רבי וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א קלוגע איידיע, אבער אסר’ן וואלט ער זיכער נישט, דאס איז ממש אומעגליך, איי ער האט געאסר’ט טעלעווישאן?, ס’איז אינגאנצן אנדערש, אן א טעלעווישאן וועט א מענטש ס"ה נישט וויסן די נייעס מיט נאך אפאר שטותים, אנע אינטערנעט איז נישטא קיין אימעיל, ביזנעס, סטאק מארקעט, גארנישט
חכם מחוכם האט געשריבן:אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען
פויער האט געשריבן: שייטלעך וואס האט אים אויך געבאדערט האט ער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן חוץ אינדערהיים אדער ווען מענטשן זענען געקומען פרעגן פריוואט.
zurich האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט, דו גלייכסט צו רעדיא צו אינטערנעט?? סא פונקט ווי רעידיאו האט ער נישט גע'אסר'ט וואלט ער נישט גע'אסר'ט אינטערנעט??
נוי וועי, ער וואלט זיכער ארויסגעקימען בחרב ובחנות, באש ומים, מיט וואס דו ווילסט נישט, און צוזאמען מיט אלע רבנים פונעם פריעדיגען דור וואלט ער עס גע'אסר'ט קאמפליטלי!! מיט פילטערס, אן פילטערס, נישט פאר פרנסה, יא פאר פרנסה, נאדא!! גארנישט!! ס'נישט דא קיין אינטערנעט אין א יודישע שטוב!!!
וואס מיינטס עטץ דער בעל דבר האט געווארט ביז יעצט? ווייל ער האט געוואוסט אז מיט זיי [די פריערדיגע גדולים] וועט זיך עס נישט אויסארבעטן!!
ער האט געטרייט מיט די טי. ווי. און ער האט געכאפט אזא קאפע אז ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער איז, האט ער געטראכט - אזוי ווי עשו האט געזאגט ווען ער איז געוואר געווארן אז יעקב האט בא'גנב'עט די ברכות, האט ער געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי" און איך וועל מיך אפרעכענען מיט אים. די זעלבע זאך יעצט, דער שטן האט געזעהן וויאזוי די רבנים הקדושים האבן זיך באצויגן צום טעלעוויזשאן האט ער געזאגט נא נא, די אינטערנעט איז נישט געמאכט פאר יעצט אבער... ווארט נאר ווארט ווען די רבנים וועלן נפטר ווערן, אוי וועט זיין פאן!!!
ויצא מה שיצא בעוונותינו הרבים, ליידער!!