זאכן איך האס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: מענטשן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ריכטיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס איז מסכים מיט (כמעט) דעם גאנצן אשכול - ספעציעל שמעקעדיג'ס תגובה - אבער איך דיסאגרי טאטאלי מיטן קעפל? איך ארבעט שטארק אריינצוברענגען אין מיינע קינדער איידלקייט און מדות, כי זה כל האדם, אבער נישט פיינט האבן א מענטש אפילו ער טוט אומריכטיגע זאכן איז אויך ציווישן מיינע פריאריטיס. ווען מיין תמימות'דיג קינד וועט קוקן מיט וואונדער אויף איינער וואס טוט די אויבנדערמאנטע אומאיידעלע זאכן און וועט הייבן ברעמען צו מיר, אנטשולדיגט מיר, אבער אנשטאט איהם צו זאגן יענער איז א חיה וכדו' און ארויסברענגען האס, וועל איך גיכער זאגן "מען האט איהם נישט אויסגעלערנט, ער מיינט אז אזוי גייט עס, איך לערן דיר יא אויס". פארוואס האסן?

וועגן דעם האב איך געבעטן דעם פותח האשכול צו טוישן דעם קעפל.
"טויש דעם קעפל צו "זאכן" וואס איך האס"
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

איך זע מער נישט דעם רעדאגיר קנעפל
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

גבאים - אחראים אלערט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלץ פאר די קינדער.......
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ניין, מיר זענען אליין קינדער.
די קעניג פין אמעריקע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 567
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:37 pm
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך די קעניג פין אמעריקע »

נאכן ליינען די אשכול מיין איך אז די חברי האשכול ברויכן מאכן ענדערש א רשימה פון וואס זיי האסן נישט. #האסן אטאקע
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דאס אנכאפן די הענטל פונעם טיר מיט נאסע הענט

זיך שטעלן דרשנן ביי א שבע ברכות בליציגע "פילעזאפישע" געדאנקן וואס האט לגמרי נישט צו טוהן מיט משמח זיין חתן וכלה, נאר פאר זיין אטענשאן.

דער בעל דרשן הויבט אן "דער רמב"ם אין מורה ברענגט" ער זאגט נישט דע מורה נבוכים ברענגט, אדער אפילו דער רמב"ם ברענגט אינעם מורה נבוכים, נע ס'סאונד עפעס נישט גענוג פילעזאפיש, ס'פעלט פון די דענקערישקייט.

כד הוינא טליא געדענק איך נאך ווי די עלטערע אידן אין שאוער, פלעגן צוקומען בחור'ל אפשר זייפסטו מיר אפ דעם רוקן, דער זייפל פלעגט זיין אביסעל גרעסער ווי דע שטיקלעך געפילטע פיש וואס ר' יחזקאל שמש ע"ה פלעגט טיילן פון דע פאפירענע טעלערס, אזעלעכע דינע שטיקלעך ווייסע מיט פינקע, אמאל איז עס געווען ווייס און בלויע, ווענדט זיך וועלעכע ס'געווען ביליגער, ס'געווען טריקן ווי א פעפער און ווי מער מ'האט עס נאס געמאכט אלץ מער טרוקענער איז עס געווארן, און אט מיט דעם שטיקל זייף האט מען אפגעזייפט יענעמס איד רוקן, דע זייף איז כאטשיג צען מאל אראפגעפאלן.
פעינטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 24, 2016 9:21 am
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

שליחה דורך פעינטער »

די וואס מאכען נישט קיין בלינקערס פארן די איינדרייען.

די וואס ברעכן אפ א האלבע שטיקל קעיק אדער ראגעלע ביי תיקון/קידוש אין זיי לאזען איבער סאיבריגע.

די וואס האבען לייטס אין סיירינס..... פאר פארקינג טיקעטס.

די מידל עידזש אידען וואס פארשטייען נישט וואס הייסט מען רעדט ביים דאווענען....

נאכן זאגען פאר איינעם עפעס , ער זאָגט דיר עהההההה אינגאנצן נישט, אין זאגט איבער די זעלבע זאך וואס די זאגסט.

די וואס די פרעיגסט איהם יא אדער ניין קשיא אין ער ענפערט דיר מיט א משל אין א נמשל.

די וואס רעדן אייביג הויך.

די בעל תפילה וואס נאכ'ן דאווענען א שמונה עשרה פין צען מינוט ,ווען ער ענדיגט ציילט ער אפאר מאלאויב ס'דא צען אידן.

די וואס די פרייטיג צונאכטס מעין פארשין אין די טרוקענע פלייש פין די זיפ.
לאמיר זינגען ציזאמען.

אוי אין
אין גדולה כגדולתך
אין גדולה כגדולתך
אין רחמים רחמים רחמים
כרחמנותך.

זאג נישט פארן באשעפער ווי גרויס דיינע צרות איז
ווי גרויס ווי גרויס דיינע צרות איז,
זאג פאר דיינע צרות ווי גרויס דער באשעפער איז
ווי גרויס ווי גרויס דער באשעפער איז.

שקויח פארן מיט זינגען
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די וואס פארקן די קאר פונקט אינמיטן 2 פארקינג ספאט אזוי בשאט נפש אפצוהארגענען די לעבנס וויכטיגע פארקינג בפרט א טאג פון אלטענעטסייד פארקינג, זאל זיך יענער סירקלען פאר א דריי פערטל שעה און דערנאך פארקן 4 גאסן אוועק

די וואס גייען אין בור גלייך פון בעט ארויס, פוי! און במתק לשונו איז ער ממתיק אז אזוי איז די מקווה עם הייסער, א מין חזיר דאס

די וואס לייגען צוריק די אויסגעטרינקענע קאווע קאפ אויף די קאווע קאונטער ( קיינמאל פארשטאנען די געשמאק דערפון )

די וואס שפריצן דיאודריענט ספרעי אונטער די בלועזית אחרים פאר א גאנצע מינוט און דערשטיקן די עולם ארום, פוי!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך קל וחומר »

די וואס האלטן אז עס איז בארעכטיגט צו האסן ווער ס'האלט אנדערש פון אים.


(האס איך מיך זעלבסט...?)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

די וואס מאכן נפיחות שבת ביי מנחה


די וואס געבן אלץ א ציפעדיגע קניפ אין בעקעלע פארן קינד, ביים פרעגן: יונגעלע, וואס האסטו געלערנט?


דער וואס נאכן צובייסן די פאום קאפ אויף פיצעלע שטיקלעך, ווערט ער נישט רואיג ביזן געבן א בלאז, אז דאס הויפן זאל אנ'חזר'ען די גאנצע טיש


די וואס עפענען די קניפ פון בארד דייקא אין די בור המקוה, מאכנדיג שלענגלעך האר שווימען אין גריבל וואסער


דער וואס איז גענוג נערוועז אויפן קאר פאר אים וואס האט זיך נישט אנגעהויבן רוקן ביי "גרין" און הייבט אן צו פייפן, אבער ס'גייט אים נישט אן אז זיין פייפן מאכט נערוועז די גאנצע גאס


דער טיפש סרוחה וואס ווערט די וועלטס מבין אויף סקאטש ביים קידוש אין שול


דער וואס גיסט צו הייס וואסער נאכן לייגן צופיל מילך אין די שוין-אנגעפולטע קאפ הייסע קאווע. בהמה איינער, דו קענסט נישט וואטשן וואס דו טיסט?


דער וואס וואקט אריין משה מחותן אין סמעדריש ביים גאס רעגן, מיטן מצה שטריימל. יאויש ביסטו זיס


די חברה וואס זאגן "נאך איין ווארט, און מיט דעם וועל איך מסיים זיין", און דערנאך קומען נאך עטליכע סיומים און ווערטער ביזן ענטגילטיגער משיחצידקייני


דער וואס הייבט אן די דרשה מיטן "לא איש דברים אנכי". שקרן איינער, כאטש נעם אראפ דיין נעסטי שמייכל!


דער גביר אין שול, וואס חבר'ט זיך מיטן עני ואביון כאילו ער איז נישט קיין כבוד שמעקער


די סטרינגי לאאאאנגע פאות פון שמייסערס. טו וואדע וויסט, אבער סאיז אבסורד


דער באם וואס זעט אויס ווי פון פייוו טאונס, מיטן אקצענט פון מאנדראו


דער וואס לאכט פון אלע געטשקעס, ביז זיין אייגענע אפגאט


דער וואס ענטפערט אפ טענות, מיט א קאלטע: "אזוי?!"


דער וואס נוצט די מקוה האנטעך פאר פיס קראצען, נאז בלאזן, און אויער קלינינג


ווען די טישו פעיפערס זענען קאנעקטעד א לאנגע געהענגעל, און ס'איז שבת
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ארי נוהם האט געשריבן:די וואס מאכן נפיחות שבת ביי מנחה [emoji23]


די וואס געבן אלץ א ציפעדיגע קניפ אין בעקעלע פארן קינד, ביים פרעגן: יונגעלע, וואס האסטו געלערנט? [emoji106]


דער וואס נאכן צובייסן די פאום קאפ אויף פיצעלע שטיקלעך, ווערט ער נישט רואיג ביזן געבן א בלאז, אז דאס הויפן זאל אנ'חזר'ען די גאנצע טיש [emoji23]


די וואס עפענען די קניפ פון בארד דייקא אין די בור המקוה, מאכנדיג שלענגלעך האר שווימען אין גריבל וואסער [emoji12]


דער וואס איז גענוג נערוועז אויפן קאר פאר אים וואס האט זיך נישט אנגעהויבן רוקן ביי "גרין" און הייבט אן צו פייפן, אבער ס'גייט אים נישט אן אז זיין פייפן מאכט נערוועז די גאנצע גאס [emoji106]



דער טיפש סרוחה וואס ווערט די וועלטס מבין אויף סקאטש ביים קידוש אין שול[emoji106]


דער וואס גיסט צו הייס וואסער נאכן לייגן צופיל מילך אין די שוין-אנגעפולטע קאפ הייסע קאווע. בהמה איינער, דו קענסט נישט וואטשן וואס דו טיסט? [emoji106]


דער וואס וואקט אריין משה מחותן אין סמעדריש ביים גאס רעגן, מיטן מצה שטריימל. יאויש ביסטו זיס [emoji106]


די חברה וואס זאגן "נאך איין ווארט, און מיט דעם וועל איך מסיים זיין", און דערנאך קומען נאך עטליכע סיומים און ווערטער ביזן ענטגילטיגער משיחצידקייני[emoji106]


דער וואס הייבט אן די דרשה מיטן "לא איש דברים אנכי". שקרן איינער, כאטש נעם אראפ דיין נעסטי שמייכל! [emoji106]


דער גביר אין שול, וואס חבר'ט זיך מיטן עני ואביון כאילו ער איז נישט קיין כבוד שמעקער [emoji106]


די סטרינגי לאאאאנגע פאות פון שמייסערס. טו וואדע וויסט, אבער סאיז אבסורד[emoji106]


דער באם וואס זעט אויס ווי פון פייוו טאונס, מיטן אקצענט פון מאנדראו[emoji23]


דער וואס לאכט פון אלע געטשקעס, ביז זיין אייגענע אפגאט[emoji106]


דער וואס ענטפערט אפ טענות, מיט א קאלטע: "אזוי?!"[emoji106]


דער וואס נוצט די מקוה האנטעך פאר פיס קראצען, נאז בלאזן, און אויער קלינינג [emoji23]


ווען די טישו פעיפערס זענען קאנעקטעד א לאנגע געהענגעל, און ס'איז שבת
[emoji23]

@ארי נוהם, יעדע איינס איז עקסטער גוט, כ'האב מיך אנגעשטרענגט צו לייקן יעדע איינס באזונדער, געוואלדיג!! קיפ איט קאמינג
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

דער וואס זאגט ליזש'ענסק, נישט ליזענסק
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך הבל וריק »

די וואס זינגען זיך אונטער בלויז די הארמאני פון א ניגון

די וואס לויפן מיך נאך ווען איך נעם זיך הארמענייזן

די וואס זינגען די גאר שטאטע ברוך קל עליון בלויז צוצוקומען צו די טשילינג השומר שבת שטיקל

די וואס ענדיגן צו שפחי כמים לעבעדיג

די וואס פארשטייטערן עד הנה

די וואס נעמען צוויי קאפס ארענזש זשוס אין שול, מוצאי תענית

די וואס רופן פאפולערע עלטער-פעטערס, פלעין פעטער

די וואס שאקלען מיט די קאפ אויף יא זיבעציג מאל, בשעת איך רעד

די וואס האבן נישט קיין קאמפלעקס איבער זייער מויל גערוך ביי א תענית

די וואס מיינען אז מ'נארט זיי אייביג אויס

די וואס זאגן זאצן אויף וואס ס'נישט שייך צו ראגירן

די וואס כאפן א שמועס ביים געבן מזל טוב אנכאפענדיג דעם געבענטשטערס האנט

די וואס וואונטשן אז די שמחה זאל ברענגן נאך שמחות

די וואס בעטן א פרישן מת צו זיין א מליץ ישר

די וואס זאגן איבער א הומאריסטישן זאץ נאכן זעהן אז מען האט געלאכט דערפון

די וואס זעהען די ערשטע בית כסא טיר פארשלאסן און שלעפן ווייטער אלע פופצן פארמאכטע טירן

די וואס מאכן א גערודער ביי שטילע שמו"ע מיטן זיך שאקלען, א שטייגער ווי די גריזשען פון אן אומגעלעוועלטן פאדלאגע, און שאקלען זיך ווייטער כאילו לא עפיָו

די וואס זאגן "וואס פעלט עס אויס" אנשטאט איך וויל נישט

די וויציגע פערזאנען וואס ערלויבן נישט זייערע צוהערער צוריקצומאכן וויצן פאר זיי.
וואס מיינט נישט ערלויבן? נאו רעאקציע.

מאר טו קאם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עסן די פיאות אין ספרים געשעפטן.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עסן די פיאות אין ספרים געשעפטן.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

יואב, הער אויף! די בויך טוט מיר וויי פון געלעכטער...

איך קוילער מיך... :lol:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האס א ערוואקסאנע מענטש וואס שטרעבט צוזיין א פאליס!


איך האב פיינט אלע אפישעאלס, כקען זיי נישט דילדען. אין מיינע אויגן קוקן זיי אלע אויס ווי ״פיגס״ ״חזירים״. איך האב פיינט אויטארעטי.

לעצטענס האבן זיי נאך אהערגעשיקט די ״סטעט פאליס״ אין די סיטי צוליב א געפעכט צווישן די צוויי קיען, דער גאוונער קאומו מיט מעיאר דיבלאזיאו, די סטעיט-חזירים שטעלן אפ רעכטס און לינקס מיט זייער רשעותדיגע גרויסע היטן און נאצישע שטיוול, פאר יעדע קלייניקייט שלעפן זיי אוועק די קאר און פייניקן די מענטשען...

שוין צוריק צום נושא

איך האס די גערוך פון שאלישידיעס מיט איבערגענעכטיגטע אייער מיט הערינג שחל ליהות ביום רביעי, קניפן ציצית לע״נ ר׳ ישעילע אין מירון. נאסע דורכגעווייקטע מקוה האנטיכער פון אנגעבלאזנע חרון אף.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
הר הבית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:47 am
האט שוין געלייקט: 180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך הר הבית »

די אידן וואס זאגן Guitar 'קעטאר' מיט א 'ק'

די אידן וואס זאגן 'judge' דזארדז מיט א 'ר'
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די מענטשן וואס לייגן ארויף אויף זייער וואטסעפפ סטאטוס לאנגע דרשות וואס נעמט א גוטע 5 מינוט אדורכצוליינען, און ס'איז אוממעגליך עס צו באטראכטן אין די פאר סעקונדעס וואס מען קען זעהן דעם סטאטוס...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איינער שרייבט מיר אין אישי:
"לייג ארויף דיין פינגער, וועט עס בלייבן שטיין".
אכן נודע הדבר. עס העלפט טאקע. ואנכי לא ידעתי.
א דאנק פאר דעם יעניגן. תשואות חן חן לו.
וירח ה' את ריח הניחוח
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

מענטשן וואס שווענקען זיך גיט אויס דאס מויל אונעם מעין סינק און ביהמ"ד, און ווישן זיך אפ דאס מויל מיט דעם האנטוך וואס הענגט דארטן אויף זיך אפווישן די הענט. :roll:
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך הבל וריק »

די וואס ניצן מיך פאר א אמן זאגער פאר ברכת השחר זייענדיג זיך מזכה מיט מיין מצוה.

די וואס קוועטשען זיך אריין ווי רשי'ס מאמע אין א וואנט, ווען א נש גייט פארביי.

די וואס שמייכלען ציניש אהן ווערטער.

די וואס רעדן זיך אייביג איין אז זיי "קומען שוין פון דארט".

שכנים קינדער וואס פייגערען פאר א גלעט.

קליינע שכנים קינדער וואס הערן נישט אויף צו באטראכטן.

קליינע קינדער וואס מאכן זיך דווקא זיס.

קליינע קארני קינדער וואס געבן א טאטש און לויפן אוועק לאכענדיגע נפיחות, ווי כאילו איך קען זיי נישט א שטויס געבן פון אהונטער.

די וואס רייבן די פיס ביי א לחיים נאך-ברכה.

די וואס קומען מיט אויפגעשטאנענע פיאות אין שול.

די וואס ערלויבן זיך צו זיין אולטרא היימיש ווען מען שטייט צוזאמען ביי א קאל.

די וואס גיסן זיך אויס ס'הארץ פאר איינעם אומערווארטעט.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זאכן איך האס

שליחה דורך קל וחומר »

שמעקעדיג האט געשריבן:איינער שרייבט מיר אין אישי:
"לייג ארויף דיין פינגער, וועט עס בלייבן שטיין".

אויף דעם האט דאך די רבי פארפירט ביי די שובבים תורה!
דו"ק והבן.
פארשפארט