אחד העם האט געשריבן:הוגה כפארשטיי נישט וואס די ביסט עפעס אזוי סענסעטיוו, גראדע בין איך א שטארקע שטיצער פון"הומניזם דתי", כבין נאר נייגעריג צו זיין שיטה האט א שייכות צו הומעניזם אדער ער נעמט עס פון א ספריטואלער פערספעקטיוו, פארשטייסט?? ווער נישט אזוי פארלוירען ווען א קשיא קוקט נישט אויס צו זיין לפי רוחך , קודם מאך קלאר וואס יענער פרעגט און נאכדעם אטאקיר
[tag]אחד העם[/tag], ס'נאר געווען א ווערטל, גארנישט געמיינט, ואתכם הסליחה. בנוגע דיין שאלה, ס'מעגליך אז ליבוביץ איז געווען א יומעניסט מעגליך אז נישט, זיינע שיטות זענען זיכער נישט געווען באזירט דערויף. איך פארשטיי אבער נישט דיין שאלה בכלל, ווי קומט דער הבנה אין ביאת משיח צו יומעניזם? ליין מיין הסבר אינעם תגובה באלד נאך דיין שאלה.
קופערניקוס האט געשריבן: מען האט גע'אפפערט פארן גר"א, א מלאך אזוי ווי פארן בית יוסף אבער ער האט געזאגט ,"נאו טענקס" ווייל ער וויל אליין ארבעטן און פארשטיין אן קיין מלאך (פארשטייט זיך אז מיר דארפן ווען זאגן אז די "מלאך" איז נישט א גייסט מיט ווייסע פליגל נאר אזא סארט מעדיטאציע און אינערליכע פארשטאנד, אבער מען רעדט דאך.... )
ס'נישט דא אויבן א גרויסע אפיס בילדינג מיט cubicles פאר א יעדע מלאך, און ווען די באשעפער וויל שוקן א מלאך דייעלט ער זיין עקסטענטשען און לאזט אים א מעסעדזש, ס'נישט אזוי. נאר ווען די באשעפער שוקט איינעם א גוטע זאך דאס איז א מלאך. ווען ער שוקט איינעם א רפואה מיינט עס אז ער האט געשוקט מלאך רפאל, ווען דער מענטש באקומט א בשורה טובה האט אים גאט געשוקט אליהו הנביא. די זעלבע מיט דעם. די בית יוסף האט געלערנט מיט א מלאך מיינט נישט אז א יעדע נאכט איז ער געזעצן פארשפארט מיט א מענטש מיט א לאנגע ווייסע בארד און ווייסע קליידער און געלערנט צו די שיין פון א לעכט. עס מיינט אז ער האט עס פארשטאנען בלי קושי, א מתנה פון גאט. משא"כ די גר"א האט זיך יא געוואלט מתעמל זיין און לערנען.
יאיר האט געשריבן:ווען יאנקלאוויטש וואלט נישט געזאגט די ווערטער we are the ones we have been waiting for, וואלט מען נאך אפשר געקענט בדוחק גדול אריינלערנען אז ער פארלייקנט נישט דעם פיזישן משיח, אבער היות ער שרייבט די ווערטער, מיינט דאך עס קלאר אז די גאנצע השתוקקות וואס מיר האבן שוין צוויי טויזנט יאר איז בלויז פאר אונז אליין, אנו ולא אחר.
איך האב דאס שוין פריער פארענטפערט:
הוגה האט געשריבן:די גאנצע ביאת המשיח וואס מיר ווייסן, אלע גאלדענע פרטים זענען דא צו מאכן אז אידן זאלן מצפה ומחכה זיין דערויף און האבן א דרייוו צו טון די אויבן-דערמאנטע עבודה. אויב וואלט נישט געווען קיין עכטע משיח וואלט מען די עבודה נישט געטון. אבער די עיקר איז אונזער עבודה און אונזערע הכנה, און נישט די אקטואלע ביאה פון משיח.
יאיר האט געשריבן:בנוגע עבודה זרה: אויב די קריסטן וועלן ווייטער דינען ישו און די הינדוס וועלן דינען זייערע אפגעטער בימות המשיח, מיינט דאס אז עס וועלן ווייטער זיין עבודה זרות. נישט קיין חילוק וויפיל לומדות'ן דו וועסט אריינלערנען אז באמת איז דאס דער זעלבער גאט, ווייל אויב אזוי, דארף עבודה זרה ווערן מותר, ס'איז דאך אלץ דער זעלבער גאט!
עס איז אבער נישט קיין idols/עבודה זרה, און עס איז א מעלה אז די גאנצע וועלט וועט גלייבן אין גאט, אפגעזעהן אין וועלכע פארם. והא ראי' די גמרא טוט זיך אויף אז מ'האט געשחט'ן די יצרא דע"ז טראץ דעם וואס אנדערע רעליגיעס זענען געהעריג געבליבן. ועוד, א איד מעג דאך ע"פ הלכה אריינגיין אין א נישט אידישע בית תפלה ווילאנג ס'געפונט זיך נישט דארט קיין ע"ז.
.[/justify]