ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך דערמאן מיר יעצט אז בנימין בראון אין זיין בוך אויף דער חזו"א, דערמאנט עפעס וואס איז דא נוגע.
ער רעדט ארום דער חזו"א'ס בליק אויף בי"ד און שררה (נישט ירושה) און ער זאגט אז דער חזו"א האט געהאט א שטארקע צוטרוי צו די מענטשהייט מצד אחד און מצד שני האט ער געהאלטען אז די שוואכע עלעמענט האט בכלל נישט קיין מיינונג. עכ"פ, .....
.
עס איז לעצטענס געוועהן באשריבן ענדליכס אויף סאטמאר רבי זי"ע בנוגע זיין טראסט צו די המון עם, אפילו היינט אין סאטמאר איז פארבליבן דער אויסשפראך, המון עם, מיט א שוא אונטער די הא, און זיי זינגען נאך דער ניגון וויאזוי ער פלעגט זאגען "און וואס וועלען זיי זאגען?" ומה יענו איזובי הקיר, לעומת דער שיטה פין סטאלינער רבי היינט וואס האט דעקלערט אז ער טראסט זיין עולם מיט דער אינטערנעט. רוב רבי'ס רבנים האבן גאר א שטארקע זלזול אויף דער "המון עם" בשיטה אדער בלא יודעים.
עס איז דא א תשובה אין רשד"ם ווי ער רעדט וועגן וואטס אז חס ושלום די ארימעלייט זאלען האבען פונקט אזא דעה אין בחירות ווי די עשירים און ת"ח.
כלומר, אמאהל איז געוועהן סטאנדארט צו האבן עליטען קעגן די פויערען וואס ברוך השם די מערב וועלט האט עלימינירט. אבער די אידישע וועלט באדארף זיך נאך צוגעוואוינען צו דעם מושג.
איך שיהיה, איז אייביג געווען אין א שטאט דער מושג פין בחירות אויף א נייער רב, און אין די אחרונים האלטען רוב אז א שטאט קען אויפנעמען נישט א יורש ווען רוב ווילען אזוי
היינט אבער ווען א רביסטעווע איז אז סעמי פריוואטע ביזנעס איז זיכער אז מען קען נישט, נישט אויפנעמען א יורש, אפילו אין באבוב ווי דער בית דין האט לכאורה גענויטען אויך א ברודער, איז אויך געוועהן נאך אסאך סיבות, ווייל דער רבי אליין האט געזאגט, און ווייל א איידעם איז נישט א זיכערע יורש, און דער ברודער האט געהאט רוב.
היוצא לענינינו איז, אז רביסטעווע צו ראש ישיבה (היינו הך) גייט על פי הלכה צום יורש.
און די קשיא קראכט, מה זה עשה אלקים לנו?