גרופע דאקטורים גייען אנאנסירן: ברית מילה האט געזונט בענעפיטן
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
גרופע דאקטורים גייען אנאנסירן: ברית מילה האט געזונט בענעפיטן
די אמעריקאנע אקאדעמיע פון פידיעטרישאנס האט געמאלדן אז קומענדיגע וואך מאנטאג, אוגוסט 27 גייען זיי אנאנסירן א טויש פון פאליסי איבער ברית מילה. די אמעריקאנע אקאדעמיע פון פידיעטרישאנס איז א גאר וויכטיגע גרופע פון דאקטוירים און זייער ווארט טראגט גרויס געוויכט אין די מעדעצינישע וועלט. די פאליסי פון די אא"פ איבער ברית מילה איז זינט 1995 געווען אז כאטש ברית מילה האט מילדע געזונט בענעפיטן, זענען די ראיות נישט גענוג שטארק צו רעקאמאנדירן פאר די עלטערן דורכצופירן ברית מילה אויף זייערע קינדער אין ליכט פונעם פאקט אז עס קען זיך צומאל מאכן קאמפליקאציעס וועלכע קענען לייגן דעם קינד אין א סכנה (דא קענט איר זען די אריגינעלע פאליסי). די פאליסי האט ווארשיינליך געפירט צו דעם אז מעדיקעל אינשורענס קאמפעניס האבן כמעט קיינמאל געצאלט פאר מילה, און אזוי אויך צאלט נישט מעידיקעיר און 18 סטעיט פאר א ברית מילה. (נאך די טויש אין פאליסי וועלן אפשר מוהלים קענען אנהייבן טשארדזשן געלט פון מעדיקעיר, ווער ווייסט...) עס האט אויך גורם געווען אז די ראטע פון מענטשן אין אמעריקע וועלכע מל'ן זייערע קינדער האלט אין איין פאלן.
אין די אנאנסירונג קומענדיגע וואך גייט אא"פ מעלדן זייער טויש אין פאליסי. עס איז נאך נישט באקאנט וואס פונקטליך די טויש פון פאליסי גייט זיין, אבער דאס איז זיכער אז עס גייט זיין א פאזעטיווער טויש, אין ליכט פון די לעצטיגע שטוידעס וואס ווייזן אז ברית מילה העלפט רעדוצירן די ריזיקע פון באקומען HIV ביי 60 פראצענט און פון באקומען HPV ביי 50 פראצענט. ווי עס שיינט גייט מען נאך אלץ נישט רעקאמאנדירן ברית מילה, אבער מען גייט באשטעטיגן אז די בענעפיטן פון מילה וועגן איבער די ריזיקעס און אז עס איז א פאזעטיווע זאך פון א מעדעצינישע שטאנדפונקט.
ליינט דעם אויספירליכן באריכט אין די וואשינגטאן פאוסט.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ידען האט געשריבן:און וואס גייען זיי מעלדן וועגן מציצה בפה, וואס לויט ??? מאכט מען עס דאך נאר וועגן די געזונט?
לויט די גמרא, דוכט זיך רפרם בר פפא.
ווער זאגט זיי גייען מעלדן עפעס? עס איז גראדע אינטערעסאנט אז די אקאדעמישע שטודיע איבער די ריזיקעס פון מצב"פ איז אויך פובליצירט געווארן אין זייער זשורנאל "פידיאטריקס".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יעצט חברה, שטייט און קוקט צו ווי מ'גייט ברענגען דעם מאמר און מ'גייט זאגן, קוק, אפילו די דאקטוירים זענען אויך מודה אין די געזונטהייט פון מצות מילה, אבער פונעם אנדערען ארטיקעל אויף מצב"פ אינעם זעלבן זשורנאל, גייט מען זיך אינגאנצען פארהוילן, אדער גאר האקן אויף דעם, וואס ווייסען די נארישע דאקטוירים... א באנדע אנטיסימיטן.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
געפילטע עס גייט נאך טיפער. די געזונט בענעפיטן פון מילה איז נאר פאר STD, דאס הייסט אז פאר א זינדיגער איז דא בענעפיטן אויב איז ער גע'מל'ט. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען טריאומפירן מיט די געזונט בענעפיטן, בעת עס בענעפירט נאר זינדיגע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
יידל האט געשריבן:געפילטע עס גייט נאך טיפער. די געזונט בענעפיטן פון מילה איז נאר פאר STD, דאס הייסט אז פאר א זינדיגער איז דא בענעפיטן אויב איז ער גע'מל'ט. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען טריאומפירן מיט די געזונט בענעפיטן, בעת עס בענעפירט נאר זינדיגע.
דארט רעט מען פון פראסטעיט קענסער. האט א שייכות צו stds?
כאב מיך שוין דערשראקען אז קרעמער איז צוריק אין אייוועלט...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ידען האט געשריבן:יידל האט געשריבן:געפילטע עס גייט נאך טיפער. די געזונט בענעפיטן פון מילה איז נאר פאר STD, דאס הייסט אז פאר א זינדיגער איז דא בענעפיטן אויב איז ער גע'מל'ט. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען טריאומפירן מיט די געזונט בענעפיטן, בעת עס בענעפירט נאר זינדיגע.
דארט רעט מען פון פראסטעיט קענסער. האט א שייכות צו stds?
אינעם עי בי סי ארטיקל שטיי ווי פאלגנד:
Prior research has found that men who are circumcised are at lower risk of infections like HPV and herpes. Since infections have been linked to an increased risk of prostate cancer, researchers said the findings fit in with past research on the subject.
אין אידיש: פריערדיגע ריסוירטש האט געפינען אז מענטשן וואס זענען גע'מל'ט האבן א קלענערע ריזיקע פון ווערן אינפעקטירט מיט HPV אדער הערפיס (ביידע פון זיי STDs). זינט אינפעקציעס זענען פארבינדען מיט א געהעכערטע ריזיקע פון פראסטעיט קענסער, האבן פארשער געזאגט אז די געפינסן שטימען מיט פארגאנגענע ריסוירטש.
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אז די STD אינפעקציעס העכערן די ריזיקע פון פראסטעיט קענסער, און היות מל'ן נידערט די ריזיקע פון STD אינפעקציעס, נידערט עס אויטאמאטיש די ריזיקע פאר פראסטעיט קענסער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יידל האט געשריבן:געפילטע עס גייט נאך טיפער. די געזונט בענעפיטן פון מילה איז נאר פאר STD, דאס הייסט אז פאר א זינדיגער איז דא בענעפיטן אויב איז ער גע'מל'ט. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען טריאומפירן מיט די געזונט בענעפיטן, בעת עס בענעפירט נאר זינדיגע.
יא, אבער STDs זענען נישט עקסלוסיוו פאר זינדיגע.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:יידל האט געשריבן:געפילטע עס גייט נאך טיפער. די געזונט בענעפיטן פון מילה איז נאר פאר STD, דאס הייסט אז פאר א זינדיגער איז דא בענעפיטן אויב איז ער גע'מל'ט. איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען טריאומפירן מיט די געזונט בענעפיטן, בעת עס בענעפירט נאר זינדיגע.
יא, אבער STDs זענען נישט עקסלוסיוו פאר זינדיגע.
אמת, אבער די בענעפיטן פון זיך מל'ן (אז ס'פארמינערט באקטיריעס באותו מקום און דערפאר איז דא ווייניגער שאנסן פון כאפן א צווייטן'ס STD באו"מ) איז דאך נאר פאר זינדיגע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:דא איז עס
דאס איז נאר די רעפארט פון וואס איז נייעס. דא איז די נייע אפיציעלע פאליסי פאפיר פון די אמעריקאנע אסאסיאציע פון פידיאטריקס.
די נייע פאליסי שרייבט אז די געזונט בענעפיטן וועגן איבער די ריזיקעס, אבער נישט גענוג עס צו רעקאמאנדירן פאר עלטערן, נאר ענדערש לאזן עלטערן אליין מחליט זיין. אינעם עבסטרעקט שרייבן זיי:
כאטשיג געזונט בענעפיטן זענען נישט גענוג מ'זאל רעקאמנדירן רוטינע מילה פאר אלע נייע געבוירענע זכרים, זענען די בענעפיטן פון מילה גענוג צו ערמעגליכן צוטריט צו דעם פראצעדור פאר עלטערן וואס ווילן דאס טון פאר זייערע קינדער און אז מעדעצינישע אינשורענס זאל צאלן דערפאר."
אויב וועלן די אינשורענס קאמפעניס און מעדיקעד אננעמען די רעקאמענדאציע, דאן וועלן אונזערע מוהלים קענען אנהייבן רייסן געלט פון מעדיקעד. (דא וועט מען שוין נישט הערן די טענה אז מ'טאר נישט ערלויבן די רעגירונג זיך אריינצומישן אין שמירת המצוות...)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
אינטערעסאנטע פוינטס וועגן די רעפארט
http://finkorswim.com/2012/08/28/a-more ... cumcision/
אגב ווער איז דער פינק? ער שטעלט זיך ארויס אלץ א אויסגעשפראכענע מענטש.