berlbalaguleh האט געשריבן:בלו מאאן: איך האב גערעדט איבער אן אנדערן 80 יעריגן איד וועלכער איז פארמשפט' צו לעבנסלענגליכע תפיסה. אריינגעדרייט דורך זיינע אייגענע נעפיוס (ברודער'ס קינדער) וועלכע זענען געגאנגען אין קאורט און מגלה געווען א טייל פון זיינע מעשים טובים וואס ער האט אנגעשטעלט. זיי האבן נאכנישט אויסגעפונען אלעס. אבער דאס איז א רעזולטאט פון וואוינען בשכינות פון נאנטע משפחה מיטגלידער. אפשר איז דא א הסבר עפ"י נגלה אויך פאר די צוואת ר' יהודא החסיד וועלכער האט געזאגט אז 2 ברידער'ס זאללן נישט וואוינען צוזאמען אין איין הויז. ער האט עס באזירט אויף א פסוק אין די תורה...ס'שטייט. כי ישבו אחים יחדיו...ומת אחד מהם...! אבער, עכ"פ מ'זעהט אז ס'איז נישט א גוטע זאך. א יעדער דארף שטרעבן זיך צו פארטראגן מיט די שכנים. אבער משפחה זאללן זיך נאר טרעפן אויף שמחות. נישט אריין קריכן א יעדער אין דעם אנדער'נ'ס קישקעס...!
אויב רעדסטו פון הרה״ח ר׳ נפתלי ש. שליטא מחסידי סאטמאר/וויזניץ
ער האט נישט ממש באקומען א לעבנסלעגליכע תפיסה, ער קומט שוין ארויס נאך אביסל האפענטליך.
עס איז כדאי צו באמערקן אז דער ר׳ נפתלי האט געטוהן א געוואלד מיט צדקה וחסד אין זיינע יאהרן, אזש אז ער איז געגעאנגען זיצן די ערשטע מאהל מיט יאהרן צוריק ווייל ער האט געוואלט ארויסהעלפן א צווייטען איד וועמען ער האט בכלל נישט געקענט פארדעם, א וויזניצער חסיד פון שיכון וויזניץ בני ברק. ער האט געוואלט אינטערקויפן די ריכטער. דאן זענען אלע גרויסע רבנים געפארן קיין וואשינגטאן צו פרעזידענט קארטער שתדלן פאר אים, די באוויסטע בילד פון די ברך משה, די באבובער רב הרה״צ ר׳ שלמה, און ר׳ מאטעלע איז פון יענע באגעעגניש לטובת ר׳ נפתלי.
איך רעדט נישט אריין אין זייער משפחה געפעכט, איך ווייס נישט וואס דארט איז פונקטליך געשעהן, אבער איין זאך איז זיכער ר׳ נפתלי האט א הארץ פון פוטער, איך קען אים פערזענליך, ער איז א גיטע חבר מיט מיין טאטע, ער האט אלע יאהרן געדאווענט אין וויזניץ אויף 6 ליע עווניא אינדערווארכן, און ער איז א פייערדיגע חסיד פון ר׳ מאטעלע זז״ג.
די אנדערע זייט משפחה קען איך אויך, איך בין א פערזענליכע פריינד מיט איינע פון זיינע נעפיוס הרה״ח ר׳ ש. י. שליטא פון ב״פ א סאטמאר חסיד מהר״א, ער איז א וויואלער איד א זעלטנע פיינע הארץ, א ריזיגע בעל צדקה בסתר ובגלו. ער קומט צו אלע מיינע שמחת פון אנפאנג ביז די ענדע.
איך קען נישט גלייבן אז אזא איד זאל האבן געטוהן אזא זאך, און למעשה איז ער מיין איך טאקע נישט געוועהן פארמישט אין די פרשה מיטן פעטער.