בן ישי האט געשריבן:ליסטע וואס איך ווייס, רוב האלט אינמיטן אדער האבן נאנטע פלענער.
באבוב האט א לאט אויף 14 51 ווי זיי גייען בויען א בנין פאר זייער סקול, אין א לאט אויף 36 ווי זיי גייען בויען פאר די חדר, אין אויך האבן זיי א פארקינג לאט אויף 48 לעבן דאס ביהמ"ד.
באבוב 45 האט א בנין אויף 62 וואס זיי ניצן א חלק אין פארדינגען א חלק אין ווען זיי וועלן האבן געלט וועלן זיי עס ענדיגן, זיי האבן א לאט אויף 14 49 פאר א ביהמ"ד וואס ווארט אויך אויף געלט, זיי האבן א לאט וואס זיי האבן געקויפט פאר די חדר, די הויז אויף 15 49 באלאנגט פריוואט פאר זייער רב.
סאטמאר האט א לאט פאר א נייע חדר אין אויף 14 53 א פארקינג לאט פאר די ביהמ"ד, אויף 15 45 א פארקינג לאט וואס זיי פארדינגען דערווייל מיטן פלאן צו בויען דארט אמאל.
מונקאטש האט אנגעהויבן פארקויפן די ליידיגע לאטס אין הייזער.
קלוזינבורג קויפט אפיציעל פאר יארן ארים ווען מ'וועט עס דארפן.
בעלזא האט א לאט ווי זיו בויען א חדר.
קראסנא האט א בנין אויף 16 43 וואס לעצטענס זעהט אויס ווי מ'האט צוריק אנגעהויבן ארבעטן דארט.
ווען מען רעדט פון בילדינגס איז נישט שייך צו זאגן פאר וועם עס באלאנגט עס שטייט שטחים ליידיג
באבוב 48 האט פלאץ פאר זייער חדר אין די עקזיסטירנדע בניינים
באבוב 45 איז נישט קיין תירוץ עס באלאנגט פאר פרייוועט און באבוב 45 האט אויף 62 א ליידיגע לאט דאס אויסער די ליידיגע בנין פארוואס ברויך מען די לאט אויך
קלויזנבורג האט אפגעקויפט א בנין פאר זייער מיידל סקול ווי זיי גייען עס ניצן גלייך, אויף די מינוט דינגען זיי פון אנדערע דאס איז נאכדעם ווי זיי האבן געבויט א בילדינג הארט נעבן די עקזיטירנדע בילדינג
אויף 39 ביי 10 עוו. האבן זיי געקויפט א לאט געבויעט א בילדינג, זיי בוין צו א שטאק שוין צום דריטן יאהר
זיי האבן געבויט א בילדינג אויף 65 ביי 20
יעדע לאט וואס זיי האבן היינט דאס מיינט סך הכל 2 גייען זיי בויען דערויף
די לאט אויף 39 ביי 16 גייט פאר מיידל סקול און די איצטיגע מיידל שולע ווערט א חדר די בנין דערנעבן וועט ווערן די מתיבתא זיי גייען עס ארא ווארפן שפעטער
אויך ווען עס וועט זיין געלט..
זיי האבן פארקויפט א לאט אויך 15 ביי 50 און געקויפט די בילדינג לעבן זייער סקול און ביי 14 און 51
מונקאטש האט נישט קיין תירוץ
באבוב 45 אויף 62 לאט נישט דער בנין האט נישט קיין תירוץ
די לאט אויף 15 49 באלאנגט פריוואט בקיצור די רבנים זענען דא פאר ביזנעס
על הדא קא בכינא