דער וואס האט גערעדט די מערסטע צום זאך, זיך געהאלטן די מערסטע צום פונקט, קיינמאל גערעדט חוצפה'דיג אדער ביליג, און האט למעשה באוויזן אז זיין מיינונג זאל בלייבן די אנגענומענע חוות דעת, איז גאר אדמו"ר מפאפא שליט"א. ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ס'איז תלוי בגדולי ישראל שבארץ ישראל, און ער האט געזאגט מיט וואונדער אז ס'קלעבט עפעס נישט אז מ'זאל אונז דארפן פון אמעריקע, צו קומען געבן דרשות אין ארץ ישראל (דער קרית יואלער האט נישט געכאפט פונקטליך זיין כוונה. און האט געמיינט אז פאפא רבי וויל טאקע דרש'נען אין ארץ ישראל)
דאס איז געבליבן די אנגענומע חוות דעת?? ביי וועם? ר' דוד? ר' אהרן? דאס אלעס ר' מלכיאל האט זיך קלאר געאייסערט אז אלעמאל האט זיך געפירט מערכות פון אמעריקא בכלל זיך נישט געקימערט מיט רבני ארץ ישראל און אזוי האט זיך געפירט זיין זיידע הגאון ר' אהרן קאטלער.
ר' אלי' בער איז אויך ביי דעם מיינונג און ר' חיים פלאהר אויך און איין ראטענבערג אויך.
איז פונקליך ווי איז געבליבען די פאפענע חוות דעת?
די היינטיגע פאפא רב איז אלס געווען לינק און א שונא פאר סאטמאר ווי זיין זון עסט זיך דאס געזונט אויף עם ווייל די נארישע טאטע האט אים געטראגן אין די ל' יארן צו ..... אנשטאט צו סאטמאר רב...
די מציאות איז אז די קנאותדיגע מהלך פון גרויסע רבנים פאריגע דור איז געווען גענוי ווי מרן ראש גולת אריאל פירט אן, און ווי אלע עלטערע רבנים ביי די אסיפה זענען מעיד.
ר' אהרן פון מונראוי איז געקומען במחשבה תחילה מיט די פאסיווע מהלך אונטער צו ברענגען די מערכה, און מען זעהט ווי די שונאים פון סאטמאר כאפן זיך צו דערצו זאגט דאס שוין אלעס.
סאטמאר רב זצ''ל האבן די לינקע קיינמאל חושד געווען אפי' בטעות אז ער איז אויף זיין
מעי
ר' מלכיאל קען איך בכלל נישט פארענטפערן. רעדן אז אלע רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה צו אים, איז א גראבע ליגנט (כאטש א ליגנט. ווידער א פארשעי'ע תמימישע מאסקע פון זאגן אז מ'האט באקומען בריוון פון ספרדים און אשכנזים אין ארץ ישראל, וואס ווייזט זיך ארויס צו זיין די צעטל פונעם עדה, איז ליגנט און טיפשות ביינאנזאם). ער זוכט אויך קלאר זיך אפצושאקלען פון גדולי ארץ ישראל, און דערפאר רוקט ער אריין דעם "זיידן" בעל משנת ר' אהרן (נישט געוואוסט אז דער ליטוואק רעדט שוין חסידישע סטיל "דער זיידע") וואס האט געהאט אייגענע דעות נגד דעת גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זיך מאכנדיג אומוויסנדיג פון קרית יואלער רבי'ס ענטפער דערויף, און בעיקר פונעם פאקט אז ר' אהרן קאטלער איז געווען גדול הדור בשעתו - א זאך וואס ר' מלכיאל איז ניששששששט!
אנטשולדיגט ר' אהרן פון מונראוי ענטפערט עם גארנישט א פלענער ליגענט פון דיר...
און ווייטער חזר'סטו איבער אז זאגט א ''גראבע ליגענט'' אן קיין שום פראוו דערצו...
און עמעזאן מעג זיך באגראבן
א מין שפראך דאס?? ווייל איך וואג זיך צו זאגן אנדערש ווי די לייב וואס ברומט קללות אן קיין פראוו???
יעצט זעה איך טאקע אז די ארי נוהם איז סתם אן אנגעגעסענע שונא צו די חרדישע רבנים און פרייט זיך צו יעדע לינקע ווארט וואס קומט ארויס פון סיי וועם זאל עס זיין די פאפענער צו גאר די מונרויער פיקח