על הא ועל דא (א')

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
אורים ותומים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 03, 2017 9:19 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

על הא ועל דא (א')

שליחה דורך אורים ותומים »

ווער עס וועט איבערליינען מיין ערשטע תגובה אין ק"ש, ביים "ברוכים הבאים" אשכול, וועט זען ווי איך דערצייל איבער מיין נישטערן אין אוצר הספרים'ס א.א.וו.

ווי א ריכטיגער פאציענט פון די שוידערליכע אומהיילבארע קרענק, גערופן "הציץ ונפגע" סינדראם, האט איין ספר געברענגט דעם צווייטן, דער צווייטער דעם דריטן, און דער דריטער דעם פערטן. די נעמען און די אינהאלט פון די ספרים, האבן זיך אויך געטוישט מיט די צייט - הגם ס'איז נישט געקומען "זה במקום זה" נאר "לא זו אף זו". הצד השווה שבהם, אז אפילו אין ספרים על טהרת הקודש, כאפט דער אויג שוין אויף אסאך טשיקאווע שטיקלעך און מאדנע הערות, וואס זענען ווערד פאראייביגט צו ווערן.

איך האף דא אנצוהייבן ארויפלייגן אינטערעסאנטע בלעטער פון ספרים, וואס זאגן פארשידענע חידושים וואס מיר האבן נישט געוואוסט אדער זיך פארגעשטעלט אז זיי וועלן עס שרייבן.

[center]*[/center]

אין ירושלים האט געוואוינט דער באקאנטער צדיק און גאון מופלג, רבי דוד בהר"ן (זיין פאטער איז געווען דער צדיק פלא רבי נחום שאדיקער זצ"ל, וואס דער חפץ חיים איז אינספירירט געווארן פון אים. ער איז אויך געווען א ברודער פון רבי זלמן בהר"ן, א צדיק וגאון פאר זיך). ער איז געווען א תלמיד פון רבי יהושע לייב דיסקין, אן איידעם ביים טשיקאווער קנאי רבי עקיבא יוסף שלעזינגער, א חברותא מיטן ליטווישן מקובל דער "לשם", און ער איז אויך געווען פון די ירושלימ'ע רבנים וואס האבן שטארק געשטיצט דעם עדה החרדית. פאר מער איבער אים, ליינט דא.

תמונת קדשו של רבי דוד בהר"ן:
דוד_בהרן.jpg


האבנדיג א קורצע בליק אויף זיין עכט-פרומע לעבן, לאמיר גיין צום פונקט.

קנאפע זעקס יאר צוריק, איז ערשינען א ספר'ל מיטן נאמען "ארח דוד", וואו זיינס אן אייניקל האט צאמגעקליבן אלע "הלכות והליכות, חידושים ומכתבים, אורחות ותולדות" פון רבי דוד בהר"ן, און זיין משפחה.

בתוך הדברים ווערט געברענגט א פסק, וואס פארשטייענדיג פון וועמען מיר רעדן דא, איז עס היבש מחודש'דיג. רבי דוד האט גע'פסק'נט, אז מ'זאל נישט זאגן דעם באקאנטן נוסח "מי שברך" פאר א חולה, וואו מ'דערמאנט אז ער זאל האבן א רפואה ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, נאר מ'זאל גענצליך אויסלאזן די ווערטער וויבאלד היינט צוטאגס ווייסן מיר אז א מענטש האט אן אנדערע צאל איברים וגידים, און טראצדעם וואס די משנה ברענגט שוין די צאל איברים וגידים, זאגן מיר אז עס איז "נשתנו הטבעיים", און דערפאר זאל מען היינט זאגן "בכל אבריו ובכל גידיו".

מיט דעם נויגט ער אפ פונעם מער טראדיציאנאלע וועג פון מסביר זיין אז עכט זענען יא דא פונקט רמ"ח ושס"ה, נאר חז"ל האבן געוואוסט פונקטליך וואס הייסט אן אבר און וואס הייסט א גיד און וואס איז עפעס אנדערש, אדער פון זאגן אז ס'מיינט העכערע בחינות. ר' דוד זאגט פשוט, ס'מיינט דאס וואס היינטיגע פארשער רעדן פון, און וויבאלד די צאל איז אנדערש מוז מען זאגן אז "נשתנו הטבעיים", אבער פאקט בלייבט פאקט אז היינט זענען נישטא קיין רמ"ח אברים ושס"ה גידים.

בייגעלייגט:
IMG_8813.JPG

IMG_8814.JPG

IMG_8815.JPG


[center]*[/center]

ווער האט זיך נאכנישט געוואונדערט איבער די מאדנע סארט פלפולים, אז פרעה האט געהאלטן "קנין הפירות כקנין הגוף דמי" און משה האט געהאלטן אז "קנין הפירות לאו כקנין הגוף דמי", אדער אז "משה האט געהאלטן...", אבער "קרח האט געהאלטן...", א.א.וו. וואס דער ספר פרשת דרכים איז פול דערמיט וכמה גדולים וטובים נהו אחריו.

געווענליך וואונדערן מיר זיך אפילו אויף די מחברי הספרים. וואס האבן זיי טאקע געקלערט? אז פרעה, לבן, עשו, קרח, און אלע אנדערע חברה, זענען געווען אזעלכע גאונים בתורה מיט טיפזיניגע חשבונות פארוואס זיי זענען גערעכט?!

קומט אבער א חסידישע רבי מיט א שיינע פשט: נישט זיי אליינס האבן אזוי געזאגט, נאר זייער שר האומה למעלה האט אזוי געזאגט! מלאכים, קענען אבוויעסלי יא לומדות... א חידוש אז דאס איז אונז נישט איינגעפאלן, אזא שיינע שח-מט ענטפער.

בייגעלייגט:
ספר "מעט מים" להרב יהודה יצחק פרענקל ז"ל, תלמידו של רבי שלום קאמינקער
ספר "מעט מים" להרב יהודה יצחק פרענקל ז"ל, תלמידו של רבי שלום קאמינקער


[center]*[/center]

איך האב נאך אסאך זאפטיגע שטיקלעך, אבער די פארום לאזט נישט ארויף מער פון פינף בילדער פער תגובה. (פארוואס טאקע?)
נו, וועלן די איבעריגע זאכן דארפן ווארטן אביסעלע...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער אינטערעסאנט. א גרויסע יישר כח פאר מיטטיילן דא און מיר קוקן ארויס אויפן המשך. אגב, דאס איז גוטע סחורה, אולי וואלט כדאי געווען צו מאכן דערפון אן עטליכע קאלום אין די וועקער?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

איך האב אויך אפאר גוטע צעטלעך אוועקגעלייגט, כאטש אזא פעדער ווי אורים ותומים האב איך נישט, וועל איך נאך אלץ ארויסלייגן אפאר זאכן.


יעדער ווייסט וועגן די שיטת הרמב"ם אז ס'נישטא אזא זאך ווי שדים, וואס זענען פארקערט ווי אפענע גמרות, און דער גר"א האקט שוין דערוועגן ואכהמ"ל.

פאלגענד איז א שטיקל פילאזאפיע פון רבי יצחק הוטנר ר"י ר' חיים בערלין, ווי ער פריבירט צו פארענפערן דעם "שווערן רמב"ם". א טיפישע שטיקל פחד יצחק...
פחד יצחק.JPG



ווער האט נאכנישט געהערט פון די מערכה, ווען ר' יעקב קמינצקי'ס זון, ר' נתן, האט ארויסגעגעבן אן אנגלישן ביך אויפן טאטן, בשם מעיקינג אוו עי גדול, דהיינו וויאזוי אזא גדול איז געשאפן געווארן. די ספר האט גלייך זוכה געווען צו א פאק השמצות און חרמות, פאשקעוולן און רדיפות, צוליב זיין חטא פון נישט צענזירירן כדרכי חרדיזם.

די פאשקווילן ווארפער, דאס מאל מער ליטווישע קנאים פגעים בו סטיל, האבן א טעם, נישט קיין ווילי סטיל הזדעזעי ת"ק פרסה, וואס די וועלט הערט פשוט נישט אויף צו טרייסלען פון די זעזועים.

ווידער די ליטאים האבן געהאט חידושים במלאכת הפשקעווילעזאציע, דוק ושטיק דעך. מצד שני זענען אויך ערשינען געגען ענפערס, ליצי ליצנות.
תני רבנן.JPG

צא טמא.JPG



גראדע האבן די סאטמארע אויך אביסל זאפט, און די חידוש איז אז אפילו בני יואל'ע חברה קענען צומאל זאגן גוט. איך האב אן אלטע עמוד גמרא [אויפגעמאכטע] מעשי ידם של בני יואל אדער ענדליכע חברה, ביים פרשה פון קרית יואל'ע פובליק סקול פרשה, ווען סאטמאר האט געפירט א מערכה מיט ר' חנינא לייטנר אין תשנ"ה.

די גמרא איז א הערליכע יצירה, און נאר ווער ס'איז אויסגעקאכט אין יענע פאליטיק וועט כאפן די רמזים הק' הטמונים בהן.
מזוזה הניטלת, מסכת עבודה זרה.JPG



איינער געדענקט נאך אז אמאל איז געווען א מערכה קעגן די אינדיאנא שייטליך? די שריפות זענען געווען ווינדערליך, אבער אחריו היתה הדממה.

אלענפאלס אין יענע תקופה זענען ערשינען פארשידענע ליצנות'לעך, איינע פון זיי איז די פאלגענדע שיר, אין ענגליש:
שייטלעך.JPG



אויב דער עולם וועט צייגען אינטרעסע, האב איך נאך זאכען מיטצוטיילען
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א גרויסע ש'כח ר' אריה. דער זמר וואס דו האסט געלייגט ביים סוף ליינט זיך בעסער ווען מען ליינט עס מיט די ניגון. (בניגון הידוע if you're happy and you know it clap your hands.)
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ גדול. באמת הערליך.

דער סומאטוכע אויף the making of a gadol איז ווערט א גאנצע אשכול, נאר איך האב נישט גענוג אינפארמאציא. איך האב דער בוך אויף פי.די.ף. און ס'איז באמת זייער באלערנט און אינטרעסאנט, אבער אפשר נישט פאר'ן כלל הציבור. ער האט השערות וואס זענען נישט אזוי שיין צו הרב אהרן קוטלר, אבער זיין אייניקעל האט עס געמאכט פאר א פערזענליכע קאמפף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

בנוגע די ערשטע קרישקעלע וועגן די רמ"ח איברים וכו', פארשטיי איך נישט פונקלטיך פארוואס מדארף אייביג ארויסציען די דזשאוקער אז נשתנו העתים אדער נשתנה המציאות, ווי צו זאגן אז די בריאה פון מענטשען אין בהמות טוישן זיך כסדר, וואס הערט זיך זייער זייער מאדנע, און קען נאך אויך ח"ו ברענגן מחשבות פון עוואלוציע וכדו'. פארוואס פאסט נישט צו זאגן אז חז"ל האבן אזוי פארשטאנען לפי וואס איז דעמאלס געווען אנגענומען צווישן די חכמי האומות, וואס זיי האבן אזוי פארשטאנען לפי דאס מערסטע וואס ידם מגעת, און יא! מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע זעהן מיר אז אסאך זאכן איז נישט פונקט אזוי ווי ס'איז געווען אנגענומען מיט טויזנטער יארן צוריק!

גענוג גמרות טרעפט מען וואס חז"ל האבן אליינס מודה געווען צו די חכמי אומות העולם, (ולדוגמא בעלמא עיין פסחים צד:, וואס אגב איז גאר שווער ווען אסאך האבן אנגענומען שיטת ר"ת וואס לכא' איז עס געבויעט אויף דעת חכמי ישראל אז די זוהן שניידט אריין אין די רקיע ביינאכט) אשר ע"כ זעהן מיר קלאר אז זיי האבן נישט געוויסט ממש אלעס ברוח קדשם. ובפרט אז חז"ל'ס עיקר ידיעות איז געווען אין די תורה און דייקא נישט און פרעמדע וועלטליכע ענינים איז דאך פשוט אז די חלק הידיעות האט געשטאמט פון זייערע מקורות.
(ווען דאס מציאות איז אנדערש און קלאפט אויס אויף אן הלכה איז שוין אן אריכות, וואס מ'האט שוין דא גערעדט אפאר מאל)

פארוואס??

פאר קלארע דוגמאות ווי דברי חז"ל שטימען נישט מיט די מציאות ליינט אדור דעם גליון.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך פארשטיי נישט די קשיא. ווער זאגט אז די מעדיצינישע וועלט רופט אן אן אבר וואס מיר רופען אן אן אבר? וועלכע חלק פון די משנה וואס רעכענט אויס אלע איברים פון א מענטש'ן איז נסתר פון די מציאות, היינט צו אמאל?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך טמיר »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די קשיא. ווער זאגט אז די מעדיצינישע וועלט רופט אן אן אבר וואס מיר רופען אן אן אבר? וועלכע חלק פון די משנה וואס רעכענט אויס אלע איברים פון א מענטש'ן איז נסתר פון די מציאות, היינט צו אמאל?

יעדע גאנצע ביין איז אן אבר. עס איז נישט שייך צי קריגן איבער דעם
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך טמיר »

ווער עס קען מסביר'ן די ווערטער פון פחד יצחק איבער שדים, וועל איך עם בלי נדר נאכטראגן די קליידער אין בית המרחץ
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך קל וחומר »

בריה בעולם מיינט ער לכאורה א בריה של כח הדמיון וואס דער וועלט פארמאגט אין זיך פונקט ווי דער מענטש (ע"פ אבדר"נ).

לויט די היינטיגע מושגים קען מען עס ארויפלייגן אויף די ווידיאו'ס פון די אלע מאנסטערס און דרעגאן'ס וכדו'.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:

לויט די היינטיגע מושגים קען מען עס ארויפלייגן אויף די ווידיאו'ס פון די אלע מאנסטערס און דרעגאן'ס וכדו'.

ביסט ערענסט?? :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טמיר האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די קשיא. ווער זאגט אז די מעדיצינישע וועלט רופט אן אן אבר וואס מיר רופען אן אן אבר? וועלכע חלק פון די משנה וואס רעכענט אויס אלע איברים פון א מענטש'ן איז נסתר פון די מציאות, היינט צו אמאל?

יעדע גאנצע ביין איז אן אבר. עס איז נישט שייך צי קריגן איבער דעם

א פארנעפלטע ויכוח דאס...

איז דא איינער ביינונז אין שטיבל וואס פארשטייט די נושא פונקטליך? איינער ווייסט דא פונקטליך צו וועלעכע איברים חז"ל האבן זיך באצויגן און לאידך גיסא די אנאטאמיע וואס מיר קענען היינט, און קען מסביר זיין די פונקטליכע חילוקים?
דערווייל קוקט עפעס אויס ווי מ'בלעבלט נאך א טענה דא מעכיל מפי רעכיל.
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך קנאק-יענקל »

אורים ותומים האט געשריבן:ווער האט זיך נאכנישט געוואונדערט איבער די מאדנע סארט פלפולים, אז פרעה האט געהאלטן "קנין הפירות כקנין הגוף דמי" און משה האט געהאלטן אז "קנין הפירות לאו כקנין הגוף דמי", אדער אז "משה האט געהאלטן...", אבער "קרח האט געהאלטן...", א.א.וו. וואס דער ספר פרשת דרכים איז פול דערמיט וכמה גדולים וטובים נהו אחריו.

געווענליך וואונדערן מיר זיך אפילו אויף די מחברי הספרים. וואס האבן זיי טאקע געקלערט? אז פרעה, לבן, עשו, קרח, און אלע אנדערע חברה, זענען געווען אזעלכע גאונים בתורה מיט טיפזיניגע חשבונות פארוואס זיי זענען גערעכט?!

קומט אבער א חסידישע רבי מיט א שיינע פשט: נישט זיי אליינס האבן אזוי געזאגט, נאר זייער שר האומה למעלה האט אזוי געזאגט! מלאכים, קענען אבוויעסלי יא לומדות... א חידוש אז דאס איז אונז נישט איינגעפאלן, אזא שיינע שח-מט ענטפער.


א געוואלדיגן ייש"כ פארן אינפארמאטיווער אשכול.

אט דער "חידוש" ווערט שוין דערמאנט אין די הקדמה פונעם רבן ומאורן של ישראל דער חתם סופר זי"ע,
ווי זיין זון הגאון ר' שמעון סופר ז"ל אבד"ק קראקא שרייבט איבער דעם דרך ה"דרוש" פונעם פאטער,
אז צומאל קען מען מחדש זיין אז "משה ופרעה יהיו חלוקים בפלוגתת הרמב"ם והראב"ד"

בייגעלייגט קוקט אינעם ערשטן שטיקל פון די הקדמה אויף חתם סופר על התורה.
בייגעלייגטע פיילס
הקדמת ר''ש סופר על חת''ס.pdf
הקדמת החתם סופר
(207.27 KiB) אראפגעלאדנט 120 מאל
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

זע איך אז דער עולם איז יא אינטרעסירט, וועל איך טאקע ממשיך זיין ארויפצולייגן נאך אפאר גוטע פאפירן.


איר האט שוין אוודאי געוויס געהערט די מאדנע מעשה וואס ווערט דערציילט אויף ר' ר' זושא פון האניפולי, אז איינמאל איז ער אנגעקומען אין א שטאט און נישט געהאט וואס צו עסן און טרינקען, און עס איז אים באשאפן געווארן דדים של אשה אין די ציינער, איינע פון זיי האט אים געגעבן מילך און די צווייטע האט אים געגעבן האניג, בבחינת דבש וחלב תחת לשונך.

איר האט מסתמא געמיינט אז דאס איז א לעגענדע ווי אלע אנדערע לעגענדעס אן קיין מקור. אט איז אייער סורפרייז, עס האט א מקור און זאגאר א פריערדיגע חסידישע רבי: ר' אייזיקל קאמארנער אין זיין ספר היכל ברכה על התורה, ברענגט אראפ די מעשה ממש ממקור ראשון.

לויט ווי ער דערציילט, האט ער עס געהערט פון זיין שווער ר' אברהם מרדכי פינטשובער, וואס האט עס געהערט פון ר' זושא'ן זעלבסט!

ליינט די מעשה:
דבש וחלב.JPG



יעדער ווייסט אז ר' אברהם לייטנער האט געהאט צוטון מיט סאטמאר, און לבסוף געמאכט א קאמבעק ונתקדש בסילודין ע"י זאלונים, ואהרונים בעל כרחם ענו אמן אז ער איז לפחות געווען א ערליכע איד.

כמובן וואלטן ביידע סאטמארע פראקציעס געווען מער ווי פרייליך, אז די פאלגענדע צעטל זאל נישט ארויפקומען, וויבאלד דאס ברענגט ארויף א טרויעריגע קאפיטל פון סאטמאר, ווען טעראריזם, פאשעקווילן, און רשעות אויף גאר א שרעקליכע פארנעם, איז געווען א געהעריגע אקצעפטירטע זאך.

ב"ה אז היינט איז סאטמאר גענצליך אנדערש ווי אמאליגע יארן "בשנים כתיקונם"... אבער אט האט איר א ביישפיל פון אמאליגע סארט צוגאנג צו מתנגדים. דער וואס קען היסטאריע, וועט קענען ליינען תילי תילים רמזים אין יעדע פאר ווערטער.
לייטנער.JPG



פאר די וואס זענען גאר אויסגעקאכט, איז די פאלגענע "רחמנא אידכר לן" זייער א גוטע פזמון צו דערמאנען א זאק מעשים אשר לא יעשו ושנעשו. פאר די וואס זענען נישט אויסגעקאכט, זייט וויסן אז יעדעס איינע פון די "רחמנא אידכר לן'ס" איז א פרשה וואס פארדינט דעקונג פאר זיך - א זאך וואס כ'בין נישט אויסן צו טון.

אזוי צו א שטרוי, איז אפטמאל אינטערסאנט ווען מ'זעט א פאשקעוויל וואס טראגט מער א געשמאקע טוויסט צו זיך, ווי סתם שרייען פוי.
רחמנא אידכר לן.JPG



מענין לענין, איז דא א געשמאקע פורים פיוט, וואס איז בערך על דרך "ויהי בחצי הלילה" פיוט, און "ואמרתם זבח פסח" פיוט.

עס רעדט זיך כמובן איבער שאשקענען פורים און עסן א סעודה כראוי. זייער שוין און אריגינאל.
משתה היין.JPG



איינער געדענקט נאך די פיש וואס האט גערעדט אין סקווער?

לאנגע יארן נאכדעם איז דאס נאך געווען א גוטס וואס האט געשאפן ווערטלעך לרוב, צווישן זיי אזעלכע ווי "איש מפי פיש", אדער די סיין אין די פיש סטאר אז ווען די פיש רעדן זאלן זיי ח"ו נישט רעדן קיין לשון הרע, א.א.וו.

פאלגענד איז א מדרש וואס איינער האט אפגעשריבן, היבש גאוניש, וואס לייגט אראפ מיט לעבעדיגע קאלירן כאילו דאס איז א ריכטיגע מדרש מיט אלע פיטשיווקעס, איבער די נושא פון פיש אין סקווער וואס רעדן...

זייער זיס.
דגים בסקווער.JPG
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שיין שיין אבער רוב פון דיינע בילדער זענען צו קליין, ביטע טרעף א וועג מען זאל קענען קליקן אויף זיי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאוו כל מוחא סביל דא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך יעלה ויבא »

עפרה לפומיך

lead, follow, or get out of the way!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

והמברך מתברך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעלה ויבא האט געשריבן:עפרה לפומיך

lead, follow, or get out of the way!

גוט געזאגט. אין צוואנציג יאר ארום, וועט ארי נוהם נעמען דיין תגובה און דאס ארויפלייגען אין דער אשכול.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

יעלה ויבא האט געשריבן:עפרה לפומיך


סתם נייגעריג, די גלייבסט באמונה שלימה אז די מעשה איז געשען אזוי ווי ס'שטייט דארט, עין בעין, למטה מעשרה טפחים?
יעלה ויבא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
האט שוין געלייקט: 1997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך יעלה ויבא »

Absolutely. No doubt in my mind.

lead, follow, or get out of the way!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: על הא ועל דא (א')

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי שיין צו זע׳ען ווי אין 2017, אויף קאוועשטיבעל, גלויבען מענטשען אזוי תמימות׳דיג אין די מעשה׳ס וואס מ׳פארציילט. אזא איידעלקייט און רואיגקייט, גארנישט קיין ספיקות און צווייפלען.

אינטרעסאנט אבער, אז דער זעלבער איידעלקייט האלט נישט צוריק פון א טויטע קללה פאר דער וואס טראכט אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז נישט קיין שום פראבלעם לדעתי צו גלייבן אין מעשיות פון צדיקים בינם לקונם וכדו', אבער אז מ'רעדט פון מקורות, האב איך שוין אויך אריינגערעדט.
פארשפארט