ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

שליחה דורך קורקלענד »

און אן איבעראשענדע אפ-עד שילדערט די ידיעות אין א לאנגער ארטיקל אז די חרדישע אידישקייט אזויווי מיר קענען עס איז א פארגאנגענהייט.

ער איז מסביר באריכות אז ס'פאלט אוועק שטיקער פונעם טראדיציע. אנגעהויבן מיט די לבוש און ווייטער מיט די לייפסטייל וואס נעמט אריין שטודירן און פרנסות. ווי אויך מיט השקפה ענינים ווי אינטערנעט וכדו'.

דא קענט איר לייענען די גאנצע ארטיקל.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

פון זיין מויל צו גאט'ס אויער
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יתרו האט געשריבן:פון זיין מויל צו גאט'ס אויער

מושב זקנים׳ס ברודער?

למעשה, יענער ארטיקל איז נערישקייטען געבויט אויף נאנסענס באזירט אויף דמיונות. הענג נישט דיין שווארצע הוט דערויף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

נישט ווילאנג מהאט פראגראמן צו גנבנן AKA ביטחון
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די חדרים זענען קיינמאל נישט געשטאנען אזוי גיט ווי זיי שטייען היינט! קיינמאל נישט! נישט אין מספר און נישט מיט גארנישט...

לדעתי וואקסט עס אויף הייווען... וואס פאלט צוזאמען??? גארנישט פאלט נישט צאם! סווערט שטערקער פון טאג צו טאג און פון יאר צו יאר.

#שטותים מיט לאקשן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

שליחה דורך טרויבן88 »

קורקלענד האט געשריבן:און אן איבעראשענדע אפ-עד שילדערט די ידיעות אין א לאנגער ארטיקל אז די חרדישע אידישקייט אזויווי מיר קענען עס איז א פארגאנגענהייט.

ער איז מסביר באריכות אז ס'פאלט אוועק שטיקער פונעם טראדיציע. אנגעהויבן מיט די לבוש און ווייטער מיט די לייפסטייל וואס נעמט אריין שטודירן און פרנסות. ווי אויך מיט השקפה ענינים ווי אינטערנעט וכדו'.

דא קענט איר לייענען די גאנצע ארטיקל.

געליינט דעם ארטיקל, עס איז נישט אז חרדיזם טוישט זיך נישט, נאר אז ער האט נישט די ריכטיגע באווייזן
לעב אין לאז לעבן.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

די חרדים ווערען מער און מער.נאר וואס דען, דאס מושג חרדי באקומט אברייטערער משמעות. דער שרייבען פארשטייט דאס נישט.
אז זיי האבען אינטערנעט עקסעס און זענען אקטיוו אויף טוויטר מיינט נישט אז זיי ווערען אויס חרדים. אין אמעריקע זענען דא צעהנדליגער טויזענטער חרדים מיט די אללע זאכען און זיי זענען נאכאלץ חרדים לכל דבר. כל זמן אז זיי פיהרען זיך בדרכי אבות און זענען מחנך די קינדער בדרך אבותם זענען זיי חרדישע אידען.
לדעתי דארף מען יעצט האבען א מנהיג אין ארץ ישראל בדוגמת הגה״ץ ר׳ שרגא פייבל מאנדלוביץ זצל, זאל העלפען באלאנסירען דעם עולם אביסעל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Aint gonna happen
אן וואלן אין מועצת קענען זיי אלס פארלירן
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

שבת אחים האט געשריבן:די חדרים זענען קיינמאל נישט געשטאנען אזוי גיט ווי זיי שטייען היינט! קיינמאל נישט! נישט אין מספר און נישט מיט גארנישט...

לדעתי וואקסט עס אויף הייווען... וואס פאלט צוזאמען??? גארנישט פאלט נישט צאם! סווערט שטערקער פון טאג צו טאג און פון יאר צו יאר.

#שטותים מיט לאקשן


דער שרייבער טייטלט אויף אן ערשיינונג אז עס אנטוויקלט זיך א דאפלטע סטאנדארט צווישן חרדים וואס איז קיינמאל נישט געווען, נעמליך אז עס זענען דא געזעצן אין די עפנטליכקייט, מען טאר נישט אפיציעל האבן א סמארטפון, מען דארף זיך אויפפירן לויט געוויסע כללים, אבער אין פאקט איז די רעאליטעט שטערקער פון אלע תקנות און גזירות, און עווענטועל אנטוויקלט זיך א קריטישע מאסע פון חרדים וועלכע זענען מיט איין פוס אינעווייניג אבער זענען מער אפן צו די וועלט, א ערשיינונג וועלכע איז קיינמאל נישט געווען, די פאקט אז אזא ארטיקל ווערט געליינט און דעבאטירט דורך חרדים איז א נייע ערשיינוג, עס איז רגיל על לשוני אז ״א חרדי וואס ווייסט אז ער איז א חרדי איז נישט קיין חרדי״ די חרדי׳שע ציבור פלעגט זיין אמאל א אפגעזונדערטע געטא אין וועלכע מען האט נאר געהערט די אייגענע ווידערקול, מען האט זיך נישט אנגעקוקט פאר חרדים נאר ענדערש פאר ״אידן״ וועלכע געבן איבער דעם פאקל פון סיני צו די ווייטערדיגע דורות, די עצם פאקט אז מיר ווייסן היינט אז מיר זענען א טייל פון די ברייטערע וועלט, און מיר האלטן אפ א דיאלאג מיט די דרויסנדיגע גאס איז שוין א ״געים טשעינדשער״ אבער לאמיר האפן אז צום גוטן, טיילמאל קען אזא צומישעניש אן קיין קלארע פירערשאפט פירן צו כאאס און ראדיקאליזם (אזוי ווי מען זעהט שוין אז עס פאסירט, אבער פון די אנדערע זייט פאסירן אויך פאזיטיווע שינוים, לאמיר האפן אז די זייט פון נארמאלקייט און ציוויליזאציע וועט זיגן)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

זש

שליחה דורך שבת אחים »

א גיטן איש עברי

עס איז גוט אייך צוזעהן דא מיט אונז.

ביזט גערעכט מיט די פוינט.

חרדזים as a whole וואקסט און בליעט. אמאל איז עס באשטאנען פון א קליינע מספר פון מענטשען, אין צוויי דריי געגענטער (געטאס) אלזא איז איז עס געוועהן גאר גרינג צוהאלטן די מענטשען פארמאכט גרינגערהייט און געוועלטיגען אויף יעדעם איינעם. היינט ווען סהאט זיך אזוי צוגעוואקסן אויף אלע זייטן, ספעציעל אין די עפאכע פון סמארטפאונס און די אינטערנעט איז אסאך שווערער צוהאלטן די מענטשען פארמאכט.

צוויי זאכן האבן געטוישט די equation

(געים טשעינער ווי דו רופסט עס)

1)די ציבור איז היינט פיהל מאהל מעהר אין צאל ווי אמאל

2)מיט די אינטערנעט און סמארטפאונס וואס יעדער שמויגער נוצט היינטיגע צייטן איז אסאך שווערער צוהאלטן א מענטש געצוימט.

ביסט גערעכט אז מיט די צייט ציעט אלעס מעהר און מעהר צו לינקס און די מענטשען ווערן מיט די צייט מעהר און מעהר ליבעראל, ווען מכאפט זיך פיינעלי אז רעליגע מוז נישט זיין אזוי עקסטרים, עכ״פ עס איז צו דערווארטען און צוהאפן אז די מענטשען אויף דער וועלט זאלן ווערן קלוגער און קלוגער מיט די יאהרן און וואס מעהר זיך אפדעיטן צו די היינטיגע פארגעשריטנע צייטן ווי איידער זיין שטעקן אין די אלטמאדישע פארצייטישע פארגאנגענהייט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

דו האסט אנגעוויזן אויף די ריבוי הכמות אלס א סתירה צו דעם ארטיקל, במחשבה שניה אפשר איז דיין רעאקציע געווען סארקאסטיש.
לגבי דיין האפענונג, עס איז צום האפן אז דער ציבור וועט טרעפן א באלאנס, אנהאלטן די טייערע און שיינע טראדיציעס, האלטן טייער אונזער אויסנאמליכע אחדות און געמיינזאמשאפט, אבער גלייכצייטיג זיך צופאסן צום מציאות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז בעיסיקלי א פשוטע mathematical חשבון.

אמאל זענען די היימישע באשטאנען פון צוואנציג ביז דרייסיג טויזנט נפשות. רוב מענטשען ווארפן נישט אזוי שנעל אוועק די רעליגע מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, די גירסא דינקתא פארבלייבט אין די ביינער, ספעציעל ווען מאיז נישט נאר אויפגעוואקסן אין א ״רעליגע״ נאר אויך אין א געוויסע ״קולטור״ און עטנישקייט מיט א אייגענע קאמיונטי, אייגענע שפראך, און אייגענע עסען, וכו׳ וכו׳, ממילא האט זיך קיינער נישט דערוואגט צו אנטלויפן און אפלאזן די אויסגעטרעטנע וועג, ספעציעל אז ער האט געהאט גאר גרויסע שאנסן צו פארלירן זיין משפחה, חבירים, און אפילו די אייגענע קינדער, האט זיך קיינער נישט דערוואגט צוטוהן אזא זאך כמעט, סאיז נאר געוועהן גאר איינצלע וואס האבן געהאט די גאטס אבערצולאזן די קאמיונטי און סאיז נאר געוועהן צוויי דריי דא און דארט. אבער וואס מעהר די עולם איז זיך צו וואקסן איז געווארן א גרעסערע טשאנס אז ס׳זאלן זיין ״אויבער חכמים״ וואס וועלן גיין קעגן זייער אייגענע קאמיונטי און משפחה. קודם האט זיי יעדער אנגעקוקט ווי זיי זענען אראפעפלויגן פון די לבנה, מיט די צייט זענען מעהר און מעהר ארויסגעקומען פון די קלאזעטס, און מ׳האט געזעהן אז אטד קען געשעהן ביי יעדע שטוב, פון די שענסטע און די בעסטע הייזער ווי אפילו ביים רבינס שטוב, דער דיין, דער מעיאר פון שטעטל, דער נגיד, דער עסקן, דער כולל אינגערמאן, און מיט די פארשפרייטונג פון סאושעל-מידעא האבן זיך די ״אויסגעשפיגנע״ געקענט האלטן אביסל צוזאמען און זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, ביז סאיז געקומען צו די היינטיגע מצב אז אין בית אשר אין שם מת, אטד איז געווארן א נארמאלע ערשיינונג, און סאיז צוריקגעפארן צו די זעלבע זאך ווי פאר די קריג (כמעט).
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ידיעות אחרונות: חרידישע געזעלשאפט איז שוין צופאלן.

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין דער אלגעמיינע וועלט, האט דער אינטרנט געברענגט מער ראדיקאליזם. פארוואס? ווייל וויבאלד מ׳האט אן אויסוואל פון נייעס קוועלער און פארוויילונגס ערטער, פיהל מער ווי אמאל, קלויבט מען אויס די אייגענע. א רעכטער ווערט מער רעכט, ווייל ער שטויסט זיך קיינמאל נישט אן מיט א לינקע, וכן להיפך. ווען איך האב דאס געכאפט, האב איך פארמאכט מיין פעיסבוק קאנטע. אלץ אין מיין פי"ד איז געווען געווידמעט צו מיין פארגאנגענהייט, אלץ קעגען טראמפ אדער חסידישע גרופעס וכדו׳.

ביי אונז איז עס נאך נישט אזוי. דער איסור אויף אינטרנט האט אויפגעטוהן (!) אז יעדער וואס באקומט א סמארטפאון צו אינטרנט, לויפט גלייך צו דער ברייטע וועלט, ווייל חרדישקייט איז אזוי נישט דא. און די ענגליש רעדענער איז אפגערעדט אזוי. ס׳איז נישט דא קיין שום אינטרעסאנטע סייט פאר חרדים אויף ענגליש, נאר הינקעדיגע שטותים. אויף אידיש האט אייוועלט מער וויסענשאפטען (פאר די וואס זענען אין דער באקס און זוכען נישט ארויס צו גייען), אויף ענגליש האט מען דער נערישע אפגעריסענע יעשיווע ווערלד וואס פארטרעט נישט קיינעם.
דעריבער איז דער אינטרנט א געפאר.

אגב, וועלקאם בעק אישעברי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

עס איז דא אזא טעאריע אז די אינטערנעט האלט אפ פראגרעס אין די עכטע וועלט וויבאלד מענטשן מאכן זיך באקוועם אין א ווירטואלע רעאליטעט און געבן זיך דארט אויס, בייזערן זיך, שמועסן זיך אויס מיט פריינט, און די זעלבע צייט טוען זיי פארנאכלעסיגן די סביבה אין וועלכע זיי לעבן און טוען ווייניגער צו טוישן. לדעתי איז דאס איינע פון די טראגעדיעס פון די אינטערנעט אז געלונגענע און טאלאנטפולע מענטשן וואס פלעגן אמאל נישט האבן קיין אנדערע פלאטפארמע ווי צו אויסגעבן זייערע טאלאנטן ווי אינערהאלב זייער אייגענע געמיינדע אדער געגענט, אבער היינט מאכט זיך ווירטואלע קהלות און מען מאכט זיך באקוועם אויפ׳ן געוועב אין די צייט וואס די מרחב הציבורי לאזט מען איבער פאר ראדיקאלע ראבינאוויטשעס און קרישעווסקי׳ס למיניהם...
למעשה איז דאס בלויז איין זייט פון די מטבע, פון די אנדערע זייט טוט די פאקט אז מענטשן ווערן מער אפן צו וויסנשאפט און לאגיק אומדירעקט משפיע זיין אויפ׳ן צייטגייסט, מיין האפענונג איז נאר אז עס וועט זיך מאכן א קהלה/סביבה/געגענט אין די עכטע וועלט ווי עס זאל זיין א באקוועמע אטמאספערע פאר רעכט דענקיגע מענטשן וואס זוכן א באלאנסירטע לעבנסשטייגער, אוועק פון די ראדיקאלע שגעון וואס באנעמט אונזער מחנה, און אויך מיט די פולסטע רעספעקט פאר תורה ומסורה. מי יתן והי׳.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דיר אלגעמיינע וועלט, האט דער אינטרנט געברענגט מער ראדיקאליזם. פארוואס? ווייל וויבאלד מ׳האט אן אויסוואל פון נייעס קוועלער און פארוויילונגס ערטער, פיהל מער ווי אמאל, קלויבט מען אויס די אייגענע. א רעכטער ווערט מער רעכט, ווייל ער שטויסט זיך קיינמאל נישט אן מיט א לינקע, וכן להיפך. ווען איך האב דאס געכאפט, האב איך פארמאכט מיין פעיסבוק קאנטע. אלץ אין מיין פי"ד איז געווען געווידמעט צו מיין פארגאנגענהייט, אלץ קעגען טראמפ אדער חסידישע גרופעס וכדו׳.

ביי אונז איז עס נאך נישט אזוי. דער איסור אויף אינטרנט האט אויפגעטוהן (!) אז יעדער וואס באקומט א סמארטפאון צו אינטרנט, לויפט גלייך צו דער ברייטע וועלט, ווייל חרדישקייט איז אזוי נישט דא. און די ענגליש רעדענער איז אפגערעדט אזוי. ס׳איז נישט דא קיין שום אינטרעסאנטע סייט פאר חרדים אויף ענגליש, נאר הינקעדיגע שטותים. אויף אידיש האט אייוועלט מער וויסענשאפטען (פאר די וואס זענען אין דער באקס און זוכען נישט ארויס צו גייען), אויף ענגליש האט מען דער נערישע אפגעריסענע יעשיווע ווערלד וואס פארטרעט נישט קיינעם.
דעריבער איז דער אינטרנט א געפאר.

אגב, וועלקאם בעק אישעברי.


אמת. ס׳וועט זיך אלץ מאכן איינער וואס איז ראדיקאל אז ער וועט טרעפן ראדיקיליזם אויפן נעט.
אבער ווען די קוקטס אן די ״אקטואלע נומבערס״ זייט די אינטערנעט האט זיך אנגעהויבן ביז היינט האט רעליגע פארלוירן 25 פראצענט.

אלזא דיין טעאריע שטימט און ריפלעקט נישט די ״אמתע מציאות״.

אינטערנעט איז א גיטע זאך פאר סאסייעטי לדעתי און סהאט געברענגט די מענטשהייט צו גאר א נייע סאפיסיטיקעט וועלט, וואס מיט דעם קען מען מאכן פארשריט אין יעדע עספעקט אין אונזער לעבן און אונזער סאסייעטי.

יעדע זאך קען מען אויסנוצן אויף ביידע וועגן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים אבער ווען די קוקסט אויף די 'אקטואלע נומערן' וועסטו זעהן אז א רעדוקציע אין רעליגיע איז נישט קיין שום מעלה. עס ברענגט נישט צופיל גוטס.

א לעבן אונטער רעליגיע ברענגט מער צופרידענהייט וכדו'.

על כל פנים דאס איז נישט קיין לדעתי. נאר איך האב אמאל געליינט ערענסטע שטודיעס אויף דעם.

@איש עברי איר זאגט ערענסטע דברים של טעם. איך בין נישט איבערצייגענד אז יענע חילוני האט אט דאס געמיינט. איר שרייבט מער צו דער זאך ווי איהם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לכאורה רעדען זיך די ישראלים איין אז ווען דער חרדי גייט ארויס ארבעטען ווערט ער אויס חרדי.

ווען זיי קוקן אויף די אמעריקאנער חרדים וואלטען זיי געזעהן אז חרדים קענען ארבעטן און בלייבן חרדים.

מצד שני, לכאורה שטערט נישט פאר די ישראלים חרדים וואס ארבעטען, און טאקע דאס ווילען זיי מיט דער גיוס נישט גיוס אז די חרדים זאלען ווערען נארמאלער בעלי אחריות מיט פרנסות וכו', נישט דוקא אפשמד'ן דער עולם ווי מען לייגט פאר.

און אין דער סענס איז דער ארטיקל גערעכט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

לכאורה רעדען זיך די ישראל חרדים איין אז ווען דער חרדי גייט ארויס ארבעטען ווערט ער אויס חרדי.

ליטוואק דא איז אויך ניש גוט פאר דיר
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:שבת אחים אבער ווען די קוקסט אויף די 'אקטואלע נומערן' וועסטו זעהן אז א רעדוקציע אין רעליגיע איז נישט קיין שום מעלה. עס ברענגט נישט צופיל גוטס.

א לעבן אונטער רעליגיע ברענגט מער צופרידענהייט וכדו'.

על כל פנים דאס איז נישט קיין לדעתי. נאר איך האב אמאל געליינט ערענסטע שטודיעס אויף דעם.

@איש עברי איר זאגט ערענסטע דברים של טעם. איך בין נישט איבערצייגענד אז יענע חילוני האט אט דאס געמיינט. איר שרייבט מער צו דער זאך ווי איהם.


״כהאב אמאל געליינט״ העלפט מיר נישט, לאמיר ביטע זעהן די שטודיעס און נאכדעם וועלן מיר רעדן ווייטער. דערווייל פארשטייט יעדער נארמאלע מענטש פארקערט. גלייבן אין עפעס בלינדערהייט מאכט נישט קיין מענטש בעסער. כמעט אלע מחלוקות און קריגערייען זייט די וועלט שטייט איז געקומען ווייל מ׳האט געגלייבט אין עפעס...

אפילו קאמיוניזם איז דער פראבלעם געוועהן אז זיי האבן געגלייבט אז אויב מ׳וועט נאר אפהארגענען און אויסרייסן אלע שלעכטע ״דערנער״ וועט די וועלט זיין ממש א גן עדן, אריינגערעכנט אויסרייסן יעדעמס רעליגע און אידיאלגעס חוץ זייער אייגענע בעלאוני.

אלע גרויסע וועלטליכע פראבלעמען כמעט שטאמט פון ארגאנייזט רעליגע און די מערסטע רשעות, רציחה, און בלוט איז פארגאסן וועגן רעליגע, יעדער חדר-יונגל וואס האט שוין געלערנט קמץ בית ווייסט דעס, איך האב עס ערגעץ געליינט, נישט אויף איין פלאץ, נאר וועלכע היסטאריע בוך די כאפסט אן וועסטו זיך אנשטויסן מיט הריגות און רציחות פון איין גלויבן צום צווייטן...
און נישט אלע זענען פעיק ניוס... סאיז דאקיומענטירט געווארן... קיינער לייקענט דאס נישט. פארשטייט זיך אז יעדער פוינט די פינגער אויף די צווייטע רעליגע אז זיי זענען די שולדיגע, די ארונים שרייען אז די זאלונים זענען שולדיג און די פאלעסטינער שרייען איז די ישראלים זענען שולדיג, די בלעימען געים איז אין פולן קראפט...אייביג איז יענע רעליגע שולדיג, ח״ו נישט די אייגענע.

מענטשען וואס לעבן אינטער רעליגע לעבן ״נישט״ מעהר א צופרידנע לעבן... צופרידנהייט און גליקליכקייט איז נישט פארבינדען מיט רעליגע, סהאט צוטהן מיט די מענטש אליינס און זיין בליק אויף לעבן... און מיט נאך אסאך אנדערע זאכן, אבער סתם ווייל מאיז צוגעווינט צו א געוויסע לעבן פון קינווייז אן מאכט נישט יענעם מעהר פרייליך ווי איינער וואס איז אויפגעוואקסן סעקיולער.

שטותים מיט לאקשן, וואס מ׳קען קלאר אויפווייזן אלץ פאלש און ריינע רעליגעזע און אנטי-סעקיולער פראפעגאנדא...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קען זיין ביסט גערעכט שבת,

די קענסט זאגען, ווען ביסטו געוועהן מער צופרידן פארען פורש זיין אדער יעצט נאך פורש זיין?

פארשטייט זיך גייסט זאגען נאך פורש זיין!! א נארישער שאלה, אבער אויב די וועסט מסביר זיין מיט דוגמאות וועט מיר דיר אפשר גלייבן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

פרעג א לב טהור דעפעקטירער. אינעווייניג פילט מען נישט וויפיל פעק מהאלט אין איין ארויפאקן, מיט כתיבת התלמוד,הלכה, התגלות הזוהר,קבלה, חסידות, דאלטער רבי, מיטלר, לעצטע, היינטיגע וכו וכו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כפול
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער גאנצע נומער פון 25% רעדוקציע אין רעליגיע זינט דער אינטרנט זעט מיר אויס גאנץ נישט אין פלאץ. ווער קען זאגען וויאזוי ס׳איז געשען?
יעדער וואס קען פרומע אידען פארשטייט גלייך ווי נישט צו דער זאך איז געווען דער pew institute research אויף ארטאדאקסישע אידען, מטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים. יעדער טרעפט וואס ער וויל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט