איז שוין צייט צו גרינדן א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטן די
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
איז שוין צייט צו גרינדן א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטן די
פון דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 0#p1478736
איז שוין צייט צו גרינדען א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטען די עלטערן מיט שכ"ל און הוצאת המוסדות?
די לעצטיגע בריווען וואס עלטערן באקומען מיט שכ"ל פרייזן פארן קומענדיגן יאר הייבן ערענסט אויגן ברעמען ביי א ריזן צאל מענטשען. מוסדות אקראס די בארד האבן מחליט גווען צו דראמאטיש העכערן שכ"ל פרייזן, אין רוב פעלער מיט א מינימום פון גאנצע 50% העכערונג אדער גאר דאפעלט וויפיל עס איז גווען פאריאר. אין אסך פעלער דערגרייכט דער העכערונג צו 150%.
א ידיד מיינער זאגט מיר אז זיין שכ"ל קומענדיגער יאר גייט אים קאסטן $3900 א חודש, אנשטאט...1500 א חודש. דאס הייסט אז דער איד גייט צאלן 50,000$ א יאר פאר שכ"ל.
איז אזוי, ווען איך ווייס ווען אז טאקע די אידן וואס לערנען די תורה מיט אונזערע קינדער, האבן באקומען ריזן געהאלט העכערונגען און האבן אנגעהויבן באקומען 2000$ א וואך וועיזשעס, נו החרשתי. דאס זעלבע אויב וואלט מיין ניכטע די לערערין אהיימגעקומען מיט די בשורה טובה אז מען האט געדאפעלט איר געהאלט פון גאנצע $150 צו $300 א וואך, וואלט איך בעסער פארשטאנען...אבער דער מציאות איז דאך נישט אזוי.
א שנעלער חשבון זאגט מיר אז ווייניגער ווי א דריטל פון די קאסטן פונעם מוסד קומט אן צו די אידן וואס טוען פאקטיש לערנען מיט אונזערע קינדער, די איבריגע גייט לכאורה פאר אדמינעסטראטיווע אויסגאבן, און אויפצוהאלטן די טייערע בניינים, גלאזענע טירן, קאלירטע בראשורען ועוד ועוד.
און יעצט צו די מיליאן דאלאר פראגע...
איז נאכנישט די העכסטע צייט אז עס זאל געשאפן ווערן א וועד הורים וואס זאל זיין דער פארמיטלער צווישן די עלטערן און די הנהלת המוסדות, און אויב רוב עלטערן זענען קעגן געוויסע הוצאות, אדער זענען קעגן א געוויסע דראסטישע טויש וואס מוסדות ווילן מאכן, זאל זיין א געוויסע מהלך ווי אזוי דאס זאל קענען געברענגט ווערן צו די הנהלת המוסדות אויף א וועג אז זיי זאלן זיך מוזען רעכענען דערמיט. דער מצב כהיום איז אז אפילו עס איז דא 5000 מענטשען וואס זענען נישט צופרידן, איז יעדער פאר זיך נאר א יחיד, מיט וועם די הנהלה דארף זיך גאנץ ווייניג רעכענען.
נאך א נקודה, עס איז ברייט באקאנט, אז מוסדות על אף פארשידענע אידעלאגישע דיפערענצען ארבעטען צוזאמען ווען עס קומט צו שכ"ל העכערונגען, כדי עס זאל זיין א פאראייניגטען פראנט פון אלע מוסדות. איז נישט צייט אז עלטערן זאלן טוען דאס זעלבע?
נ.ב. להבהרת הענין, דער אשכול איז נישט געמאכט אראפצורייסן חלילה די הנהלת המוסדות. די עסקנים וואס טוען פאר די מוסדות זענען על פי רוב מענטשען וואס ליגט אויף זיי א שווערען יאך צו דעקען בוזשעטען פון צענדליגער מיליאנען דאלארן, און ארבעטען גאר שווער אז אלעס זאל קלאפן, און אז אונזערע קינדער זאלן קענען לערענען און שטייגען. די נקודה איז נאר אז אונז עלטערן דארף מיר האבן פארטרעטערשאפט ביים טיש (ענדליך צו א יוניאן וואס פארטרעט די ארבעטער ביי די בעלי בתים ווי באלד די ארבעטער אלס יחידים קענען גארנישט אויפטוען). ביטע

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דיףף: דער זעלבער וועד ההורים (ההרים) זאלל אויך זעהן אז די הנהלת המוסדות זאללן א ביסל רעדוצירן פון די פוילע, היפאקריטישע שטיק מיט וואס זיי זענען זיך מתעסק לעצטנס. און ווייניגער צאפן דאס בלוט פון די שווער אויסגעהארעוועטע עלטערן. ווייל די מיוחסים ווי בנש"ק'לעך און גבירים זענען סייווי עקזעמפט פון די אלע משוגעת'ן. איך רעד פון ערשטהאנטיגע עקספיריענס. וואו ישיבות הקדושות האבן מעמיס געווען אומגעהויערע און זינלאזע שוועריגקייטן אויף די סתם עמך אידן. די רעיט-פעיערס. אבער די גבירים'לאך און די מקורבים צום הויף האבן זיך אפן אויסגעלאכט פון די אלע זאכן...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: איז שוין צייט צו גרינדען א וועד ההורים וואס זאל פארטרעטע
וואס געשעהנט אפטמאל נאך גרויס אויפברויז פון די עלטערן איז-אז מען ברענגט אריין א נייע מענעזשמענט און זיי גייען מאכן סדר מיט די הוצאות. דער ערשטע זאך מען שניידט דער פעי טשעקס פון די אפיס מיידל און מען פארשיקט די אנדערע צוויי ווייבלעך/מיידלעך. נעקסט נעמען די נייע אדמינס מיט זיין קרעמל א גאר גרויסע רעיז אזש אז דער אפיס ווייבל וואס טוט דער בוקקיפינג פארשטייט שוין פארוואס איהר טשעק האט פארלוירען וואג און איז שוין אנערעקסיק. און אזוי גייט עס אן ביז דער נעקסטע וועד קומט און נעמט איבער.
Sent from my XT1096 using Tapatalk
Sent from my XT1096 using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל