ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס זי"ע

שליחה דורך חכמת שלמה »

אוי אוי אוי אוי אוי... רבינו הגדול זיעועכ"י איז נישטא מיט אונז... נפלה עטרת ראשינו...

ווער האט געגלייבט, ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דא שרייבן אויפן רבי'ן מיטן טיטל זי"ע?! - ווער האט געקלערט אז איך וועל נאך דארפן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל באוויינען די גרויסע אבידה און שרייבן דברי הערכה אויפן רבי'ן זי"ע?! - און יעדע מאל מען שרייבט דעם טיטל זי"ע אויפן רבי'ן, גייט עס דורך א סקורך אין די ביינער... איז דאס ריכטיג? - איז דאס טאקע געשען? - קען דאס באמת פארקומען? - איז דאס נישט קיין חלום?

עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי, רבינו הגדול שלמה בן פנחס זי"ע איז שוין מער נישט מיט אונז...

און ווען איז ער דען יא געווען מיט אונז? - מיר רעדן פון א מענטש כאילו ער איז געווען מיט אונז ערדישע מענטשן. מען רעדט דאך פון א הימל איד, אן עילוי, א גאון, אן אויסערגעווענליכער מענטש לכל הדעות, הן בגשמיות און הן ברוחניות. אן ענק שבענקים. איז ער דען געווען מיט אונז? - ער איז געווען גאר עפעס אנדערש, אין אן אנדערע וועלט האט ער געלעבט, בכלל נישט מיטגעלעבט אונזערע מושגים בהאי עלמא.

...
זיצנדיג דא, שרייבנדיג די דאזיגע שורות, קען איך נישט קומען צו מיר, איך קען נישט שרייבן געהעריג, די אויגן שווינדלען מיר, די אויגן זענען נאס און איך ווייס נישט ווי אזוי אנצוהויבן. איך בין נאך אונטער שאק, און איך ווייס נישט אויב מיינע ווערטער וועלן ארויסקומען געהעריג. איך וויל פשוט איבערגעבן מהרהורי לבי, ווי אזוי איך שפיר און וואס דא קומט פאר.

איידער איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, וואס עס האט פאסירט, שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגען פאר אונזער ציבור ליינער, דעם באדייט וואס עס מיינט פאר אונז. יעדער פארשטייט אז ווען א רבי ווערט נסתלק לחי העולמים, איז דאס א קלאפ פאר די קהילה, דער הויף און דאס גאנצע כלל-ישראל. אצינד באדייט דאס אבער פיל טיפער דערפון. דער רבי איז נישט געווען סתם נאך א רבי אינעם רינגעלע פון א הויף, ער איז געווען א מחדש, ער האט געמאכט א נייעם דרך, געעפנט די אויגן פאר אונז - זיינע תלמידים, אונזער גאנצער לעבן איז אים צו פארדאנקען, אן אים וואלטן מיר גארנישט געווען. ער איז געווען אונזער טאטע, אונזער פירער. פאר טייל פון אונז איז ער ממש געווען משפחה, אנדערע האבן גארנישט געהאט אויף די וועלט אויסער אים. ער האט אונז געעפנט א נייעם שביל אין לעבן, און דא... אזוי פלוצלינג, אומגעראכטן, אין די סאמע בליענדסטע יארן פון זיין לעבן, איז פלוצלינג אלעס פארשניטן געווארן... מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר אונז.

אויב זאל איך פארשטעלן וואס דא טוט זיך, וועט איר עס נישט קענען באגרייפן בכלל. דער עולם דרייעט זיך דא ארום אן א קאפ, דערשיטערט, שאקירט, פארלוירן, ווערטערלאז... טייל גלויבן דאס אפילו נישט... איר האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט פאר פיל פון אונז... עס שפירט זיך ווי די הימל איז צוזאמענגעפאלן. איך האב געזען איינעם פרייטאג צו נאכטס, זיך ארומדרייען אין וואלד אהין און אהער, די גאנצע נאכט. שפעטער האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט געדאוונט קיין קבלת שבת און נישט געגעסן די סעודה. איך בין אים דן לכף זכות... אין די מצב ווייסט מען נישט וואו מען שטייט אויף די וועלט... מען ווייסט נישט וואס צו טון...

איך וועל דערציילן דברים כהווייתן, לויט וויפיל מען מעג און מען דארף ארויסגעבן פארן ציבור. ווי אזוי אני הק' האט מיטגעלעבט און מיטגעהאלטן די טרויעריגע פאסירונגען ביום המר והנמהר י"ג תמוז תשע"ז לפ"ק.

לויט ווי אזוי עס איז באקאנט געווארן אין די לעצטע תקופה, איז א חלק פון אונזער ציבור געווען געצווינגען זיך אריבערצוציען קיין מעקסיקא, צוליב געוויסע סיבות אשר אין כאן המקום לפרטם. עס איז נאכנישט געווען קלאר וואו מען גייט ווייטער, עס איז געווען כמעט זיכער אז מען בלייבט נישט אין מעקסיקא, הגם עס האבן זיך געווארבן פלענער אויף דעם אויך, אבער גארנישט איז זיכער געווען. אויף אזויפיל איז יא באקאנט, אז דער רצון פונעם רבי'ן זצ"ל איז געווען, אז אפילו נאך וואס מען פארט אוועק פון גוטאמאלא, זאל נאך אלס דארט איבערבלייבן א קהילה, און עס זאל זיין צוויי קהילות און גוטאמאלא און אויף נאך אן ארט, לויט ווי מען וועט באשלוסן.

אזוי צי אזוי, איז א חלק פונעם ציבור אריבערגעפארן קיין מעקסיקא, זיך געפינען דארט אויף דערווייל. מען האט קוים אנגעהויבן ארבעטן אויף א פרישע לעבן, האפענענדיג אויף דאס בעסטע. דער רבי, אונזער מנהיג העדה במלוא המובן, איז אריבערגעקומען קיין מעקסיקא זיך אומקוקן אויף די אקטיוויטעטן. קיין געזונטער מענטש איז דער רבי נישט געווען, דאס פארן און קומען איז נישט לייכט אנגעקומען פאר אים, אבער אלס טאטע פון די קהילה האט ער אלעס געפירט, אריבערגעקומען און ווי א העלדישער גענעראל זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט.

פון מיטוואך מיטאג, איז דער רבי געווען עם בני קהילתו במעקסיקא און אריינגעגעבן חיות אין די עצמות היבשות, זיך ארגינאזירט מיט א תלמיד-תורה און ישיבה און ער איז נאך געווען אינמיטן די ארבעט. פרייטאג אינדערפרי איז ער אויפגעשטאנען פארטאגס, דאס דאווענען שחרית איז געווען עפעס אויסערגעווענליך. הגם יעדער דאווענען דא איז מיט א ווארעמקייט און מיט קולות, איז די דאווענען פון פרייטאג געווען עפעס אויסערגעווענליך. דורכ'ן טאג האט ער נאך געטאן עטליכע עסקנות אויף עטליכע פראנטן און עוסק געווען אין פארשידענע ענינים וואס האט אריינגעצויגן ביז אין די שפעטע נאכמיטאג שעות. דאן איז ער געגאנגען זיין לעצטן וועג, זיך טובל זיין לכבוד היום ולטהר נשמתו למרומים.

דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.

אויך אצינד איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, פשט, חגר ועלה, בשעת דער גבאי האלט דעם גארטל די גאנצע צייט. דער פראצודור האט גענומען גאנץ לאנג, אבער דאס האט נישט אויסגערופן וואונדער ביים גבאי, צוליב דעם וואס עס האט זיך געקענט מאכן אז דער רבי טובל'ט זיך לאנג און אסאך. אבער ביי א געוויסער פונקט האט דער גבאי באמערקט אז עפעס איז נישט גלאטיג, ער האט געשפירט אז די גורטל איז עטוואס לויז. ער האט פראבירט צו ציען איידל דעם גארטל, אבער אנשטאט ער זאל שפירן עפעס, האט זיך דער גארטל געצויגן צו אים. פון אנהויב האט ער נאך געקלערט אז אפשר האט דער רבי אויסגעטאן דעם גארטל פאר א געוויסע סיבה, אבער זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, האט ער געזען אז דער מצב טויג נישט. מען האט נאך געוואלט קלערן אז עס איז גארנישט, דער רבי האט פארבלאנדזשעט אביסל אין וואלד און וועט צוריקקומען. אבער מען האט שנעל גערופן די אינסטאנצן אונטערצונעמען א זוך אקציע, און ליידער - יצא מה שיצא, מאת השם היתה זאת, הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, אין עול צדיק וישר הוא...

גראד ווען מען האט געפינען דעם רבי'ן זצוק"ל, האט מען אים צום ערשט אריבערגעפירט אין א שפיטאל, וואו עס איז נישט געבליבן מער פון באשטעטיגן די ביטערע בשורה. לויט די געזעצן פון מעקסיקא, האט מען אים גראד אריבערגעפירט צו די מעדיקל עקזעמינער. ליידער ליגט נאך גופו הטהור ביי זיי, צוליב דעם וואס עס איז געווען היינט זונטאג און עס איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. עס הייסט אז אויף מארגן וועט מען אים ארויסלאזן און מען וועט אים אפפירן קיין גוטאמאלא - גארנישט איז זיכער, אזוי הייסט עס דערווייל.

נחזור לעניננו, דעם שבת איז געווען חושך מצרים סיי אין מעקסיקא און סיי אין גוואטאמאלא. איך פערזענליך געפין זיך אצינד אין גוטאמאלא, בשעת א חלק פון די קהילה (בעיקר די וואס האבן קינדער) געפינען זיך אין מעקסיקא



נ.ב. די דברי הערכה ווערט געשריבן צוביסלעך, צוליב די שוואכע קאנעקשן וואס מיר פארמאגן דא און מעגליך אז מיר וועלן ווערן אפגעהאקט אינמיטן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - רבינו שלמה בן פנחס העלבראנץ ז

שליחה דורך קל וחומר »

איבעיא להו, שלמה ארז מת או לא מת, ואת"ל לא מת, חכמת שלמה ניק דידיה הוי או לא, תיקו.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

הייסט די חששות א עס איז נאר א שפיל איז קראנט?
Either way געפעלט מיר דיין חתימה כאר"ז בלבון ישג"ה
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

חכמת שלמה האט געשריבן:
נ.ב. די דברי הערכה ווערט געשריבן צוביסלעך, צוליב די שוואכע קאנעקשן וואס מיר פארמאגן דא און מעגליך אז מיר וועלן ווערן אפגעהאקט אינמיטן...


אזא רוח הקודש? האסט געוואוסט פונקטלעך דאס צו שרייבן פאר'ן ווערן אפגעהאקט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

חכמת שלמה האט געשריבן:איז דאס ריכטיג? - איז דאס טאקע געשען? - קען דאס באמת פארקומען?

...

און ווען איז ער דען יא געווען מיט אונז? .................. איז ער דען געווען מיט אונז? - ער איז געווען גאר עפעס אנדערש, אין אן אנדערע וועלט האט ער געלעבט, בכלל נישט מיטגעלעבט אונזערע מושגים בהאי עלמא.

...

טייל גלויבן דאס אפילו נישט...
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ווער אויב נישט אני הקטן, ווייסט וואס דאס מיינט פארלירן א רבי! כ'קען נישט זאגן מער, ווי אז כ'שפיר ענקער צער, און המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון  וגוואטומאלא, "ולא תוסיפו לדאבה עוד".

א זייטיגע הערה, וואס איז לאו דווקא נוגע אייער רבי'ן, נאר מצוקים אין אלגעמיין. כ'ווייס אז דער פרומער עולם וועט קומען חוזק מאכן, אבער  ווען ס'קומט צו זייער אייגענעם רבי'ן, צי און צו זייער אייגענע תקנות, זענען זיי מער ווייניגער דאס זעלבע. איר ווידמעט א פאראגראף איבער דעם רבינ'ס נישט זיין דאהי צווישן מיר זינדיגע מענטשן, נאר אין סאמע הימל. פרעג איך דיר, איז דען א חידוש אז די אראלים האבן מנצח געווען? נעוואדע אזוי, די מלחמה איז פארגעקומען אין זייער טעריטאריע; דער רבי האט געברענגט די קריג צו זיי אין דיינינג-רום. ווי וואויל און באקוועם אייער רבי "האט" זיך געפינען אין הימל (און וואו איז ער יעצט, אין דער ערד חלילה?) אויף צו נעמען מיליטערישע פאזיציעס האבן די אראלים געהאט א נאטורליכע אויבערהאנט, זייענדיג אינדערהיים, מיט מער כוחות, און פיל בעסער באקאנט מיט  דער הימלישער מאפע און אירע אומשטענדן.

זאת ועוד, משה רבינו, וואס די תורה איז מעיד אז "ולא קם נביא עוד בישראל כמשה," ער איז ארויף בלויז פאר פערציג טעג, און דער סעלושען איז געווען אן עגל זהב. וויאזוי לעבן חסידים מיט א רבי'ן אין הימל? איך שטעל מיך פאר אז דאס פארלאנגט א סך פיזישע און גייסטישע כוחות, אפשר שרייבט איר אביסל איבער דעם.

נ.ב. איך בין באמת אינטערעסירט אין הערן מופתים, און סתם אזוי הימלישע געשעענישן ביי אייער  רבי'ן. ווען איר האט אביסל א בעסערן קאנעקשן, און א פאר איבעריגע מינוט, שרייבט ביטע אראפ אביסל סחורה, זאלן אזאנע ווי מיר, וועלכע זענען נישט אזוי באקאנט מיט דער דאזיגער חסידות און איר רבי'ן, הערן א צווייטער צד אויך, נישט בלויז די שנאה און העצע קעגן ענקער רבי'ן און קהילה. שכח.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיר רעדן פון א מענטש כאילו ער איז געווען מיט אונז ערדישע מענטשן. מען רעדט דאך פון א הימל איד, אן עילוי, א גאון, אן אויסערגעווענליכער מענטש לכל הדעות


לויט אלע דעות? אפשר אין געווטאמאלא, מעקסיקא, ניקעראקא

פון ווי איך קום האט יעדער געהאלטן

וועם ווילסטו דא פארנעהרן???

דארפסט מיר נישט ענטפערן, כבין בין נישט נייגעריג וואס דו האסט צוזאגן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אשכול איז געווידמעט פאר דברי הערכה ביטע נישט פארדרייען
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אשכול איז געווידמעט פאר דברי הערכה ביטע נישט פארדרייען
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער סדר ביי אונז פלעגט זיין, אז דער רבי איז געגאנגען לנהר לטבול עצמו, נעמט מען מיט א לאנגע גארטל (וואס קומט אין אזא ראאל). דער גבאי גייט מיט ביז צו א געוויסע פונקט, דאן גייט דער רבי אליין ווייטער ביז צום וואסער אויף אן ארט וואו מען זעט אים נישט, ביחידות, דאן בינדט זיך דער רבי צו דעם גארטל און גייט אריין אין וואסער צוגעבינדן לויזערהייט (מפני חציצה), בשעת דער גבאי כאפט אן דעם אנדערן זייט פונעם גארטל. ווי באקאנט איז דער רבי זייער שטארק פאר געזונטהייט און פאר זיכערהייט און נעמט שטענדיג אמצעים מער פון וואס אנדערע מענטשן וואלטן גענומען, און דאס איז געווען פון די אמצעים, גיין מיט א גבאי צוגעבינדן אויף אן אויפן אז עס זאל זיין זיכער.


די דאזיגע ווערטער זענען עפעס א סתירה ביי מיר.
רוב נארמאלע מענטשען, ווען זיי גייען אין וואסער, גייען נישט אין שטראמעדיגע וואסער. מ׳איז מוותר אויף א טבילה דערפאר. ווידער, אז מ׳גייט יא אין אפענע וואסער און מ׳האט דער קלענסטע חשש סכנה, איז מען שטארק מקפיד צו גייען מיט אנדערע, נישט אליינס.
א לויז געבינדענע גארטעל איז א נאכלעסיגקייט, נישט קיין שמירה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס

שליחה דורך מפוזרי »

מר. פרימו, נאט נייס אויף יו.
מילא ווי לאנג ער האט געלעבט איז ער געווען גאנץ א גוטע מיטל צו טרייבן דא קאטאוועס, רעספעקט האט ער מילא נישט פארדינט.
אבער יעצט איז ער א בר מינן, גאט וועט אים שוין אליין געבן וואס ס'קומט אים, ס'נישט דער צייט אים צו נוצן אלס שטאף פאר דיין ספארט.

כ'פארשטיי, ס'איז א שווערער נסיון​, ווילסט נאך איינמאל אריינכאפן בעפאר דו וועסט דארפן נעמען א נייע ניק/כאראקטער מיט וועם משוגע צו מאכן. און פונדעסטוועגן..
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויאזוי נעמט זיך א חסיד צוזאמען די כוחות, נאך אין די דריי טעג פון די פטירה, און שרייבט אויף קאווע שטיבל דברים כהוויתם? ל"ע אויב חלילה וחס איך המבטא רבי וואס איך בין דבוק מיט, און ער שטארבט (אזויווי יעדע בשר ודם מימות עולם, ובתוכם די רבי זכותויגענלינו אשר אמרנו בצלו נחיה בציונים) וואלט איך געווען אזוי פארלוירן און צושאסען אז ס'וואלט ניטאמאל געווען א הוה אמינא צו גיין זוכען א קאנעקשען און שרייבן פאר קאווע שטיבל.
על כרחך אז שלמה בן פנחס לעבט און לאכט!
Under influence
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לאמיר זעהן בילדער פין די עולם דארט.

ביסט אין גוטאמאלע זאגסטו, כ'וויל זעהן ווי די רעביס קינדער זיצען שבעה.

זיבען טעג גייט נעמען קובר זיין, און נאכדעם וועט מען זאגען אז זיי זענען שוין געזעצען שבעה פריער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער הספד קוקט עפעס אויס צו טריקן פאר איינער וואס געפינט זיך יעצט אין גוטאמאלא. אפי' תמ"ל האט ער שוין נישט געשריבן...
זעט אויס אז זיי האקען זיך טאקע קאפ אין וואנט...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ואיננו כי לקח אותו אלקים - אשככבתיה דרבינו שלמה בן פנחס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יעדעס מאל ביים שרייבען תמ"ל, האט זיך דער קאנעקטשען אפגעהאקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז א בילד פונ'ם רבי'ן יונגעהייט. זיין מאמע איז נישט געגאנגען אפען ביז דא........
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אין אישי האט חכמת שלמה גענטפערט אויף מיין בקשה צו אפדעיטן וועגן לוי' ממשיך וכו'

איך וועל איבערגעבן פרטים איבער די פלענער אויף שפעטער, על תנאי אז מען שרייבן איינגעהאלטן. אויב מען וועט שרייבן מיט כבוד, וועל איך נישט צוריקהאלטן אינפארמאציע פארן עולם, פרטים איבער די לויה, פלענער פאר א ממשיך וכו', און וואס עס טוט זיך דא.

סדרן
מנהל
מנהל
הודעות: 396
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 08, 2015 7:54 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך סדרן »

איך האב אפגעשמועסט מיט חכמת שלמה אז ער קען ווידמען א ווינקל אפצושרייבן דברי הערכה נאך זיין רבין, ביטע רעספעקטירן, אלע קריטיק און פיילן זאל מען שרייבן אין שכינותדיגן אשכול.
צו באקומען צוטריט אין מאחורי הפרגוד דארף מען זיין אן אקטיווער מיטגליד מיט מינימום 50 זאכליכע תגובות. דערנאך דארף מען דורכגיין א שמועס מיט א מנהל.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דרכו האחרונה של ראש הכת: הלברנץ ז"ל נטמן
שלמה ארז הלברנץ ז"ל בן ה-54, ראש כת 'לב טהור' שטבע בערב שבת בנהר במקסיקו, הובא למנוחות בשטח שרכשה הקהילה בגואטמלה והוקדש לבית קברות. מי שיחליף אותו בהנהגת הכת, יהיה כנראה ראש הישיבה הרב מאיר רוזנר
הרב שלמה ארז הלברנץ זצ"ל בן ה-54, ראש כת 'לב טהור' שטבע בערב שבת בנהר במקסיקו בעת שטבל לכבוד שבת, הובא למנוחות בגואטמלה. מי שיחליפו יהיה כנראה ראש הישיבה שלו, הרב מאיר רוזנר.

כפי שדווח ב'בחדרי חרדים', מנהיג קהילת 'לב טהור' הרב הלברנץ נסחף וטבע בנהר בגבול מקסיקו ביום שישי האחרון, בעת שטבל לכבוד שבת.

אחרי שגופתו שוחררה במקסיקו, היא הושבה לגואטמלה, שם הובאה לעיירה בה שהתה הקהילה בשנים האחרונות עד לפני 10 חודשים - אורטורוי סנט רוזה. במקום קנתה הקהילה לפני כשנה וחצי שטח גדול שבו תכננה לגור, וחלק ממנו הוקצה לבית קברות. ההלוויה נערכה תחת מעטה חשאיות.

בשיחה מיוחדת ל'בחדרי חרדים', מספר הרב גולדשטיין מפנסילבניה שמעורה בקהילת לב טהור, "הם כרגע בהלוויה, עדיין לא יודעים בדיוק היכן ישבו שבעה, אנשי הקהילה ממעטים לתת פרטים לתקשורת, מאחר והתקשורת לטענתם מתנכלת אליהם ומסלפת את דבריהם".

"בינתים לא יודעים מי יחליף את הרב שלמה שנפטר, אך כרגע זה נראה שיחליף אותו אחד מאנשים שם, שמוגדר "ראש ישיבה". שני המובילים הם הרב משה גולדמן והרב מאיר רוזנר, נראה שהרב רוזנר הוא זה שימונה".
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך האב נישט די הארץ, כח און געפיל דא אריינצוקומען יעצט. איך האלט אבער אינמיטן, בין גברא לגברא, בשעה שגופו של הצדיק עדיין נמצא ביננו און נאך א צוזאג פאר די הנהלה אריינצוקומען באריכטן אויב עס וועט זיין מעגליך. איך וואלט באמת נישט געוואלט זיין אין דער יעצטיגער מצב, איך שפיר ווי איך וויל זיך אריינלייגן אין גרוב צוזאמען מיטן רבי'ן, און זיך געפינען דארט מיט אים. וואס גייט דא זיין? - וואס וועט דא פאסירן.

עס איז מיר באמת נישט איינגענעם צו רעדן דערוועגן, אבער איך וועל יא איבערגעבן. נעכטן ביינאכט איז געווען ביי אונז אן אסיפה, אנגעהויבן פון איינס אזייגער ביז זעקס דרייסיג פארטאגס. די רעדע איז געווען איבער א ממשיך, אשר יצא לפני העם ואשר יבוא... שרייבנדיג די שורות, ווערט מיר די האנט פאלאזירט, איך שרייב און איך מעק... גלויבט מיר, עס ציעט מיר באמת נישט צו שרייבן דערוועגן.

דער עולם איז געווען אזוי צושאסן און פארלוירן, אז מען האט נישט געוויסט וואס צו קלערן. מאנכע האבן געזאגט אז נאכן רבי'ן קען קיינער נישט איבערנעמען, מען מוז עס פירן אן א מנהיג. אנדערע האבן געזאגט אז מען זאל שטעלן א מנהיג, אבער נישט קיין רבי. ווידער זענען געווען אזעלכע וואס האבן געקלאפט אין טיש, אז אויב עס וועט נישט זיין קיין רבי, וועט דער שטן ווערן רבי, מען מוז קרוינען א רבי. עס זענען געווען אזויפיל דעות און אזויפיל הצעות, זה בכה וזה בכה. הצד השוה שבהם, איך וועל נישט סופרייזט ווערן פון יעדע סארט אויסגאנג וואס קען נאר ווערן.

די אסיפה האט זיך געשלאסן פארטאגס, אז וויבאלד דער עולם איז שיכור פון דער מצב, מען איז נישט יעצט ביים געהעריגן דעת מחליט צו זיין איבער אן עתיד, דער זאך איז נאך פריש און געשען מיט א סופרייז, און אזא האקעלע החלטה מאכט מען נישט אפ אזוי שנעל, דעריבער וועט מען אויסווארטן ביז נאך די שבעה, אבער מיט אן אפציע, אז אפשר וועט אויספעלן נאך אין די שבעה צו טון עפעס דערוועגן. גארנישט איז אויסגעשלאסן.

אצינד פאר די לווייה איז געווען א רעדע אז מען גייט עפעס רעדן אדער קרוינען א מנהיג, דערווייל איז גארנישט געשען.

פריער האט גערעדט הרב וואזנער פון מאנטרעאל, א טומעל האט אויסגעבראכן ווען מאנכע האבן געשריגן אז עס טאר נישט זיין קיין הספדים, ווייל קיינער קען נישט מספיד זיין דעם רבי'ן, און ווער איז דער וואס וואגט זיך צו זאגן אז ער פארשטייט וואס דער רבי איז געווען און וואס דער פארלוסט איז... עס איז געווען א שטיקל מהומה, אבער עס איז שטיל געווארן.

איך לויף יעצט צוריק, אויב עס וועט זיין א געלעגנהייט, און איך וועל זיין דערביי, וועל איך מעלדן ווייטער.

ויבלע המוות לנצח.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רב וואזנער פין מאנטרעאל איז דער בעלזער דיין דארט
חכמת, רב וואזנער איז געקומען צופארן אדער גערעדט פין דערווייטענס?

מען האט שוין באערדיגט דער רבי?

איז זיין ווייב דארט צו זיצען שבעה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

הרב וואזנער האט גערעדט דורכ'ן טעלפאן. עס איז געווען שמועות אז ער קומט, אבער גערעדט למעשה האט ער דורכ'ן טעלפאן. ארויסגעברענגט דעם ווייטאג פון די גאנצע קהילה, דער והלכת בדרכיו אז מען זאל זיך ווייטער האלטן צוזאמען, אין די וועגן וואס מען האט אונז אויסגעלערנט, און בכלל עניני חיזוק ומיתת צדיקים.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אויב סדא א צוואה פאר ר ראזנר פ"ו איז מען דן
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

אישתישבי האט געשריבן:רב וואזנער פין מאנטרעאל איז דער בעלזער דיין דארט
חכמת, רב וואזנער איז געקומען צופארן אדער גערעדט פין דערווייטענס?

ער איז סקווירא דיין.
פארשפארט