איז דער גאנצער עולם פון מעקסיקא געגאנגען קיין גוואטאמאלא פאר די לוי' און קבורה? און וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וועט נישט יעדער וועלן וואינען אין גוואטאמאלא נעבן ציון פון רבי'ן?
איש את רעהו האט געשריבן:אין אישי האט חכמת שלמה גענטפערט אויף מיין בקשה צו אפדעיטן וועגן לוי' ממשיך וכו'
איך וועל איבערגעבן פרטים איבער די פלענער אויף שפעטער, על תנאי אז מען שרייבן איינגעהאלטן. אויב מען וועט שרייבן מיט כבוד, וועל איך נישט צוריקהאלטן אינפארמאציע פארן עולם, פרטים איבער די לויה, פלענער פאר א ממשיך וכו', און וואס עס טוט זיך דא.
שמעון וואלף האט געשריבן:איז דער גאנצער עולם פון מעקסיקא געגאנגען קיין גוואטאמאלא פאר די לוי' און קבורה? און וואס איז די פלאן אויף ווייטער, וועט נישט יעדער וועלן וואינען אין גוואטאמאלא נעבן ציון פון רבי'ן?
איך האב פארשטאנען אז קיינער נישט געווען דערנעבן און קלאר צוגעזען וויאזוי ער איז פארשוועמט געווארן דורך די וואסער. אפשר איז מעגלעך אז איינער זאל איהם האבן ערמארדעט?
איין שווערע קשיא האב איך, איך האב אלס געטראכט אז אפגערעדט צו די רבי איז יא א צדיק אדער סתם א שפילער האט זיך אבער די עולם דארט געפירט עקסטרעם פרום אין ערליך אזש זיי האבן געהאלטן אז ביי זיי איז די איינציגסטע אמת'ע אידישקייט וואס איז נישט דא כמוהו אין די גאנצע כדור העולם! שטעלט זיך א פראגע, אויב איז דער @חכמת שלמה טאקע מבני הקהילה דארט אין ער פארמאגט צוטריט צום אינטערנעט מה הועילו חכמים בתקנתם???
אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.
וואס איז די מצב יעצט דארט? פארוואס ברענגסטו נישט עפעס בילדער פון די מצב? די עולם ווייסט ניטאמאל ווי אזוי ענקער שיינע אידען זעהן אויס ווי הרב טעללער הרב מאיר יששכר ראזנער זיין ברודער וכו'
חכמת שלמה האט געשריבן:זיי האבן נישט געוואלט לאזן סימנים, עס זאל נישט ווערן קיין רעש איבעראל.
אגב פאר די נייעס: עס איז פאראן א רעדע אז עס וועלן זיין צוויי רבי'ס. הרב נחמן שליט"א וועט איבערנעמען אין גוטאמאלא און הרב מאיר יששכר ראזנער וועט פירן אין מעקסיקא. גאנץ ערנסטע פלענער וועבן זיך אין דעם ריכטונג.
עמעזאן האט געשריבן:וואס איז די חשד אויף די מוסד? געווענליך פטרן זיי מיט א שאס, עכ''פ וואלט געדארפט זיין סימנים אויף די באדי
עמעזאן: דער מוסד איז נישט געווען אינטרעסירט עפעס צו טון פאר ר' שלמה הלבראנס. ער האט זיי נישט געשטערט. והא ראיה אז די פאררוקטע נטורי קרתא וועלכע וואלטן עפ"י סברא יא געדארפט געטשעפעט צו ווערן דורך די מוסד פאר'ן גיין קיין איראן צו אכמעדינידזשאד. און פאר פארן צום אויסערן מיניסטער פון דייטשלאנד. אבער דער מוסד האט זיי נישט געטשעפעט. זענען זיי דאמאלס נישט אזוי שלעכט ווי מ'וויל זיי באשרייבן. איי. וועללן א סאך גרויסע טאטעס דרייען מיט'ן גראבן פינגער און פרעגן..."הקדוש" ר' יעקב ישראל דע-האן יוכיח...וועט מען ענטפערן אז אין דעם אשכול קענמען נישט רעדן פון דעם. און אויב מ'וועט אויפמאכן א באזונדער'ן אשכול איבער די ..."קדושה" פון ..."הקדוש" ר' יעקב ישראל דע-האן און די אומשטענדן פון זיין געשאסן ווערן. וכל המסתעף. וועט עס נישט שמעקן פאר א פאר גרויסע טאטעס, וואס די יודעי דבר גייען דארט זאגן...!