ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מקטוביץ עד ה׳ אייר איז זיכער נישט וואס בן חכמוני האט געוואלט, אפילו ווען ס׳איז קראנט.
פארוואס נישט? ער האט געבעטן דאס:
בן חכמוני האט געשריבן: .
ספעציפיש בין איך נייגעריג איבער די חסידישע התנגדות צו די חובבי ציון און איבער די אריבערגאנג פונעם רעיון צו א נאציאנאלע רעיון, און די אגודה והמסתעף.
בתודה מראש.
די צווייטע האלב מקטוביץ רעדט טאקע פון דעם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פראבלעם מיט די בוך, לדעתי, איז אז ער איז א חרדישער וואס זוכט צו שרייבען אלץ מדען. ער טאנצט אהין און צוריק פון באשטעטיגטע פאפירען צו באקאנטע עובדות. ער נוצט אלץ ראיה זאכען וואס וואלטען קיינמאל נישט געווען קיין ראיה צווישען מענטשען וואס פארשטייען די סיסטעם, נאר ווייל ס׳שטימט מיט איהם. זיין פרק אויף דער חזון איש איז לוקה בחסר אויף אן אויסנאמליכע אופן, וואס טוט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון א שלל פון עדות׳ן און בריווען.
זאל ער האבען א ליכטיגער ג"ע, אבער אויפריכטיגקייט איז נישט זיין מעלה געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אויפן ערשטן העלפט קען איך הערן די טענות, דארטן קומט ער אויפווייזן אז די אגודה עסקנים האבן זיך נישט גערעכנט געהעריג מיט זייערע רבנים, איך קען הערן אז ער דרייט אלעס לויט זיין אגענדע.
אבער אויב לייגט מען נישט אראפ דעם בוך בעפאר מען האט איהם געענדיגט דורכלייענען קומט מען אן צו זיין צווייטע נושא, נעמליך די יחס פון די גדולי האגודה צו בנין הארץ, איך זעה נישט וואו ער זאל האבן דארט אן אגענדע, אלזא פארוואס איז ער נישט קראנט דארט?