שלומיאל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שלומיאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

מ'ליינט מעשיות און מ'שטויסט זיך אן מיט שלומיאל וואס ער איז אייביג די שלא'מזל גארנישט גייט ווי אזוי ער וויל אדער אלעס גייט פארקערט פון וואס ער וויל.

האב איך מיך ארויסגעלאזט אויף א פארש ארבעט געוואויר צו ווערן ווער איז די "שלומיאל" און דאס איז א (חלק) בייאגראפיע וואס איך האב צאמגעשטעלט.

שלומיאל איז געבוירן געווארן די אכטע אין א רייע צו א קינדער געבענטשטע משפחה, זיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגען ווען ער איז געבוירן געווארן א מינוט פאר'ן אנקומען צו די שפיטאל אין אמבולאנס, אנקומענדיג אין שפיטאל איז נישט געווען קיין איין איינציגע ראום אוועילעבל פאר איהם אזוי האט ער זיך פאר א טאג צייט ארום'געוואלגערט פון צימער צו צימער ביז ער האט געלאנדעט אין עפעס א צימער'ל, זיין ברית איז אויך פארגעקומען עטליכע וואכן שפעט ווייל ער איז געווען געל.

ביי זיין אפשערן חוץ פון דעם וואס ער איז נישט געווען אזוי בא'חן'ט סתם אזוי, האט איהם זיין שעהר'ר בטעות אריינגעשניטן אין זיין רעכטע פאה אזוי אז ס'האט אויסגעקוקט זייער שלעכט.

אין חדר איז ער אלעמאל געווען די קרבן, די מלמדים האבן זיך געלערנט אויף זיינע ביינער, חברים איז געווען פאר איהם א ווייטע פאנטאזיע.

ביי זיין בר מצוה איז געפאלן א שווערע שניי אזוי אז ס'געווען ס'געווען אויסגעשפילט און צו דעם האט ער נאך באקומען די ווייניגסטע ספרים פון זיינע זיבן ברודער'ס.

אין ישיבה האט ער קיינמאל נישט געקענט די פארהער, חברותות איז איהם געווען שבעה מדורי גהינם, קנס איז געווען ביי איהם אן אפטער ערשיינונג, ווארפן פון ישיבה איז אויך געווען גאנץ אפט.

כשגיע לפרקו האבן זיך זאכן געשלעפט און 'דערווייל' איז אריבער כמה וכמה שנים (קרעדיט ר' יואל ראטה) אזוי איז ער אפגעזיצן בין כותלי ישיבה ביז די הויכע צוואנציג'ער.

ביז די פריידיגע מינוט איז אנגעקומען און ער איז א חתן געווארן צו א ווייטע לאנד (לאנד כ. כצ"ל) און ער האט חתונה געהאט, ביי זיין חתונה זענען געקומען א קארגע צאל מענטשן נאכדעם וואס אסאך פליגער'ס זענען געווארן געקענסלד צוליב שווערע ווינטן.

נאך די חתונה האט ער געהאט נאך אסאך מיט מאכענישן ווי למשל זיין דירה איז געווען פול מיט שימל, זיין מקוה קארטל האט נישט געארבעט, א הייסע קאפי האט זיך אויסגעגאסן אויף זיין נייע חאלאט די ערשטע טאג אין כולל, נאכדעם האט ער זיך געמוטשעט צו טרעפן א דשאב.

נאכ'ן פעילן עטליכע ראוד טעסט'ס האט ער ענדליך באקומען זיין לייסענס און געקויפט א קאר, אבער מיט זיין קאר פלעגט ער אייביג האבן פראבלעמען ער פלעגט אויסלויפן פון געז יעדע שני וחמישי אדער כאפן פלעט'ס א האלבע שעה פאר'ן זמן.

ער האט זיך פרובירן צו באווארענען האט ער געקויפט א קליין באטל מיט געז אבער פונקט ווען ער איז אויסגעלאפן פון געז איז זיין באטל געווען ליידיג.

אייביג האט ער געהאט טרעפיק אויפן וועג ער פלעגט קיינמאל נישט טוישן לעינ'ס אויפן הייוועי ווייל פונקט די לעין ווי ער איז אריין איז געווארן ערגער.

מענטשן פלעגן זיך וויצלן אז ער איז געבוירן געווארן א מינוט צו שפעט פלעגט ער אייביג צוריקענטפערן מיט א זיגרייכע שמייכל "א מינוט צו פרי".
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שלומיאל

שליחה דורך קל וחומר »

שלומיאל וועט שטענדיג דארפן שטארק צרכים ווען ס'נישטא קיין בעסקיסע בנמצא, און ענדליך ווען ער האט שוין דערגרייכט איינס וועט ער האבן שרעקליכע עצירות.
פריש וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך פריש וואסער »

און שלומיאל ווארט דא שוין צוויי יאר, אז כאטש איינער זאל מגיב זיין אויף זיין תגובות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שלומיאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מלמד פלעגט איהם טעגליך שיקען מאכען קאפיס, און דער קאפי מאשין האט אייביג נישט געארבעט.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

מיינע רבי'ס האבן געזאגט וואס איז א חילוק צעווישן א שלימואל און א שלימזל, דער שלימזל צערברעכט א פלאש האניג, און דער שלומיאל מוז פונקט דעמאלטס דארט זיין און זיך אנ'חזר'ן, ודפח"ח... גראדע הגעהערט פון א מלמד וואס איז געווען ביידע
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
פריש וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך פריש וואסער »

מיש-נייעס האט געשריבן:מיינע רבי'ס האבן געזאגט וואס איז א חילוק צעווישן א שלימואל און א שלימזל, דער שלימזל צערברעכט א פלאש האניג, און דער שלומיאל מוז פונקט דעמאלטס דארט זיין און זיך אנ'חזר'ן, ודפח"ח... גראדע הגעהערט פון א מלמד וואס איז געווען ביידע

דער אריגינעלע נוסח גייט אזוי:
דער שלימזל גיסט אויס א הייסע טעלער זופ אויפן שלומיאלס הויזן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פריש וואסער: ויש גורסין להיפוך. אז דער שלומיאל איז דער וועיטער וועלכער גיסט אויס די זופ אויף די נייע סוט פונ'ם שלימזל...!
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

שלומיאל האט זיך געלייגט שלאפן ראש השנה בייטאג צו פארשלאפן זיין שלעכט מזל אבער צוליב זיין גרויס שלימזלות איז ער נישט איינגעשלאפן
לא באתי לנצח (שולי)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

[/quote]
דער אריגינעלע נוסח גייט אזוי:
דער שלימזל גיסט אויס א הייסע טעלער זופ אויפן שלומיאלס הויזן
[/quote]
...און דער נודניק וויל וויסן וואסערע זופ ס'איז געווען
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רעדנדיג פון שלומיאל, שטעלטס ענק פאר ווי אזוי די נשיא'ס בני השבט האבן זיך געפילט מיט דעם נאמען:

וועלעכע שבט ביזטו? ווי אזוי הייסט ענקער נשיא?

שלומיאל. האסט א פראבלעם דערמיט?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

כפתור האט געשריבן:

דער אריגינעלע נוסח גייט אזוי:
דער שלימזל גיסט אויס א הייסע טעלער זופ אויפן שלומיאלס הויזן
[/quote]
...און דער נודניק וויל וויסן וואסערע זופ ס'איז געווען[/quote]
און דער פגע-רע וויל וויסן אויב די מעשה איז אמת...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

כפתור האט געשריבן:

דער אריגינעלע נוסח גייט אזוי:
דער שלימזל גיסט אויס א הייסע טעלער זופ אויפן שלומיאלס הויזן
[/quote]

און דער לא לנו גליטש זיך אויס אויפן זיפ
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: שלומיאל

שליחה דורך גראף »

און דער נער שטייט און לאכט.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

דער שלימזל האט פארשטאפט דעם טוילעט און דער שלומיאל וואקט אריין גלייך נאך דעם....
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

שלימזל האט אנגעלאדט צוויי וועגעלעך און גראסערי אבער ביים צאלן זעהט ער אז ער האט נישט זיין בערזל, דער שלומיאל שטיייט פונקט און דעם ליין.

שלימזל איז אנגעקומען און איזי פעס לעין און ער האט נישט קיין איזי פעס... שלימואל איז רייט ביהיינד הים..

איך זאג די אלע זאכן ווייל עס איז שכיח יעצט זימער ווען דער עולם פארט ארום כסדר.

די אלטימעט שלימואל איז א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א שלימזל....
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

דער שלומיאל טוט אן דעם שלימזל'ס קליידער און מקוה און לאזט איבער זיין שמוץ וועש
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שלימזל צונד אן זיין לעצטע ציגארעטעל פארקערט מיט שלימואל'ס לעצטע מעטש
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שלומיאל גייט מסר'ן צום מנהל אויף זיין חברים, און ער ווערט אויך געשטראפט צוזאמען מיט זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שלומיאל קימט אין בית מדרש מאכט זיך א קאווע מיט אזא געשמאק ווען פליצלינג באמערקט ער אז ס'נישט דא קיין מילך...
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: שלומיאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ביי אונז פלעגט מען זאגן, דער שפאלט אזוי; דער שלומיאל האט אייביג די פנים פונעם האנט זייגער אויף אראפ, מיטן פנים צום טיש, אזוי ווען ער האלט אינמיטן טרינקן א הייסע קאווע און ברויך וויכטיג וויסן די זייגער, וועט ער געבן א דריי די הענט און די קאווע גיסט זיך אויס אויפן שכן. ווידער די שלימזל האט די פנים פונעם זייגער פון אויבן אזוי ווי יעדער איינער, און ווען ער קוקט די צייט מיט א הייסע קאווע אין די האנט גיסט זיך עס אויס, אבער אויף זיין אייגענע שויס...

Sent from my SM-G800F using Tapatalk
פארשפארט