שלומיאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
שלומיאל
מ'ליינט מעשיות און מ'שטויסט זיך אן מיט שלומיאל וואס ער איז אייביג די שלא'מזל גארנישט גייט ווי אזוי ער וויל אדער אלעס גייט פארקערט פון וואס ער וויל.
האב איך מיך ארויסגעלאזט אויף א פארש ארבעט געוואויר צו ווערן ווער איז די "שלומיאל" און דאס איז א (חלק) בייאגראפיע וואס איך האב צאמגעשטעלט.
שלומיאל איז געבוירן געווארן די אכטע אין א רייע צו א קינדער געבענטשטע משפחה, זיינע פראבלעמען האבן זיך אנגעפאנגען ווען ער איז געבוירן געווארן א מינוט פאר'ן אנקומען צו די שפיטאל אין אמבולאנס, אנקומענדיג אין שפיטאל איז נישט געווען קיין איין איינציגע ראום אוועילעבל פאר איהם אזוי האט ער זיך פאר א טאג צייט ארום'געוואלגערט פון צימער צו צימער ביז ער האט געלאנדעט אין עפעס א צימער'ל, זיין ברית איז אויך פארגעקומען עטליכע וואכן שפעט ווייל ער איז געווען געל.
ביי זיין אפשערן חוץ פון דעם וואס ער איז נישט געווען אזוי בא'חן'ט סתם אזוי, האט איהם זיין שעהר'ר בטעות אריינגעשניטן אין זיין רעכטע פאה אזוי אז ס'האט אויסגעקוקט זייער שלעכט.
אין חדר איז ער אלעמאל געווען די קרבן, די מלמדים האבן זיך געלערנט אויף זיינע ביינער, חברים איז געווען פאר איהם א ווייטע פאנטאזיע.
ביי זיין בר מצוה איז געפאלן א שווערע שניי אזוי אז ס'געווען ס'געווען אויסגעשפילט און צו דעם האט ער נאך באקומען די ווייניגסטע ספרים פון זיינע זיבן ברודער'ס.
אין ישיבה האט ער קיינמאל נישט געקענט די פארהער, חברותות איז איהם געווען שבעה מדורי גהינם, קנס איז געווען ביי איהם אן אפטער ערשיינונג, ווארפן פון ישיבה איז אויך געווען גאנץ אפט.
כשגיע לפרקו האבן זיך זאכן געשלעפט און 'דערווייל' איז אריבער כמה וכמה שנים (קרעדיט ר' יואל ראטה) אזוי איז ער אפגעזיצן בין כותלי ישיבה ביז די הויכע צוואנציג'ער.
ביז די פריידיגע מינוט איז אנגעקומען און ער איז א חתן געווארן צו א ווייטע לאנד (לאנד כ. כצ"ל) און ער האט חתונה געהאט, ביי זיין חתונה זענען געקומען א קארגע צאל מענטשן נאכדעם וואס אסאך פליגער'ס זענען געווארן געקענסלד צוליב שווערע ווינטן.
נאך די חתונה האט ער געהאט נאך אסאך מיט מאכענישן ווי למשל זיין דירה איז געווען פול מיט שימל, זיין מקוה קארטל האט נישט געארבעט, א הייסע קאפי האט זיך אויסגעגאסן אויף זיין נייע חאלאט די ערשטע טאג אין כולל, נאכדעם האט ער זיך געמוטשעט צו טרעפן א דשאב.
נאכ'ן פעילן עטליכע ראוד טעסט'ס האט ער ענדליך באקומען זיין לייסענס און געקויפט א קאר, אבער מיט זיין קאר פלעגט ער אייביג האבן פראבלעמען ער פלעגט אויסלויפן פון געז יעדע שני וחמישי אדער כאפן פלעט'ס א האלבע שעה פאר'ן זמן.
ער האט זיך פרובירן צו באווארענען האט ער געקויפט א קליין באטל מיט געז אבער פונקט ווען ער איז אויסגעלאפן פון געז איז זיין באטל געווען ליידיג.
אייביג האט ער געהאט טרעפיק אויפן וועג ער פלעגט קיינמאל נישט טוישן לעינ'ס אויפן הייוועי ווייל פונקט די לעין ווי ער איז אריין איז געווארן ערגער.
מענטשן פלעגן זיך וויצלן אז ער איז געבוירן געווארן א מינוט צו שפעט פלעגט ער אייביג צוריקענטפערן מיט א זיגרייכע שמייכל "א מינוט צו פרי".

- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: שלומיאל
שלומיאל וועט שטענדיג דארפן שטארק צרכים ווען ס'נישטא קיין בעסקיסע בנמצא, און ענדליך ווען ער האט שוין דערגרייכט איינס וועט ער האבן שרעקליכע עצירות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: שלומיאל
דער מלמד פלעגט איהם טעגליך שיקען מאכען קאפיס, און דער קאפי מאשין האט אייביג נישט געארבעט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
מיינע רבי'ס האבן געזאגט וואס איז א חילוק צעווישן א שלימואל און א שלימזל, דער שלימזל צערברעכט א פלאש האניג, און דער שלומיאל מוז פונקט דעמאלטס דארט זיין און זיך אנ'חזר'ן, ודפח"ח... גראדע הגעהערט פון א מלמד וואס איז געווען ביידע
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
מיש-נייעס האט געשריבן:מיינע רבי'ס האבן געזאגט וואס איז א חילוק צעווישן א שלימואל און א שלימזל, דער שלימזל צערברעכט א פלאש האניג, און דער שלומיאל מוז פונקט דעמאלטס דארט זיין און זיך אנ'חזר'ן, ודפח"ח... גראדע הגעהערט פון א מלמד וואס איז געווען ביידע
דער אריגינעלע נוסח גייט אזוי:
דער שלימזל גיסט אויס א הייסע טעלער זופ אויפן שלומיאלס הויזן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שלימזל האט אנגעלאדט צוויי וועגעלעך און גראסערי אבער ביים צאלן זעהט ער אז ער האט נישט זיין בערזל, דער שלומיאל שטיייט פונקט און דעם ליין.
שלימזל איז אנגעקומען און איזי פעס לעין און ער האט נישט קיין איזי פעס... שלימואל איז רייט ביהיינד הים..
איך זאג די אלע זאכן ווייל עס איז שכיח יעצט זימער ווען דער עולם פארט ארום כסדר.
די אלטימעט שלימואל איז א פרוי וואס האט חתונה געהאט מיט א שלימזל....

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
שלומיאל גייט מסר'ן צום מנהל אויף זיין חברים, און ער ווערט אויך געשטראפט צוזאמען מיט זיי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: שלומיאל
ביי אונז פלעגט מען זאגן, דער שפאלט אזוי; דער שלומיאל האט אייביג די פנים פונעם האנט זייגער אויף אראפ, מיטן פנים צום טיש, אזוי ווען ער האלט אינמיטן טרינקן א הייסע קאווע און ברויך וויכטיג וויסן די זייגער, וועט ער געבן א דריי די הענט און די קאווע גיסט זיך אויס אויפן שכן. ווידער די שלימזל האט די פנים פונעם זייגער פון אויבן אזוי ווי יעדער איינער, און ווען ער קוקט די צייט מיט א הייסע קאווע אין די האנט גיסט זיך עס אויס, אבער אויף זיין אייגענע שויס...
Sent from my SM-G800F using Tapatalk
Sent from my SM-G800F using Tapatalk