איש את רעהו האט געשריבן:@אלגעמיין ברענגט רואיגערהייט ארויס זיין פוינט, וועל מיר פרובירען מסביר זיין צו אים,
ווען די נעמסט צוזאם די 'גאנצער רעקארדינג' נישט די געשטיקעלטע פינעם קונטרס, און דערנאך הערסטו די מהלך וויאזוי די יד ימינו און ווארטזאגער געט איבער צו מהר"א און ברענגט די מציאות מטעם החבר הכנסת צום טיש, איז די בילד קלאר, ווער עס האט נאמנות אהן דארפן א שמוע בין אחיכם וכו' נאר כל זמן זיי טוען פון אינעווייניג איז גוט, ומאידך גיסא די וואס זיכן צו זיין ביזי און זענען פועל נגד הגזירה די דארף מען פארשרייען און מבזה זיין, דאס איז די תמצית היוצא,
לדוגמא, נעכטן איז אינעם כנסת געווען א זיצונג וועגן קובע זיין תקנות צום חק, יעצט די וואס האבן א טראסט ווי לדוגמא די חברי הכנסת ומשלחיהם די רבנים וראשי ישיבות האבן זירא געטון צוצושטערן די געזעץ
מאידך גיסא די וואס מען פארשרייעט זיי מיט די מיאוסטע לשונות, רב בומרינג וחביריו די האבן אהערגעשטעלט א לויער דאקומענט צו שטערן מטעם די כוללים אז די תקנות זאלן נישט חרוב מאכן אזויפיל כוללים און לאזן הפקר אסאך אידן לשמד.
בסה"כ, די וואס זיצען באיסור יהרג ואל יעבור אינעם כנסת המינים האבן א טראסט און נאמנות, די וואס טוען מבחוץ זענען זילטש.
בס"ה פראבירסטו די מאקסימום צו איבערצייגן ווי שטארק ציוני\אגודיס'טיש גענויגט די צד איז לויט די אינפארמאציע אין דיין באקסל אבער נישט פונעם ברייטן ספעקטרום.
סאטמאר-המקורי איז פון שטענדיג אן געווען אומבויגזאם אבער לאגיש\רעאליסטיש.
בימי מרן הדב"י ז"ל איז דא אן א שיעור אמת'ע פעלער ווי מען האט זיך גערעכנט\געפאסט באשליסן מיט וואס עס גייט פאר אין יענע רייען\אגודי\כנה"מ.
לדוגמה דאס וואס איז אויפגעברענגט געווארן לעצטענס, ווי מען האט מדחה געווען א מחאה אויף די בקשה פון א מזרחיסט וועלכע גייט פועל'ן ביים ראה"מ,
וואס אויב קוקסט עס אן מיט ברייטע אויגן איז דאס גארנישט ווייניגער ווי א ח"כ זאגט, כ'גיי ערלעדיגן דאס ענין אינעם כנה"מ.
עס איז געווען ספעציעלע ממונים צו ברענגן קראנטע אינפארמאציע וואס ס'טוט זיך דארט לפני ולפנים מיט אלע פאליטיקס אינדערצווישן און ווי אויך פארהאנדלונגען מיט זיי.
דאס איז טראץ דעם וואס זיין שארפע שטעלונג\פסק הלכה איז געווען קלאר בכתב אינעם ויוא"מ און בע"פ ווען אימער.
האט דאס באדייט אז מען איז מכיר\מעריץ סיי וועלכע אויטאריטעט פונעם ממשלת הכופרים? אבסאלוט ניין!
נאר וואס דען, מען איז געווען רעאליסטיש\לאגיש מיט די מצב און געדיעלט דערמיט עפ"ת אנצוקומען צום ציל פון ביטול הגזירה וכד'.
דאס זעלבע איז היינט, מצד אחד יש מנהיג וואס זאגט קלאר בקיצור:
מיר זיכן ביטול גזירת ממשלת הכופרים, מציל זיין די פארפלאנטערטע און מעורר זיין די תינוקת שנשבו. קיינער (פלג\סיקרוקים) קען זיך אויף דעם נישט אויפבויען.
דאס איז דער ס"ה פון זיינע באמערקונגען. דאס איבריגע איז קינדעריש זיך צו טענה'ען דערויף.
די גרעסטע באווייז דערויף איז די חילוק פונעם פראטעסט 4 יאר צוריק און היי-יאר. דאס איז ווען מיינט דעם ציל, ואכמ"ל.
2. וועגן דעם זיצונג נעכטן אינעם כנה"מ, אינעם טרענסקריפט פונעם זיצונג ווערט נישט דערמאנט וועגן א לויער-דאקומענט. ווייז-איבער אז ס'איז אמת. זעה בייגעלייגט.
3. כ'האב נישט געזען אפיציעלע "מיאוסטע לשונות" קעגן די סיקרוקים אחוץ ביים אסיפה.
און מיט רעכט, אז די אנשים 'נאמנים' וועלכע זענען פארשמירט מיט בלוט פון אידן\קהילות קדושות וואס בלוטיגן פאר כבוד שמים בארה"ק
-וואס אגב האט דאס מחליש געווען דעם כח היראים\עדה"ח באופן מבהיל- קען מען קיין איין ווארט נישט גלייבן!
(עיין פרטים בהקונטרס. א בושה אז א צד זאל זיי אפיציעל בעקן ווען מ'מיינט כב"ש.
מארק מיי ווארדס: די צד גייט נאך ביטערליך ליידן פון די חברה אין צוגאב וואס מ'האט שוין געהאט פון זיי אין די אייגענע קהילה בירושלים)
* * * * * * *