די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

diff האט געשריבן:דא איז מען אלעס מסביר. קונטרס תוכן האסיפה‎
viewtopic.php?f=3&t=11619&p=378269#p378269


דארט איז אסאך צענזורירט פינעם אסיפה,
והשנית דארט ווערט נישט מבואר די געטרייהייט און נאמנות וואס די חברי הכנסת האבן ביי מהר"א, און פארוואס די ניק'ס און אוהדים לחברי הכנסת זענען אזוי געטריי לשיטה החדשה של מהרא.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

[tag]איש[/tag]

איך האף אז מיט די ווערטער שיטה חדשה מיינסטו נישט נאכאמאל דעם פרעכן היינט שוין אפענע שקר ומרמה אז דאס וואס מהר"א האט געזאגט אז מ'מעג זיך שטעלן צום לשכת הגיוס איז א שיטה חדשה

נישט אז איך וועל זיין געשאקט אז דו וועסט מיר זאגן מיט א בלעכענע פנים אז דו מיינסט יא דאס.............
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

גאנצל האט געשריבן:[tag]איש[/tag]

איך האף אז מיט די ווערטער שיטה חדשה מיינסטו נישט


די נייער צוגאנג: נעם אזא דוגמא ווי האבן טרייהייט און נאמנות צו חברי הכנסת...
קוק ווי אוהדים צו די חברי הכנסת קרייזן זענען פריידיג צו די שיטה החדשה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

אקעי מ'רעדט שוין פון א צווייטע זאך

נאו פראבלעם גיי ווייטער אן דעס וועט זיך ארויסשטעלן פונקט ווי די ערשטע אלס שקר וכזב פארדרייטע יענעם'ס ווערטער און אזוי ווייטער

קיפ אן חומת הדת/סיקריקים מיט ענקער שקר ומרמה די וועלט קענעןלערנט ענקער שמוץ מער און מער



------------------

די סייקעל וואס דעת/דברי מהר"א גייט דורך ביי די סיקריקים הטמאים -דאס איז א שם כללי-

ערשטענס פארדרייט מען אינגאנצן וואס ער האט געזאגט מ'לייגט צו לויט דעם אייגענעם אפעטיט און מ'בלאזט אויף מ'נעמט האלבע סענטעסן און מ'טוט ככל אשר לבם חפץ

נאכדעים ווען די אמת הייבט אן ארויס צו קומען הייבט מען אן זאגן די 'כונה' אין זיינע וועטער און דאס ווענדט זיך שוין לויט יעדעםס מוד.........

אחרי ככלות ווען אלעס צופאלט שוין הייבט מען אן מיט סלאגאנען

אמאל איז וויזניץ

ציוני

בעלזא

אמאל סתם אזוי שוטה רשע פארוואס נישט ככל העולה על רוחם ווילאנג מ'קען שרייען און מ'איז זיך נישט מתיחס צום פאקט שרייט מען

@איש האט שוין צוגעטראפן נאך א נייע געדאנק אוהדי ......... דעס איז זיין אפיטיט יעצט

און אזוי ווייטער

פארוואס זאג איך עס אייך ווייל איר זאלט וויסן להודעה בעלמא פאר די וואס ווייסן נאכנישט
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:[tag]איש[/tag]

איך האף אז מיט די ווערטער שיטה חדשה מיינסטו נישט


די נייער צוגאנג: נעם אזא דוגמא ווי האבן טרייהייט און נאמנות צו חברי הכנסת...
קוק ווי אוהדים צו די חברי הכנסת קרייזן זענען פריידיג צו די שיטה החדשה.



באשיינפערליך זעט נישט אויס ווי זיך טרעפן און פארהאנדלען מיט חברי כנסת איז בכלל א פראבלעם\שאנדע\אפגעפרעגט.
והא ראיה אז די עסקנים\נאמנים פון ארה"ק טוען דאס פונקט אזוי. זעה בייגעלייגט.
ועוד, זייער גאנצע נאמנות איז געבעיסט טאקע ווייל זיי האבן זיך געטראפן מיט די ח"כ. (אגב, כ'בין זיכער מ'האט גערעדט דארט בלשון ספרד בהב' אשכנז...)
א"כ זעה כ'נישט די באמבע מיט שש"ט ריקארדינג\בלשונך: שיט"ח. בס"ה האט ער אפדעיטיט זיין גענעראל מיט נייעס פונעם פראנט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלגעמיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

טייערע איד רב גאנצעל !
איך בין נשיט קיין סאטמארא בכלל, אין זיי מיך נישט חושד פאר א חסיד פון מהר"א , הגם אויך נישט פון מהרי"י, איך האב נאר "נאך" נישט וואס צו שרייבען אקעגין אים, בין איך דערווייל שטיל,
אבער עטליכע נקידות וועגען מהר"א מוז איך דא זאגען, ביי א וויכוח מיט א אנדערער וואס איז געווען זייער העפי פון דער מהר"א באנעמונג ביי די א' בלק מיטינג, יענער האט זיך גערעגט אויף ר' מלכיאל האט נישט קיין אנדערע דאגה'ס נאר גיוס ? האב איך אים געפרעגט, זאג נאר ווען די ביסט א סאטמאר'ר חסיד וואלסטו געהאלטן אז דיין רבי האט גרעדט צו די זאך? זאגט ער מיר אלץ סאטמארע חסיד זענט איר גרעכט, ער האט נישט גרעדט ווי א סאטמאראר איד מעג טאר דארף טראכטען אדער רעדן,
ער האט גרעדט ווי א בלאג ליינער אזוי ווי שאולזהן נחום ראזענבערג וכו' וואס ראסען אראפ די בריאה, ווייל מ'טוט גארנישט אקעגין די נושרים אין לעיקוואד, נאר וועגען גיוס מיטינגיט מען ממש ממין הטענה!
יעצט אזוי! די שמיעס מיט טעללער, הגם ער רעדט גאנץ ווייניג אויף די טעיפ, אבער דאס איז זיכער מיט א סאטמאר רבי'ן צו האבען אזא סארט שמיעס איז אבסורד, רוף דאס ציונות וויזניץ בעלזא, עס גייט נישט אריין אין מיין קאף סאטמאר רבי זאל שמיסען מיט א איד וואס איז היינט זיין רעב נתן יוסף וואס געט איבער די שיטה פאר די יוגענט, און ער האלט אז ווילאנג מ'איז אינווענדיג אין די קאליציע וועט נישט זיין קיין גזירות! וואי וואי! אזאנץ האב איך מיך געראכטען אפי' נישט פון די שוואכסטע סאטמארא נושר אין די וועלט! און דאס רעדט מען אלץ נייעס מיטן רבין קיין אריזאנע? דאס איז וויכטיג צו פארציילען מיט א אימפעט?
איך רעד נישט אמת אדער שקר דאס זאגט ס'נישטא קיין סאטמאראע שיטה פיריעד, א סאטמאר רבי שרייט ביי א מיטינג מקען נישט אן גער בעלזא וויזניץ , האט א לאו סעלף עסטימ אין סאטמאר, דער איז נישט דאהי, דער ווייסט נישט פון שיטת סאטמאר ואין מה להתווכח על זה.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איים סארי איך וויל דיר גערן ענטפערן אבער דו קומסט אריין אביסל איבערגעפילט קענט איר אפשר שרייבן אין קורצן דיין פוינט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אלגעמיין האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:[tag]איש[/tag]

איך האף אז מיט די ווערטער שיטה חדשה מיינסטו נישט


די נייער צוגאנג: נעם אזא דוגמא ווי האבן טרייהייט און נאמנות צו חברי הכנסת...
קוק ווי אוהדים צו די חברי הכנסת קרייזן זענען פריידיג צו די שיטה החדשה.



באשיינפערליך זעט נישט אויס ווי זיך טרעפן און פארהאנדלען מיט חברי כנסת איז בכלל א פראבלעם\שאנדע\אפגעפרעגט.
והא ראיה אז די עסקנים\נאמנים פון ארה"ק טוען דאס פונקט אזוי. זעה בייגעלייגט.
א"כ זעה כ'נישט די באמבע מיט שש"ט ריקארדינג. בס"ה האט ער אפדעיטיט זיין גענעראל מיט נייעס פונעם פראנט.


@גאנצל, פון דיר וואס אימער עס וועט נאר אפירקומען א שיטת מהרא, וועט אלץ זיין מער ווייניגער די וועג ארויס פאר דיין מוח אנצוהאלטען דעם קולט, סיקריקים,שקר, אלטע וועג סיקריקיש שקרנים , און נאך פארשידענע שיינע טיטלען, סא קיפ איט אפ און שרייב עס ווייטער אבער לענין איז נישט דא מיט אייך צו שרייבן.


...
@אלגעמיין ברענגט רואיגערהייט ארויס זיין פוינט, וועל מיר פרובירען מסביר זיין צו אים,
ווען די נעמסט צוזאם די 'גאנצער רעקארדינג' נישט די געשטיקעלטע פינעם קונטרס, און דערנאך הערסטו די מהלך וויאזוי די יד ימינו און ווארטזאגער געט איבער צו מהר"א און ברענגט די מציאות מטעם החבר הכנסת צום טיש, איז די בילד קלאר, ווער עס האט נאמנות אהן דארפן א שמוע בין אחיכם וכו' נאר כל זמן זיי טוען פון אינעווייניג איז גוט, ומאידך גיסא די וואס זיכן צו זיין ביזי און זענען פועל נגד הגזירה די דארף מען פארשרייען און מבזה זיין, דאס איז די תמצית היוצא,

לדוגמא, נעכטן איז אינעם כנסת געווען א זיצונג וועגן קובע זיין תקנות צום חק, יעצט די וואס האבן א טראסט ווי לדוגמא די חברי הכנסת ומשלחיהם די רבנים וראשי ישיבות האבן זירא געטון צוצושטערן די געזעץ

מאידך גיסא די וואס מען פארשרייעט זיי מיט די מיאוסטע לשונות, רב בומרינג וחביריו די האבן אהערגעשטעלט א לויער דאקומענט צו שטערן מטעם די כוללים אז די תקנות זאלן נישט חרוב מאכן אזויפיל כוללים און לאזן הפקר אסאך אידן לשמד.

בסה"כ, די וואס זיצען באיסור יהרג ואל יעבור אינעם כנסת המינים האבן א טראסט און נאמנות, די וואס טוען מבחוץ זענען זילטש.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

סאטמר, עדה האבן זיך אלעמאל פארלאזט אויף אגודה בענין גיוס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי פיהל איז אמת אז דער אלטע אומ׳אחריותדיגע סאטמארער שיטה איז נישט דורך אויפטוהן, און ממילא עפעס וואס האט א האלבען אויסזיכט אז ס׳וועט פועל׳ן איז שוין נישט דער סאטמארער וועג.

דער פארשעי׳ער רב כנראה קען נישט מר בוימרינד, ווייל זיין היסטוריא איז א קאלירפולע, וואס מ׳קען איהם רואיגעהייט אנרופען דער נחום ראזענבערג פון בני ברק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קנאק-יענקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך קנאק-יענקל »

ימים ידברו האט געשריבן:יעצט אזוי! די שמיעס מיט טעללער, הגם ער רעדט גאנץ ווייניג אויף די טעיפ, אבער דאס איז זיכער מיט א סאטמאר רבי'ן צו האבען אזא סארט שמיעס איז אבסורד, רוף דאס ציונות וויזניץ בעלזא, עס גייט נישט אריין אין מיין קאף סאטמאר רבי זאל שמיסען מיט א איד וואס איז היינט זיין רעב נתן יוסף וואס געט איבער די שיטה פאר די יוגענט, און ער האלט אז ווילאנג מ'איז אינווענדיג אין די קאליציע וועט נישט זיין קיין גזירות! וואי וואי! אזאנץ האב איך מיך געראכטען אפי' נישט פון די שוואכסטע סאטמארא נושר אין די וועלט! און דאס רעדט מען אלץ נייעס מיטן רבין קיין אריזאנע? דאס איז וויכטיג צו פארציילען מיט א אימפעט?

פון וועלכע טעיפ (שמועס מיט טעלער) רעדסטו דא??
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך ימים ידברו »

ווי אזוי זאגט ער? דכר וואס פארשטייט פארשטייט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

נאכאמזל סניש דא טעיפס פון רביז"ל
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

איש את רעהו האט געשריבן:מאידך גיסא די וואס מען פארשרייעט זיי מיט די מיאוסטע לשונות, רב בומרינג וחביריו די האבן אהערגעשטעלט א לויער דאקומענט צו שטערן מטעם די כוללים אז די תקנות זאלן נישט חרוב מאכן אזויפיל כוללים און לאזן הפקר אסאך אידן לשמד.

בסה"כ, די וואס זיצען באיסור יהרג ואל יעבור אינעם כנסת המינים האבן א טראסט און נאמנות, די וואס טוען מבחוץ זענען זילטש.

פארוואס רופסט עס מבחוץ. און וואס האבן די חכים געטון
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

שליחה דורך יהודי פשוט »

כבוד הרב ר׳ (diff) שליט״א, במחילות כבוד תורתך הרמה מוז איך זאגן אז איש את רעהו איז זיכער גערעכט מיט דעם נקודה אז אויב אזא איינער ווי די - וואס איז א שטיקל (אדער א גאנצע) מתנגד צו הרה״ק מ׳סאטמאר זצוקללה״ה און צו זיינע שיטות - נעמסט זיך אן פאר מהר״א, מוז בהכרח זיין אז מהר״א איז אוועק געפארן פון די סאטמאר׳ער שיטה, און דאס איז נישט נאר די נאר אלע וואס זענען אנטי די שיטה הקדושה פונעם סאטמאר׳ער רב זצוקללה״ה זענען מער גענויגט דא צו צד מהר״א, הלא דבר הוא!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דאס איז די איינציגע ראיה?
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

די פאנטש פוינטס פון דער אלף בלק אסיפה

שליחה דורך יהודי פשוט »

עס זענען געוועהן כמה צדיקים וביניהם הרה״ק מ׳מונקאטש זי״ע וואס פלעגן כסדר נעמען מנהגים פון פריערדיגע צדיקים און מסביר זיין וויזוי דאס שטימט על פי הלכה, ווייל האט דער צדיק זיך אזוי געפירט דאן מוז זיין אז דאס איז אויס געהאלטן מצד הלכה מען דארף נאר זעהן וויזוי
להבדיל בין אלף אלפי אלפים הבדלות לענינינו, אויב כמעט אלע וואס זענען אנטי הרה״ק מ׳סאטמאר זצוקללה״ה זענען אויף צד מהר״א דאן איז זיכער אז מהר״א איז אוועק פון די סאטמאר׳ער שיטה יעצט אויב בין איך נייגעריג פונקטלעך מיט וואס ער איז אוועק און וואס ער האט געטוישט קען איך יעצט גיין און איהם אויסהערן און אויפזוכן נאך ראיות אבער דאס איז אמאל זיכער אז ער האט משנה געוועהן (מער ווי א זוז כל שהוא)
איך בין א נער און איך גלייב!!!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אדרבה געגאנגען
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דאס וואס רזאגט גיוס בנים ביהרג ואל יעבור, איניש געווען אזוי ביי די אנדערע
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איש את רעהו האט געשריבן:@גאנצל, פון דיר וואס אימער עס וועט נאר אפירקומען א שיטת מהרא, וועט אלץ זיין מער ווייניגער די וועג ארויס פאר דיין מוח אנצוהאלטען דעם קולט, סיקריקים,שקר, אלטע וועג סיקריקיש שקרנים , און נאך פארשידענע שיינע טיטלען, סא קיפ איט אפ און שרייב עס ווייטער אבער לענין איז נישט דא מיט אייך צו שרייבן.


בעיסיקלי זאגסטו מיר אזוי, אז איך וועל אלעמאל זאגן סיקריק און דו וועסט אלעמאל זאגן אודי בעלזא אדער נאמנות אין חברי כנסת, מסכים שטיי מיר שוין אייניג, דו ביסט מודה אז וואס דו שרייסט אוהדי בעלזא איז בלויז גערעדט

יעצט לכו נא ונוכחה לאמיר זעהן מי ומי

ברענג מיר די פאראגראף ווי ר' אהרן האט געזאגט איך גלייב וואס די חברי הכנסת זאגן און איך האלט ווי זיי
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

@גאנצל ס'גוט לאז געמאכט
בלייב מיטן אלטן תירוץ און געגאנען ווייטער,
כהאב דע תגובה געשריבן צו א צווייטן.
אלגעמיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 05, 2017 9:45 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל

שליחה דורך אלגעמיין »

איש את רעהו האט געשריבן:@אלגעמיין ברענגט רואיגערהייט ארויס זיין פוינט, וועל מיר פרובירען מסביר זיין צו אים,
ווען די נעמסט צוזאם די 'גאנצער רעקארדינג' נישט די געשטיקעלטע פינעם קונטרס, און דערנאך הערסטו די מהלך וויאזוי די יד ימינו און ווארטזאגער געט איבער צו מהר"א און ברענגט די מציאות מטעם החבר הכנסת צום טיש, איז די בילד קלאר, ווער עס האט נאמנות אהן דארפן א שמוע בין אחיכם וכו' נאר כל זמן זיי טוען פון אינעווייניג איז גוט, ומאידך גיסא די וואס זיכן צו זיין ביזי און זענען פועל נגד הגזירה די דארף מען פארשרייען און מבזה זיין, דאס איז די תמצית היוצא,

לדוגמא, נעכטן איז אינעם כנסת געווען א זיצונג וועגן קובע זיין תקנות צום חק, יעצט די וואס האבן א טראסט ווי לדוגמא די חברי הכנסת ומשלחיהם די רבנים וראשי ישיבות האבן זירא געטון צוצושטערן די געזעץ

מאידך גיסא די וואס מען פארשרייעט זיי מיט די מיאוסטע לשונות, רב בומרינג וחביריו די האבן אהערגעשטעלט א לויער דאקומענט צו שטערן מטעם די כוללים אז די תקנות זאלן נישט חרוב מאכן אזויפיל כוללים און לאזן הפקר אסאך אידן לשמד.

בסה"כ, די וואס זיצען באיסור יהרג ואל יעבור אינעם כנסת המינים האבן א טראסט און נאמנות, די וואס טוען מבחוץ זענען זילטש.


בס"ה פראבירסטו די מאקסימום צו איבערצייגן ווי שטארק ציוני\אגודיס'טיש גענויגט די צד איז לויט די אינפארמאציע אין דיין באקסל אבער נישט פונעם ברייטן ספעקטרום.
סאטמאר-המקורי איז פון שטענדיג אן געווען אומבויגזאם אבער לאגיש\רעאליסטיש.

בימי מרן הדב"י ז"ל איז דא אן א שיעור אמת'ע פעלער ווי מען האט זיך גערעכנט\געפאסט באשליסן מיט וואס עס גייט פאר אין יענע רייען\אגודי\כנה"מ.
לדוגמה דאס וואס איז אויפגעברענגט געווארן לעצטענס, ווי מען האט מדחה געווען א מחאה אויף די בקשה פון א מזרחיסט וועלכע גייט פועל'ן ביים ראה"מ,
וואס אויב קוקסט עס אן מיט ברייטע אויגן איז דאס גארנישט ווייניגער ווי א ח"כ זאגט, כ'גיי ערלעדיגן דאס ענין אינעם כנה"מ.
עס איז געווען ספעציעלע ממונים צו ברענגן קראנטע אינפארמאציע וואס ס'טוט זיך דארט לפני ולפנים מיט אלע פאליטיקס אינדערצווישן און ווי אויך פארהאנדלונגען מיט זיי.
דאס איז טראץ דעם וואס זיין שארפע שטעלונג\פסק הלכה איז געווען קלאר בכתב אינעם ויוא"מ און בע"פ ווען אימער.
האט דאס באדייט אז מען איז מכיר\מעריץ סיי וועלכע אויטאריטעט פונעם ממשלת הכופרים? אבסאלוט ניין!
נאר וואס דען, מען איז געווען רעאליסטיש\לאגיש מיט די מצב און געדיעלט דערמיט עפ"ת אנצוקומען צום ציל פון ביטול הגזירה וכד'.

דאס זעלבע איז היינט, מצד אחד יש מנהיג וואס זאגט קלאר בקיצור:
מיר זיכן ביטול גזירת ממשלת הכופרים, מציל זיין די פארפלאנטערטע און מעורר זיין די תינוקת שנשבו. קיינער (פלג\סיקרוקים) קען זיך אויף דעם נישט אויפבויען.
דאס איז דער ס"ה פון זיינע באמערקונגען. דאס איבריגע איז קינדעריש זיך צו טענה'ען דערויף.
די גרעסטע באווייז דערויף איז די חילוק פונעם פראטעסט 4 יאר צוריק און היי-יאר. דאס איז ווען מיינט דעם ציל, ואכמ"ל.

2. וועגן דעם זיצונג נעכטן אינעם כנה"מ, אינעם טרענסקריפט פונעם זיצונג ווערט נישט דערמאנט וועגן א לויער-דאקומענט. ווייז-איבער אז ס'איז אמת. זעה בייגעלייגט.

3. כ'האב נישט געזען אפיציעלע "מיאוסטע לשונות" קעגן די סיקרוקים אחוץ ביים אסיפה.
און מיט רעכט, אז די אנשים 'נאמנים' וועלכע זענען פארשמירט מיט בלוט פון אידן\קהילות קדושות וואס בלוטיגן פאר כבוד שמים בארה"ק
-וואס אגב האט דאס מחליש געווען דעם כח היראים\עדה"ח באופן מבהיל- קען מען קיין איין ווארט נישט גלייבן!
(עיין פרטים בהקונטרס. א בושה אז א צד זאל זיי אפיציעל בעקן ווען מ'מיינט כב"ש.
מארק מיי ווארדס: די צד גייט נאך ביטערליך ליידן פון די חברה אין צוגאב וואס מ'האט שוין געהאט פון זיי אין די אייגענע קהילה בירושלים)

* * * * * * *
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

איש את רעהו האט געשריבן:@גאנצל ס'גוט לאז געמאכט
בלייב מיטן אלטן תירוץ און געגאנען ווייטער,
כהאב דע תגובה געשריבן צו א צווייטן.



ירא הקהל

אלעס וועט מען זאגן חוץ זיך מתייחס זיין צום פאקט און דעקן די אייגענע געמויזעכץ

[tag]איש את רעהו[/tag]

יישר כח פאר'ן פראווען מיין פוינט

נישט דא קיין גרעסערע הודאות בע"ד ווי די תגובה

והכא ילפינן די אלטע שמוציגע דרך פון די סיקריקים הטמאים מיט זייערע נאכשלעפער
פארשפארט