UTA
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
UTA
איך האב באקומען א בריוו פון די סאטמערע מוסדות אז די שכר לימוד גייט ארויף גיין מהיום והלאה צי א שטוינענדע ציפער, דאפעלט וויפיל איך האב באצאלט עד הנה, איך האב נישט באצאלט ביליג קיינמאל, איך האב באצאלט דריי מאות פער חודש, דאס איז חוץ די רויבעריי וואס זיי האבן ביי מיר געפלינדער דורך פארשידענע שיין קלינגעדיגע שלאג ווערטער, וואס די צד השווה איז אז מען רויבט מיין געלט אוועק ווי למשל רעגיסטראציע, אמער זיי ברויכן דאך מיין קינד רעגאסטרירן, און 'יעדער איינער' ווייסט אז רעגאסטרירן קאסט פער קינד שווערע געלטער, און קיינער בלי יוצא ונכנס טאר זיך פין די הייליגע רעגיסטראציע נישט ארויסדרייען, און ועוד צאל איך צוויי חדשים זימער פאר גארנישט, ווייל איך צאל דאך עקסטער פאר קעמפ'ס און מען לערענט מיט די מיידלעך גארנישט.
לאמיר פריוון צי פארשטיין וואס דא האט פאסירט, איך האב נישט קיין פראגראמען, און איך ברויך צאלן וויפיל עס קאסט איי געט איט, אבל, אויב קען איך נישט אריין רעדען און די הנהגה אויף קיין שום חלק פון זייער ספענדינג אפאראט, אדער איך קען נישט מיטהאלטן זייער אינקאם נישט פון די פראגראמען אדער בוטשער אדער דינער און אנדער שנאר אפעראטן קען איך נישט טשאלאנדזשען זייער קאסט, אבער וואס עס איז קלאר ווי די טאג קען מען דאך נישט לייקענען.
וויפיל צאלן זיי פאר א פערטע קלאס טיטשער לאמיר מאכן א קליינע קאלקעלאציע, און א קלאס איז דא מינימום 25 מיידלעך, און די קלאס איז פארהאן צוויי טיטשער'ס וואס פארדינען 125 א וואך, דאס איז לערך א חודש 1250 ציטייל עס פער קינד קומט אויס אז עס קאסט 50 טולער א קינד פער חודש לאמיר צולייגן נאך 100 טולער פער קינד פאר אלע אנדערע עקספענסעס ווי מנהלים סעקרעטארן פער קינד, דאס איז חוץ וואס כאטש העלפט קינדער האבן וואוטשער'ס און זיי לייזן א שיינעם ציפער.
איין מלמד פאר א קלאס קאסט מאקסימום טויזענט טולער א וואך לכל היותר אין א קלאס איז פארהאן ערגעץ צווישן 25 און 30 קינדער וויפיל קומט עס אויס פער קינד, צווישן 150-180 פער קינד פער חודש, לאמיר צולייגן נאך אמאל אזויפיל פער קינד צו באצאלן ס'ארימיגע מנהלים אפיס וכו', איז עס דריי מאות.
פאר בילדינג ריפער און מעינטענאנס באצאלן מיר עקסטער קרן הבנין, פאר באסעס צאלן מיר די שטרענגע טראנפערטאציע קאסטן.
מיר זענען סאקער'ס ווייל מיר האבן נישט גערעכנט זייערע אימגעהויערע אינקאם פון מיליאנען פונעם בוטשער, אדער וואס זיי לייזען פון די דאט גאוו וואס איז שוין היינט אפענע קארטן, און אנדערע פאנדרעזינג אפעראציעס, וואס איז זייערע וויי געשריי.
וואס איז אינזער וויי געשריי, וועלן מיר אייך זאגן, איר גנבעט פון די גאווערמענט און ווען מען ברענט אייך די פיס דאן קומט איר קייכען אז מיר זאלן אייך געבען א בעיל אוט, ווען איר האט זיך געבודען אין געלט האט איר נישט מיטגעטיילט אייער אימגעהויערע רווחים מיט מיר, איך האב נישט פארלאנגט קיין דיסקאונט נאר בעסערע טיטשער'ס נארמאלערע מלמדים, די טיטשער'ס זענען דרייצענטע קלאס מיידלעך וואס זענען נישט ווערט קיין דזשאב, און קיינעם אינטערעסירט די וואוילזיין און עדיוקעישן פון די קינדער, האט איר געמאכט זיכער אז די מיידלעך ווערן באצאלט עפעס ווי די פוילישע גויטע וואס ארבייט דארט א פייג, עס איז דאך א כבוד צי זיי א מחנכת, ווייסט איר אז יעדע מיידל ברויך חתונה האבן און צאלן רענט? האט איר זיך מיט זיי גערעכנט אין די פעטע יארן?
איצט קייכט איר, ווען געלט האט געגאסן האט איר געשווענדעט אויף אימנויטיגע עקספענסעס ווי אויפבויען בנינים פאר אימגעהויערע מיליאנען, איר האט געשאפען צוויי ביז דריי מאל וויפיל עס האט געקאסט דורך די מעכטעגע שנאר אפעראטן, האט דער טאטע עפעס געלייזט דערפון, איז דאס א חלק פונעם חשבון וואס איר גיבט, אדער לאמיר בעסער דערפון נישט רעדען.
ווי קענען די מוסדות זיין אזוי הארט נעקיג צי די טאטע'ס וואס מוטשען זיך צי צאלן פאר די אן א שיעור קינדער וואס זיי ברענגען אראפ בלויז ווייל מען ברויך האבן ביטחון אז דער באשעפער וועט זיי העלפען, ווי איז זייער ביטחון אז דער רבי זצ''ל וועט זיך מיען בעלמא דקשוט און סאטמער וועט קיין מאל נישט אינטערגיין, ווען זיי וואלטן עס געמיינט ערענסט וואלטן זיי זיך אינטערעסירט וויפיל רענט אדער מארגיטש מען צאלט דא, און נישט אריין געלאזט קיין קינדער פון עלטערען וואס ברויכן טון כל דבר אסור כדי צי קענען דערשטרייטן דעם שטאט דא, זיי וואלטן ווען זיך גערעכנט מיט די פאקטן אז מען קען נישט לעבען דא, און נישט געהויבן די פרייזן כדי זיי זאלן קענען אויסצאלן דעם רבין'ס חובות.
יעדער איינער ווייסט אז וואס סאטמער טוט טאנצען אלע מוסדות נאך, גענוי ווי עס פאסירט ביי די מצה בעקעריי און טרענספארטעשן, יעדער קוקט וואס זיי טוען, און אלע מוסדות טאנצען גלייך נאך מיט רעכט דאס איז דאך די פרייז, טראגן זיי א עקסטערע אחריות ווען זיי שינדען די הויט אז אלע גייען טון דאס זעלביגע.
מיר ברויכן פאדערען א וועד ההורים, מיר ווילן וויסן וואס דא טוט זיך יא, גענוי ווי אלע אנדערע סקול'ס האבן, א פערענט באדי וואס ערוויילט א בארד און זיי וועלן פייטן מיט די אפיציעלע יו טי עי גנבים וואס ברעכען אינטער, זען וואס עס גייט באמת פאר.
די וועד ההורים זאל זיין באויפטראגט אויף יעדע נייע תקנה וואס קומט ארויס צי זען אויב די טאטעס זענען מסכים דערמיט אדער עס איז נאר פון די כאפטע סיקרוקים און עקסטעריסטן וואס האבן פארדרייט דעם רבין זז''ג'ס קאפ, זיי ברויכן זיך רעכענען מיט די טויזענטע טאטעס וואס האלטן אנדערש ווי די פרימאקעס וואס דרייען זיך ארים פראנק און פריי צי טון וועלכע תקנה עס פאלט זיי איין.
און ווען מיר וועלן שפירן באקוועם אז אינזער קול ווערט דערהערט און וועלן שפירן אז עס איז דא א געהעריגע חשבון, און א נארמאלע פאנדרעזינג אפעראט צי נעמען פון עשירים יותר מכפי יכלתם, דאן וועט די לעצטע אפציע זיין העכערן עטוואס די שכר לימוד, ווייל מען קען נישט דאפלען די שכר לימד אינמיטן די שפיל ווען מיר האבן שוין אנגעפלאנצט אזוי סך מיטן חשבון וויפיל שכר לימד גייט קאסטען.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך טענה שוין לאנג אז עס פעלט 'קארפארעט גאווערנענס' אין אונזער קאמיוניטי אינסטיטוציעס און ארגענעזאציעס. אונזערע מוסדות און ארגעניזאציעס וואס דינען אונז אין נאמען פונעם באשעפער ווערן געפירט דורך געציילטע יחידים מערסטנס פריוואט.
לדעתי האבן זיי אן אחריות צו זיין מער אפען מיט פינאנציעלע אינפארמאציע. אמווייניגסטנס אויפן זעלבן שטאפל ווי סיי וועלכע פובליק קאמפעני. זיי וואלטן געדארפט איין מאל א יאר ארויסקומען מיט א יערליכע רעפארט וואס זאל דאקומענטירן אלע פינאנציעלע אינפארמאציע און אנדערע אנגעלענהייטן העומדים כל הפרק. ווי אויך זאל עס זיין 'פיער רעוויו'ד'
דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.
אונזערע מוסדות טראגן נאך אזויפיל אחריות וויפיל די פובליק שולעס. און אונזערע מוסדות און ארגעניזאציעס וואלטן געדארפט אנטפלעקן אמווייניגסטנס אזויפיל אינפארמאציע וויפיל די פובליק שולעס לייגן ארויס.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קורקלענד האט געשריבן:דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.
ארגעניזאציעס וואס צווינגען דיר נישט צו באצאלן מוזן נישט אפגעבן קיין דין וחשבון, אבער מוסדות וואס צווינגען יא, איז שוין אן אנדער מעשה.
ווי איך האב שוין אמאל געשריבן ערגעץ, די קשר צווישן די מוסדות און די עלטערן איז א וואן-וועי סטריט, די מוסדות פארלאנגען פון די עלטערן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות געלט און תקנות לרחצה אויף טריט און שריט, אלעס מיט 'אונזערע' קינדער, אבער פון די עלטערן צו די מוסדות איז נישטא קיין שום פארלאנגען, די מוסדות האבן בכלל נישט קיין אפענע אויער פאר די עלטערנ'ס בקשות, עס איז פשוט נישט יושר אז זיי קענען טון מיט אונז וואס זיי ווילן ככל העולה על רוחם, און מיר לאזן זיך פירן כצאן לטבח, נאר ווייל זיי קענען סטראשען און אונז נישט.
מען זעהט טאקע לעצטנס א אויפשטייג אין די עלטערן וואס וועלן נישט געבן א עקסטערע פרוטה פאר'ן דינער וכדו', הלא דבר הוא.
סאשעל מידיע האט געטוישט די וועלט ביי די אלגעמיינע וועלט, מען לאכט זיך שוין אויס פון די צייטונגען, די א.ג. פעיק ניוז, ביי אידן וועט עס אויך אזוי ווערן צוביסלעך, דער איד/בלאט קענען ווייטער שרייבן וואס זיי ווילן פיטערן די ליינער, ווי העפי אלע עלטערן זענען, און די גרויסע הצלחה פון אלע דינערס, אבער אייוועלט און קאווע שטיבל וועלן שרייבן דעם ווייטאגליכן אמת ביז זאכן וועלן זיך טוישן לטובה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:דאס אויבן דערמאנטע איז געזאגט געווארן סיי אויף מוסדות ווי חדרים, שולעס, ישיבות. ווי אויך ארגענעזאציעס ווי מתעסקים, בוני עולם, רססס, קרן הצלה, חברה הצלה, וכו'.
ארגעניזאציעס וואס צווינגען דיר נישט צו באצאלן מוזן נישט אפגעבן קיין דין וחשבון, אבער מוסדות וואס צווינגען יא, איז שוין אן אנדער מעשה.
איך האב גערעדט פון אזעלכע ארגענעזאציעס וואס צווינגן יא. וויאזוי זיי צווינגען ווילעך נישט שרייבן וד''ל. איך זיך זיי נישט צו....... קרן הצלה איז טאקע געווען א טעות.
מוסדות האסטו עטוואס עפעס קאמפעטישן. מיט די טא ביג טא פעיל ארגענעזאציעס קענסטו ניטאמאל טראכטן פון אזא מושג. זיי זענען מקפיד אויף השגת גבול כאילו מ'רעדט פון צונעמען זייערע פרנסה......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- a1b2
- היימישער באניצער
- הודעות: 558
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
להעביר את רוע הגזירה
איך האב שוין גערעדט מיט להעריך 20 עלטערן וואס גייען נישט באצאלען קיין שכר לימוד אויף קומעדעגע לערן יאר ווער עס ווילט זיך מצרף זיין קען זיך מעלדן צו מיר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
אויף איי וועלט ברענגען זיי די לינקס פון דאט גאוו יוטיעי האט קאלעקטעד 16 מיליאן פון די פעדס נאך 8 פאר העד סטארט און דאס אויסער די וואוטשערס און נאך 70 פראגראמען. אפשר קענען מיר האבן די וועיזשעס פון די טאפ 10? ביי יעדן גאווערמענט עיזשענסי איז אלעס אפן. מען ווייסט אז די ביים שיסל פארדינען לערך א האלב מיליאן א יאר מער פונעם פרעזידענט און סענאטארן. ווילאנג די בוכער זענען נישט אפן טיש גייט מען נישט צאלן.
איינער ברויך טוהן פונקט ווי די ראטה חתונה, לאמיר צוזאמנעמען די קינדער אין שוהלן און שטעלן איינעם צו לערנען מיט די קינדער תורה מיט מוסר און חכמה. די חינוך וועט זיין פיל בעסער און שענער אזוי. מ'דארף מיר נישט די גאנצע זאך קאט די קרעפ.

- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: UTA
איך מוז זאגן, קודאס פאר אייוועלט! דאס איז א נושא וואס דערלאנגט צו די סאמע יסודות פונעם סיסטעם און קען האבן ווייט-גרייכנדע קאנסעקווענצן. און זיי מעקן נאכנישט...
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פליקער: זאת ועוד. איך ווייס נאכנישט וואס דער ועוד איז. יא. איך ווייס יא. אין די צייטן ווען רבינו הק' איז געווען בימי עוזו ותפארתו איז זיך פארלאפן עטליכע (ניין. זייער א סאך) מעשיות וואו אידן זענען געקומען וויינען אז זיי האבן נישט די געלט פאר שכר לימוד. האט די רבי זי"ע געזאגט (און אויך עטליכע פון די אלטע רבנים, נ"ע , ווי מאטערסדארפער רב)..."קודם שיק די קינדער אין חדר אריין. וועגן שכר לימוד וועט מען שוין זעהן. דו וועסט צאלן וויפיהל דו קענסט"...והך קאווע, ווי מ'זאגט אין קאווע שטיבל...! די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בימי פרעזידענט דזשאנסאן. ווען ער האט איינגעפיהרט ..."אנטי פאווערטי"...(אדער ווי מ'האט געזאגט אין סאטמאר..אנטיפאוערטי ) פראגראמען. און די ישיבות הקדושות האבן אנגעהויבן צו באקומען מאסיווע געלטער פון די ממשלה. איז זיך דער אפעטיט צוואקסן. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אוהב כסף, לא ישבע כסף"...און מ'האט אנגעהויבן צו שינדן די הויט פון די עלטערן...און ס'איז אין שיעור למעלה. ונוסף גם הוא על שונאינו. אז ס'איז דא נאך א פראבלעם. די זעלבע מענטשן וואס גייען ארום מיט די הענט אין די קעשענעס (יענעמ'ס) האבן זיך דערטראכט צו די מערסטע וואנזיניגע ..."תקנות"... אשר לע שערום אבותינו. און די משוגעת'ן און דער טעראר ווערן ערגער און ערגער מדי שנה בשנתו. פראפארציאנעל מיט'ן הייבן די שכר לימוד...!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
מפוזרי האט געשריבן:איך מוז זאגן, קודאס פאר אייוועלט! דאס איז א נושא וואס דערלאנגט צו די סאמע יסודות פונעם סיסטעם און קען האבן ווייט-גרייכנדע קאנסעקווענצן. און זיי מעקן נאכנישט...
זעהט אויס אז די מנהלים פון אייוועלט זענען אויך געהעכערט געווארן. געב עס אפאר טאג און יו.טי.עי. וועט זיי צוריק אראפלאזן צום אלטן אויפן תנאי צו פארמאכן די אשכול.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן בימי פרעזידענט דזשאנסאן. ווען ער האט איינגעפיהרט ..."אנטי פאווערטי"...(אדער ווי מ'האט געזאגט אין סאטמאר..אנטיפאוערטי ) פראגראמען. און די ישיבות הקדושות האבן אנגעהויבן צו באקומען מאסיווע געלטער פון די ממשלה. איז זיך דער אפעטיט צוואקסן. ווי ס'שטייט אין פסוק..."אוהב כסף, לא ישבע כסף"...און מ'האט אנגעהויבן צו שינדן די הויט פון די עלטערן...און ס'איז אין שיעור למעלה.
דערצו קומען זיי אייביג מיט די תורה אז די האסט נישט גיי מאך פראגראמען..........
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
בעיקינג ניוז
מעכטיגע קאמפיין קומט פאר אין די יעצטיגע טעג אין צרפת פאר ילדי אמעריקע צוליב די העכערונג פון שכר לימוד אין די סאטמערע ת"ת ב'ברוקלין ניו יארק, נגידים פון צרפת וועלן אין די נאנטע טעג באזוכען נ.י.
פאלגט'ס נאך ווייטערדיגע פרטים.
פאלגט'ס נאך ווייטערדיגע פרטים.
[justify]דא איז דא צוויי נקודות.
א) אויפנעמען א וועד ההורים, דערמיט בין איך מסכים, ס׳איז נישט מער ווי רעכט אז די וואס צאלן זאלן וויסן אז די געלט קומט אן ווי ס׳דארף, קיינער איז נישט מחויב צו גלייבן בלינדערהייט א באצאלטע הנהלה.
ב) די צווייטע נקודה איז די העכערונג אין שכר לימוד. דא בין איך נישט אינגאנצן מסכים צו די קריטיק, ס׳איז קלאר אז די צוויי הונדערט דוללער צו וויפל, וואס מ׳צאלט דעקט נישט דאס קינד אינעם מוסד, כאטש איך וויל נישט צאלן קיין סך בלייבט דאס אבער מיין קינד, דאס שיקן אין חדר איז זיין עתיד, דארט זיצט ער א האלבע טאג, פארוואס זאל איך בכלל לאזן א צווייטן עס אויסצאלן?
יא! איך וויל אויסצאלן דאס גאנצע קאסט פון מיין קינדס חינוך, קיין צעהן צענט וויל איך נישט אז א צווייטער זאל אריינטשיפן דערין, אוודאי וויל איך נישט צאלן קיין ברעקל מער, כ׳וויל נישט צאלן פאר יעדער וואס זיצט ביים קאסע, און דערפאר בין איך מסכים צו א געדאנק פון א וועד ההורים, אבער דאס וואס ס׳קאסט פאר די הנהלה צו האלטן מיין קינד צווישן די ווענט פונעם מוסד דאס וויל איך דעפענעטלי באצאלן.
א רחמנות אויף א טאטע וואס וויל זיך שפארן צוויי הונדערט דאללער א חודש, און קען באשטיין אז א צווייטער זאל זיין דער שליח מגדל צו זיין זיין קינד.
איך בין טאקע נישט דער גרויסער גביר, אבער איך זעה נישט קיין איין הוצאה וואס איז בעפאר די גאנצע קאסט פון מיין קינד׳ס חינוך, איך ווינדער מיר אויף מיר זעלבסט, פארוואס בין איך נישט ביז היי יאר ארויף אין ישיבה אפיס און געפרעגט פונקטליך וויפל מיין קינד קאסט פאר די מוסד.
[tag]פליקער[/tag] קומט מיט א חשבון אז א קינד דארף נישט קאסטן צו סך, מ׳קען הערן וואס די זאגסט, כאטש אויפהאלטן בנינים קען קאסטן אסאך, און צווישן מיר און דיר ווילסטו אז דיין קינד זאל זיך געפינען אין א שיינע אהערגעשטעלטע בנין, און זאל טאקע די הנהלה פארציילן פארוואס ס׳קאסט יא מער, אבער שרייען מ׳גייט נישט צאלן פשוט ווייל די פרייז איז ארויף איז נישט צום זאך גערעדט.
ס׳איז קאמיש ווי דא בשכינות אויפן געוועב זיצן אידן וואס וועלן בדוחק רב פארענטפערן די סיסטעם פון אלע אירע שמוץ, זיי וועלן עס מאכן שמעקן כאטש ס׳שטינקט פון קאפ, אין א פרישע מערכה רייסן זיי אצינד אראפ די מאמענט ווייל ער שמעקט זיי פון א אויפגעקלערטער, אבער דא האבן זיי זיך גענומען אין די האנט און זענען צום ערשטן מאל ארויס מיט א אטאקע קעגן דעם סיסטעם. ווילאנג א צווייטער האט געהאט ווייטאג אין טאש, און א דריטער האט געהאט קאפ וויי פון חזירים בשם וועד הצניעות אדער פון אנאימפלאוד בלוט זויגער אונטערן שלייער פון סקולענע אינטערנעט מערכות איז אלעס געווען זיס ווי צוקער, איינמאל מ׳האט עס אנגעהויבן פילן אין אייגענעם טאש איז געווארן א ויצעקו, דאס איז פשט אין מדרש, כשאמרו ישראל נעשה ונשמע אמר להם הקב״ה ויקחו לי תרומה, לאמיר זעהן צו ווען די אייגענעע טאש קיצעלט ביזטו אויך פולי אין.
ס׳טוט זיך דארט א ערענסטע מערכה פון נישט צאלן שכר לימוד, איינער שרייבט דארט אז זיי זענען ארויף $75 פער קינד און מ׳גייט מתפלל זיין שבור זרוע רשע ורע תדרוש רשעו בל תמצא. פוי! דאס הייסט א רשע? ער האט נישט קיין רעכט צו זאגן אז דיין קינד קאסט מיט $75 מער, ווער דען זאל עס צאלן אויב נישט די זעלבסט, דאס איז דאך נישט דעם מוסד׳ס קינד, וואספארא נאנסענס איז דאס נישט צו פארשטיין אזא זאך. איינער שרייט דארט אז דאס גייט אים קאסטן מיט זיבן הונדערט דאללער מער, איך וואלט אים ווען געוואלט געבן א קניפ און בעקל און מסביר זיין אז דאס ביזטו שולדיג, קיינער האט נישט געהאט א חלק דערין, די עלטערע באטשיס פלעגן אין אזא צייט זאגן, האסט׳ער אינדזשואט יעצט צאל די פרייז.[/justify]

- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- דער מעסטונג דארף זיין, וויפיל סקאסט צו לערנען אינדערהיים דער פאר שורות וואס ער לערנט אין חדר. ניש וויפול סקאסט אין חדר
- וילסט נישט יענער זאל צאלן פאר דיר. דארפסט אבער נישט צאלן פאר יענעם. היינט צאלט דער ארימאן פארן גביר וואס דארף פענסי בילדינג און סערוויס
- דער עיקר זאך וואס האט אונטערגעברענט אידשקייט און אמעריקא איז געווען שכ"ל. ממיינט מאיז פארזיכערט.
- זיי מעגען יא עובר זיין אויף "חדש אסור מן התורה" מיט איינצווינגען מיידל סקולס און ישיבות פאר אלע בחורים. און כסדר צולייגען גרעידס
- אנשטאט מקיים זיין ללמדו אומנות, גנבן זיי זיין קולג' פראגראם
- ווען דו האסט אינדזשואט האסטו נישט געדארפט וויסן, אז דער פרייז גייט זיך טאפלען
- וילסט נישט יענער זאל צאלן פאר דיר. דארפסט אבער נישט צאלן פאר יענעם. היינט צאלט דער ארימאן פארן גביר וואס דארף פענסי בילדינג און סערוויס
- דער עיקר זאך וואס האט אונטערגעברענט אידשקייט און אמעריקא איז געווען שכ"ל. ממיינט מאיז פארזיכערט.
- זיי מעגען יא עובר זיין אויף "חדש אסור מן התורה" מיט איינצווינגען מיידל סקולס און ישיבות פאר אלע בחורים. און כסדר צולייגען גרעידס
- אנשטאט מקיים זיין ללמדו אומנות, גנבן זיי זיין קולג' פראגראם
- ווען דו האסט אינדזשואט האסטו נישט געדארפט וויסן, אז דער פרייז גייט זיך טאפלען
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן: דאס איז פשט אין מדרש, כשאמרו ישראל נעשה ונשמע אמר להם הקב״ה ויקחו לי תרומה, לאמיר זעהן צו ווען די אייגענעע טאש קיצעלט ביזטו אויך פולי אין.
מסתם ווייסטי סאיז א פעיק מדרש. סשטייט נישט אזא זאך אז ולמדתם דארף קאסטן. פארקערט שטייט יא. מה אני בחנם אף אתם בחינם
די געיטס אין מקוה האבן אויך די פרומע צובראכן. ק"ו דא