UTA

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: UTA

שליחה דורך פליקער »

שלום שטיסל: איך האלט קלאר אז דו ביזט נישט גערעכט, איך פארשטיי אז ווען איינער קויפט א זאך ברויך ער צאלען דעם פילען פרייז, דאס איז בלויז ווען עס איז א זאך וואס איך האב א ברירה, און ווען איך האב די רעכט אריין צי רעדען, למשל א צדקה צוועק וואס איך א ברירה נישט צי געבען אדער יא צי געבען דאן קען איך מחליט זיין וויפיל איך וויל געבען בעיסט אויף וויפיל איך ווער אינספארירט פון זייער אויפטון, און יעדער האט א אנדערע מיינונג, איינער גייט פאר מענטשען וואס ברויכן קינדער און קענען נישט האבן סיידען איינער שיילט אראפ א פיפציג אלפים, און אנדערע גייען דווקא פאר מוסדות התורה און אנדערע נאר פאר מוסדות וואס זענען נישט נהנה פון די מדינה און אנדערע נאר פאר וואס זענען דייקו יא נהנה, משא''כ פאר אינזער סיסטעם איז עס גאר א אנדערע פרשה, און איך וועל דיר עס מסביר זיין.

אינז זענען אהער געקומען דא אויף אמעריקע און איבער געפלאנץ דעם איראפעישער אידישקייט, און מיר האבן אהערגעשטעלט א חינוך סיסטעם וואס זאל סארווירן דעם אידענטום כדי אידישקייט זאל קענען עקזעסטירן, וואס עס האט אנגעהויבן פאסירן איז גענוי דאס פארקערטע, מיר אידען ברויכען טון אלעס און דער וועלט אז דער סיסטעם זאל קענען עקזעסטירן, און דאס שטעלט זיך ארויס צי זיין א געפערליכע סכנה און הינזיכטען וואס שטעלט זיך נישט אראפ בלויז אויף שכר לימוד נאר און פילע אנדערע הינזיכטען ווי צבש''פ שוואכערע בחורים האבן נישט קיין פלאץ ווייל אמער דער סיסטעם וועט צוגרינד גיין, יעדע תקנה וואס מען מאכט ברויך מען איינהאלטן און אויב נישט ווערט מען אויסגעראטן כלחוך השור ווייל עס איז מהרס דעם סיסטעם, קומט אויס אז מער זענען נישט קיין קליענטען פון א סיסטעם וואס דינט אינז, נאר מיר זענען די וואס דינען דעם סיסטעם.

און וואס פאסירט ווען עס ווערט אים אויסהאלטבאר, מען קען עס נישט דערשטרייטן, דאן כאפט דער חילוק, אויב ברויך דער סיסטעם מיך דינען אז איך זאל האבן ערליכע אידישע דורות דאן וועט זיך די סיסטעם ברויכן א עצה געבען אזוי ווי מען האט געטון אלע יארן ביז אהער שוין פאר פיפציג יאר, אבער אויב דער סיסטעם איז אים בארירבאר, דאן זאגן זיי גיי ברעך קאפ, דער סיסטעם איז נישט געשטעלט אייך צי העלפן, פארקערט איר ברויכט העלפן דאס סיסטעם, אבער ווען עס קומט אריין צי רעדען און זען זייערע ספענדעראציעס לאזן זיי נישט.

בקיצור מיר ברויכען זיך איצט פרייען אז זיי בעטען נישט א צען טויזענט דאלער פער פערזאן, ווייל מיר וואלטן דאן אויך גארנישט געטארט טון צי ציברעכן דעם הייליגען סיסטעם. דאס איז אנארכיע, אז זיי קענען זיך א עצה געבען מיט צרפת פארוואס זאלן זיי נישט פריוון זיך א עצה געבען דאהו, נעם א משל פון די ארונישע פראקציע וואס האבן געברויכט אהער שטעלן שווערע מיליאנען פאר בנינים און אלעס האט זיך שיין מסדר געווען, נאר וואס דען זיי גייט נישט אן זיך א עצה צי געבען מער, ווייל מען וועט ציען ס'צאצל און עס וועט נישט האבן קיין ברירה, ברויך מען זיי ווייזן א שטארקע האנט און נישט לאזן עס זאל זיי זיך איינגעבן, זיי זענען דא אינז צי ערמעגלעכן צי זיין אידיש, נישט אז מיר ברויכן זיין אידיש צי ערמעגליכען דעם מוסד.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברענגסט ארויס גאר א אנדערע נקודה אז מיר אלע דינען די סיסטעם כאטש די סיסטעם איז געמאכט צו דינען די מענטש, כ׳געב דיר אינגאנצן גערעכט מיט דעם.

בנוגע וואס די מישט אריין צרפת, דאס קען זיין א טענה אין א מוסד ווי מ׳צאלט נישט די איינגעשטעלטע, (ווי למשל ביי די זאליס אין קרית יואל) אבער ווען מ׳קומט דיר זאגן אז דיין קינד קאסט מער א יאר פאר די מוסד, איז דאס קיין טענה נישט.

אוודאי האב איך געוויסע טענות אויף די מוסדות, אבער דאך איז מיין ווילן אז מיינע קינדער זאלן דארטן לערנען. און ווי יעדע נארמאלע טאטע וויל איך אז דער בנין זאל אויסזעהן נארמאל און מענטשליך, ס׳זאל נישט זיין א אנטשטאלט פאר מייז.

(ווער ס׳וויל רעדן פון וויפל ס׳קאסט צו לערנען אינדערהיים זאל מוחל זיין און רעדן צו א צווייטן, מיין אויער פארנעמט נישט אזאנע שטיות.)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די בעסטע וואלט געווען ווען זיי גייען ארויף צוביסלעך

אפילו זיי גייען ארויף 20 דאלער פער קינד פער חודש

20 *5000 איז אי זאויך אביער א מיליאן דאלער א יאר

די קומענדיגע יאר נאך 20 רעדסטו פון א אינקריס פון באלד 2 א האלב מיליאן א יאר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'זעט אויס א חילוקי דעות, אז [tag]שלום שטיסל[/tag]האלט אז קיינער איז נישט מחוייב צו פארשאפען א דאללאר פאר די קינדער, און יעדער טאטע זאל זיך ספראווען און מוטשען פאר זיך. ווען ער דארף צדקה, זאל מען באהאנדלען הלכות צדקה ביי די צדקה אינסטאנצען. אבער די מוסד החינוך האט נישט אזא פליכט צו קיינעם, און דער וואס פאדערט עס, זוכט אפצושאקעלען זיין אחריות פון זיך און לייגען אויף א צווייטען. א פשוט'ער רעכטדענקיגער טענה וואס יעדער האט אויף די סאציאליסטען למיניהם.

קומט ידידינו [tag]פליקער[/tag] מיט א טענה צוריק. איך וויל געבען א משל.
איינער קויפט א קאר און צוזאמען מיט דעם קויפט ער טריפל עי, צו זיין פארזיכערט ווען ער האט א פאנצ'ר צו אן אנדערע פראבלעם, האט ער אויף וועמען זיך צו פארלאזען. ויהי היום, ער פארט אין גאס און פלוצלונג פאסירט עפעס. ער קלינגט טריפל עי, און זיי זאגען "מיר קומען נישט אין יענעם געגענט, מיר קומען נישט אין די צייט וכו'". טענה'ט ער אז זיי זענען מחוייב איהם צו העלפען, און זיי זאגען "גיי ספראווע זיך אליינס, לייג נישט דיין פראבלעמען אויף אונז".

מיר האבען אינוועסטירט אין דער סיסטעם, מיט'ן שווערער שטריימעל אויפ'ן קאפ, מיט'ן נישט רעדען ענגליש, מיט די ווייב'ס טראגע און די סארט ארבעט וואס מיר מעגען טוהן. מיר געבען מקוה געלט צו טובל'ן אין א שמוציגע גרוב און מיר טרינקען דערנאך לוילעכער קאווע, מיר לערנען נאר וואס מ'לאזט אונז און מיר ערציען די קינדער פאר די גאלדענע קייט'ס טוועגען. דער סיסטעם מיט איהר מאכט איז א תולדה פון אונזער אינוועסטירונג, און אזוי קענען זיי פארשאפען געלט אין א וועג וואס א יחיד קען נישט. ט'ווי קענען זיי היינט זאגען "גיי ספראווע זיך אליינס"? איך האב דאך אינוועסטירט פאר דעם? (איך רעד בשם פליקער, איך האב אנדערע זאכען אינוועסטירט אין מיין סיסטעם, און זייערע פליכטען צו מיר זענען אנדערש אויך). און דאס נעמען דער מאכט פון 'סאטמאר' און דאס אויסנוצען אויף צוועקעס וואס דינען נישט די אינטערעס'ן פון די מעמבערס פון דער סיסטעם איז א טענה טאקע, צו ס'איז פראנקרייך צו עפעס אנדערש.

יא, מ'האט נישט געשריבען קאנטראקט, אבער דאס איז געווען דער פארשטאנד פון דער אינוועסטירונג פון אנהייב, אז די סיסטעם דינט דער ציבור, פונקט ווי טריפל עי נעמט קעיר פון קאר פראבלעמען ווען אימער ס'פעלט אויס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

diff האט געשריבן:כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים


שטותים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

גאנצל האט געשריבן:די בעסטע וואלט געווען ווען זיי גייען ארויף צוביסלעך

אפילו זיי גייען ארויף 20 דאלער פער קינד פער חודש

20 *5000 איז אי זאויך אביער א מיליאן דאלער א יאר

די קומענדיגע יאר נאך 20 רעדסטו פון א אינקריס פון באלד 2 א האלב מיליאן א יאר

אבער דעמאלסט וואלט נישט געווארן א וועד הורים. און אז מהייבט שוין אן...
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

געוואלדיג האט געשריבן:
diff האט געשריבן:כאטש זיי מודה אז מהאט לכתחילה געמאכט א חדר כדי סזאל זיין ביליגער ווי אליין אינדערהיים


שטותים

וואס מיינט דעס. ער אידאך ש. שטותל
גראדע מאכן זיי גוטע טשולנט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דאס וואס דיינע ציטירטע דיבורים זענען.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

קען איך ניש אפפרעגען, דיין טעם כמוס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

וועלך פרעגן אזוי, ביסט גרייט צו ארבייטן רוב / כול חודש פאר די מוסדות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: UTA

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער ארבעט דאך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

וואס ער ארבייט גייט פאר די מוסדות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דא קענסטו וואוינען אויף אפאר איעקער. און זיין עמפלויעד ביי דיינע קינדער אזווי ביז יעצט
סדאך מצוה בו יותר מבשלוחו
NYS
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לדעתי איז די וויכטיגסטע אויפגאבע פון דער וועד ההורים, צו מאכן זיכער אז קיינער גייט נישט שפילען שיינע מעחוטען, און צאלן די שכ"ל ווי ס'פאסט זיך מכלומרש'ט, ווייל א'ניש צופאלט זיך די גאנצע מערכה כמובן.
וחפץ ה' בידכם יצליח
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

חדשות האט געשריבן:הער איך אז עס איז טאקע יא פארגעקומען א מיטינג נעכטען, און די החלטה איז גווען אז מען גייט צוזאצנעמען פעטיציעס פון עלטערן וואס פארלאנגן עס זאל ווערן אוועקגעשטעלט א פערמענאנטע וועד ההורים. די עסקנים האלטן אז זיי קענען אנקומען צו הונדערטער אינטערשריפטן.

ווי עס זעט אויס איז דאס דער ערשטער סוקסעספולער שטאפל צו געבן פאר די טויזענטער עלטערן א בענקל ביים טיש בשעת מען איז מחליט דעסישאנס וואס אפעקטירט זיי מיט טויזענטער אדער צענדליגער טויזענטער דאלאר א יאר.

יהא ה' עמם.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: UTA

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

@פליקער, דיין ווייטאג איז באמת נישט די זעקס הונדערט טולער וואס די מוסדות זייגן ארויס פון דיר, דיין ווייטאג איז, אז זיי נעמען אסאך מער ווי די זעקס הונדערט טולער, דאס איז וואס דו ווייסט, און וואסי מיט די געלט וואס מ'פארציילט דיר ניטאמאל ווי כל מיני פראגראמען ווי למשל בשעתן שרייבן די שורות פארט ארום א לינק פון די גאוו. וואס ווייזט א סאטמאר האט באקומען אין איין יאר שטוינענדע  זיבן און דרייסיג מיליאן דאלאר נאר פון פיר פראגראמס!! און דאס איז אהן וואוטשערס און אנדערע סטעיט פראגראמס! ס'איז אומגלויבלעך, וויפיל געלט זיי מאכן אויף יעדן קאפ, און נאכדעם צווינגען זיי ארויס פון יעדן אהנע רחמנות מיט א געוויין אז דע דעפיציט איז זייער גרויס


ס'האט מיר א חבר דערציילט אמאל, אז ווען ער איז געגאנגן זיך איינשרייבן צו קאלעדזש האט ער אויך זיך אריינגעגעבן צו באקומען געוויסע גאוו. גרענטס, ער איז זיך געגאנגן לערנען א פאך, (אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין א געוויסע אור אלטע געזעצן שריפטן וואס רופט זיך "תלמוד") האט אים די קאלעדזש, גראדע זייער א פראפעסיאנאלע, צוריק געשיקט א בריוו אז ער קען נישט זוכה זיין צו דע גרענטס ווייל איינע פון די יעשיבעס צו כוללים האבן עם שוין אויסגעזויגט אזש ביזן לעצטן טראפן, מיין חבר איז אבער געווען אן עקשן (הלוואי פאר מיר געזאגט) ער האט ארום געבארגט געלט און ער האט עס געמאכט.


 עכ"פ לענינינו, @פליקער האסט אויסגערעכנט א גאנצע ליסטע פון ווי דע הייליגע מוסדות שנארן צאם געלט, און וואס געבן זיי צוריק דערפאר?? און נישט נאר דאס, נאר אפילו איינער וויל זיך גיין לערנען עפעס, מוז ער קודם אנהייבן פון אלף, ער מוז לערנען אלעס וואס מ'לערענט פון די פיר  ביז די זיבענצען , שרייבן, ליינען רעכענען, ווי פשוטע חשבונות ווי אויך אלגברה, גיאמעטרי, פרי קעלקעלאס, לייכטע  סייענס, שרייבן עסעיס, וכדומה.ווייל פון חדר קען מען קיין איין פון די זאכן, מ'לערענט נישט אויס קאמיניקירן איינס מיטן צווייטן ווייל ווען מ'לערנט ענגליש ווערט עס אויך געלערנט אין אידיש, ווייל בעצם אידאך די גאנצע ענגליש  אן איבעריגע לימוד  ווייל אינז היימישע אידן קען מיר מאכן ביזנעס אהן די ענגלישע שפראך, ווייל בעצם צו מאכן פארנוסע ברויך מען נאר קענען אינטערשרייבן דעם נאמען אין די שטאטישע אפיסעס, און ארויס פארן קיין מאנטיסעללא מקדש שם שמים זיין און שטיין אין לאנגע רייעס, אויף וואס? אויף אינטערשרייבן דעם נאמען! און דע מה יפהניקעס ברענגן אייביג ראיות אז ענגליש מיינט גארנישט ווייל יענער און יענער עושר (וואסי פארבינדען מיט די ריכטיגע עסקנים און מיטן רבין, ווי א חוט המשולש שינתק במהרה בימינו בקרוב בלי שום צער ונזק לשארית הפליטה), קען אויך נישט קיין ענגליש. און דערצו מוז מען פאר דע לימודים אליין באצאלן, ווייל די גאוו. האט שוין איינמאל באצאלט, וואס ביי דע וועי, דאס ווערט געלערנט אין אלע עלעמענטארע שולעס, און ס'איז א חלק פון שכ"ל און פראגראמס וואס דער אמעריקאנער אנטיסעמיטישער רעגירונג באצאלט, נאר פון אינז האט מען עס אוועק גערויבט אין אזא בחינה פון הרצחת וגם ירשת.

און דע זעלבע מה יפהניקס דערציילו עפעס א מעשה רב, (עפעס אזוי גייט די מעשה, אין א שמועס וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט געהאט מיט ר'אהרן קאטלער, האט עם דער רעבע געזאגט אז זיינע תלמידים עלען האבן ריזיגע פארבריקן און די יענע וואס עלען לערנן ענגליש ווי ס'דארף צו זיין וועלן זיין די אדוואקאטן מיט בוך פירערס פאר אינזערע פאבריקן עשירים, און וואסי איז געשען למעשה? רוב פון דע פאבריקן האבן זיך מיט די צייט פארמאכט  און יענע נישט היימישע זענען געבליבען אדוואקאטן פארטרעטענדיג די אלע וואס זעננן מקדש שם שמים ביי פעטער שמואל!) 

און אפילו אויב ס'יא געלונגען אליין צו לערנען די אלע אויבן דערמאנטע זאכן ברויך מע נאך פויעלען ביי די מוסדות צו באקומען די שווער פארדינטע קרעדיטס.


אסאך מאל קומט מיר צו לאכן (ליידער) ס'באמת נישט קיין געלעכטער, ס'געוויין ווי מ'זעהט ווי אזוי מענטשן שרייבן ענגליש, פחדים נוראים,  ווייסן נישט די חילוק פון  were- where

Here-hear

To-too 

וכדומה אהנע שיעור ווערטער וואס זאגט זיך די זעלבע אבער מיינט עפעס גאנץ אנדערש און מ'רעדט דא פון שרייבן אויף וואטסעפפ, ווי ס'דא אטאמאטישע ווערטער קארעקשן, און מיט דעם אלעם קענען זיי נישט ספעלן. 

און ס'קומט צו קאמוניקירן מיט אנדערע אין ביזנעס ווערט דער עם נבון וחכם ללעג ולקלס,קיין ראזומעי קען מען נישט אויסשטעלן, רוב ווייסן ניטאמאל וויאזוי צו ספעלן רעזומעי. 


און דע אלע אויבער חכמים וואס זיצן און פרעסן פון נכסי ציבור און קיינמאל נישט געארבייט און זייער לעבן מער ווי זיך אראפצו בייגן מיט זייערע גרויסע אנגעגעסענע בייכער ארויף צו ציען זייערע ווייסע זאקן אין מקוה, און זיי פארקויפן גאר פארן עולם אז ענגליש איז בכלל נישט וויכטיג!! 

ס'נאר צו ווייזן פאר די אינסטאנצען כדי צו באקומען די פראגראמען, שעמען מעגן זיי זיך!! בגנב'נן א גאנצן דור פון פרנסות, פארקויפן א קולטור פון ליגענט, אנשטאט צו לערנען מיט די קינדער, בחורים, די אלע אויבן דערמאנטע זאכן און קענען גוט פראפעסיאנאל קאמוניקירן אהן שטאלפערען און נישט נוצן עתיד פאר עבר אדער פארקערט, (און נישט אנחזר'ן די ליין ביכל מיט שווארצע קרעיאנס אויף זאכן וואס ס'ווען יא גוט אז מ'ליינט עס, און דורך דעם אויסלערנען דעם אינגן מוח'ל אז ס'דא אנדערע שיטות אויך, און די עצה צו געווינען א געגן זייטיגע טענה איז נישט דורך אנפירקלען דעם בוך אדער סיי וואס, נאר דורך לערנען און וויסן וואס צו ענטפערן "דע מה שתשיב" מיטן שרייען שגץ ווערן זאכן נישט כשר אדער טרייף). אוועק שטעלן דעם אינגעל/בחור מיט גענוג וויסענשאפט אז אויב ער וויל זאל ער קענען בוחר זיין צו גיין לערענען א פאך וואס ער האט ליעב, און זאל נישט דארפן אנהייבן פון אלף. און אויסלערנען דעם קינד אויסצגעבן געלט קלוגערהייט, און לעבן מיט א בודזשעט, און ווען ס'קומט אויסצוגעבן געלט איז די ערשטע סטאנציע די אייגענע טאש און נישט מאמי מיט שוועסטערס, אדער דיין שכן רייסער. 

אנשטאט דעם לערענט מען אויס די קינדער צו בלאפן (דע אינספעקטארס קומען!!נארהאפטיגע פרישטאג!! מיטאגס!!כ'דעדענק נאך כד הוינא טליא אין מחנה ראאב טאוו ווען מ'פלעיגט נאך איבערדרייען דע טעללער פון פיש צו טשולענט אין די האלבע אויסגעוואשענע ערדענע טעללערס,  און ווען די אינספעקטארס זענען געקומען האט מען געגעבן פעיפער גודס, די מינוט וואס זיי זענען אפגעפארן האט מען ארויסגעצויגן די ערדענע טעללערס פון אינטער די ווייסעך ווי און צוריק צום אלטן, כ'געדענק נאך אז די דזשאוק איז געווען אז דע אינספעקטארס האבן געפרעגט דארט אין קיטשען וואס דע אלע דישעס זענען? האט מען ג'ענטפערט אז דעס פארקויפן זיי. אזוי האט מען מחנך געווען די קינדער) און ווי גרויס די קידוש השם איז געווען ווען די אינספעקטאר זענען געווען דארט. ווען נישט דע אלע קידוש השעמס וואס מ'האט אינז געוויזען פון יוגענט ווייז אן, נאר מ'וואלט אינז אויסגעלערענט נארמאלקייט, גראדקייט און מענטשליכקייט, מיט געלטער וואס די מוסדות הקדושים באקומען סייווי פונעם פעטער, וואלטן אינזערע אפרוחים שנשבו  נישט געדארפט גיין מקדש שם שמים זיין תחת כיפת השמים אין מאנטי סעללא  אדער אנפילן די בתי מדרשים מיט צאמלייג בעטן פאר די "היימלאזע" (ווער ס'געדענקט נאך), אדער זיך איינגעבן אלס סעפארירט כדי גובה צו זיין פונעם פעטער ערבות געלט פארן כתובה, וכדו' וכדו' הזמן יכלו והקידוש השם לא יכלו..


וועט עטס אוודאי מיינען אז אין למודי קודש איז מען יא גוט אויסגעקאכט פאר דעם געלט, א תאינה גדולה! וויפיל בחורים קענען היינט ביי די אכצען-ניינצען יאר זיך לאזן פארהערן  אפאר הונדערט קיצור הלכות וואס פעלט אויס פארן טאג טעגליכן לעבן, מ'רעדט נישט דא פון קיין לאנגע מחצית השקל'ס וואסי אזוי גרויס ווי די גוגל אגרימענטס, מ'רעדט בעיסיק הלכות פון יעדן טאג און פון שבת ויו"ט. און פארקויף מיר נישט קיין חלומות מיט דע אלע בחורים וואס נעמעו ארויס הוראה, כ'קען אויך בחורים וואס האבן עס מכלומרשט דורך געלערנט און זיך געשטעלט צום פארהער, זיי קענען עס ווי איך קען אבן העזר.

וויפיל בחורים קענען תנ"ך?? א מאסט פאר יעדן איד, פרעג זיי נאר אויס נעמען און מעשיות פון תנ"ך ווער ס'געווען וואס און ווען.

לאמיר נאר כאפן א בליק אויף גמרא? וויפיל מסכת קען מען פון קאווער טו קאווער?



דע מוסדות מאכן מער פון די והותר צו קענען מאכן קאלעדזשעס פונקט ווי ישיבה אוניווערסערי און אנדערע פרומע פלעצער,און לערנן אפגעטיילט, ווי מוואלט ווען געקענט וואקסען אין לימודים, און מאכן דערפון גאר שיינע פרנסות, זעהט אויס אז דע מוסדות און פארטייאישע פירערשאפט האבן אפגעמאכט אז ס'בעסער אזוי, וואס דארף מען קלוג מאכן דעם עולם, די טישן וועלן זיין ליידיג, ס'וועלן נישט אזויפיל ליידיגייער וואס וועלען טאנצן יחי אדוננו מורינו ורבינו.

 און צו מאכן דעם עולם ביזי עט מען זיי צו ווארפן אפאר ביינדלעך יעדער אויף זיין סטיל איינער שרייט ס'דא א גיוס דער אנדערער שרייט ס'נישטא און נאכדעם קומט צו קריכן די  די אינטערנעט מיט אנדערע מחאות, און נאכדעם פארט מען קיין צרפת און מ'נעמט מיט דע שמור לי ואשמור לך עשירים  אין טייערע לוקסזעריעזע קארס און זיך לאזן פאטאגראפירן מיט די ארטיגע עשירים און ווייזן פאר גאט אז זיי טוען פאר זיינע קינדער אפילו אין דער פרעמד נישט נאר אינדערהיים. 

און ס'נישט נאר צרפת, יעדע כ"ק מרן האט זיך זיין סטיל זה בצרפת וזה בפישטיאן וזה בשווייץ אא"וו.. 


עניוועי @פליקער, דאס האט געדארפט זיין א תגובה צו וואלידעיטן דיין ווייטאג איבערן העכערן שכ"ל און ס'איז אריין געפארן אין אנדערע ענינים פשוט ווייל ס'איז אלעס איין גרויסע טשעין. און צווישען מיר און דיר ווען די מוסדות טוען ווען יא, די אלע אויבן דערמאנטע זאכן וואלסטו דען נישט מסכים געווען צו צאלן זעקס הונדערט א  חודש אדער אפילו מער???
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: UTA

שליחה דורך פליקער »

ג'אדלער ווי אלע מאל קומט אריין שטארק און שארף, און דיין ווייטאג איז גאר קלאר.
איך וויל נאר צילייגען איין קלייניגייט, וויפיל זיי האקען אויף ק''ש לעצטענס ווי מפורסם וצריך אשכול מייחד, וויל איך אים זאגן אז דא איז דער ערשטער פלאץ ווי א קליינע ראצער וואס וואקסט אויף עפענט אויף זיין מוח צי קריטקעל טינקינג, וואס אין יעדע חינוך סיסטעם איז עס אלף בית, און ביי היימישע סיסמא'ס איז עס מאוס ומוקצה, און יעדער ברויך סיך אינטערנעמען נישט צי טראכטעו קיינמאל ווייל ער וועט צימאלן ווערן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: UTA

שליחה דורך פליקער »

אגב ג'אדלער די וועלט דרייט זיך שוין איבער עטליכע וואכען, וויזטו געווען ביז איצט? האסטו איבער געקערט די וועלט ערגעץ ווי?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: UTA

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

פליקער האט געשריבן:אגב ג'אדלער די וועלט דרייט זיך שוין איבער עטליכע וואכען, וויזטו געווען ביז איצט? האסטו איבער געקערט די וועלט ערגעץ ווי?

וואקאציע!!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: UTA

שליחה דורך פליקער »

געגאנגען שטאדירן שמעלקען?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: UTA

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איינער האט א וועג נאכצוגייען די געלטער? ווי קוקט מען נאך וויפיהל דער רעגירונג גיבט פאר יעדער בחורי אינגעל און מיידעל? ווי קען מען מאכען די חשבון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט