מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ביז נישט לאנג צוריק האט די גאנצע וועלט געוויסט אז מען צוטיילט די וועלט אין צווי: זכר ונקבה ברא אותם. ווי אזוי האט מען מחליט געווען ווער איז וואס? נו, שטייט דאך, וראיתן על האבנים, אם בן הוא... די פראבלעים איז געווארען ווען מען האט נישט געקענט וויסען. אין אונזער מקורות רופט זיך עס טומטום/אנדרגינוס. אינטערסעקס בלע"ז.
אין די לעצטע תקופה, זייט מאדערנע מעדעצין איז באשאפען געווארען, פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש. פארשטייט זיך, ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער.
אפאר יאר צוריק האט א קבוצה פון אזעלכע קינדער זיך צוזאמען גענומען אין א גרופ מיט א גרויסע טענה: מען האט אסאך פון זיי אסיינד די ראנג דזשענדער (assigned the wrong gender). היינט איז זייער גרינג נאכצוקוקען דשענעטיקלי צו א מענטש האט xx כרומאזאמס אדער xy. איעדער בריה באשטייט פון סעלס, אינערווייניג פין איעדער מענטש'ס סעל (וכן רוב חיות, און געציילטע געוויקסען) אויך איז דא צוויי כראמאזאמס וואס ביי נקבות קוקט עס אויס ווי XX און זכרים האבען איין X אבער די צווייטע קוקט אויס ווי א Y. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט האבען אסאך פין די קינדער, וואס זיינען שוין היינט אונטערגעוואקסען, אלע יארען געשפירט אז זיי געהערען נישט צי דעם דזשענדער וואס די דאקטער האט באשלאסען פאר זיי. זייערע עיקר טענה איז אז מען זאל נישט פאטשקענען מיט קליינע קינדער פאר זיי קענען אליין מאכען די החלטה. פאר מער פרטים, אין פערסאנעל געשיכטעס זעה דעם לינק:
https://interactadvocates.org
נאך א אינטרעסאנע זאך קען געשעהן, וואס ביז גאר לעצטענס האט מען עס נישט פארשטאנען. עס איז דא אמאל א מיידל וואס ביי ארום די 16 לויפט מען צו דאקטורים און מומחים פארוואס איז נאך נישט דא סימני בגרות אין מיט א פשוט'ע טעסט שטעלט זיך אויס אז גענעטיקאלי איז זי אן ער! די XY איז אביסעלע אופגעהאקט ביי די שפיץ, ליטעראלי. פאר דאס געוויקס פין דאס קינד מאכט עס נישט אויס נאר פאר קענען ממשיך זיין דורות שטעלט זיך די פראבלעים ווייל די חלק פין די Y וואס פעלט זיינען די סעלס וואס זיינען באשטימט צי מאכען די איברים וואס מען דארף דערפאר. עס מאכט זיך אויך אמאל XX מענער אין נאך פארשידענע אינטרעסאנטע דשענדער קאמבינעשענס. עס איז אויך פארהאן מענטשען מיט AIS סינדראם, זיי קוקען אויס ווי ווייבער, אלע סימני בגרות, אבער גענעטיקלי א זכר. (לכאורה איז דאס איינער פון די זאכען וואס די גמרא רופט מיט'ן שם הכולל 'איילונית'.)
ביי די היימישער עולם איז די ענין פון האבען קינדער איינער פון די יסודות וואס מען לאזט זיך קאסטען ממון ודמים. כאפט א שמיעס מיט די עסקנים, עס איז נבהל ונשתומם צי ווערען וויפיל גענעטיקס איז דא אינוואלווד. מען שאצט אז אנדערטהאלבען פערצענט פון מענטשען אויף די וועלט האבען אזא קאנדישען, און פון אן עסקן בנושא האב איך געהערט אז ביי אשכנזישער אידען איז די נומער גרעסער. קומט אויס אז ס'דא מער אינטערסעקס מענטשען ווי רויט האריגע קעפ!
אמאליגע צייטען האבען אזעלכע מענטשען נישט געקענט האבען קיין קינדער, און וויבאלד די סמני בגרות האבען זיך נישט געהעריג דעוועלאפט קען עס ווערען קענסערעס מיט די יארען. אויך האבען אזעלכע מענטשען שטארק געליטען פון מחלות משונות ווייל די אברים וגידים וואס קאנטאלירען הארמאנען זיינען דאך נישט אין ארדענונג. היינטיגע צייטען קענען רוב פין די געטראפענע יא האבען קינדער דארך פארשידענע אופנים - הלכה'דיג איז דא חילוקי דעות ואכמ"ל. און פאר הארמאנען גייט מען צי א ספעציאליסט און מען ארבייט אויס א מעדעצינישע קאקטעיל לפי הצורך. די וואס האבען איבעריגע חלקים vestiges בלע"ז קען מען עס ארויסנעמען סערדשיקאלי.
יעצט, שטעל זיך אריין אין די שיך פון אן כמעט-ערוואקסענע מיידעל וואס די דאקטער פארציילט איר אז זי האט יינגלישע גענעטיקס אבער מע'קען מיט מעדעצינען געבען סימני בגרות. שטעלט ענק פאר אז זי באקומט א טשויס, זי האט איר אייגענע בחירה אויב זי וויל נעמען מענערישע הארמאנס אדער ווייבערישע. פין איין זייט קען מען קוקען אויפען אויסקוק "קוקסט אויס ווי א מיידעל, זיי א מיידעל". פון דער אנדערע זייט אפשר האט זי אלע יארן זיך געשפירט ווי א אינגעל אין יעצט קען עס מקויים ווערען? גאר א דריטע קען טענה'ן אז זיי ווילען בלייבען אזוי ווי זיי זענען געבוירען. "טויש מיך נישט". ס'שווער זיך צו דינגען מיט די טענה, לדעתי. וואס פאר א רעכט האט איינער יענעם איינטיילען אין אזעלעכע הייקעלע דיני נפשות?
וואס וואלט איר גענטפערט פאר די נארוואס-חתונה-געהאט-אידענע מיט גרויסע סימני בגרות, יפה כחמה, ברה כלבנה, אבער זאגט איר נייע מאן בשתיקה אז זי שפירט זיך בעסער אלס אינגערמאן, אז זי פילט כאילו א מאנ'ס גוף אינסייד א פרויערישע? אין וואס וואלט איר גענטפערט דריי יאר נאכדעם ווען דאקטורים כאפן זיך אז זי האט AIS סינדראם?
למעשה, היינטיגע טעג, ווען אונזער לאנד האט נישט קיין גרעסערע דאגה נאר אין וועלכע ביהכ"ס מען מעג גיין דארף מען דן זיין וואס די הלכה איז מיט אן אינטערסעקס היומען. ווי אזוי איז מען מחליט? מקען פארשטיין א פרוי מיט XY מענער דשענעטיקס וואס שפירט זיך בעסער צי איידענטיפייען אלס מאן. וואס איז אבער מיט א פרוי מיט פרויען גענעטיקס, א געהעריגע XX, וואס פילט זיך פאר א מאן?
מקען זיך דינגען אויף דעם לעצטען דוגמה. יש אומרים "ס'נישט דא אזא זאך" "זי איז משוגע ווי די לבנה" וכדו'. אבער אז אזויפיל מענטשען טענה'ן אז זיי שפירען זיך אנדעריש ווי זיי קוקען אויס אולי יש דברים בגוי? דעס אז לא ראינו 'אז דער מוח האט אויך א קאמפאנענט וואס טוט רעגיולעיטען (regulating בלע"ז) וואס מאכט פילען מאן אדער פרוי' אינו ראיה. בכלל, אונז האבען דאך אויגען, מיר קענען אליין זען, די פנים פון א פרוי איז געווענטליך אנדעריש פון א מאן. אבער יוצא מן הכלל'ס זענען דא אין די מאסען. די אנדרוגיניס מאדעל טייפ וואס די מאדע ביזנעס (fashion industry) האט זיך פארליבט אין איז נאר איין דוגמה. זיי זאגען אז א גרויסע פראצענט פין די מאדעלס זיינען טאקע מענטשען מיט די אויבענדערמאנטער גענעטיקס.
ידידי ר' שבת האט געברענגט א געוואלדיגע דוגמא. ביז נישט לאנג צוריק פלעגען ביי אסאך משפחות צווינגען געלינקטע קינדער צי שרייבען מיט די רעכטע האנט. נישט נאר ביי אונז מטעמי תפילין נאר אויך אין מזרח אייראפע ועוד. שטעלטס ענק פאר 50 יאר צוריק פאר ס'געווען ידוע אז א געלינקטער'ס מוח איז פשוט געשפיגעלט פין רעכטס אויף לינקס ווי עס איז ביי די גערעכטער, אין דאס קינד אונזער טענה'ט "איך פיהל ווי א געלינקטער".
"ס'נישט דא אזא זאך" זאגט מען איהם,אין אמת'ן וואלט איך אים אויך נישט פארשטאנען. וואס הייסט, איך דארף מיר פיהלען ווי א גערעכטע יעצט? למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב און נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך געלייגט אויף די לינקע האנט. סימפעל: איך פיהל מיר נישט א גערעכטער און נישט א געלינקטע!
אבער עס איז נישט אזוי שווער צו דערהערען א מענטש וואס אידענטיפייעד זיך אלס געלינקטער אויב מ'מאכט טאקע אזא עסק דערפין. טאקע היינט, ווען איעדער שרייבט ווי ס'קומט עם, איז שווער אפילו פאר א געלינקטע צו פארשטיין מה כל הרעש! אנשטאטס אויסצוהיילען דעם געלינקטער האט מען עס געמאכט אויס מחלה און שלום על ישראל. (די זעלבע טרענד געשעהט יעצט מיט די אחור-לא-ישוב-ריקם'ניקס. מען מאכט עס אקסעפטעט ובא לציון גואל).
ווען איך זאג עס פאר אן אלטע מלמד מיינס וואס האט געדרייט אין קאפ פאר עטליכע תלמידים מיט די רעכט לינקס קוקט ער מיר אן ווי תלמיד שסרח. קען זיין אז אפאר פון די ליינער דא וועלען אויך אזוי טראכטען אויף די איידיע. אבער זאגען דארפען מיר נאך אלס - וקושטא קאי.
אין שוועדיע האבען זיי אין שולעס ארויסגענומען פין לעקסיקאן ער זי וכד'. די קינדער רופען אלעמען הען. אסאך אלטע קולטורען האבען געהאט א דריטער מין. פעיסבוק האט איבער 50. ומלאה הארץ דעה איז דאך משיח'ס צייטען אליין. וגר זאב עם כבש. Live and let live בלע"ז
יעצט צום נושא הקעפעל.
לו יצוייר אז מרת שטיין נעמט א גענעטיק טעסט אין ווערט געוואר אז אן XX - גענעטיקלי א פרוי - קען אויך האבען א לאנגער בארד, אויפשטעלען א שטוב. וכבר היה לעולמים. נו, ריבונו של עולם פארוואס האט מען איר נעבעך געצאפט דאס בלוט? זיך צו צווינגען צו לעבען ווי א מאן איז דאך גיהנום (איך קען נישט גלייבען אז איך וואלט הנאה געהאט צי דארפען לעבען ווי א פרוי, סא, ס'נישט שווער זיך אריינצולייגען אין איר שיך).
און וואס אויב די טעסט ווייזט אז זי איז טאקע גענעטיקאלי XY?
לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס. איז דא נאך עפעס א זאך אין מוח וואס קאנטאלירט ווי אזוי מ'שפירט? קיינער ווייסט נישט זיכער. וואס איז יא זיכער איז אז טויזענטער יאר האבען מענטשען זיך אויפגעפירט כאילו די ענטפער איז יא. ואע"פ שאין ראיה לדבר, לא ילבש גבר שמלת אשה איז א גוטע זכר לדבר אז בעת מתן תורה איז דאס שוין געווען אן אישו, על כל פנים ביי שכנים. ועי"ש ברבינו א''ע.
פארשטייט זיך אז הלכה'דיג איז שוין א גאנצע מדובר. איך וויל נישט אריינגיין אין דעם ווייל ולא תשא עליו חטא שטייט מיר פאר די אויגען. אבער מענטשליכקייט? זי קען דאך ליינען די רשעותדיגע תגובות און אראפלאזען א טרער צום באשעפער. ומה נענה בתריה? אהבת ישראל איז נישט נאר א וויזניצער איינפאל, זה כלל גדול בתורה.
אינטרעסאנטע לינקס צו מקורות איך האב מיר באנוצט נאכצוקוקען די נושא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Third_gender
https://www.interfaceproject.org/stories
https://en.wikipedia.org/wiki/Androgen_ ... y_syndrome
https://en.wikipedia.org/wiki/Red_hair
http://oii-usa.org/2563/how-common-is-i ... -in-humans
https://www.theatlantic.com/health/arch ... ren/373536
https://en.wikipedia.org/wiki/Gonadal_dysgenesis
https://en.wikipedia.org/wiki/Gender_in ... nd_Swedish
http://www.newsweek.com/gender-neutral- ... ool-617413
https://en.wikipedia.org/wiki/Disorders ... evelopment

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
שלום עליכם ידידי היקר ״שטריימל בלאוגער״ יהי בואך לברכה.
זייער א אינפארמאטיוו אשכול און זייער גיט אראפגעלייגט. שכוח פארן מיך ״קוואטן״
עס איז א כבוד אז אזא קלוגער אינגערמאן, אזא אינטעלעקטשיואל ווי אייך איז דא מיט אונז אויף ״קאווע שטיבל״.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב אין נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך ״געלייגט״ אויף די לינקע האנט.
בלשון הווה? מיינסט אוואדי אז ״היינט צופרי״ האסטו געלייגט תפילין אויף דיין לינקע האנט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
שבת אחים האט געשריבן:למעשה פיהל איך מיר נישט ווי קיין איינס. איך שרייב אין נוץ מיין רעכטע האנט. תפילין האב איך ״געלייגט״ אויף די לינקע האנט.
בלשון הווה? מיינסט אוואדי אז ״היינט צופרי״ האסטו געלייגט תפילין אויף דיין לינקע האנט.
די תגובה האב איך געשריבען תיכף נאכען ר"ת תפילין, נאך טאקע אין די ביהמ"ד ביי אונז אין קאנטרי יצ"ו
חכמה בגויים אל תאמין
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א שיינעם קוגל געמישט.
די אלע פעלער וואס דו ברענגסט, אריינגערעכנט געלינקטע מענטשן זענען אלעס פיזישע פעלערן אדער דיפערענסן וואס די פיזישע מציאות שטימט מיט צום מצב.
איינער וואס פארמאגט מענערישע גענעס און מענערישע איברים איז א מאן. טאמער ער 'פיהלט' ווי א פרוי דאן ליידט ער פון א גייסטישע פעלער. ס'קען זיין אז די וועג צו היילן אזעלכע גייסטיש קראנקע איז דורך זיי איינרעדן אז זיי זענען גערעכט און זיי מאכן אויסקוקן ווי דעם גענדער זיי רעדן זיך איין זיי באלאנגן צו, אבער צו מאכן דעם עולם מיטשפילן מיטן געים איז שוין אבסורד.
די זעלבע וואלט געווען טאמער א צוואנציג יעריגס 'פיהלט' ווי זי איז שוין זעכציג, און ס'וואלט געווען א מעגליכקייט פון יענעם פארוואנדלען אין אן אויסזעהן פון א זעכציג יעריגס מיינט נאכנישט אז דאס האט געטוישט די מציאות אויף עפעס א וועג.
די אלע פעלער וואס דו ברענגסט, אריינגערעכנט געלינקטע מענטשן זענען אלעס פיזישע פעלערן אדער דיפערענסן וואס די פיזישע מציאות שטימט מיט צום מצב.
איינער וואס פארמאגט מענערישע גענעס און מענערישע איברים איז א מאן. טאמער ער 'פיהלט' ווי א פרוי דאן ליידט ער פון א גייסטישע פעלער. ס'קען זיין אז די וועג צו היילן אזעלכע גייסטיש קראנקע איז דורך זיי איינרעדן אז זיי זענען גערעכט און זיי מאכן אויסקוקן ווי דעם גענדער זיי רעדן זיך איין זיי באלאנגן צו, אבער צו מאכן דעם עולם מיטשפילן מיטן געים איז שוין אבסורד.
די זעלבע וואלט געווען טאמער א צוואנציג יעריגס 'פיהלט' ווי זי איז שוין זעכציג, און ס'וואלט געווען א מעגליכקייט פון יענעם פארוואנדלען אין אן אויסזעהן פון א זעכציג יעריגס מיינט נאכנישט אז דאס האט געטוישט די מציאות אויף עפעס א וועג.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קל וחומר האט געשריבן:א שיינעם קוגל געמישט.
די אלע פעלער וואס דו ברענגסט, אריינגערעכנט געלינקטע מענטשן זענען אלעס פיזישע פעלערן אדער דיפערענסן וואס די פיזישע מציאות שטימט מיט צום מצב.
איינער וואס פארמאגט מענערישע גענעס און מענערישע איברים איז א מאן. טאמער ער 'פיהלט' ווי א פרוי דאן ליידט ער פון א גייסטישע פעלער.
א גיטן ״דאקטער״ קל וחומר
מאן יימר? מיט אזא זיכערקייט.
א גייסטישע קרענק???
ווייל דו האסט אזוי אפגעמאכט???
אפילו די גמרא איז נישט איינשטימונג מיט דיר, און דעס איז דעמאלטסדיגע סייענס פון ״צוויי טויזנט יאהר צוריק״
היינט ווייסט מען זיכער אז סקען זיין א צומישעניש אין די דזשענדער.
אבי געדערט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים
אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???
נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?
אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???
נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קל וחומר האט געשריבן:א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים
אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???
נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?
דער סקעצעפרעניק איז כולי עלמא מודה אז סאיז א גייסטישע קרענק, אבער א טמטום/אנדרוגינוס איז א זשענדער צומישעניש וואס מ׳רופט ״אינטערסעקס״ וואס מקען היינט אידינטפייען דורך אריינקוקן אין די מענטש׳ס גענעטיקס.
די מענטש קען זיין הונדרעט פראצענט נארמאל מיט אלע אנדערע זאכן, און נאר מיט די איין זאך זענען זיי ״אנדערש״, פונקט ווי א געלינקטער וואס איז געפראוגרעמט אנדערש. איך קען פערזענליך אסאך נארמאלע טראנסגאנדערס וואס פעלט זיי גארנישט, זיי זענען געשמאקע נארמאלע מענטשען, און זיי פילן זיך נישט באקוועם מיט זייערע אסיינד-דזענשדער, פאר מיר איז עס טאקע מאדנע, אבער אויב לויט סייענס איז עס א ״געבורט פעללער״ און אפילו לשטיתך וואס דו רופסט עס א ״גייסטישע קרענק״ איז עס אויך ״א קאנדישאון״ מיט וואס די מענטש איז ״געבוירן״ דערמיט, אלזא רעדט איך נישט אריין אין דעם, אפילו איך פארשטיי זיי נישט. און זיכער אז איך האלט אז סקומט זיך זיי זייער רעכטען צוזיין וואס זיי ווילן פונקט ווי אלע אנדערע מענטשען אויף דער וועלט האבן זייערע רעכטן צו פראקטצירן זייערע זאכן מיט וואס נישט יעדער איז איינשטימינג, און פונקט ווי דו האסט רעכט צוגיין מיט א שטריימל אויפן גאס, שלאגן כפרות, און בויען א סוכה דארף עבי שטיין האבן א רעכט אנצוטהן א קלייד מיט ליפסטיק.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
שיינע ארטיקל. גוט געשריבן. אבער למעשה האסטו געשריבן כמעט אלעס בתורת ספק. די פאר ראיות וואס איר האט יא געברעגנט איז אויך נישט שייך צו פארגלייכן צו עבי סטיין'ס קעיס ווייל מיר ווייסן נישט וואס זיין די.ען.עי. איז. ממילא אפילו את''ל אז אייערע מיינונגען און טענות זענען אקוראט מיינט נאכאלץ נישט אז ס'איז שייך אין עבי'ס קעיס.
פשוט אז די ליינער וואס ליינען אייער בריוו צו יענע בריוו זאלן זעהן אז ס'דא מער ווי איין צד צו אייערע רייד ברענג איך דא א רעפערענץ צו דעם באקאנטן בריוו אויפן נושא. ס'איז איין גאר וויכטיגע בריוו צו די נושא וואס ווען איר וואלט ווען געווען אביעקטיוו וואלט איר דאס אויך געברענגט.

- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
[list=][/list]
שמיעה שמעתי אז שטיין איז באמת אינטערסקס, און איז געבוירען מיט א עפעס א שינוי, אבער וויל נישט רעדן דערפון.
איך נעם נישט קיין אחריות צו דאס אמת אדער נישט.
קורקלענד האט געשריבן:שיינע ארטיקל. גוט געשריבן. אבער למעשה האסטו געשריבן כמעט אלעס בתורת ספק. די פאר ראיות וואס איר האט יא געברעגנט איז אויך נישט שייך צו פארגלייכן צו עבי סטיין'ס קעיס ווייל מיר ווייסן נישט וואס זיין די.ען.עי. איז. ממילא אפילו את''ל אז אייערע מיינונגען און טענות זענען אקוראט מיינט נאכאלץ נישט אז ס'איז שייך אין עבי'ס קעיס.
פשוט אז די ליינער וואס ליינען אייער בריוו צו יענע בריוו זאלן זעהן אז ס'דא מער ווי איין צד צו אייערע רייד ברענג איך דא א רעפערענץ צו דעם באקאנטן בריוו אויפן נושא. ס'איז איין גאר וויכטיגע בריוו צו די נושא וואס ווען איר וואלט ווען געווען אביעקטיוו וואלט איר דאס אויך געברענגט.
שמיעה שמעתי אז שטיין איז באמת אינטערסקס, און איז געבוירען מיט א עפעס א שינוי, אבער וויל נישט רעדן דערפון.
איך נעם נישט קיין אחריות צו דאס אמת אדער נישט.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
(מגידי אמת)
אפילו אויב ס'איז אמת איז דאס נישט משנה, וויבאלד נישט דאס איז זיין/איר תביעה וואס ער/זי שטעלט ארויס. זיין/איר תביעה, און זיין/איר ברייטע אדוואקאציע (אזוי הייסט עס אין אידיש?) איז אז א יעדער ברויך רעספעקטירן סיי ווער עס קלעימט צו זיין טראנס, אפילו מיט א בלויזע סאביעקטיווע טענה. (ומכאן תשובה גם לפותח האשכול וואס מישט/חושט צאם גוף ונפש **** ודזשענדער).
מיין פערזענליכע קושיא אויף דעם איז, וויאזוי איז דאס שייך בכלל צו טענה'ן. דהיינו, למשל איך בין אומבאקוועם מיט מיין "ריכטיג" אידענטיטעט, און איך טענה אז מען האט מיר בטעות אידענטיפיצירט אלץ "ריכטיג" בעת ווען ביי מיר איז ברור אז איך בין נישט. אזא טענה קען איך נאך דערהערן, און איך מיין אז עס קומט מיר לכה"פ די בענעפיט אוו דע דאוט (כ"ז בהנחה אז איך בין נישט גייסטיש צורידערט, וואס דאס איז א באזונדערע נושא). אבער וואס וועט זיין אויב איך הויב אויכעט אן צו טענה'ן אז נישט בלויז וואס איך בין נישט "ריכטיג", נאר איך בין גאר "שטריימאל" אדער "ימי קדם" אדער "שבת אחים", און מיין באזיס איז בלויז מיין סאביעקטיווע פילונג. וואס פארא רעכט האב איך צו אזא טענה? פון וואנעט קען איך אפילו וויסן וואס דאס מיינט צו "זיין" שטריימאל? דאס איז דאך סאביעקטיוו מיוחד פאר שטריימאל אליין, איך פארמאג דאך נישט זיין נפש?
ה"ה כאן, בשלמא ווען דער טראנס טענה'ט בלויז אז ער/זי שפירט נישט ווי קיין זכר, קען איך נאך אפשר גלויבן. אבער מיט וואסערע רעכט קען מען טענה'ן אז מען שפירט גאר "נקבה"? פון וואנעט ווייסטו וואס דאס מיינט בכלל שפירן נקבה אינדערצייט וואס דו ביסט קיינמאל קיין נקבה געווען?
מיין פערזענליכע קושיא אויף דעם איז, וויאזוי איז דאס שייך בכלל צו טענה'ן. דהיינו, למשל איך בין אומבאקוועם מיט מיין "ריכטיג" אידענטיטעט, און איך טענה אז מען האט מיר בטעות אידענטיפיצירט אלץ "ריכטיג" בעת ווען ביי מיר איז ברור אז איך בין נישט. אזא טענה קען איך נאך דערהערן, און איך מיין אז עס קומט מיר לכה"פ די בענעפיט אוו דע דאוט (כ"ז בהנחה אז איך בין נישט גייסטיש צורידערט, וואס דאס איז א באזונדערע נושא). אבער וואס וועט זיין אויב איך הויב אויכעט אן צו טענה'ן אז נישט בלויז וואס איך בין נישט "ריכטיג", נאר איך בין גאר "שטריימאל" אדער "ימי קדם" אדער "שבת אחים", און מיין באזיס איז בלויז מיין סאביעקטיווע פילונג. וואס פארא רעכט האב איך צו אזא טענה? פון וואנעט קען איך אפילו וויסן וואס דאס מיינט צו "זיין" שטריימאל? דאס איז דאך סאביעקטיוו מיוחד פאר שטריימאל אליין, איך פארמאג דאך נישט זיין נפש?
ה"ה כאן, בשלמא ווען דער טראנס טענה'ט בלויז אז ער/זי שפירט נישט ווי קיין זכר, קען איך נאך אפשר גלויבן. אבער מיט וואסערע רעכט קען מען טענה'ן אז מען שפירט גאר "נקבה"? פון וואנעט ווייסטו וואס דאס מיינט בכלל שפירן נקבה אינדערצייט וואס דו ביסט קיינמאל קיין נקבה געווען?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
שבת אחים האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:א גוטן 'פילאזאף' שבת אחים
אולי ליידט דער סקעצעפרעניק אויך נישט אויף א גייסטישע קרענק. מאן יימר? אפשר זענען מיר גאר משוגע אז מיר זעהן נישט וואס ער זעהט???
נ.ב. אפשר קענסטע אזוי גוט זיין און מיר צוצייכענען דעם גמרא וואס איז נישט איינשטומיג?
דער סקעצעפרעניק איז כולי עלמא מודה אז סאיז א גייסטישע קרענק, אבער א טמטום/אנדרוגינוס איז א זשענדער צומישעניש וואס מ׳רופט ״אינטערסעקס״ וואס מקען היינט אידינטפייען דורך אריינקוקן אין די מענטש׳ס גענעטיקס.
טענו בחיטים והודו לו בזכר קדשו.
דו באציעסט זיך בכלל נישט אויף וואס איך רעד.
ווען ס'איז דא א פיזישע פעלער דאן גייט מען צום דאקטער אדער צום פלעסטיג סירדשען.
די נושא איז איבער א פולקאמער פיזישן מאנספערזאן וואס טענה'ט אז ער 'פיהלט' ווי א פרוי.
דאס ענין פון פיהלינג באלאנגט צום פסיכיאטער. א גייסטישע צושטאנד.
עס זענען פארהאן מענטשן וואס פיהלן ווי קעץ, טשיקענס, הונט, וכדו'. טאמער וועט מען זיי פארשטעלן ווי א קאץ אלס טריטמענט וועלן זיי זיין בארעכטיגט צו מאכן גדולים אויף די גאסן? אדער אפשר וועט מען זיי גאר קענען פארקויפן אין א פעט שאפ?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דו רעדסט נישט צום דבר און דו האסט obviously נישט די מינדעסטע אהנונג בחייכון ווען איך מיכן אין די נושא, און האסט געמאכט זעראו ריסערטש אין די סובדזשעקט! קענסט אודאי נישט קיין טראנסגאנדערס פערזענליך, האסטו נישט געלערנט די פשוטע סייענס דערויף. דיין שרייבן קעץ מיט טשיקענס האט אוועקגעגעבן דיין 'איגנארענץ'...
סייענטיסטן און דאקטורים זאגן אז ס'איז "יא" דא אזא זאך ווי אינטערסעקס הומאנס אפילו אויב די מענטש האט אלע 'נושא כלים' פון א מאן אדער פון א פרוי קען ער זיך שפירן ווי א אנדערע דזשענדער... מקען עס זעהן אין די מענטשעס די.ען.עי., דו קענסט נאר נאכבעבלען מקוה וואסער און קיין מושג האסטו נישט וואס דו רעדסט...
גיי קודם זעץ זיך אראפ מאך אביסל ריסערטש, ווייל איך קען נישט קיינער וואס קלעימט אז ער/זי וויל זיין א קאץ אדער א טשיקן, איך קען אבער יא גענוג און נאך מענטשן וואס ווילן נישט זיין אזויווי זייער צוגעצייכענטע דזשענדער, פאר טויזנטער יאהרן האבן געוויסע מענטשען געוואלט זיך אנטוהן קליידונג פון זייער פארקערטע דזשענדער, היינט ווען מקען אריינקוקן אין א מענטש׳ס גענעטיקס ווייסט מען קלאר אז געוויסע קליינע פראצענט ווערן אזוי געבוירן און סאיז כמו א programming error.
שטריימל האט געשריבן:
לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס
סייענטיסטן און דאקטורים זאגן אז ס'איז "יא" דא אזא זאך ווי אינטערסעקס הומאנס אפילו אויב די מענטש האט אלע 'נושא כלים' פון א מאן אדער פון א פרוי קען ער זיך שפירן ווי א אנדערע דזשענדער... מקען עס זעהן אין די מענטשעס די.ען.עי., דו קענסט נאר נאכבעבלען מקוה וואסער און קיין מושג האסטו נישט וואס דו רעדסט...
גיי קודם זעץ זיך אראפ מאך אביסל ריסערטש, ווייל איך קען נישט קיינער וואס קלעימט אז ער/זי וויל זיין א קאץ אדער א טשיקן, איך קען אבער יא גענוג און נאך מענטשן וואס ווילן נישט זיין אזויווי זייער צוגעצייכענטע דזשענדער, פאר טויזנטער יאהרן האבן געוויסע מענטשען געוואלט זיך אנטוהן קליידונג פון זייער פארקערטע דזשענדער, היינט ווען מקען אריינקוקן אין א מענטש׳ס גענעטיקס ווייסט מען קלאר אז געוויסע קליינע פראצענט ווערן אזוי געבוירן און סאיז כמו א programming error.
שטריימל האט געשריבן:
לאור אלעס פון פריער וואלט איך שטארק חושש געווען פון די בוחן כליות ולב. מאן יימר ווי אזוי די מוח ארבייט? צו חוץ פון די דרויסענדיגע סימנים איז דא נאך עפעס ווייסט מען שוין היינט קלאר אז יא XY/XX - מיר ווייסען קלאר אז סימנים חיצוניים זיינען נישט אייביג קיין סימן אויף די גענעטיקס
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
שוין ווידער מיט דיין איגנארענץ.
איינער וואס האט די ען עי פון א פרוי האט א 'פיזישן פעלער'. פון דעם רעד איך נישט.
די גאנצע דיון איז מיט עימיצער וואס נאר זיין אייגן דמיון זאגט אז ער באלאנגט צום אנדערן דשענדער.
נאך איינמאל איך ברויך דיר עס זאגן וועל איך דיר מוזן רופן מיטן נאמען פון עפעס א צווייטע ניק.

- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
קל וחומר האט געשריבן:שוין ווידער מיט דיין איגנארענץ.
איינער וואס האט די ען עי פון א פרוי האט א 'פיזישן פעלער'. פון דעם רעד איך נישט.
די גאנצע דיון איז מיט עימיצער וואס נאר זיין אייגן דמיון זאגט אז ער באלאנגט צום אנדערן דשענדער.
נאך איינמאל איך ברויך דיר עס זאגן וועל איך דיר מוזן רופן מיטן נאמען פון עפעס א צווייטע ניק.
ועוד, אפילו לאמער זאגן אז מ'האט אראפגענומען/צוגעלייגט כלים, מאכט דאס אים/איר נישט קיין אנדערע זשענדער. איך ווייס אז מ'קען געבן הארמאנען צו טוישן קול און אויסקוק, דאס מאכט נאך נישט ווערן א אנדערע מענטש.
you're basically stuck
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 305
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
- האט שוין געלייקט: 371 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל
שטריימעל האט געשריבען:
אין די לעצטע תקופה, זייט מאדערנע מעדעצין איז באשאפען געווארען, פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש. פארשטייט זיך, ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער.
"פלעגט מען מחליט זיין צוזאמען מיט די דאקטער וואס מען גייט מאכען, א ברית אדער א קידוש"
די רופסט עס אן מחליט זיין???
"ווי מער פלאסטיק סורדזשערי האט זיך פארגעשריטען האבען זיי מער מצליח געווען צאמשטעלען דאס נייגעבורען צום צוגעצייכענטע דשענדער"
זיי מסביר וויאזוי איז דאס פונקטליך צוגעגאנגען פאר פלאסטיק סורדזשערי?

- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
תורה הוא וללמוד אני צריך. חז"ל זאגן אז יוסף האט געדארפט זיין א נקיבה אבער רחל האט מתפלל געווען און ער איז געווארן א זכר. צוליב דעם האט ער מסלסל געווען בשערו.
איז א קלארע ראי' אז מען קיקט נישט אויף פילינג נאר מען קיקט אויפן בנין פינעם מענטש.
קענסט מיר פארקויפן וואס די ווילסט אבער די תורה קען מען נישט פארדרייען.

One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
–The Rebbe of Kotzk
–The Rebbe of Kotzk
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
בנין מיינט דאס וואס די אויג זעט נאקעט.
און מ'דארף נישט צוקומען צו מדרשים, דער עצם משא ומתן בנוגע טומטום ואנדרוגנוס זאגט קלאר אז בלויז די גופניות'דיגע סימנים זענען קובע, פאר ווער ס'קען דער סוגיא. דאס ברענגען פון דעם א ראיה אויף פארקערט איז קאמיש.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
טרויבן88 האט געשריבן:שכח [tag]shtriemel[/tag] פארן ארטיקל, די העצע אנטקעגן די נושא וועט זיכער אראפ קילן מיט די צייט... איין זאך וואס איך פארשטיי נישט וואס די אלע וואס האבן אזא גרויסע מיינונג אנטקעגן די נושא, וויאזוי טייטשן זיי אפ טומטום, אנדרוגינוס, איילונית, פון וואס די גמרא רעדט, וואס זענען די זאכן?
די זאכן זענען פיזישע פראבלעמען (עכ"פ טומטום ואיילונית, לגבי אנדרוגינוס י"א שלא היה ולא נברא אלא משל היא ואכמ"ל) ווער דינגט זיך דען דערויף?
דיין צומישעניש נעמט זיך פונעם פותח האשכול וואס מאכט א קוגל פון די פיזישע פראבלעמען מיט די גייסטישע. אפילו אבי שטיין אליין - אויף וויפיהל איך האב איהם/איר אויסגעהערט - פארשטייט גוט דעם חילוק, און ער/זי ברענגט עס ארויס אין א פאר פון זיינע/אירע רעדעס.