מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ריכטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
דו ביסט מוראדיג! פונקט ווי אלע רעכטע...



דו ביסט צעווילדעוועט פונקט ווי אלע לינקע...


לעסט טיים איי טשעקט.

די לעצטע לינקע פרעזידענט איז געוועהן א ״דזשענטעלמאן״

נישט סתם נאר א אמתע שטאטסמאן וואס די גאנצע וועלט האט געגלייכט חוץ די רעכטע ריפובליקאנער ראסיסטן...

ווידער די היינטיגע פרעזידענט טראמפ איז די מערסטע ״ציווילדוועטע פרעזידענט״ און אומ-מענטש וואס איז נאר געוועהן (לאמיר נישט אריינגיין אין זיין פארדארבענע אדמינסטראציע ווי סטיוו בענענען און דער ״אונגארישער נאצי״...!)

לאמיר נישט פארגעסן ווי ציווילדוועט ניקסאן איז געוועהן -דאכצעך א רעכטער נישט קיין לינקער (וויקיפידיע זאגט אזוי :roll: )

דער צווייטער בוש מיט זיין רעכטע קאבינאט האבן זיך נאר ״אביסל צעווילדוועט״ אין איראק, סהאט נאר געקאסט דרייסיג טויזנט מענטשען׳ס לעבן מיט טריליאנען דאללערן וואס אונז אמעריקאנער וואלטן געקענט בענעפיטן פון דעם, אריינגעשלעפט אמעריקע אין די ״גרעסטע חוב זייט די וועלט שטייט״ טריליאנען

צענדליגער אומשולדיגע אמעריקאנע יונגען און זייער משפחות אפגעהארגעט לעולם ועד פאר גארנישט מיט נישט...
פון אביסל רעכטע צעווילדעוועטקייט...

און וואס געשעהט שוין ווען לינקע זענען ציווילדיוועט? זיי רייכערן נאך א דזשוינט? זיי פעינטן נאך עפעס א נעריש בילד ווי זיי האלטן אז סאיז ארט? זיי שיסן איינער דעם צווייטן? זיי מאכן א סיין צו פראטעסטירן פאר ריינע לופט און וואסער? פאר גאון און ניוקליער קאנטראל? פאר וועלטליכע שלום? פאר איקוואלטי פון יעדעם? פאר גימל רעכטען? פאר מינארטי רעכטן? פאר די ארבעטס קלאס? וואס קענען זיי שוין טוהן אין ערגסטען פאל? הא?

ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט אז צווי יופיס פון בושויק האבן זיך געשאסן איינער דעם צווייטן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין אן ערנסטן נאוט, איך האב זיך גראדע באצויגן צו דיין וועג פון שרייבן. יעדע מאל וואס דו זאגסט דיין פוינט חזר'סט עס איבער אפאר מאל אין יעדע אשכול און דו שיסט עקסלאמעישן און קוועסטשן מארקס בהרחבה, ס'מאכט עס אויסקוקן ווי דו שרייסט[!!!].

דיין רבי, בערני סענדערס, ליידט אויך דערפון, ער איז נישט מסוגל ארויסצוברענגען א פוינט רואיגערהייט, אלעמאל באבלאזן גערעגט און געשריגן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מיט דעם האסטו א פונקט.

איך שריי ווען איך האלט אז איך בין גערעכט, און דעס איז די וועג וויאוזי איך טענה מיך.

מכל מלמדי השכלתי. איך וועל פרובירן רעדן ראוהיגער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

סיריעל קיללערס האבן אנדערע ברעין ווייערינג. מיט דעם אלעם זענען זיי ריספאנסיבל פאר זייער עקשן ווייל מיר זענען נישט דא אין א דזונגל.
אזוי אויך די טראנסדזשענדער למיניהם, כאטש מיר האבן גרויס מיטלייד, איז דאס נישט נארמאל און דארף נישט ווערן באגריסט און באקומען עקסטרע בית הכסא'ס.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אייז קריעם האט געשריבן:סיריעל קיללערס האבן אנדערע ברעין ווייערינג. מיט דעם אלעם זענען זיי ריספאנסיבל פאר זייער עקשן ווייל מיר זענען נישט דא אין א דזונגל.
אזוי אויך די טראנסדזשענדער למיניהם, כאטש מיר האבן גרויס מיטלייד, איז דאס נישט נארמאל און דארף נישט ווערן באגריסט און באקומען עקסטרע בית הכסא'ס.


די חילוק פון סיריעל קיללערס ביז טראנסגאנדער איז דאך פשוט און יעדער מיט א האלבע מוח פארשטייט דאס.

א סיריעל קיללער איז א ׳פיזישע סכנה פאר די וואוילזיין פון אנדערע׳.

טראנסגאנדערס שטעלן קיינעם נישט אין סכנה. זיי פארלאנגען זייערע רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.

אז ס׳שטערט דיך צוליב רעליגיעזע סיבות איז עס דיין פראבלעם. רעליגע קען נישט דיקטירן אין א פרייע סאסייעטי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שבת אחים האט געשריבן:די חילוק פון סיריעל קיללערס ביז טראנסגאנדער איז דאך פשוט און יעדער מיט א האלבע מוח פארשטייט דאס.

א סיריעל קיללער איז א ׳פיזישע סכנה פאר די וואוילזיין פון אנדערע׳.

טראנסגאנדערס שטעלן קיינעם נישט אין סכנה. זיי פארלאנגען זייערע רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.

אז ס׳שטערט דיך צוליב רעליגיעזע סיבות איז עס דיין פראבלעם. רעליגע קען נישט דיקטירן אין א פרייע סאסייעטי.

די מער רעכט מ'געבט זיי די מער אנשטעקיג ווערט זייער מחלה. וועלן מער מענטשן זיך פארופן טראנס סיי אימער ווען מ'וויל אנטלויפן פון זיך. און למעשה טוהט דער גאנצער טראנפארמאציע גארנישט אויף אויפן פאציענט. דאס ברענגט אריין די ארומיגע און א סכנה. גייסטישע זעה זיכער ס'קען אויך עווענטועל גיין פיזיש.

וואס פונקטליך מיינט רעכטן? קען איך ארויפצווינגן מיינע רעכטן אויף יענעם? וואספארא רעכטן בין איך אלס נארמאלע מענטש בארעכטיגט מיט?

אז רעליגיע וואלט געווען א גייסטישע מחלה אדער א פיזישן טיעף אין די די.ען.עי. וואלסטו יא פארשטאנען זייער פרייהייט פון דיקטירן? האסטו עפעס מער באווייזן אז רעליגיע איז ווייניגער א מחלה ווי טראנס? רעליגיע האט אויך רעכטן, פארוואס זענען זייערע רעכטן אנדערש?
און אנדערע ווערטער פארוואס זענען די טראנס'עס רעכטן מער צווינגבאר אויף אנדערע ווי רעליגיעזע רעכן.

@שבת. איך קען דיר שוין פאר א וויילע און איך בין גאנץ זיכער אז ציווישן דיינע 4100 הודעות דא אין שטיבל האסטו אמאל געלעיבלט רעליגיע אלס א מחלה. לייג דיך אריין אין יענע מחשבה און טראכט עס איבער.

למעשה נאך די גאנצע משא ומתן דא בין איך נאך נישט קלאר אין צוויי זאכן.

א. "רעכטן". וואס זענען די רעכטן פון וואס מ'האלט אין איין רעדן
ב. "רדיפות". וואס פונקטליך מיינט דאס. וויאזוי ווערן זיי גערודפ'ט? וואס זענען די מעשים וואס קוואליפיצירן אלס רדיפות?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט און ווי דו צילסט דא.

רעכטן:
אין רוב רעכטע און אפילו אין געוויסע לינקע סטעיטס זענען זיי נישט עקספעטעט אין סאסייעטי מיט גארנישט, איך ווייס אפילו נישט ווי אנצופאנגען.

אפשר זאל @שטריימל דער פותח האשכול מעהר מרחיב זיין אין דעם. סאיז דא א לאנגע ליסט פון ״דיסקרימאנציע״ קעגן זיי... (געוונטליך אנגעפירט פון רעכטע).

וועגן וואס דו שרייבסט אז איך האלט וועגן רעליגע אז סאיז א מחלה, כהאב קיינמאל נישט דאכצעך געשריבן אזא זאך. אויב עפעס האב איך געשריבן אז ארגאנייזט רעליגע האלט אפ די דיוועלעפמענט פון א פראגרעסיוו פארגעשריטנע סאסייעטי. און אז אסאך ארגאנייזט רעליגעס און קולטס אויף די וועלט גייט פאר שרעקליכע רשעות און אומרעכטן אין נאמען פון זייערע רעליגעס, אבער כהאב עס נישט באצייכענט ווי א קרענק/קאונדישאן אזויווי דו ווילסט זאגן, ווי ווייט איך געדענק.

איך שטיץ טאקע רעכטן פאר רעליגיע ווילאנג סאיז נישט אויף די expense /חשבון פון אנדערע.

די חילוק צווישן מיר און דיר איז נאר איך שטיץ סיי רעליגעזע רעכטן סיי גימל רעכטען סיי טראנסדזשעדער רעכטן, אפילו איך פערזענליך אידיניטפייעט זיך נישט מיט קיינער פון די דריי אויבענדערמאנטע גרופעס, שטוץ איך נאכאלץ ״זייערע״ רעכטן. ווידער דו שטיצט נאר ״רעליגעזע רעכטן״ ווייל סאיז ״דיינע פערזענליכע״ רעכטן.

גערעכט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

איך האב געמיינט אז איך האב שוין אלס אפגעזאגט, אבער קוקט נישט אויס ווי אלע פארשטיין. לאמיר פראבירען נאכאמאל.

אויב מ'וועט לאזען געלינקטער קינדער שרייבען מיט די לינקע האנט, די מער רעכט מ'געבט זיי די מער אנשטעקיג ווערט זייער מחלה. וועלן מער מענטשן זיך פארופן געלינקטער'ס סיי אימער ווען מ'וויל אנטלויפן פון זיך.... השם ירחם.

קיינער דארף נישט קיין ראיות ברורות ווי אזוי די המון עם פייניגט און רודפ'ט די וואס זיינען אנדעריש. קוקטס נאר צוריק אפאר תגובות. ליינט די אריגיענעלע אשכול און זעה אליין וויפיל רשעות און שלעכטיגייט גיסט זיך פין תלמידי בלעם הרשע.

אין מיין תורה שטייט: אלוקים יבקש את הנרדף! וואס איז נאך דא מוסיף צו זיין?
חכמה בגויים אל תאמין
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך מפוזרי »

א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

מפוזרי האט געשריבן:א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

שכוייח
מפוזרי האט געשריבן:(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)

אין מיין תורה שטייט: (קהלת ג, טו): "והאלהים יבקש את נרדף".

אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!
חכמה בגויים אל תאמין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סא הער אויף צו רודפ'ן די וואס עס איז אנטקעגן זייער געוויסן צו מכיר זיין דעם טראנסדזשענדער.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך מפוזרי »

דער שאלה איז נישט ווער איז דער צדיק, נאר ווער איז דער רודף. און פון דעם דרייסטו זיך כסדר ארויס. איך האב אין מיין לעבן נישט געטשעפעט קיין לגבט און איך פלאן עס נישט צו טון. און איך וויל אפילו אז דער געזעץ זאל זײ באשיצן פון רדיפות.
אבער 'מיך' צו צווינגען רופן דעם ט' - זי אנשטאט ער, אדער דעם לג פּאָר - חתונה געהאט, מיינט 'מיך' צו רודפ'ן, ועל לא דבר בלויז פארן גלייבן אין גאט.

אלקים יבקש את הנרדף אויך כשרשע רודף צדיק.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך מפוזרי »

ווער רודפ'ט וועם?
Reuters: World News:
UK watchdog to crack down on gender stereotypes in adverts in Britain

LONDON (Reuters) - Adverts depicting girls as ballerinas alongside boys as rock climbers are likely become a thing of the past in Britain under new rules set out by the UK's advertising watchdog on Tuesday.

[HEAVY MINUS SIGN] @ReutersWorld [HEAVY MINUS SIGN]
אז דו ווילסט מלחמה האלטן מיט גאט און אים אויסראטן פון זיין וועלט, געזונטערהייט, גאו אהעד. כבר היה לעולמים.
אבער, ביטע, ענליסט אים נישט אויף דיין זייט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קורקלענד האט געשריבן:למעשה נאך די גאנצע משא ומתן דא בין איך נאך נישט קלאר אין צוויי זאכן.

א. "רעכטן". וואס זענען די רעכטן פון וואס מ'האלט אין איין רעדן
ב. "רדיפות". וואס פונקטליך מיינט דאס. וויאזוי ווערן זיי גערודפ'ט? וואס זענען די מעשים וואס קוואליפיצירן אלס רדיפות?
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

ריכטיג האט געשריבן:ס'קען זיין אז ג' איז א חולי נפש, אבער איך פארשטיי נישט דיין ראיה. חתונה האבן מיט א מומע איז עפעס א חולי נפש? פארט האט דאס די תורה גע'אסר'ט.


אויב איז עס א תאוה ווי תאוות נשים האבן מיר א כלל ״אין הקב״ה בא בטרוניה עם בריותיו..״
וואס דארפן די געי חברה טיהן, זיי האבן נישט קיין תאוה נאר פאר א זכר,
ובכלל לא מציני די תורה זאל אסרן א זאך וואס איז א נארמאלע לייף סטייל,
ואיסר קרובים יש טעם בדבר ואין לדמות בכלל, (ובכגון זה אמרו ״אין לך איסר שלא הותרה התורה כנגדו.)
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

וואלווי האט געשריבן:איין זאך וואס איך פארשטיי נישט דא אין די גאנצע קאנווערסעישאן איז פארוואס מ'מישט תורה מיט סעקצואלע אריענטאציעס. די תורה שטעלט אוועק איסורים אדער הנהגות מצד הלכה אדער מאראל. אבער וואס פארא שייכות האט עס מיט די סייענס פון די זאך? די תורה זאגט אז דער געי איז מער בעל תאוה ווי די סטרעיט? די תורה זאגט אז ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טוהן און ס'איז בכלל נישט אן אינדיקעיטאר אויף די סייענטיפישע מציאות פון די מענטש וואס לויט דעם האט ער זיינע תאות. זעלבע געדאנק מיט איינער וואס איז עובר עריות אלס העטעראסעקציועל, ס'דא דא הלכה'דיגע און מאראלישע ענינים און ס'דא די תאוה חלק. ביידע אריענטאציעס האבן ביידע גדרים. ס'דא די דאו'ס ענד דאונט'ס, און ס'דא די מציאות פון גליסטענישט. די חלק התורה רעדט נישט אריין אין די גליסטענישט שבדבר נאר אין די הנהגה.

אויב אזוי וואס מאכט אויס די אריענטעישאן. ביידע האבן די זעלבע רעכטען אלס מענטש אין די סאשעל וועלט.


א תורה טרייע יוד, וואס ווייסט אז תורה מן שמים, אין די בריאה ותורה און גאט חד הוא
ווייסט זייער קלאר אז די תורה רעדט אריין אין אלע חלקי החיים והבריאה
די תורה זענען די חיקי חיים , והתורה נתנה לעשות שלום בעולם,
אין אז די תורה אסרט משכב זכר און ריפט דאס אן תועבה, איז פשט אז דאז איז נישט קיין מהלך החיים ס׳איז נישט געזינט.!
!..A Lonely Man of Faith
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ווייל סניש דא קיין תוצאות. כמיין ער האט דזעלבע תאוה ווי יעדן. אבער ער האסט פרויען
קול דודי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 326
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

שליחה דורך קול דודי »

shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!


נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)


תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳
I post, therefore I am
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך קל וחומר »

טיפישע לינקע פראפעגאנדע זיך צו אהערשטעלן אלס נרדפים אן קיין שום עווידענס.
ס'האט איינער דא בארעכטיגט צו רודפ'ן גייסטיש קראנקע?

(בד"א, א נרדף אין פסוק מיינט מפני גלוי עריות אדער שפיכת דמים. אפשר קען איך העלפן זוכן א פסוק וואס רעדט מער פון דעם ענין)
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

שליחה דורך מפוזרי »

קול דודי האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!


נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)


תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳

שלום עליכם @קול דודי,
א דאנק פארן אריינקומען און העלפן קלארשטעלן אויף וואס מ'קריגט זיך.

יא, כ'ווייס אז דו האלטסט אז דער גאט פון דער פרימיטיווער אידישער פאלק איז אן אכזר.
אבער איך בלייב מיט אים, פארפאלן.

@שטריימל, לערן זיך פון קול דודי, זײ שטאלץ מיט דיין נייע רעליגיע און פארשטעק זיך נישט אונטער דעם צוריקגעשטאנענעם גאט פונעם ביבל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

איך האב געקוקט א קליפ פון אים אויף יו טוב זאגט ער דארט אז מיר אלטרעארטאדאקסן האלטן אז סתם ארטאדאקסישע אידן זענען יורשי גיהינום. דאס נאר איינס צווישן אסאך שקרים וואס ער זאגט דארט איבער אונז. איז ער א נרדף אדער ענדערש דער רודף?
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא האט געשריבן:איך האב געקוקט א קליפ פון אים אויף יו טוב זאגט ער דארט אז מיר אלטרעארטאדאקסן האלטן אז סתם ארטאדאקסישע אידן זענען יורשי גיהינום. דאס נאר איינס צווישן אסאך שקרים וואס ער זאגט דארט איבער אונז. איז ער א נרדף אדער ענדערש דער רודף?


קענסט ביטע שעירן די קליפ, איך וויל וואטשן וואס זי זאגט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

קול דודי האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!


נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)


תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳


שפתיים ישק.

@מפוזרי,
מיין נייע רעליגיע, מן דכר שמיה? איך בין געווען ביי מתן תורה. כ'קען אליין זען מה השם אלוקי שואל מעימי: לא נתנו המצות אלא לצרף בהן את הבריות.

@קורקלאנד, לאמיר אנהייבען טאקע ביי די אוריגינעלע אשכול "די בריף פאר", און ווייז מיר, ביטע, וועלכע תגובה איז נישט אנגעשטעקט מיט רשעות. אדרבה. אויב זעהסטו נישט די רשעות האב איך נישט וואס מוסיף צי זיין.
חכמה בגויים אל תאמין
פארשפארט