פארשידענע גרינצייגען יובל נח הררי האט מיר געמאכט טראכטען.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

פארשידענע גרינצייגען יובל נח הררי האט מיר געמאכט טראכטען.

שליחה דורך shtriemel »

יובל נח איז א פערציג יעריגע יונגערמאן, א פראפעסאר אויף היסטאריע אין די העברעישער אויניווערסיטי אין ירושלים. פאר דריי יאר צוריק איז זיין בוך "סעיפיענס - קיצור תולדות האנושות" איבערגעטייטשט געווארען אויף ענגליש און זייט דעמאלס איז ער געווארען באקאנט איבער די וועלט. דאס יאר איז ערשיינען די צווייטע חלק - "דער היסטאריע פון מארגען". Homo Deus בלע"ז

ביידע בוכער זענען מתוק מדבש (די ערשטע האט מערערע מקורות, די צווייטע איז נאטורליך גרינגער אפצופרעגען, ער פרעגט זיך אליין אפ ממש ביים ענדע). כמעט אויף א יעדע בלעטעל האב איך זיך אפגעשטעלט אריינטראכטען אין עפעס א חידוש וואס ער ברענגט, אפילו רוב ידיעות זענען נישט געווען ניי!

כ'טראכט ביידע ספרים איבערצוליינען שלא תשתכח ח"ו, אין אראפשרייבען דאס וואס האט אויף מיר געמאכט א רושם. פארשטייט זיך אז אנדערע ליינער קענען (זאלען!) אויך שרייבען זייער רושם. ווי אויך, אויב האט איינער השגות אויף זיין תורות (און השגות איז דא לרחצה, אפילו אין זיין ערשטע ספר).

בילד
--------------

איך וויל אנפאנגען טאקע מיט די גרעסטע חידוש (דאס האט ער גענומען פון זיין רבי'ן דשערעד דיימאנד. ואכמ"ל):

ווען די מענטשהייט האט זיך געטוישט פון זיין פאנגערס און קלייבערס צו זיין פארמערס עובדי אדמה האט די פארמער געמוזט ארבייטען אסאך שווערער ווי זיינע זיידעס. די אגריקאלטשערעל רעוואלוציע האט אומגליקליך געמאכט די פארמערס. טאקע פאר'ן כלל, פאר די מענטשהייט, איז דער ערשטער עובדי אדמה שטארק צו באדאנקען. נאר צוויי פערצענט פון דאס פאלק אין דעוועלאפטע לענדער ארבייטען היינט אין אגריקאלטשער, ווען בימים ההם, ממש ביז 200 יאר צוריק ווען די אינדאסטריאל רעוואלוציע האט איבערגענומען די וועלט, איז עס געווען קרוב צו א הינדערט פראצענט.

פויערען האבען קיין גליקליך לעבען נישט געהאט. די דורכשניטליכער אריכות ימים פונ'ם פארמער איז פארקלענערט געווארען. די קערפער זענען קלענער געווארען פון נישט האבען גענוג צו עסען (אזוי ווי עס איז געשען אין צפון קוריאה ווי זיי זענען נעבעך מיט אפאר אינטשעס קלענער ווי זייער קאזינעס לדרומם. זיי זענען געווען איין לאנד מיט די זעלבע אווערידש ביז זייער טיילונג). די ציינער פון נפטרים פון יענער תקופה צייגט אויך אוף נישט גענוג ניוטרישען.

(ער ברענגט אסאך ראיות דערצו, אבער להוי ידוע אז גאר גרויסע קריגען זיך מיט דעם הנחה אז אייביג איז עס געווען ערגער.)

שטעלט זיך די שאלה פארוואס? פארוואס האט די מענטשהייט זיך אריינגעלייגט אין דעם צרה? מען זעט דאס אין די ארכיאלאגישע רעקארד ווי אימער מ'זוכט. קודם זענען געווען האנטער-קלייבערס און דערנאך, ווי ווייטער די פארמערס האבען זיך פאשפרייט, האט זייער לייפסטייל איבערגענומען. פארוואס?

ער ענטפערט נישט דאס קשיה בפירוש (ער פרעגט עס אויך נישט בפירוש) אבער ווי ער לייגט דאס אראפ אז ווי אימער מענטשען זענען אנגעקומען זענען גלייך 90 פראצענט פון די גרויסע חיות און בהמות פארניכטעט געווארען! אבער דאס אליין איז נאך נישט גענוג א גוטע הסבר לדעתי. וצ"ע.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

זיכענדיג דא און שטיבעל צו מ'האט שוין אזא אשכול האב איך דאס געטראפען:
viewtopic.php?f=33&t=5270&p=164585&hilit=%D7%99%D7%95%D7%91%D7%9C+%D7%94%D7%A8%D7%A8%D7%99#p164585

https://tomerpersico.com/2011/06/16/res ... lt_report/

קוקט אויס ווי פאר ער איז געווארען אזוי באקאנט איז ער געווען פארנומען מיט שרייבען בריווען צו ביבי נתניהו על אודות ארז שלמה העלבראנס זכותו יגן עליו. אינטרעסאנט.
חכמה בגויים אל תאמין
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ווי איך געדענק איז זיין תירוץ אז די טויש פון נאמעדס צו א פולע ציוויליזאציע איז עפעס וואס האט גענומען הונדערטער אדער טויזענטער יארן. ווען מענטשן האבן זיך געכאפט און וואספארא פלאנטער זיי האבן זיך אריינגעלאזט, איז שוין געווען צו שפעט. ס'איז זייער שווער אפצולאזן א פעלד מיט שאף און רינדער צוריקצוגיין לעבן און וואלד ווי חיות. ווי אויך איז א דאנק די אגריקולטור רעוואלוציע איז די פאפולאציע פון די מענטשהייט געשטיגן צופיל צו קענען צוריקגיין אין וואלד זיך צו ערנערן פון ווילדע חיות און פרוכט.

בנוגע וואס דו האסט אנגעמערקט אז ער איז א תלמוד פון זערעד דימאנט. זיין בוך לויפט טאקע אויפן זעלבן זשאנער, אבער עס איז לדעתי פארהאן א יסודותיגע מחלוקה צווישן די צוויי.

דימאנטס בוך איז געבויט אויף א יסוד פון דעטערמינאציע. ער פרובירט צו נוצן פארשידענע נאטירליכע אומשטאנדן וויאזוי די וועלט קוקט אויס, צו מסביר זיין פארוואס געוויסע ציוויליזאציעס האבן זיך אויסגעשטעלט מער אדער ווייניגער פארגעשריטן.
הררי פון די אנדערע זייט, האלט מער פון צופאל, און פון צווישן די שירות זעהט מען ווי ער ברענגט פארשידענע משלים וואס פרעגן אומדירעקט אפ דימאנטס הנחות.

צום ביישפיל דער פאקט אז די נעטיוו אמעריקאנע האבן קיינמאל נישט אויס געטראפן דעם רעדל, אדער אז דער דרוק איז ערשט נתחדש געווארן פיר הונדערט יאר צוריק, אדער אז די כינעזער האבן נישט באוויזן צו נוצן פולווער אלס געווער, איז לויט הררי א צופאל, און דימאנט מוטשעט זיך דערויף.

די שטערקסטע פירכא וואס ער האט אויף דימאנט (הגם ער דערמאנט אים נישט ביים נאמען ), איז וואס ער מערקט אן אז כינע/מאנגאליע איז פאר ביז בלויז עטליכע הונדערט יאר צוריק געווען די רייכסטע און שטערקסטע עמפייער אויף די וועלט. דאס אז די מערב האט איבערגענומען די אויבערהאנט איז רעלאטיוו א נייע זאך, און די גאנצע תורה פון דימאנט אין די צורה פון די מאפע וכן' איז אפגעפרעגט, ווייל לשיטתו אז אלעס האט נאטוליכע סיבות וואלט כינע געזאלט פארבלייבן די אויבערהאנט, אלא מאי מוז מען צוקומען צו שיטת הררי אז אלעס איז בלויז א צופאל.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

שמערל האט געשריבן:ווי איך געדענק איז זיין תירוץ אז די טויש פון נאמעדס צו א פולע ציוויליזאציע איז עפעס וואס האט גענומען הונדערטער אדער טויזענטער יארן. ווען מענטשן האבן זיך געכאפט און וואספארא פלאנטער זיי האבן זיך אריינגעלאזט, איז שוין געווען צו שפעט. ס'איז זייער שווער אפצולאזן א פעלד מיט שאף און רינדער צוריקצוגיין לעבן און וואלד ווי חיות. ווי אויך איז א דאנק די אגריקולטור רעוואלוציע איז די פאפולאציע פון די מענטשהייט געשטיגן צופיל צו קענען צוריקגיין אין וואלד זיך צו ערנערן פון ווילדע חיות און פרוכט.


איך האב געוויסט אז מ'דארף עס איבערחזר'ן...

שמערל האט געשריבן: בנוגע וואס דו האסט אנגעמערקט אז ער איז א תלמוד פון זערעד דימאנט. זיין בוך לויפט טאקע אויפן זעלבן זשאנער, אבער עס איז לדעתי פארהאן א יסודותיגע מחלוקה צווישן די צוויי.


זייער צוגאנגען זענען טאקע בכלל נישט ענדליך. וואס יא, דער איידיע אז די אגריקאלטשערעל רעוואלוציע איז געווען א חורבן פאר די מענטשהייט האט דיאמאנד שוין געשריבען בשנת 1987 למס' ולזה התכוונתי. אגב, וויקיפעדיע אויף ענגליש מערקט אן אז הררי האט זיך גענומען איבער די קושיות נאכ'ן ליינען דיאמאנד.

http://discovermagazine.com/1987/may/02 ... human-race
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

shtriemel האט געשריבן:פויערען האבען קיין גליקליך לעבען נישט געהאט. די דורכשניטליכער אריכות ימים פונ'ם פארמער איז פארקלענערט געווארען. די קערפער זענען קלענער געווארען פון נישט האבען גענוג צו עסען (אזוי ווי עס איז געשען אין צפון קוריאה ווי זיי זענען נעבעך מיט אפאר אינטשעס קלענער ווי זייער קאזינעס לדרומם. זיי זענען געווען איין לאנד מיט די זעלבע אווערידש ביז זייער טיילונג). די ציינער פון נפטרים פון יענער תקופה צייגט אויך אוף נישט גענוג ניוטרישען.

היינט אז די עולם איז אזוי אנגעפרעסן און אנגעפאשעט זענען מענטשן צוריקגעוואקסן צו ריזן?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שטריימל
פארוואס איז צ״ע אויף די ענטפער? אז סאיז נישט געוועהן גענוג גרויסע בהמות קען עס יא שטימען. די נאטיוו אמעריקאנער האבן פארדעם טאקע געוואקסן קארן און פאטעיטאס ווייל Cattle איז געוועהן שווער צוטרעפן. און נאר אזוי האבן זיי געקענט דורכלעבן און שפייזן די פאפיולאציע.ו
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

קורקלענד האט געשריבן:היינט אז די עולם איז אזוי אנגעפרעסן און אנגעפאשעט זענען מענטשן צוריקגעוואקסן צו ריזן?


יא זיכער!

צפון אמריקה איז געוואקסען באלד 10 סענטימעטער די לעצטע 200 יאר.

מקורות/לינקס:
https://ourworldindata.org/human-height
http://www.bbc.com/news/magazine-17774210
https://www.scientificamerican.com/arti ... man-height
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

דערווייל איז מיר נעלם געווארען זיין ערשטע ספר. סא וויל איך דערווייל איבערשמועסען אן אנדערע נושא וואס ער צייגט, וואס ליגט מיר אין זכרון.

אין כמעט אלע פריצייטיגער קאלטורען האבען די לידערשיפ זיך ליב געהאט צו באווייזען מיט תכלת, ארגמן ותולעת שני. ביי פארשטופטער שבטים אין ניו גינאי לייגען די טובי הקהל שיינע ביינער און פעדערען פון פייגליך אין נאז. קעניגען פון אמאל זענען אלס געגאנגען מיט פאמפ, רייסעדיגע קאלירען און גאלדענע קרוינען. נאך ביז היינט קען מען טרעפען אין אפריקאנער ועוד מדינות מלכים ושרים מיט גרויסע היטען. די קאליר פורפעל איז געווען אסור פאר איינער וואס איז נישט פון די קעניגליכע משפחה, דאכט זיך אין רוים. טאקע די פויבסט פלעפעלט מיט'ן שמונה בגדים און אפילו ביי אונז טאנצען די מנהיגים מיט גאלדענע בעקישעס להבדיל בין ישראל לעמים.

אבער פלוצלינג האט זיך אלעס געטוישט. קוקטס נאר אויף די בילדער פון די ג'י 10 אדער סתם פירערס פון לענדער אין זיי אלע (מיט אסאך יוצא מן הכללס, געווענטליך צוריקגעשטאנענע לענדער) דרייען זיך ארום כאחד האדם. אנשטאט שרייערדיגער קאלירען גייט מען שווארץ אדער טונקעל בלוי - די זעלבע ווי עני מכובד'יגער ארבייטארער. די גאלדענע קרוין האט מען איינגעטוישט פאר טונקעלע שניפסלעך (אפילו טראמפ, מיט זיינע באגילדעטע השגות דרייט זיך געקליידעד ווי די קלענסטע אינטערן אין די וועסט ווינג - טאקע מיט א רויטע שניפסעל).

יעך געדענק נישט צי ער'ס מסביר פארוואס. אולי יחוס ר'@שמערל מיט אן הסבר.

בילד
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

שליחה דורך קאמענטירער »


אבער פלוצלינג האט זיך אלעס געטוישט

גארנישט אזא פלוצלינג סהאט זיך צוביסלעך דעוועלאפט ביז סהאלט שוין היינט ביי די סטייל
מיין השערה פארוואס סאיז אזוי: קודם א קלייניקייט סאיז בכלל נישט באקוועם צו גיין אנגעטון מיט שמונה בגדים ניטאמאל וויאזוי קאדאפי איז געגאנגען אנגעטון, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל כבוד..

אבער די סיבה איז לכאורה ווייל זיי -די וועלטס פירער- דארפען שוין -היינט צוטאגס- צוקומען צו די שטימעס פון אונז פשוטע מענטשען, לפחות איינמאל יעדע פאר יאר, מילא שטימט אז ער זאל זיך פירען ווי אן עמך און נישט ווי א פויפבסט
סקען זיין נאך א פראקטישע זין ווייל נאך דער טערמין ווערט ער צוריק ציוויל, וואס ווילסטו ער זאל שפילען רעבי פאר אפאר יאר און דערנאך זיך טוישען קליידער.. משא''כ די אמאליגע מלכים
...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ווי שמערל האט אראפגעשריבן, ער איז שיין מסביר אז ס'ארבייט בפה רך, קודם זיכט מען די בענעפיטן און סך שפעטער זעהט מען די פרייז מ' צאלט דערפאר. קיינער האט נישט גערפין א קהל'ס מיטונג און באשלאסן צו מאכן א פאראדיים שיפט. טויש צו אגריקולטור, ווי אלע טויש, קומט צוביסלעך און אין לאנג טערמיניג שטעלט זיך ארויס צו זיין א trap אבער ס'איז שוין דא דאן א נייע מציאות פון וואס צוריק גייט א קאזע. ער ניצט א שיינע משל פון דיגיטעל טעכנעלאגיע. אימייל למשל האט פארשנעלערט די קאמיוניקאציע פראצעס. בריווען שרייבן און דעליווערן פלעגן נעמן וואכן און חדשים. היינט נעמט עס א בליץ סעקונדע. האבן מיר איבעריג צייט צו זיצן און פארברענען מיט פאמיליע און פריינט און שרייבן פאעזיע? ניין! מיר שרייבן צענדליגע בריווען א טאג, א וואטסעפפ מעסעדזש ענטפער א האלבע שעה שפעטער איז שוין נישט נוגע בכלל. מיר זענען מער פראדוקטיוו, מער אקוראט, באזיץ מער אינפארמאציע פון סיי ווען, אבער מיר האבן נישט מער מנוחה אדער צייט און זענען פארשקלאפט צום גריד. קען מען צוריקגיין צום טייפרייטער און פאסט דעליווערי? ניין. טעכנעלאגיע איז בליז שנעל אז אפי' די מעקרא פאראדיים שיפט זעהט זיך שנעל אן, אין קנאפע צוואנציג יאר. אנדערע טויש האט גענימען טויזענטער יאר צו באמערקן דאס אלעס.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דערווייל איז מיר נעלם געווארען זיין ערשטע ספר.

הא הא.
דו האסט עס מיר געבארגט, איך קען דיר עס צוריקגעבן... געדענקסט טאקע נישט?.

איך געדענק אויך נישט די תירוץ, נאר איין זאך געדענק איך אז זיין ראי׳ אז היינט גייט מען אנגעטוהן אין שווארץ/בלוי איז א בילד פון פרעזידענט באראק אבאמא. יא?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

שבת אחים האט געשריבן:
דערווייל איז מיר נעלם געווארען זיין ערשטע ספר.

הא הא.
דו האסט עס מיר געבארגט, איך קען דיר עס צוריקגעבן... געדענקסט טאקע נישט?.

איך געדענק אויך נישט די תירוץ, נאר איין זאך געדענק איך אז זיין ראי׳ אז היינט גייט מען אנגעטוהן אין שווארץ/בלוי איז א בילד פון פרעזידענט באראק אבאמא. יא?.


יא יא. מאכסט מיר לאכען - שכוייח
חכמה בגויים אל תאמין
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מיר ליגט און קאפ ,אז ער איז מסביר בעסער פאר ספישי עז א האל איז וואס מיר קוקן אויף, ווי מער מענשטן אלץ בעסער אפי פארן יחיד איז דו טויש ערגער.
כמיין אז האבן קונדער איז די זעלבע זאך , פארוואס האבן מענשטען קינדער, סעלפיש פאר יחיד איז גרינגער און באקוועמער אן קינדער.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

נולד מאוחר האט געשריבן:מיר ליגט און קאפ ,אז ער איז מסביר בעסער פאר ספישי עז א האל איז וואס מיר קוקן אויף, ווי מער מענשטן אלץ בעסער אפי פארן יחיד איז דו טויש ערגער.
כמיין אז האבן קונדער איז די זעלבע זאך , פארוואס האבן מענשטען קינדער, סעלפיש פאר יחיד איז גרינגער און באקוועמער אן קינדער.


שפעט-געבוירענע,
דאס איז אויך איינער פון די זאכען וואס האט מיר אויפגעשאקעלט.

אונז שפירען ווי אינדיווידואלס, אונז טראכטען כסדר ווי אזוי מען קען זיך באקוועמער מאכען וכדו' אבער מיט א ווייטערע בליק, ווען מען קוקט אונז אן דארך אויס טויזענטער יארען הייבט מען אן צו זעהן אז אונז זענען נישט מער ווי איין גרויסע בינען-נעסט beehive ווי אונז זענען זיך אליין מקריב פאר'ן כלל!
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

shtriemel האט געשריבן:די צווייטע איז נאטורליך גרינגער אפצופרעגען, ער פרעגט זיך אליין אפ ממש ביים ענדע).

חוברת בעברית ''ההיסטריה של המחר'' - סקירה וביקורת על ''ההיסטוריה של המחר'', מרב י. ענבל.
https://drive.google.com/open?id=0B3bgv ... mk5QUNCd28
וקרב פזורינו מבין הגויים
פארשפארט