טויזענסטע תגובה.... אקעי?? צופרידן??

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל

טויזענסטע תגובה.... אקעי?? צופרידן??

שליחה דורך לעמיל »

נאכן באקומען אומצאליגע פאני קאלס, גוגעל טשעטס, און אומגעהויערע טעראר סטראשונגען פון געוויסע יחידים דא, אז אויב איך שרייב נישט שוין נאך א תגובה וועט מען זיך נעמען מעקן מיינע פריערדיגע תגובות, כדי איך זאל מיך נישט קענען שפיגלען מער מיט מיין באליבטע 999 נומבער,
ענק ווילן הערן וואספארא דור חוצפה יסגי אונז זענען היינט, איינער דא האט נאך דו חוצפה מיך צו פארשלאגן, איך מיין זייט די שטיבל שטייט איז נאך נישט דערהערט געווארען אזא פארשלאג אז איך זאל שרייבען איין ווארט.... ענק הערן וואס דא טוט זיך? איין ווארט, און ער שיקט מיך שוין נישט די פייערלעשערס.... און דער מחוצף האט נאך די חוצפה מיך צו לייקענען אז נישט ער שיקט די קליינע קינדער קלאפן אויף מיין טיר און אוועקלויפן מיט א געלעכטער.... און אלעס וועגן איין תגובה פון מיר... אקעי, דא האסטו, נעם דיך. יעצט ביסטו צופרידן? און בכלל, נאך די אלע קאשמארן בין איך דען אין די גוסטע צו שרייבן עפעס גוטס? אויסדריקליך נישט!

הוי געואלד, וויפיל וואסער איז שוין דורך געלאפן די אושען זייט איך האב געשריבען מיין ערשטע תגבוה....
וויפיל פאר שיך האב איך צוריסן אין די קורצע צייט???
הוי באשעפער, וויפיל סטעיקס האב איך אריין געהאקט אין די צייט?
אויך מיך א גליק, טויזענסטע תגובה......
כאטש א ווארימע מזל טוב זאל איך באקומען אז איך שרייב יא....
איך האב נישט מער וואס צו צלייגען, אוקעי? צופרידן?

זאל איך עס שיקן?? ווייסטו וואס, איך שיק עס!!

געשיקט.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר