גאנצל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין לעיקוואד
אבער אין סאטמאר טוט זיך א פייער א אש קודש להבה צו העלפן בחורי ישראל שוין צוזאםגעשטעלט געווארן הונדערטער טויזענטער דאלער אין קרית יואל עיר הקודש מאנסי עיר התורה לאנדן עיר הבירה און אזוי אויך די הרי הקעטסיקעלס
אשריכם 'גבורי החיל' די וואס ניצען דעם חיל שנתן להם הקב"ה און העלפן בגבורה די וואס שטייען להציל בחורי ישראל משמד,
זאל די באשעפער די אידן שענקן אלדינג גוטס.
אין לעיקוואד קומט אויך פאר א געלט אקציע פאר די וואס שטייען אין שפיץ פון די הצלה אפאראטען צו העלפן אידן פין פאלן אין מיליטער, די וואס שטייען לימין די מגייסי נשמות ישראל לצבא טראגן נישט אריבער די געלט אקציע, די בלוט קומט זיי אין קאפ זעהנדיג ווי מען זאמעלט געלט פאר די צוועק.
ס' דערמאנט ווען מען האט אין אמעריקא געשטערט די פעולות פון הגאון הצ' הרב ווייסמאנדעל זצ"ל צו שאפן אינטערעסע און געלט צו העלפן די אידן וואס מען האט פארגאזט ר"ל ביים צווייטן וועלט קריג.