ועוד יש לומר, אז ביי זיי אינדערהיים האט מען גערעדט פראנצוזיש אויך, אדער גאר די ערשטע שפראך איז געווען פראנצוזיש, און ס'האט גארנישט געשאדטberlbalaguleh האט געשריבן:diff האט געשריבן:וויזו האט ער אזוי גוט געקענט גואיש
דיףף:נו. זאג דו אליין. דאס איז א לימוד פאר אונז אלע. אז מ'קען זיין אן ערליכער איד. אפילו א צדיק און א גאון. און מ'קען גוט די לאנדעס שפראך. די שאלה איז נאר צו וואס מ'נוצט אויס די קענטעניש. רש"י הק' האט עס אויסגענוצט מפרש צו זיין די תורה פאר די אלע מענטשן פון זיין לאנד. אפילו פאר די פשוטי עם...!
בדרך צחות, קענמען שפעקולירן אז בשעת ער איז געזיצן אין ביהכ"ס האט ער געליינט פון א דיקשיאנערי אדער א ביכל וואס לערנט אויס די פראנצויזישע שפראך. ווייל קיין גוגל טרענסלעיט איז נאך דאמאלס נישט געווען...!
נאך א פשט. אז בשעת ער איז געזיצן אין קלאס ווען מ'האט געלערנט ענגליש אדער פרענטש, האט ער נישט געווארפן קיין פעיפערס אויפ'ן טיטשער. נאר ער האט גוט אויסגעהערט...!
די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אין מס' ברכות דף ח' ע"א זאגט די גמ'..."אמר רבה בר רב שילה, היינו דאמרי אינשי, ליבעי אינש רחמי אפילו עד זיבולא בתרייתא"...זאגט רש"י..."פלאד"ה" בלע"ז. דאס קלינגט ענדערש ווי א ווארט אויף ספאניש. ווייל אויף ספאניש איז א שאוועל טייטש...Pala.../Pallada means a shovelful...!
אין פראנצויזיש (וואס מ'רעדט היינט.) איז א שאוועל טייטש...Pelle...און א שוואעל-פול...איז טייטש...Pelletee...!
הערה כללית:די גמ' אויף דף ח' ע"א זאגט ...אמר רבי יהודה אמר רבי אמי, לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום... זאגט תוס..ד"ה שנים מקרא ואחד תרגום: ויש מפרשין והוא הדין ללועזות שלהן בלע"ז הוי כמו תרגום שמפרש לפעמים...אבער תוס' קומט צו אנ'אנדערע מסקנא...ער מאכט א חילוק פון תרגום ביז פי' לע"ז...עיי' שם...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אין מס' ברכות דף י"ח ע"ב זאגט די גמ'...גזיזי דברדא...(שטיקער פון האגל) זאגט רש"י ...גלאנצ"א בלע"ז... אויף די היינטיגע שפראך איז נישטא פונקטליך אזא ווארט. אבער אן ענליך ווארט איז יא דא...Glace...meaning ice...(hail)
אין מס' ברכות דף כ"ב ע"ב זאגט די גמ' ...בקילעא דרב אושעיא... זאגט רש"י פורטיג"ו בלע"ז...אויף פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. אויף ספאניש איז יא דא. און דאס ווערט אויכעט באנוצט אין ענגליש...Portico...A porch with columns at the entrance of the house...!
אין מס' ברכות דף כ"ב ע"ב זאגט די גמ' ...בקילעא דרב אושעיא... זאגט רש"י פורטיג"ו בלע"ז...אויף פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. אויף ספאניש איז יא דא. און דאס ווערט אויכעט באנוצט אין ענגליש...Portico...A porch with columns at the entrance of the house...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל, איר האט געלערנט פערצן דפים גמרא אין א שעה מיט דרייצן מינוט??? נאט בעד, איר זענט א מתמיד עצום פון דף ח ביז כ"בberlbalaguleh האט געשריבן:אין מס' ברכות דף י"ח ע"ב זאגט די גמ'...גזיזי דברדא...(שטיקער פון האגל) זאגט רש"י ...גלאנצ"א בלע"ז... אויף די היינטיגע שפראך איז נישטא פונקטליך אזא ווארט. אבער אן ענליך ווארט איז יא דא...Glace...meaning ice...(hail)
אין מס' ברכות דף כ"ב ע"ב זאגט די גמ' ...בקילעא דרב אושעיא... זאגט רש"י פורטיג"ו בלע"ז...אויף פראנצויזיש איז נישטא אזא ווארט. אויף ספאניש איז יא דא. און דאס ווערט אויכעט באנוצט אין ענגליש...Portico...A porch with columns at the entrance of the house...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. אבער הלואי וואלט דער קאמפלימענט געווען אמת. וואס איך טוה איז אז איך לויף אדורך די בלעטער גמרא. ס'הייסט די רש"י אויף די דפים גמרא. און וואו איך טרעף א בלע"ז ווארט לערן איך א ביסל די גמ' ארום דעם. כדי צו פארשטיין דעם פשט. אבער דאס ציעט מיך ווי א זייער שטארקער מאגנעט און צינדט אן מיין נייגעריגקייט צו לערנען די גאר שטארק אינטרעסאנטע אגדתות פון די גמרא...!
נאכדעים נעמט מען ארויס א פראנצויזישן דיקשיאנערי. אדער איך קוק עס נאך אין גוגל טרענסלעיט. נאר צו ערשט פרוביר איך אפצוליינען דאס ווארט אין פראנצויזיש אדער ספאניש...!
נאכדעים נעמט מען ארויס א פראנצויזישן דיקשיאנערי. אדער איך קוק עס נאך אין גוגל טרענסלעיט. נאר צו ערשט פרוביר איך אפצוליינען דאס ווארט אין פראנצויזיש אדער ספאניש...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: או.קעי...עמיר זיך טרעפן אינ'ם שמייכל אשכול אדער אין הרה"ק ר' שלמה העלבראנץ תמ"ל זי"ע ועכי"א זצוקללה"ה'ס אשכול...!
אין שמייכל - היות ס'איז ת"ב עטעס מוזען זיין אזא כעין בחינה פונ'ם בחינה פונ'ם חובת הלבבות החסיד אבלו בפניו וצהלתו בלבו.. אדער פארקערט?...
אפשר אין שו"ת זאב יטרף איז דא א פסק ווי אזוי זיך צו פירן....
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אין מס' ברכות דף כ"ד ע"א. ...שהיה פניה טוחות בקרקע...זאגט רש"י "אפלטיירש"א"...enflatier/aflatiarse...ס'איז נישט דא אזא אדער ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין היינטיגע פראנצויזיש אדער ספאניש...!
אויפ'ן זעלבן עמוד אין רש"י ...גיהק..."ריטייר"...burp/ing...נוצט מען אין די היינטיגע שפראך...Eructement...!
פיהק...גענעצן..."באליי"ר" בלע"ז...Ballier...איז דא אן ענליך ווארט...Baillement...!
ונתעטש..."שטרנוד"ר" בלע"ז...Stranudar/Stranuder...to sneeze...איז נישט דא קיין ענליך ווארט אין די היינטיגע שפראך...Eternuer...וואס איז אינגאנצן נישט ענליך צו דעם ווארט וואס רש"י ברענגט...!
שם ע"ב.. די גמ' זאגט ...כשהיה מתעטש, היה מניח ידו על סנטרו...זאגט רש"י...מנטו"ן בלע"ז...דאס ווארט ווערט נאך היינט באנוצט אזוי ווי אין רשי"ס צייטן...!...Menton..= Cheek...!
אויפ'ן זעלבן עמוד אין רש"י ...גיהק..."ריטייר"...burp/ing...נוצט מען אין די היינטיגע שפראך...Eructement...!
פיהק...גענעצן..."באליי"ר" בלע"ז...Ballier...איז דא אן ענליך ווארט...Baillement...!
ונתעטש..."שטרנוד"ר" בלע"ז...Stranudar/Stranuder...to sneeze...איז נישט דא קיין ענליך ווארט אין די היינטיגע שפראך...Eternuer...וואס איז אינגאנצן נישט ענליך צו דעם ווארט וואס רש"י ברענגט...!
שם ע"ב.. די גמ' זאגט ...כשהיה מתעטש, היה מניח ידו על סנטרו...זאגט רש"י...מנטו"ן בלע"ז...דאס ווארט ווערט נאך היינט באנוצט אזוי ווי אין רשי"ס צייטן...!...Menton..= Cheek...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דף כ"ה ע"א: די גמ' זאגט...סילון החוזר מביא את האדם לידי ירקון...זאגט רש"י...חולי הנקרא ...גלניצ"א בלע"ז...דאס מיינט מען געלקייט. דזשאונדיס...!
ס'איז נישט דא אן ענליך ווארט אויף דעם נישט אין פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט. און נישט אין ספאניש... דאס ווארט פאר געלקייט אין די היינטיגע שפראך איז...Jaunisse...= Jaundice...!
ס'איז נישט דא אן ענליך ווארט אויף דעם נישט אין פראנצויזיש וואס מ'רעדט היינט. און נישט אין ספאניש... דאס ווארט פאר געלקייט אין די היינטיגע שפראך איז...Jaunisse...= Jaundice...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא...
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל זייט כ'האב אנגעהויבן נאכגיין אייער אשכול בין איך מיך מחי', יעדן טאג ווען כ'לערן מיינע שיעורים קוק איך ארויס פאר אפאר בלע"ז'לך צו קענען הערן פון אייך, און קענען מוסיף זיין נופץ משלי.berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא... [emoji38]
היינט האב געזוכט אבער דערווייל נישט געפונען. עוד היום גדול.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: שא. שטילל. קיינער זאלל זיך נישט דערוואגן אויפצו וועקן דעם אשכול. ער איז שוין ווידער איינגעשלאפן. איך גיי נישט זאגן אז ער איז ח"ו געשטארבן. אדער ער גוסס'ט. או.קעי. כ'פארשטיי. דער עולם איז שטארק ביזי פעסטצושטעללן צו די גאטשע בענדל פון הרב שלמה העלבראנץ זיעועכיאזצוקלאלהאהא...איז געווען געמאכט פון תכלת אדער געלע לען. און צו די הייליגע ווייבער פון זיין הארעם האבן עס געשפינט אין זייער פרייע צייט. שוין. ווען דער עולם וועט האבן געלייזט אט דעם פראבלעם. וועט מען זיך האפנטליך נעמען צוריק צו קוקן אויף ווערטפולע אשכולות.
איך סאונד שוין כמעט אזוי ווי אונזער קאלעגע דער פראפעשיאנאל גרוש. א יעדע עטליכע טעג קומט ער אויף מיט א נייע קינה. איך וויין אויכעט...באאא באאא באאא...
לכבוד אונזער סעידזש ר' בערעל!
נקוט האי כללא בידך, תורה שלמדתי באף האי שעמדה לי, האלט דיך דעם אטעם וסוף ה"עקשען" לבא.
לאמיר דיך מגלה סוד זיין. כ'קען מיך פשוט נישט גובר זיין אויפ'ן יצר, א סאך מאל ליין איך דורך דיינע תגובות במקום שאמרו אסור להרהר.. אבער די דרייסט צירוק צו מפלפל זיין בלחיצת הכפתור וואס דאס איז שוין א מחשבה הבא לידי מעשה דארטן, אזא גרויס יצר הרע האביך נאכנישט. ביני לביני צווישען אשר יצר און ריפיולען פאר'ן נעקסטען פיט סטאפ פארגעס איך וואס כ'האב מתחילה געוואלט מגיב זיין. קען זיין אז אנדערע דא האבען אויך דעם פראבלעם?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
מיש נייעס, חזרה קען אייביג נוצן
הגה''ק ר' בערל, זעהסט אז מען לערנט און מען געדענקט דיינע לימודים?
berlbalaguleh האט געשריבן:אין פ' דברים קפיטל א' פסוק ט"ז:אויפ'ן פסוק...שמוע בין אחיכם...זאגט רש"י...אודנ"ט...בלע"ז...Audant... דאס מיינט אויסהערן...פון דעם זעלבן שורש ווי ...Audio...דאס איז אין אלט פראנצויזיש. היינט נוצט מען אן אנדער ווארט...Ecouter...דאס האט אויך א שורש פונ'ם ווארט ..."קול"...Accoustics...!
הגה''ק ר' בערל, זעהסט אז מען לערנט און מען געדענקט דיינע לימודים?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיש-נייעס האט געשריבן:בערל, (נאך אזא אשכול קומט זיך דיר א ר' בערל) צוויי לעז"ן איינס נעבן צווייטן, פארריגע וואך פרשת מסעי אישלי"ש און אפינדי"ץ איז עס שוין אמאל צולייגט געווארן?
מיש נייעס: ייש"כ. איך האב נישט באמערקט די ווערטער אין רש"י הק'. ביטע זאג מיר נאר בערך וואו זיי קומען פאר. און מיר וועללן בעז"ה זיך נעמען ארבעטן אויף דעם פירוש. עד שידי מגעת...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מיש נייעס: ייש"כ. נאר איך האב יעצט באמערקט אז איך האב שוין געשריבן איבער די צוויי ווערטער אין פ' מסעי. (קוק אויף פעידזש #3). אויף דעם ווארט ווארט איזלי"ש האביך געטראפן א פשט ...Isles...אינזלען...! אויף דעם ווארט אינפינדי"ץ האביך נישט געטראפן קיין טייטש. און אויך נישט אן ענליך ווארט וואס ווערט באנוצט אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
ר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי
בנוגע אשכנז קוק דא viewtopic.php?f=7&t=11635 וועסטו זעהן וואס די שפראך איז דורך זינט איר גרינדונג, נאך א זאך שניר און שניי איז נישט אזוי ווייט פארפארן איינס פונ'ם אנדערן, בפרט אז זיי טוען עס פערנאנס"ן שני, נישט ווי די היינטיגע אידיש וואס עס איז שניי, וואס דאס איז ממש שניר נאר אן די ר'
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די בלע"ז'ן פון רש"י. וואס זענען זיי?
@מיש נייעס, שכוחמיש-נייעס האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; דברים ג' פסוק ט רש"י ד"ה שניר, הוא שלג בלשוו אשכנז ובלשון כנען, קודם איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט נישט אן אשכנז בלע"ז, און אויך וויל איל וויסן וויזוי האט טאקע געהייסן שניי אמאל אין דויטש, ווייל היינט הייסט עס נישט אזוי