מאטל שניידער האט געשריבן:אז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.
די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא
מיר זעהט נאך אלץ נישט אויס אז די שמועה איז ריכטיג ווייל איך מוז דיר דערפאר גלייבן אויפן ווארט, באט אין אמת'ן איך און די גאנצע עולם דא ווייסן נישט און קענען נישט וויסן טאמער עס איז טאקע 100% אוטענטיש אדער נישט בפרט אז קומט לעצטענ'ס ארויס יעדען טאג א נייע דאקאמענט-תקנות-מכתבים וואס איז קלאר פאלש מתחילתו לסופו.
אבער נניח אז אפילו אז עס איז יא אמת איז לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות: איך ווייס נישט ווי די האסט געלערנט אלס קינד\בחור אבער איך האב 10-15 יאר צוריק געלערנט אין סאטמאר טאמער ווייסטו נישט וועל איר דיר מגלה זיין אז מען פלעגט עס דארט דעמאלטס מקיים זיין במילואה, טאמער א קינד אדער א בחור האט חוזק געמאכט פונם רבי-משגיח-ראש ישיבה אין פנים וכדו' האט ער מקיים פסק געווען (פונקט אזוי ווי עס שטייט טאקע און דעם צעטל) און געפראסקעט מיטן גאנצען כוח (גם זכיתי פעם בעצמי לקבל וכו')
און זאג נאר איך ווייס נישט וואו די האסט געלערנט, באט ווילסט מיר זאגן אז און דיין ישיבה-חדר האט מען נישט אזוי געטוהן??
ועל כולם נעם אין חשבון אז עס איז א15 אלט יעריגע צעטל וואס דעמאלט'ס איז עס געווען נארמאל אין יעדע חדר-ישיבה און טאמער מען האט דארט אויך אזוי געטוהן זענען זיי נישט ערגער פון יעדע אנדערע ישיבה.
און יעצט אויף היינט צו טאג'ס, האט מיר גראדע א קרוב מיינער געזאגט ארום א יאר צוריק אז אלע שמועות וואס מען זאגט אויף זיי אז מען פראסקעט מ'הארגעט איז סתם שקרים און ער זאגט אז שוין יארן זיכער וואס קיין בחור האט נישט געכאפט קיין מתנת יד דארט
און ער זאגט מיר אז אפ' אין חדר כמעט נישט עכ"פ זיכער ווייניגער ווי יעדע אנדערע היימישע חדר.
סא די גרויסע רעש וואס מען טרייט צו מאכן מיט דיין כתב ישן נושן ומעושן וואס מען האט עס אפשר אפי' לפי שיטתך געטראפן און עפעס א גניזה פון 15 יאר צוריק איז שוין מער נישט אינטערסאנט פאר יעצט, סא גיי צירוק און ברענג עפעס מער אינטרעסאנט צו פיטערן די עולם דא בלינדערהייט וכו', וכנראה אז עס איז מן הסתם טאקע נישט דא בנמצא.