ריכטיג האט געשריבן:קודאס פארן זיך עפענען. קלער ביטע איבער מיין מנהל משל. די שווארצע זענען די קינדער, די ווייסע זענען די מלמדים, לינקאלן איז די מנהל, דו ביסט ר' אביגדור. געדענק, פאר די שווארצע קומטס זיך מענטשן רעכטן און פאר קינדער אויך, די ווייסע האלטן זיי אין די ראמען מיט איין האנט און מיט די אנדערע האנט בא'עוולה'ן זיי און די מלמדים אויך, לינקאלן האט פרייגעלאזט די שווארצע און דער מנהל האט פרייגעלאזט די קינדער. מען פרעגט ר' אביגדור צו לינקאלן האט גוט געטוהן און איך פרעג דיר צו דער מנהל האט גוט געטוהן (און אנדערע פרעגן צו בוש האט גוט געטוהן אין איראק... אופס). אויב ברויכסטו עפעס קלארשטעלן ווייטער איז מיין אישי אפן (עכ"פ פאר דיר).
די עולה, לענ"ד, פון ר' אביגדור'ס בליק אויף די שווארצע איז נישט דעס וואס ער זארגט פאר סיוויליזאציע און מוראה של מלכות וואס לויט דיין משל מיינט עס דיציפלין אין חדר, ווייל דאס קען זיין גערעכט אז ס'דארף זיין חוקים ומשפטים און סדר ווייל דאס איז כללית'דיג גערעדט אז ווי אזוי ציוויליזאציע דארף אויסזען. אבער, מהיכי תיתי אזא געדאנק צו נעמען אינדיווידיואלע מענטשען און זיי האלטען אלס קנעכט סתם פאר השקפה וועגען? דער נמשל פון חדר איז נישט דומה צום משל. ס'איז נישט מאראליש, נישט תורה'דיג, נישט היומעניסטיש צו געוועלטיגען אויף א צווייטען. פיריאד. האסט א פראבלעם מיט זיין התנהגות דעמאלטס ברעך דיך קאפ ווי אזוי עם מקרב צו זיין צו איידעלקייט. אבער פאנגען קנעכט און געווועלטיגען אויף זיי? נישט דא מער אזא ראסיסטישע זאך ווי דעם און ער וואלט זיך געדארפט שעמען צו זאגען וואס ער האט געזאגט.
מארגען ווען מ'וועט זאגען קינות און דערמאנען די אסירי ציון שהלכו בשבי אז מ'וועט זיך איינמאל אויסמשל'ן שווארצע אנשטאטס יודען וועט מען אפשר אנדערש טראכטן. לויט ווי חז"ל זאגען האבען מיר אויך געטוהן עבירות וואס האט אונז גורם געווען גלות, האט דאס בארעכטיגט נבודכנצר און טיטוס הרשע פאר זייערע רציחות? אודאי נישט. זיי האבן געהאט א מיאוס'ן סוף אזוי ווי אסאך שונאי ישראל במשך די דורות. ס'איז נישט אונזער ארבעט צו אוועק נעמען די בעסיק רעכטען וואס א יומען באינג האט, לאזטס דאס איבער פאר'ן קריעטאר.