שחיטה 2017 סטייל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שחיטה 2017 סטייל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

די גמ' אין מסכת שבת דף קנ"ו עא רעדט ארום פון מזלות און וואס א שייכות ס'האט מיטן מענטש, אז אין די מזל וואס דע מענטש איז געבוירן האט א דירעקטע השפעה אויפן מענטש איינע פון די מזלות וואס די גמ' רעכענט אויס איז מאדים, אז ווער ס'געבוירן אין מזל מאדים האט א נטי' טבעית צו בלוט, און די גמ' רעכענט אויס וואס אזא איינער קען אויפוואקסען, א שוחט, מוהל, מקיז דם, אדער א רוצח  די גמ' זאגט דארט ווייטער אז רבה האט געזאגט אויף זיך אז ער איז אויך געבוירן אין מזל מאדים און ער איז נישט קיין רוצח, האט אביי גענטפערט אז וויבאלד ער איז מעניש , מלקות אדער מיתה פאר דע וואס פאלגן נישט ב"ד פירט ער עס אויס אויף אזא אופן.


 וואס מ'זעהט אבער פון דע גמ' אז די וועלט איז צוזאמען געשטעלט פון אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני תאוות און נטיית, און בעצם איז עס בלויז נאטור און ס'גארנישט ראנג אויב איינער איז געבוירן אין למשל, מזל מאדים אזא איינער מוז נישט זיין קיין רוצח ער קען עס אויסניצן אויף א כשר'ע אויפן ווי מ'זעהט פון רבה. און יעדע מזל וואס דע גמ' רעכענט אויס האט גוטע און שלעכטע זאכן עיי"ש.


איז אבער אייביג דא געוויסע מענטשן וואס וואלטן קיינמאל נישט ג'הרגט א צווייטן ח"ו אבער האבן אין זיך פארט דעם נטיי' צו רציחה, און קיין שוחט, מוהל, ווילן זיי אויך נישט ווערן ווייל ס'פאסט זיי נישט, ס'שלא לפי כבודם, א שוחט?? מ'העט עם פארשן און נאכקוקן זיין עבר (ווי @ליטוואק פון בודאפעסט, לייגט עס אראפ מער באריכות ווי אזוי ס'גייט צו די חקירות ודרישות ווען איינער וויל ווערן א שוחט, אין די זיסע כאלעפטשע אשכול עיי"ש ותמצא נחת) וואס פעלט עם אויס דורך צו גיין דעם גאנצען גיהנום, אדער אמאל איז דא איינער וואס איז נאך א מפונק אויך, האט מורא אז זיין שיך וועט ווערן בלוטיג, אדער אז ס'עט שפריצן בלוט אויף זיין לאנגע צוקניפטע בארד. איז געווארן אזא אכשרא דרא און דע מאדים חברה זענען אפיר געקומען מיט א נייע מער מאדערענע, ריינע, געדאנק אז מ'קען שחט'ן אהנע דעם אז ס'זאל שפריצן פאקטישע בלוט, אהנע דעם אז מ'זאל שמוציג ווערן. אדער צו ווערן א רוצח אהנע דעם וואס מ'זאל  חס וחלילה אנגערופן ווערן א רוצח, און ס'זאל שאטן פארן גאנצע משפחה אזא מיעסע שם. אדער גאר ווערן א מקיז דם, א בלוט צאפער, אהן מאכן פיזישע שניטן אין יענעמס האנט.


 מ'עפענט אויף יעשיבעס נאר למעציונים ממש פאר די דיאמאנטן פונעם דור, און מ'אדווערטייזט עס אין אלע צייטונגן, מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "ס'עפענט זיך אויף א יעשיבע למצויינים פארן קומענדיגן זמן פאר גאר אויסגעצייכענטע בחורים, ס'שוין ממש נישטא קיין פלאץ" און הינטערן טיש ארבייטן זיי ארויס צו שלעפן בחורים פון מוסדות ווי ס'דא א געמיש מכל המינים, אזוי ווי ס'דארף זיין, שוואכערע, מיטעלע און מצויינים, און זיי ציען ארויס די מצויינים אזוי אז די מיטעלע הייבן אויך אן ארויס צו גיין און זיי בלייבן איבער מיט אביסעל מיטעלע דע וואס האבן נישט געהאט די זכי' אריין צן גיין און ווערן אנגענומען ביי די מזל מאדים חברה, און אויך דע איבעריגע שוואכערע, און קיין קנאת סופרים איז שוין נישטא קיין סאך אין דע ישיבות, און אזוי פארט א קייט.


דע קליינע מצויינים ישיבות ווערן גרעסער אין צאל, און ווי גרעסער ס'ווערט אלץ מער אפליקאציעס קומען אריין און צו יעדע הונדערט אפליקאציס ווערן נאר אנגענומען צען אויס ג'קוועטשטערהייט מיט כל מיני פראטעקציעס, כ'ווייס פון א ישיבה וואס האבן געהאט קרוב צו צוויי הונדערט אפליקאציעס און נישט מער ווי קרוב צו פופצען זענען אנגענומען געווארן. 


דא קומען אריין דע מזל מאדים חברה און שארפן אויס זייערע חלפים און מאכן פרייליכערהייט אן על השחיטה און מ'נעמט זיך צו דער ארבייט מ'זיפט דורך די אפליקאציעס, מיט גראבע מענגעלע פינגערס, דער גייט רעכטס און דער גייט לינקס. און אזוי איז מען פארנומען פאר א שיינע פאר חדשים אין יאר, אמאל באשטייט די מזל מאדים חברה פון סתם ביליג באצאלטע ארבייטערס וואס זענען זיך מחי' צו טוהן די הייליגע ארבייט, איז דע ישיבע מער סאפיסטיקירט באשטייט עס פון א וועד ההור(ג)ים וואס זיי דע הויך געשעצטע טאטעס וואס זיצן על סיר הבשר מאכן אפ דעם עתיד פון יענעמס קינד צו דארף ער/זי גיין רעכט צום צוואנגס ארבייט, דינען לטובת הישיבה, כדי די ראשי שיבות זאלען הייסן זייער בכבוד'יג, כדי די אלע עסקנישע טאטעס וואס ארבייטן צוזאמען מיטדי ראשעשיבעס מיט א שמור לי ואשמור לך בונד זאלן קענען פרעסען דעם כבוד מיט אן הלעיטני נא מן הכבוד האדום הזה. אדער גיין לינקס און ווערן בזוי ומבוזה. און נאכדעם איז דא טאטעס וואס ווארענען די ישיבות, אז אויב נעמסטו אריין יענעם בחור נעם איך ארויס מיין בחור, און פאר יענע ישיבה איז סאך וויכטיגער צו האלטן דעם טריליאנער'ס א זוהן ווי איידער יענעם'ס ווייל ער אידאך פארט פונעם שמור לי ואשמור לך.


פיינעלי נאך אפאר חדשים (שווערע) גרינגע געשמאקע ארבייט האט מען שוין א פול פיקטשער ווער ס'ווערט אנגענומען און ווער נישט. נאכדעם האט מען א זכי, יא זכי' פשוטו כמשמעו, (ווייל בעצם איז דע ישיבע מיר גארנישט שילדיג, ווייל דע גאנצע סיבה פארוואס ער האט געפענט דע ישיבע איז נאר ווייל ער האט געוואלט מאכן א נחת רוח פאר גאט במילא איז עס א זכי' אז זיי מאכן זיך בכלל וויסענדיג) צו באקומען א נתקבל/לא נתקבל. דער וואסי נתקפל געווארן מוז באקומען אויף פאסט ווייל ער גייט באשיינען די ישיבע, און דער לא נתקבל וואלט ווען לעולם נישט געדארפט באקומען גארנישט אויף פאסט, ווייל וואס האבעך מיט דיר, גיי הענגט דיך אויף, אויף א ציקער שטריק, נאר וואזשע דען, די חברה שוחטים, און מקיזי דם מוזן דאך זיין פארנומען נאכדעם אויך, איז דא הייבט זיך אן דע צווייטע חלק פונעם דזשאב, דע שלימזלדיגע לא נתקבל'ך הייבן אן אריינצורופן די ישיבות לאזן בעטענדיגע מעסעדזשעס, מ'זאל רחמנות האבן אויף זיי, און שטייטסעך דע רחמנים אויף דע אנדערע זייט טרייבל הערן צו מיט געשמאק ווי די חברה בעטן זיך, און ס'בלייבט ביי דעם,  צוריק רופן, נישטא אזא זאך, הייבן זיי אן נאכצולויפן אויפן גאס, אפווארטן יענעם אויפן וועג אהיים, און כל מיני וועגן וויזוי צו טרעפן יענעם און וויינען בתחנונים, אבער זיי שטייען מיט די גרעסטע מאס אכזריות, און אפשר אפילו צווישען פיר אויגן לאכן זיי נאך אפ פון יענעמס צרות. און אויב א מאמע רופט נאך אריין איז גאר גוטע מטעמים פאר יענע חברה.


אזוי איז איבערגעדרייט געווארן די וועלט, דער שוחט איז דער וואס מאכט חקירות ודרישות אויף יענעם, דער שוחט איז דער וואס איז מחליט צו מ'זאל אהנעמען דעם אדער יענעם, און ס'איז א פרנסה נקי' וקלה, קיין פיזישע בלוט שפריצט מער נישט אינעם בארד אריין, מ'דארף מער נישט האלטן יענעמס האנד און עס נאכדעם פארבאנדיזשירן, און דערצו הייסט מען נאך א שיינער איד, יעדער אין בית המדרש לויפט זיי נאך, באקומען דעם מזרח וואנט ווי זיי גייען, שענסטע כיבודים, גרויסע מז"ט אין אידישע צייטונגען, א בחינה פון הרצחת וגם ירשת.


אויב מיינט דא איינער אז כ'בין מגזם איין ווארט, לעבט עטס נישט אין ריאליטי, רעדסט מיט די מענטשן וואס האבן, און מאכן עס מיט מידי שנה בשנה, און דע מצב ווערט נישט בעסער, אויב טוישט זיך עס ווערט עס נאר ערגער. ס'פארט יעצט ארום אן אינטעריוויו פון א אנגעווייטאגטע טאטע וואס האט פארלוירן א טאכטער ס'איז פשוט הארצרייסענד עס נאר אויסצוהערן, ליידער איז דא מער ווי איין אזא מעשה. דע גאס איז נעבעך פיל מיט קינדער, בחורים וגם בתולות וואס דרייען זיך ליידיג ווייל זיי זענען נישט גענוג שטיקי צו קענען אריין גיין אין מוסדות, און ווער ווייסט מיט וואס און וואו אזעלעכע פעלער ענדיגן זיך, כ'ווייס פערזענליך פון פעלער, וואס ס'גארנישט ראנג מיט די בחורים אדער מיידלעך.


שוין, ס'תשעה באב היינט, כ'האב שוין נישט געדולד צו טייפן אזוי פיל.

כ'האף אז דע וועלט וועט זיך צוריק איבערדרייען און ווערן נארמאל בקרוב ממש בלי שום צער ונזק לשארית הפליטה.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

לדעתי זיינען די ר"י נישט שולדיג!

שולדיג זענען די עלטערען וואס זוכען זיך בדוקא אזלעכע ישיבות...

לא נתקבל? שיק צו ר' יואל רוט. וכן נהגתי...
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שחיטה 2017 סטייל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיט אזעלכע עצות.........

א. די ראשי ישיבות זענען נישט קיין ביזנעסלייט, זיי פיהרען זיך נישט ווי ביזנעסלייט און זיי פאעדרען כבוד כאילו זיי זענען נישט ביזנעסלייט. זיי פלוידערען צו די בחורים כאילו זיי זינען גערעכט, כאילו זיי ווייסען וואס זיי רעדען. ווען זיי לייגען די שולד אויף די עלטערען, ס׳טייטש אז די עלטערען פיהרען דער זאך, נישט זיין הויכגעשעצטע דעת תורה.

ב. ׳אזעלכע סארט ישיבות׳?! וואס מיינט עס? ער זוכט א ישיבה ווי לערנען איז דער וויכטיגסטע זאך פאר א בחור, ווי א בחור קען פארשטייען לערנען און אויסוואקסען איינער וואס ווייסט ווי צו לערנען. נאר א מצוין האט א רעכט דאס צו טוהן? א נישט מצויין, הייסט׳ס 140 פון 150 (און די זענען נאר די וואס האבען פראבירט צו גייען אהין), דארף גייען הערען א יונגערמאנטשיק פלוידערען וועגען געלט, אומאן און נאך אזעלכע טפשות?

ג. און דאס פעלט טאקע אויס. א ישיבה פאר פרומע בחורים, וואס זוכען צו זיין פרום, אבער זייער כשרון איז נאר מיטלראנגיג. לדאבונינו האט זיך אזא ישיבה פארמאכט אין לעיקוואד מיט בערך זעקס יאר צוריק. איינער א ליידיגייער אן עם הארץ און א געמיינע יונג האט שוין יארען געוואלט עפענען א ישיבה. ער האט איינגעזע׳ען א געלעגענהייט און ער האט געדינגען א שטאב און גע׳עפענט פאר אזעלכע בחורים, און ער איז ליידער מצליח און ער באקומט בחורים. נאר ווען אזא נידריגע יונג פיהרט א ישיבה, שטייט דער טעגליכע געפאר אז ער וועט עפעס טוהן צו די בחורים, אדער ארויס ווארפען על לא עוול, אדער זיך קריגען מיט די הנהלה. איך ווייס נישט צו אין ב.פ. אדער ווסמב"ג וואלט איינער געשיקט זיין בחור אהין. איינער וואס מצד אחד האט שאיפות פאר זיין בחור צו לערנען און מצד שני איז גרייט אנערצוקענען זיין שוואכקייטען איז מעגליך זעלטענער דארט ווי דא, איך ווייס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

די גמרא זאגט דאך און שבת: שוחט משום מאי מחייב? משום צובע.
ער פעינט א פיקטשער אז ער מיינט דעם באשעפער, ער מיינט פאוער, כבוד, רציחה וכו.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

shtriemel האט געשריבן:לדעתי זיינען די ר"י נישט שולדיג!

שולדיג זענען די עלטערען וואס זוכען זיך בדוקא אזלעכע ישיבות...

לא נתקבל? שיק צו ר' יואל רוט. וכן נהגתי...

שולדיג זענען די עלטערן וואס זוכן יענע ישיבות, אבער קרבנות זענען די וואס בלייבן.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

שולדיג זענען די וואס שטיצן אזעלכע ישיבות אבער הרב שמעלקע לייפער האט מען געלאזט באנקראטירן.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיט אזעלכע עצות.........

א. די ראשי ישיבות זענען נישט קיין ביזנעסלייט, זיי פיהרען זיך נישט ווי ביזנעסלייט און זיי פאעדרען כבוד כאילו זיי זענען נישט ביזנעסלייט. זיי פלוידערען צו די בחורים כאילו זיי זינען גערעכט, כאילו זיי ווייסען וואס זיי רעדען. ווען זיי לייגען די שולד אויף די עלטערען, ס׳טייטש אז די עלטערען פיהרען דער זאך, נישט זיין הויכגעשעצטע דעת תורה.

ב. ׳אזעלכע סארט ישיבות׳?! וואס מיינט עס? ער זוכט א ישיבה ווי לערנען איז דער וויכטיגסטע זאך פאר א בחור, ווי א בחור קען פארשטייען לערנען און אויסוואקסען איינער וואס ווייסט ווי צו לערנען. נאר א מצוין האט א רעכט דאס צו טוהן? א נישט מצויין, הייסט׳ס 140 פון 150 (און די זענען נאר די וואס האבען פראבירט צו גייען אהין), דארף גייען הערען א יונגערמאנטשיק פלוידערען וועגען געלט, אומאן און נאך אזעלכע טפשות?

ג. און דאס פעלט טאקע אויס. א ישיבה פאר פרומע בחורים, וואס זוכען צו זיין פרום, אבער זייער כשרון איז נאר מיטלראנגיג. לדאבונינו האט זיך אזא ישיבה פארמאכט אין לעיקוואד מיט בערך זעקס יאר צוריק. איינער א ליידיגייער אן עם הארץ און א געמיינע יונג האט שוין יארען געוואלט עפענען א ישיבה. ער האט איינגעזע׳ען א געלעגענהייט און ער האט געדינגען א שטאב און גע׳עפענט פאר אזעלכע בחורים, און ער איז ליידער מצליח און ער באקומט בחורים. נאר ווען אזא נידריגע יונג פיהרט א ישיבה, שטייט דער טעגליכע געפאר אז ער וועט עפעס טוהן צו די בחורים, אדער ארויס ווארפען על לא עוול, אדער זיך קריגען מיט די הנהלה. איך ווייס נישט צו אין ב.פ. אדער ווסמב"ג וואלט איינער געשיקט זיין בחור אהין. איינער וואס מצד אחד האט שאיפות פאר זיין בחור צו לערנען און מצד שני איז גרייט אנערצוקענען זיין שוואכקייטען איז מעגליך זעלטענער דארט ווי דא, איך ווייס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


א. זיי לייגען גארנישט. איך לייג. די עלטערען פיהרען דער זאך, נישט זיין הויכגעשעצטע דעת תורה!
ב. ער פלוידערט גארנישט אנדערעשט פון וואס מען האט געפלוידערט אין מיין ישיבה .טויש אומאן מיט סיי וועלכע חסידות.
ג. קיין איינער דארף נישט נעמען דיין אדער מיין קינד. ישיבות זענען א ביזנעס פונקט ווי די יוניווערסיטיס פאר מצויינים. קיינער דארף גאר נישט עפענען. ווילסט? עפען! אויב איז נישט דא, באשולדיג די סיסטעם, דער עולם, דיר אליין.

הארווארד וויל זיך וועלען. שערי יושר וויל אויך. ער וויל תורה וגדולה ממקום אחד. ער מעג.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז שוין דא אן אשכול וועגען יואלי ראטה, עיי"ש. אפילו זיין פארטיידיגערס האלטן נישט אז ער איז פאר א בחור וואס וויל לערנען.

און דו ביסט מסכים אז ער פארקויפט ברסלב'ער נאנסענס. איז וואס זאל איינער וואס גלויבט אין אנדערע נאנסענס טוהן? ער איז א פלעינער חסיד'ישער איד, אן קיין שטארקע אנהענגערשאפט. צו ער באלאנגט צו סאטמאר, קראסנא, קאשוי, וויזניץ ב"ב, קלויזענבורג א"י, ועוד ועוד. זיין קינד מוז אדער בלייבן אין שטוב אדער הערן פוסטע נארישקייטן פון ראטה?

און הער שוין אויף מיט דער נאנסענס 'עפן אליינס'. זיי האבן געריסן פון אלע זייטן אלע יארן, מיין טעלעפון אין בוזעם און מיין ווייב'ס טיכל, די פרייז פון עסן ביז וועלכע צייטונג די געשעפט מעג פארקויפן. אלץ איז זייער'ס! פלוצלונג מוז איך עפענען אליינס?! איך האב דאך אין דעם אינוועסטירט אלע יארן!

און וואס טוען זיי ווען מ'עפענט טאקע אליינס? זיי האבן דאך איינגערעדט די אילי ההון אז געבן צו אזא ישיבה איז ארויסגעווארפענע געלט, זיי גייען דאך ארויסנעמען די בחורים וואס זענען עטוואס בעסער ווי אנדערע. זיי האלטן דאך אפ דאס עפענען אליינס.

א מין תירוץ דאס, ער מעג ווי הארווארד מעג. שיק איהם א מעילינג מיט'ן נאמען 'מיסטער', וועסטו שוין הערן וואס ער מעג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

shtriemel האט געשריבן:הארווארד וויל זיך וועלען. שערי יושר וויל אויך. ער וויל תורה וגדולה ממקום אחד. ער מעג.

הארווארד האט מען טאקע באצווינגן צו נעמען אויך שוואכערע. אובאמא איז אויך נאר אויסגעשטיגן אדאנק אפירמיטיוו עקשאן.

אז איר דערמאנט שוין שער היושר. איך האב גראדע אמאל געהערט אז שער היושר האט זיך אנגעהויבן ווען עפעס א נגיד האט נישט געהאט קיין ישיבה פאר זיין שוואכע זוהן. האט ער געדינגען, כ'מיין הרב קאפלמאן. און האט צוזאמען גענומען נאך פינף בחורים. און אזוי האט עס אויסגעזען ווי מ'געט זיך ספעציעל אפ מיט די עליטע און עס איז ארויס א גוטע נאמען. אויב איינער ווייסט מער ביטע אויסקלארן.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איך ווייס נישט מער וועגן ווי אזוי ס'האט זיך אנגעהויבן. אבער ווי אזוי ס'האט זיך געענדיגט יא...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטריימל: איך וועל מיך נאר שטעללן אויף דיין לעצטע שורה. דו פארגלייכסט דעם מצב מיט די ישיבות צו הארווארד. ראשית כל. א סטודענט וואס ווערט נישט אנגענומען אין הארווארד האט נאך אן אויסוואל פון צענדליגע, און אפשר הונדערטער אנדערע, שוואכערע קאלעדזשעס. ער בלייבט נישט אויפ'ן גאס. משא"כ א בחור וואס ווערט נישט אנגענומען אין איין ישיבה (למצויינים) ווערט נישט אנגענומען אין קיין שום אנדערע ישיבה. ווייל זיי אלע גייען נאך די סטענדערדס פון די אזוי-גערופענע ישיבות למצויינים.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

מיין פוינט איז נישט די ספעציפישע ישיבות דא דערמאנט.

ווען דאס וואלט געווען א יחיד'ס פראבלעים וואלט איך פארשטאנען מה כל הרעש. למעשה, חוץ פון די וואס געהערען צו א חסידות, האבען אלע די אישו. נו, אויב איז דא הונדרעטער אזעלכע בחורים וואס וואלגערען זיך, (אין דארך מיין אייגענער בנים ווייס איך פאר א פאקט אז ס'דא,) מילא קענען אונז אלע מסכים זיין אז ס'דא גענוג בחורים פאר 3-4 ישיבות דא אין ברוקלין אליין.

יעצט, ווער שטייט זיי אין וועג? ווער לאזט נישט עפענען א נייער ישיבה? איינער סטראשעט די עלטערען וואס קומען זיך צוזאמען?

אההה, די עלטערען קומען נישט צוזאמען. פארוואס?

ס'מעגליך אז די יעצדיגע סיסטעם לאזט אדארך די מיט געלט, עסקנים אדער סתם מויל-מאכערס. טאקע די נויטיגע סארט מענטשען וואס עפענען ישיבות. אויב איז טאקע אזוי זענען אלע אין דעם סיסטעם שולדיג. קיין טענות אויף איינעם ספעציפיש אדער א גרופע (ראשי ישיבות) איז נישט גערעכט און טוט אוודאי נישט העלפען.

פאר די זעלבע חודש'ליכע שכ"ל פון די גרויסע ישיבות קענען זיך אפאר אינגעלייט נעמען אן אינגערמאן לערנען מיט די בחורים אין א ביתהמדרשל'ס ווייבערשול וכו'. איעדער לא נתקבל בחור טרעפט זיך שנעל אנדערע בחורים אין די מצב. ס'נישט אזוי שווער צו מאכען עפעס. נאר וואס דען, עולם כמנהגו נוהג, מ'רופט עסקנים, מ'פראבירט שוחד'ן, וכו וכו' ביז עפעס א ישיבה איז זיך מרחם.
חכמה בגויים אל תאמין
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די בחורים זענען צוקלאפט אויף שברי שברים. זיי קענען נאר מצליח זיין אויב זענען זיי צווישן א מזג פין אלע מינים.

די מוסדות וואס ווארפען ארויס זענען נאך גרעסערע רשעים ווי די מצויינים וואס נעמען נישט אריין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו קומסט טאקע פון אן אנדערען פלאנעט?
א מענטש וואקסט אויף אין א באקס, א באקס וואס געוויסע זארגען זיך אז ס'זאל בלייבען פארמאכט, און יעצט מוז ער שוין זיין אן אויבער חכם און איינזען אז לאו דוקא די ישיבה סיסטעם איז איהם גוט?

סארא חוצפה איז דאס, אומשולדיגען די פיהרער'ס ווייל די געפיהרטע קענען זיי שפייען אין פנים?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

מיינסט מיר ר' בערעל?

עניוועי, אויב האסטו געמיינט אז אונז האבען מנהיגים לבירת ניו יארק פארשטיי איך דיין טענה. איך זעה א ריזיג גרופע וואס גייט נאך א דרך אומגעצווינגען. קיין מנהיגים זענען נישט דא (חוץ פון א באשטימטער חסידות). אויף וועם האסטו טענות?
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שטריימל: מיינע טענות זענען געוואנדן אקעיגן די קארטעל פון די אזוי-גערופענע ישיבות למצויינים. זיי זענען מבזה די תורה. און זיי זענען גורם ימ'ען פון צער און עגמת נפש. זיי עביוזן די תורה. זיי זענען עתיד ליתן את הדין. איין זאך איז יזכער די יעצטיגע התנהגות איז מעורר א גרויסן קיטרוג. און מ'וועט דארפן א מנהיג מיט די גדלות פון פערזענליכקייט און הנהגה ווי דער בעש"ט הק'. לאמיר האפן אז ס'וועט אויפשטיין אזא מענשט. א מלאך המושיע. און ער וועט זיך נישט שרעקן פון די גבר אלים'ס וועלכע ווארפן אן א טעראר און א שרעק אויף די מענטשן וועלכ עוויללן יא עפעס טון ממשות'דיג אין די עניינים...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שחיטה 2017 סטייל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

berlbalaguleh האט געשריבן:שטריימל: מיינע טענות זענען געוואנדן אקעיגן די קארטעל פון די אזוי-גערופענע ישיבות למצויינים. זיי זענען מבזה די תורה. און זיי זענען גורם ימ'ען פון צער און עגמת נפש. זיי עביוזן די תורה. זיי זענען עתיד ליתן את הדין. איין זאך איז יזכער די יעצטיגע התנהגות איז מעורר א גרויסן קיטרוג. און מ'וועט דארפן א מנהיג מיט די גדלות פון פערזענליכקייט און הנהגה ווי דער בעש"ט הק'. לאמיר האפן אז ס'וועט אויפשטיין אזא מענשט. א מלאך המושיע. און ער וועט זיך נישט שרעקן פון די גבר אלים'ס וועלכע ווארפן אן א טעראר און א שרעק אויף די מענטשן וועלכ עוויללן יא עפעס טון ממשות'דיג אין די עניינים...!
לייק לייק לייק[emoji106] [emoji106] [emoji106]
פארשפארט