ר"א מיללער: "פארשקלאפטע שווארצע האבן געלעבט א חיים טובים"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.

דער סאשעליסט וואס האלט זיך ב"ב אויף יענעמס נכסים ווייל לפי שיטתו איז דאס דער טובה פאר די "ביגער גאד" האלט אויך ווי דיר? וואלווי

שבת אחים, איך טריי נישט צי נעמען קיין שטעלאנג אין פאקטן וואס איך ווייס נישט, וועגן דעם האב איך נישט גענימען קיין שטעלאנג וועגן שווארצע סלעווערי באראיג דיך איך פלאן דאס נישט דארך ציטון בקרוב

פין די אנדערע זייט אויב באצוימט מען זיך צו טראכטן נאר וואס איז פאליטיקלי קארעקט אדער וואס שטימט מיט א געוויסער דאגמא נעמט מען פשוט אוועק פין זיך די מעגליכקייט פין טראכטן וואס איז גערעכט און מעגליכקייט צי טראכטן מיט הארץ.


יעצט איז מיר אלעס פארענטפערט.

ער פארשטייט נישט קיין עוועאלציע, אקעי ער האט א שוואכע קאפ. ער איז רעליגעיז און בייעסט. אבער אז דו קענסט זאגן אז ״סאושליסטן״ זענען בעלבאס אויף יענעמס נכסים איידער ווי ״קעפיטיליזים״ פארשטיי איך שוין אלעס. און אז דו בארעכטיגסט ״שקלאפעריי״ וועסטו במילא לייקענן פאקטן.


נאר מענטשען וואס רעדן אזוי ווי דיר לייקענען עוואלאציע...

נישט קיין עוואלאציע, נישט קיין שקלאפעריי, און נישט קיין סאושליזים.
נאר וואס מ׳האט געלערנט אין חדר פארשטייט ער....
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואלווי האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון די פריסאן סיסטעם? וואס איז שלעכט דארט? מ'געט צו עסען, שלאפן, א דאך איבערען קאפ, מ'קען זיך נאך אמאל עפעס צו לערנען צו דער זייט, פארוואס שטרענגט מען זיך אן עט אלל קאסט נישט אנצוקומען דארט?

ווייל דאס הייסט געפענגעניש!

דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

האסט קיינמאל נישט געטראכט פון א ראסע וואס הייסט קרימינאלן? אדער א ראסע וואס זענען נישט פון די עליטע? אדער א ראסע וואס זענען אומגעלונגענע? אא''וו.

נישט אז איך האלט אז שקלאפעריי איז אויסגעהאלטן אויף סיי וועלכע פארנעמען אבער פאקטיש און פראקטיש ווען א גרויסע חלק פון אפריקאנער אמעריקאנער קענען ארבעטן פינף און צוואנציג שעה א טאג א גאנצע וואך און נאכאלץ נישט דעקן זייערע הוצאות אויף ברויט, פוטער און א דאך איבער'ן קאפ איז עס אין געוויסע זין א פרייהייט וואס איז שוואכער ווי צו זיין אונטערטעניגט אלס קנעכט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד: ס'הייבט זיך בד"כ אן ביי די עדיוקעישן וואס מ'האט דערגרייכט. און די שחורים וועלכע זענען פלייסיג ביי סיי ועלכע ארבעט, ארבעטן זיך סוכ"ס ארויף עקאנאמיש. און זיי געהערן צום מיטל קלאס. די אלע אנדער זענען יוצא מיט אפ פוילעצן דעם טאג און קאלעקטן זייער וועלפעיר טשעק. און אפשר צו האנדלען א ביסל מיט דראגס. ליהוי ידוע לך. אז ס'איז פארהאן א סאך מיטל קלאס געגנטער אין ניו יארק סיטי. און אין ניו דזש. וואו ס'וואוינען מיטל קלאס, ארבעטנדיגע מענטשן וועלכע זענען אדער געקומען פון די קאריבען אדער אפריקע. און אפילו לאקאלע געבוירענע אפריקאנער- אמעריקאנער. און זייער געגנט זעהט גארנישט אויס אנדערש ווי סיי וועלכע ווייסע געגנט. און זייערע קינדער לעבן א גוטן טאג. און זענען נהנה פון די אמעריקאנער געזעלשאפט פונקט אזוי ווי סיי ווער. אודאי איז דא דיסקרימינעישן. און אקעיגן אידן איז דען נישט דא דיסקרימינעישן. דער ענטפער איז אז מ'דארף זיך נישט שטופן וואו מ'איז נישט באוויליגט. נאר מ'זאלל גיין וואו ס'איז יא דא א געלעגנהייט זיך ארויפ צו ארבעטן עקאנאמיש...!
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

אוי קורקלאנד. צומאל קוקסטו אויס ווי א יודע ספר און דאס געבט מיר דאס חשק דיר צו עקלערען דאס וואס איז היינט, ביי מיר, א דבר פשוט. אבער א מינוט דערנאך קומט א תגובה וואס מאכט דיר אויסקוקען ווי א 22 יעריגע סקווירא אינגערמאן וואס האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם שטעטעל.

אן אייניקעל פון די פארשקלאפטע וואס "מאכט עס" דא אין לאנד האט פונקט אזעלכע ט'שאנסען אויפצושטעלען א געהעריגע דור ווי א ווייסע. אבאמא'ס קינדער וועלען נישט צוריק אריינפאלען אין די געטא און אויך נישט קאלין פאוועל'ס חבריא. שטודיעס פון מיטל-קלאס שווארצע נעקסטע דור באווייזט עס.

ממילא קומט אויס אז די פראבלעם איז אז זיי זענען ארויס מעבדות אבער נאך נישט אנגעקומען לחרות. די אינטערנעט איז פיל מיט שטודיעס פארוואס. אבער וויבאלד פעיק ניוס איז דאך אן אלטע פראבלעם דארף מען האבען א טראפ ישוב הדעת לדעת מה זה ועל מה זה.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קורקלענד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:האסט אמאל געהערט פון די פריסאן סיסטעם? וואס איז שלעכט דארט? מ'געט צו עסען, שלאפן, א דאך איבערען קאפ, מ'קען זיך נאך אמאל עפעס צו לערנען צו דער זייט, פארוואס שטרענגט מען זיך אן עט אלל קאסט נישט אנצוקומען דארט?

ווייל דאס הייסט געפענגעניש!

דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

האסט קיינמאל נישט געטראכט פון א ראסע וואס הייסט קרימינאלן? אדער א ראסע וואס זענען נישט פון די עליטע? אדער א ראסע וואס זענען אומגעלונגענע? אא''וו.

נישט אז איך האלט אז שקלאפעריי איז אויסגעהאלטן אויף סיי וועלכע פארנעמען אבער פאקטיש און פראקטיש ווען א גרויסע חלק פון אפריקאנער אמעריקאנער קענען ארבעטן פינף און צוואנציג שעה א טאג א גאנצע וואך און נאכאלץ נישט דעקן זייערע הוצאות אויף ברויט, פוטער און א דאך איבער'ן קאפ איז עס אין געוויסע זין א פרייהייט וואס איז שוואכער ווי צו זיין אונטערטעניגט אלס קנעכט.


איי עם סארי ידידנו קורקלענד, ניין, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א "ראסע" פון קרימינאלען וכו'

די ביסט דן א רבים ווי א יחיד. את"ל די ביסט גערעכט אז די אפריקאנער וואלטען געווען אומגעלונגענע, קרימינאלען, און נישט עליטע, איז דאס נאך אלס נישט יוצא על הכלל כולו אויף די גאנצע ראסע זיי צו דן זיין מיט אזא קלאסיפיקעשאן, פארוואס זאלען די האלב יחידים אפריקאנער ווערען געלעבעלט וועגען די אנדערע האלב יחידים?

דעס וואס די טענה'סט איז קלאר וואס מאכט א מענטש פאר א רעסיסט! ווען ער לעבעלד א גאנצע ראסע וועגען מעשי יחידים.

חוץ פון דעם וואס ס'איז פשוט נישט אמת. זיי האבן גענוג און נאך געלונגענע, נישט קרימינאלען, און זייער פיינע אמעריקאנער סיטיזענס. הייב ניטאמאל ברענגען סטאטיסטיקס. ווייל אפי' די וועסט טרעפען זייערע שוואכקייטען אין די גרויסע שטעט, סאך הכל ריקט עס אפשר נאר די נאמבערס אביסעל אהין און אהער.

(אל תפתח פה לשטן. סטאטיסקלי גערעדט, האבן "אונזערע" היימישע געגענטער די גרעסטע פאווערטי רעיט, איז דעס דען טאקע אזוי...).
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

הערען זענען אויך א ראסע. נישט אלע האבען געפייניגט
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

diff האט געשריבן:הערען זענען אויך א ראסע. נישט אלע האבען געפייניגט

שטותים. פארשקלאפערס ימש"ו ווערען נישט געבוירען אזוי. אויך קענען זיי תשובה טוהן על רגל אחת און באפרייען די געפאנגענע. משא"כ א ראסע...
חכמה בגויים אל תאמין
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דער עיקר כעס וואס האט געברענגט באפרייען. איז אז זיי האבן געפייניגט
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

diff האט געשריבן:דער עיקר כעס וואס האט געברענגט באפרייען. איז אז זיי האבן געפייניגט

וואס איז מיט די k2?
חכמה בגויים אל תאמין
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Hashem Doesnt Love
ווען יא וואלטר געשיקט 72 בת' בחיים
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

אההההה! כ'האב מיר געווינדערט ווער ס'האט מיר אריינגעשיקט די ע"ב שווארצע אויגעלעך.
חכמה בגויים אל תאמין
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:דער היומען באינג האט רעכטען וואס "קיינער" קען נישט אוועקנעמען.


מעג מען לייגען אין משגעים הויז איינער וואס וויל זיך נעמען דעם לעבן?
מעג מען איינזעצען איינעם כדי די ציבור-סעסייעטי זאל פארדינען?


דער חילוק איז פשוט ...
דער כלל און דער פרט. קנעכטשאפט פאר א רעיס across the board איז ראסיזם און ס'די זעלבע זאך ווי אנטיסעמעטיזם וואס דאס לכאורה פארשטייסטו יא.
די זאכען וואס די רעכענטס אויס זענען אינדיווידיעל פעלער וואס פארשטייט זיך אז מ'דארף איינעם אמאל איינשפארן.

דו פאנגסט אן צי מאכן פשרות אויף דעם חשבון פין דעם היומען באינג, פרט יא! כלל נישט!
ווערט לאזט דיך?
דאס איז א סליפערי סלאפ און ווער ווייסט וואו דאס קען אלץ פירן

באלד וועט קימען איינער און וועט זאגן אז איין "כלל" מעג אביסל ליידען פאר א צווייטער "כלל"
אדער איין "פרט" מעג אביסל ליידן פאר דעם כלל חאטש דער פרט איז אינגאנצען אימשילדיק
עיין ערך סאשעליסט, און וואו קורקלענד האט דא פריער ארויסגעבערנגט - ער ארבעט שעות פארשקלאפט נישט ווייל ער וויל נאר ווייל דער כלל האט מחליט געווען אז ער מיז דעקן א צווייטענס קאנדעם

פין שבת וויל איך פרעגן צי סאיז מעגליך פינקט וואו עוולאציע האט געמאכט א "מיסטעק" און אהער געשטעלט א קעצי אנדערש וואו א דאגי אפשר האט עוועלאציע געמאכט די זעלבע מיסטעק און געמאכט איין ראסע אנדערש פין די אנדערע, איינער האט מער שכל און איי ראסע אביסל ווייניגער איינער העכער און איין נידריג, איין מיט מער הארץ איין מיט ווייניגער, איין מיט מער רינדעכיגע אויגן איין מער פלאך

אבער איך האלט זיך איין פין פרעגן, ווייל סך הכול וועט ער אנפאנגען צי שעלטען און חוזק מאכן, קיין פארשטענדילכע תירץ וועסטו פין אים נישט באקימען - קוק נאך ביי די עוועלאציע אשכולת צו ער האט אמאל געענפרט צי די זאך פאר סיי וועם? אדער איז ער געבליבן מיט די צינג אינדרויסן?
זייער אסך מאל ענדיגט זיך דאס מיט מעזשיגענער פעכי איך גיי מער קיינמאל נישט דא שרייבן בלא בלא בלא

שבת פארוואס טראכסטו נישט אז חוזק מאכן פין הקטן אז ער ווייסט נישט וואס א סאשעליסט מיינט איז נישט קיין wining argument
דער עולם דא קען דאס אליין מחליט זיין - אלעס וואס סטוט ס'מאכט דיך אויסקיקן שוואך - און דערנאך מיסטו ציריקקימען נאך שעלטן

די גלייביגע וואס האלטן בצלם אלקים עשה האדם פארשטיי איך פארוואס דער דייטש האט נישט קיין רעכט צי פייניגען הארגענען א צווייטער, אפילה איך זאל זאגן אז איין ראסע איז נישט די זעלבע וואו דער אנדערע נאך אלץ האסטו נישט קיין רעכט יענעם צי פייניגען

אבער דער נערישר כופר פארוואס זאל איין ראסע נישט מעגן הארגנען די אנדערע בו בעת וואס די דאגי הארגעט יא די קעצי (און דער כופר פראטעקט אים)
האט ער נישט קיין בריירה איז ער געפארסט צי זאגן אלע אלע מענער פרויען אלע אלע זענען גלייך - און אז זיי זענען גלייך מעג נישט איין דאגי הארגענען אן אנדערע דאגי פין די זעלבע בריד?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

הקטן האט געשריבן:פין שבת וויל איך פרעגן צי סאיז מעגליך פינקט וואו עוולאציע האט געמאכט א "מיסטעק" און אהער געשטעלט א קעצי אנדערש וואו א דאגי אפשר האט עוועלאציע געמאכט די זעלבע מיסטעק און געמאכט איין ראסע אנדערש פין די אנדערע, איינער האט מער שכל און איי ראסע אביסל ווייניגער איינער העכער און איין נידריג, איין מיט מער הארץ איין מיט ווייניגער, איין מיט מער רינדעכיגע אויגן איין מער פלאך


כ'מאך מיר דיר א דיל: איך בין מוכן אדארכצוגיין די נושא פון עוועלאשען וואס אימער די ווילסט פארשטיין! (פארשטייט זיך, נאר כפי השגותי - כ'מיין אז איך פארשטיי עס)

איין תנאי מאך איך: טענות, סיי פאר און סיי אנקעגען, מוזן זיין אויסגעהאלטען מיט די לאג'ישע כללים וואס איז מצוי לכל דורש. (אויב דארף מען אנהייבען ביי logical fallacies - די לאג'ישע שטרויכלינגען מיט וואס אונזער מוח איז געבענטשט לרחצה - בין איך אויך מוכן. ס'פאר מיר כדאי צו איבערחזר'ן בבחינת הפוך בה).

לידיעתך, איך האב דערווייל נאך נישט געטראפען קיין איין עוועלאשעניסט הכרח וואס זאל צייגען אז ס'נישט דא קיין מצוי וואס איז די מסבב כל הסיבות! קיין חשש כפירה בעיקר איז נישט דא, ממילא אויב איז די אמת נר לרגלך בין איך מוכן צו עקלערען פארוואס זיי האלטען אזוי. אפשר איז כדאי דאס דורכצוטון אין א באזונדערע אשכול.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]הקטן[/tag] איך האב דיר ח״ו נישט געשאלטן. און אויב יא בעט איך דיר איבער.

וועגן די אנדערע זאכן וועל איך דיר באלד ענטפערן. קודם מודה אני,
נעגל וואסער מיט א קאווע...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ר"א מיללער: "פארשקלאפטע שווארצע האבן געלעבט א חיים טובים

שליחה דורך החוקר »

הקטן האט געשריבן:מעג מען לייגען אין משגעים הויז איינער וואס וויל זיך נעמען דעם לעבן?

מעג מען איינזעצען איינעם כדי די ציבור-סעסייעטי זאל פארדינען?

סעסייעטי האט אפגעמאכט אז זיי ווילען לעבן א גיטען טאג און זיי ווילען אז א יעדער זאל באצאלן דערפאר, א יעדער זאל צאלן טעקס
קימט איינער, און דרייט זיך ארויס און וויל נישט באצאלן, יעצט האט ער שוין נישט און קען נישט באצאלן חאטש ער וויל, מעג מען אים איינשפראן כדי אנדערע זאלן זיך לערנען.



וואלווי, קוקט אויס די האסט דארך געטון די נושא

דו זאגסט זייער גוט, אבער האסט פארגעסן צו פארענדיגן די ליסטע.

מעג מען געבן גלייכע רעכטן פאר יעדן מענטש?

מעג מען באפרייען שווארצע פון קנעכטשאפט?

סאסייעטי האט אפגעמאכט אז יעדער מענטש פארדינט גלייכבארעכטיגונג וואס קיינער קען נישט צונעמען סתם אזוי, אויב פעלט אויס צוצונעמען רעכטן איז דא געזעצן. סאסייעטי האט אפגעמאכט אז דאס איז כולל שווארצע.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דערפאר רעדט ר מילר געגן סאסייטי
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:.[/quote

אבער איך האלט זיך איין פין פרעגן, ווייל סך הכול וועט ער אנפאנגען צי שעלטען און חוזק מאכן, קיין פארשטענדילכע תירץ וועסטו פין אים נישט באקימען - קוק נאך ביי די עוועלאציע אשכולת צו ער האט אמאל געענפרט צי די זאך פאר סיי וועם? אדער איז ער געבליבן מיט די צינג אינדרויסן?
זייער אסך מאל ענדיגט זיך דאס מיט מעזשיגענער פעכי איך גיי מער קיינמאל נישט דא שרייבן בלא בלא בלא

wining


איך גיי דיר בלי״נד ענטפערן זייער שיין און ראוהיג אויף אלעס. אבער קודם דארפסטו בארעכטיגן וואס דו שרייבסט ווייז מיר ״איין פלאץ״ ווי איך האב גענעדיגט א ארגעמיונט מיט איך גיי מעהר נישט שרייבן דא, ״ווייל איך בין געבליבן מיט די צונג אידורסן״...! איינס? נישט צוויי! איין פלאץ ביטע????

דו מישסט אויס צוויי באזונדרע זאכן, ווען מ׳האט ״געמעקט״ מיינע תגובות אדער זיך געטשעפט מיט מיר וועגן מיין פערזענליכע סטאטוס אין רעליגע האב איך געזאגט אזויווי ״אלעמאל״ מיינע אינערליכע געפילן אז די פלאץ איז נישט פאר מיר, און אז נעקסטע טאג צי אפילו נעקסטע מינוט האב איך מיך בארעכענט אז איך וויל יא דא בלייבן, גיי איך דא בלייבן, ווייל אזוי וויל איך ״יעצט״, די זעלבע מענטש וואס האט פאר פינף מינוט צוריק געפילט אס ק״ש איז מעהר נישט פאר אים ״האט א רעכט״ זיך צו בארעכענן, און דו ביסט נישט מחוייב צו ליינען מיינע תגובות... אבער איך האב קיינמאל וואס איך געדענק גענדיגט מיט די ״צינג אינדורסן״ ביי א עוועאלציע ארגעמונט! נאר וואס דען מ׳מעקט מיינע תגובות, בין איך דיך מוראדיג געצוימט וואס איך קען שרייבן ברבים... אלזא איך אפפער פאר יעדעם איינעם בלי שום יוצא מן הכלל אז איך בין גרייט דורכצורעדן און דורך לערנען די סוגיא פון עוואלאציע, אויף א ראוהיגע רעספעקטפול וועג ״אין אישי״.

הקטן ביסט געלאנדעט.

אבער ביטע צייג מיר אן ווי איך בין ״געבליבן מיט די צונג אינדורסן״ און דערפאר געשאלטן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

וואלווי האט געשריבן:דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

יא. רוב עולם זענען אין געפענגעניש צו א געוויסע גבול דורך אנדערע מענטשן. יא עס איז דא יחידי סגולה וואס זענען נישט אונטער געפענגעניש. די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז עליטע זאלן בלייבן עליטע און די אונטער געדריקט'ע בלייבן אונטער געדריקט.

איך קען עס נישט ארויסשרייבן און מסביר זיין און איין הודעה. עס נעמט אריין צופיל. אז דו ביסט באמת אינטערעסירט שיק מיר א אישי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

shtriemel האט געשריבן:אוי קורקלאנד. צומאל קוקסטו אויס ווי א יודע ספר און דאס געבט מיר דאס חשק דיר צו עקלערען דאס וואס איז היינט, ביי מיר, א דבר פשוט. אבער א מינוט דערנאך קומט א תגובה וואס מאכט דיר אויסקוקען ווי א 22 יעריגע סקווירא אינגערמאן וואס האט קיינמאל נישט פארלאזט דעם שטעטעל.

אן אייניקעל פון די פארשקלאפטע וואס "מאכט עס" דא אין לאנד האט פונקט אזעלכע ט'שאנסען אויפצושטעלען א געהעריגע דור ווי א ווייסע. אבאמא'ס קינדער וועלען נישט צוריק אריינפאלען אין די געטא און אויך נישט קאלין פאוועל'ס חבריא. שטודיעס פון מיטל-קלאס שווארצע נעקסטע דור באווייזט עס.

ממילא קומט אויס אז די פראבלעם איז אז זיי זענען ארויס מעבדות אבער נאך נישט אנגעקומען לחרות. די אינטערנעט איז פיל מיט שטודיעס פארוואס. אבער וויבאלד פעיק ניוס איז דאך אן אלטע פראבלעם דארף מען האבען א טראפ ישוב הדעת לדעת מה זה ועל מה זה.

איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען, ווייל איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען.
איך בין מיט אייך אויף וואס איר האט מיר גענטפערט, איך האב בכלל נישט געמיינט וואס דו האסט פארשטאנען. איך האב געוואלט זאגן דאס וואס @הקטן האט געזאגט.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

נו, הקטן איז דאך אויך נאך נישט ארויס פון סקווירא/טאהש/קאשוי...
חכמה בגויים אל תאמין
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

החוקר האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:מעג מען לייגען אין משגעים הויז איינער וואס וויל זיך נעמען דעם לעבן?

מעג מען איינזעצען איינעם כדי די ציבור-סעסייעטי זאל פארדינען?

סעסייעטי האט אפגעמאכט אז זיי ווילען לעבן א גיטען טאג און זיי ווילען אז א יעדער זאל באצאלן דערפאר, א יעדער זאל צאלן טעקס
קימט איינער, און דרייט זיך ארויס און וויל נישט באצאלן, יעצט האט ער שוין נישט און קען נישט באצאלן חאטש ער וויל, מעג מען אים איינשפראן כדי אנדערע זאלן זיך לערנען.

וואלווי, קוקט אויס די האסט דארך געטון די נושא

דו זאגסט זייער גוט, אבער האסט פארגעסן צו פארענדיגן די ליסטע.

מעג מען געבן גלייכע רעכטן פאר יעדן מענטש?

מעג מען באפרייען שווארצע פון קנעכטשאפט?

סאסייעטי האט אפגעמאכט אז יעדער מענטש פארדינט גלייכבארעכטיגונג וואס קיינער קען נישט צונעמען סתם אזוי, אויב פעלט אויס צוצונעמען רעכטן איז דא געזעצן. סאסייעטי האט אפגעמאכט אז דאס איז כולל שווארצע.


איך האלט נישט אז סיי ווער דארף היינט זיין פארשקלפט
זיכער מעג סעסייעטי טון וואס זיי זעען פאר ריכטיג
און באזעצענע מענטשן קענען דאס אדארך טון אן ניצען דאגמא
ס'איז אויך נאטיג ראנג אויב איינעמס שכל פירט אים צו אן אנדערע מסקנה וואו וואס "סעסייעטי" האט יעצט אויף דער מעמיט מחליט געווען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קורקלענד האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:דיין ארבעט איז געפענגעניש? רעליגיע איז געפענגעניש? שוועריקייטן פון די סיסטעם אדער רעליגיע, שוועריקייטן פון פרנסה אדער סאסייעטי איז נישט געפענגעניש, ווייל אזוי ארבעט די וועלט אז ס'גראדט זיך קיינמאל נישט אויס פאר א יעדען. אבער קנעכטשאפט איז א היומען רייטס אישו. דאס איז געפענגעניש און נישט סתם א שוועריקייט. קיינער טאר נישט דארפן זיין אונטער א קנעכטשאפט נישט קיין חילוק ווי אזוי סאסייעטי דרייעט זיך.

יא. רוב עולם זענען אין געפענגעניש צו א געוויסע גבול דורך אנדערע מענטשן. יא עס איז דא יחידי סגולה וואס זענען נישט אונטער געפענגעניש. די סיסטעם איז אזוי אויסגעשטעלט אז עליטע זאלן בלייבן עליטע און די אונטער געדריקט'ע בלייבן אונטער געדריקט.

איך קען עס נישט ארויסשרייבן און מסביר זיין און איין הודעה. עס נעמט אריין צופיל. אז דו ביסט באמת אינטערעסירט שיק מיר א אישי.


האסט עס גאנץ גוט מסביר געווען, די מיינסט וואס די זאגסט און די זאגסט וואס די מיינסט, וועמען נער'ט מען דא? כמו געפענגעניש איז געפענגעניש? מ'גייט דא אהין און צירוק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט