צווחין ככלבין הב הב (מיין בקשה אין די ימי הרחמים והרצון)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

צווחין ככלבין הב הב (מיין בקשה אין די ימי הרחמים והרצון)

שליחה דורך גרוש »

דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי שרייבט אין "תיקון זוהר" תיקונא שתיתאה דף כ"ב וזל"ק:

"אלא כלהו צווחין בצלותין ביומא דכפורי ככלבים הב הב לנא מזונא וסליחה וכפרה וחיי, כתבינו לחיים ואינון עזי נפש ככלבים דאינון אומין דעלמא דצווחי לגביה ולית לון בשת אנפין, דלא אית מאן דקרא ליה בתיובתא דיחזור שכינתיה לקב"ה דאיהי מרחקא מיניה למהדר לגביה, ואדמיין לכלבים דאתמר בהון ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם ואינון ערב רב, דכל חסד דעבדין לגרמייהו עבדין, ועוד אינון שאלין מזונא וכסויא דאיהי עונת זוגייהו דאתמר בה שארה כסותה ועונתה לא יגרע, ולא אית מאן דשאיל "מזונא" דאיהי תורה, "שארה" דשכינתא ואיהי אמא עלאה דאתמר בה ואל תטוש תורת אמך, "כסותה" דא כסויא דציצית ועטיפו דיליה, ותפילין דיד דאתמר ביה תפלה לעני כי יעטוף, "ועונתה" דא ק"ש בעונתה" עכל"ק.

אויבן אויף איז דא שווער עטליכע קשיות,

1) וויאזוי קען דאס זיין , אז עס קומט די הייליגע טעג, אידן זוכן זכותים, פארן יום הדין, ווען עס איז כל באי באי עולם יעברון לפניך כבני מרון נפקד צו ווערן בדבר ישועה ורחמים און ארויסגיין זכאי בדין להכתב ולהחתם בספר חיים טובים בכתיבה וחתימה טובה, און דא קוקט אויס ווי ר' שמעון בן יוחאי איז ליידער מקטרג אויף כלל ישראל אז קיינער בעט נישט אויף רוחניות אויף די שכינה הק', נאר אויף זיך פאר די צרכי גשמיות,

2) פארוואס זאגט עס די זוה"ק נאר אויף יום כפורים, די כתיבה איז דאך ראש השנה דעמאלט איז דאך די "היום יעמיד במשפט כל יצורי עולמים", ר"ה ווערט דאך אנגערופן די יום הדין, פארוואס זאגט ער "כלהו צווחין בצלותין ביומא דכפורי"

3) אויב איז אמת אז אין די ימים נוראים דארף מען בעטן אויף דוחניות און נישט אויף צרכי הגוף דעמאלט פארוואס ווערט עס נישט דערמאנט אין תורת הנגלה נאר אין תורת הנסתר? עס ווערט אסאך אראפגערענגט אין ש"ס אז ראש השנה איז א יום הדין, איבעראל שטייט אז מיר ווערן גע'משפט פאר צרכי גשמיות, ווי למשל, די גמרא אין מסכת ביצה (טז.) כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה, די מזון מיינט מזון גשמי נישט מזון רוחני, אין ערגעץ ווערט נישט דערמאנט אז ראש השנה דארף מען בעטן אויף רוחניות

4) אויב איז אמת אז אין די ימים נוראים דארף מען בעטן אויף דוחניות און נישט אויף צרכי הגוף דעמאלט פארוואס איז אלע פיוטים און נוסחאות התפלה וואס מיר זאגן ראש השנה איז אויף צרכי גשמיות? ווי למשל, אבינו מלכינו, כתבינו בספר חיים טובים, פרנסה וכלכלה, וכו' וכו'

קען מען זאגן אזוי, אז פונקט פארקערט די זוה"ק נישט נאר וואס ער איז נישט מעורר קטרוג נאר אדרבה מרוב רחמיו וחסדיו פון ר' שמעון בר יוחאי האט ער דאס דאס געשריבן,

דער סאטמאר רבי זי"ע אין דברי יואל שטעלט זיך אויפן פסוק אין פרשת כי תבא, "תחת אשר לא עבדת ה' אלוקיך בשמחה ובטוב לבב" אז אויב די מצוה פון שמחה איז אזוי גרויס, אז עס קומט דערפאר אזא גרויסע עונש, פאר וואס שטייט נישט ארויס אין די תורה בפירוש א חיוב אויף שמחה בקום ועשה, מ'נעמט דאס נאר ארויס פונעם משמעות הכתוב "תחת אשר לא עבדת" זאגט ער, אז די די מצוה פון שמחה איז אזא שטארקע מצוה, אז ווען די תורה שרייבט עס ווען ארויס, וואלטן מיר געווען "מצווה ועושה" וואלט זיך די שטן אזוי שטארק פארלייגט, אז עס וואלט נישט מעגליך געווען צו מקיים זיין די מצוה, וועגן דעם שרייבט עס די תורה מיט א "לא", תחת אשר לא עבדת ה' אלוקיך, אזוי אז מ'זאל קענען מקיים זיין די מצוה,

לענינינו ווען עס קומט דאש השנה איז די שטן מקטרג, וועגן דעם האט מען מתקן געווען תקיעות דמעומד ווי די גמרא זאגט אין מסכת ר"ה (ט"ז.), "למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין ותוקעין ומריעין כשהן עומדין", כדי לערבב את השטן, אזוי געפינען אסאך זאכן וואס מיר טוען ראש השנה כדי לערבב את השטן, וועגן דעם שטייט אז מ'זאל ראש השנה נישט דערמאנען קיין חטאים, ווייל די שטן איז מקטרג,

דער זוה"ק זאגט דא פונקט פארקערט, אודאי זאל מען און מען דארף מתפלל זיין פאר צרכי הגוף, ווייל דאס פעלט אויס צו עבודת ה', ווייל "אם אין קמח אין תורה" ווי די וועלט טייטש "בחמרא טבא דביה תחדי נפשא" בחמרא טבא אז עס איז דא א גוטע חומר, עס גייט גוט בגשמיות דעמאלט דבי תחדי נפשא פרייט זיך די נפש, די נשמה , דעמאלט איז די רוחניות אויך גוט, די הייליגע תנא רבי שמעון בן יוחאי וואס איז אין גאנץ ש"ס באוואוסט אלץ מקיל קעגן זיינע בעלי פלוגתא, א שטייגער ווי אין הלכות שבת איז ער דער וואס האלט נישט קיין מוקצה, דבר שאין מתכוין מותר, מלאכה שאינה צריכה לגופה פטור, אזוי מער ווייניגער און אלע זיינע מחלוקת אין ש"ס איז ער דער מקיל פאר כלל ישראל,

דער הייליגע תנא ר' שמעון ברוב רחמיו וחסדיו, האט פאראויס געזעהן אז עס גייט זיין א אלף השישי בעקבתא דמשיחא ווען אידן גייען זיך גרייטן ליום שכולו שבת, א מצב וואס עס גייט ליידער זיין אזעלכע גרויסע נסיונות ווען די שטן וועט זעהן אז עס איז קרב קצו, און ער וועט זיך פארלייגן אז ווי מער נשמות זאלן פארפאלן ווערן, אז משיח זאל ליידער נישט האבן ווער צו קומען, און עס וועט ליידער זיין אזא מצב אויף וואס עס וועט ליידער זיין "פני הדור כפני הכלב". עס וועט ליידער זיין א מצב וואס "גם כי תרבו תפלה איננו שומע כי ידיכם דמים מלאו" ווי די גמרא אין מס' נדה (יג.) זאגט אז עס גייט ארויף אויף אלו וכו', אויף דעם ביטער דור האט ר' שמעון פאראויס געזעהן, אויף דעם דור האט ער געזאגט די מאמר "ח"ו שנשתכח תורה מישראל" (שבת קל"ח:), אז אפילו אין דעם דור וועט אויך זיין א כלל ישראל וואס וועט קומען ראש השנה אין בית מדרש שרייען און וויינען, וויאזוי קען מען פארזיכערן אז אפילו אין אזא דור זאל זיין "עומד מכסא דין ויושב על כסא רחמים", ר' שמעון בן יוחאי האט פאראויס געזעהן אז אפילו אין דעם דור ווען אידן וועלן מתפלל זיין און טראכטן מער פון זיך ווי פון די שכינה הקדושה, דאך וועט יעדער איד נישט נאר מיינען די צרכי גשמי נאר זיי וועלן אויף מיינען די רוחניות, ווייל אויב עס גייט ליידער נישט גוט בגשמיות, איז זייער שווער די עבודת ה'
מי שיש לו חולה בתוך ביתו, ווי קען ער ער האבן ישוב הדעת בעת ווען מ'דארף עוסק זיין אין עניני רפואה, זוכן גוטע דאקטוירים, שאפן געלט פאר אינשורעס פאליסיס,

אידן וואס פלאגן זיך פאר פרנסה, ווי האבן זיי די הרחבת הדעת זיך צו זעצן לערנען, ווען זיי האבן נישט קיין טרף לביתם און אודאי נישט קיין חשבון אויף וואס צו בארגען ביים חתונה מאכן,

אידן וואס האבן עלטערע קינדער, ווי זיי קענען זיי האבן די הרחבת הדעת הדעת אויף עבודת ה' ווען זיי וויינען אויפן גורל פון זייערע קינדער, ווער ווייסט ווי איך וועל אנקומען מיטן "ואת עמלינו אלו הבנים".

דער הייליגער תנא ר' שמעון וואס האט פאראויס געזעהן אז "מיום שחרב בית המקדש אין לך יום שאין קללתו מרובת מחברתה" (סוטה מח.) און אודאי 1945 יאר שפעטער, ווען די צרות זענען ליידער אזוי שטארק, וויזוי וועלן אידן קענען זיך האלטן גוט ברוחניות, בעת ווען די גשמיות איז ליידער ווייט פון גוט,

דאס אלעס האט ר' שמעון פאראויס געזעהן, און אזויווי "אין הקב"ה מכה לישראל אא"כ בורא להם רפואה תחלה (מגילה י"ג:)" האט ר' שמעון דא אין ספר הזוהר מקדים געווען די רפואה נאך פאר די מכה, נאך פאר די דור אויף וואס די אמוראים האבן געזאגט "ייתי ולא אחמיניה (סנהדרין צ"ח:)" איז אנגעקומען, און געזאגט אז אפילו אין אזא ביטערע מצב בעקבתא דמשיחא ווען מיר האלטן ליידער אין א מצב פון "גם כי תרבו תפלה איננו שומע", אז דאס וואס מען זעהט אז עס איז דא ליידער אידן וואס זענען מתפלל ראש השנה און ווערן ליידער נישט געהאלפן, איז נאר געזאגט געווארן ווען מ'מיינט לויטער גשמיות, משא"כ ווען א איד בעט "אפילו אויף גשמיות" כדי דורך דעם זאל ער קענען טוהן עבדות ה' אין אזא פאל וועלן זיינע תפלות אייביג אנגענומען ווערן, און אזויווי אהן צרכי הגוף קען א איד נישט אנגיין קומט אויס אז די צרכי הגוף זענען רוחניות, מ'דארף דאס האבן כדי צו קענען אנגיין מיט די עבודת ה' טאג טעגליך, קקומט אויס פונקט פארקערט אז נישט נאר וואס ער איז נישט מקטרג נאר ער איז גאר ממליץ טוב אויף בני ישראל,

ואם תאמר, לויט דעם פשט פארוואס שרייבט עס ר' שמעון אויף דעם וועג אז עס זאל זיין מכלל לאו אתה שומע הן, פארוואס שרייבט אז ער נישט ארויס בפירוש אז וויבאלד מ'מיינט רוחניות וווערן די תפלות נתקבל, פארוואס שרייבטט ער אז וויבאלד "צווחין ככלבין" ווערן די תפלות נישט נתקבל",

נאר ווי פריער געשריבן פונקט ווי די תורה שרייבט נישט ארויס די מצוה פון "שמחה" כדי די שטן זאל זיך נישט קענען פארלייגן, איז ווען ר' שמעון זאל ווען ארויסשרייבן אז ווען בעט אויף רוחניות ווערן די תפלות נתקבל וואלט ווען די שטן אפיר גענומען די ספר הזוהר און מעורר קטרוג געווען ח"ו אז אידן בעטן אויף גשמיות, וועגן דעם שרייבט עס די זוה"ק נישט ארויס, כדי לערבב את השטן, אז דער שטן זאל מיינען אז דער זוהר איז שוין מעורר קטרוג, דארף ער עס שוין נישט טוהן, און מהאי טעמא גופא זאגט עס די זוה"ק אויף יום כיפור און נישט אויף ר"ה כאטש רר"ה איז די "יום הדין" ווייל ראש השנה טאר מען קיין חטאים נישט דערמאנען ווייל די שטן איז מקטרג משא"כ יום כיפור האט די שטן נישט קיין רשות צו שולט זיין אויף כלל ישראל, כלל ישראל איז דעם טאג דומה למלאכי השרת, וואס האבן נישט קיין יצר הרע, ווי די מדרש זאגט (ויק"ר כ"א – ד) רבנן פתרין קרא בראש השנה ויום הכפורים "אוֹרִי" בר"ה "וְיִשְׁעִי" ביום הכפורים " בקרוב עלי מרעים" אלו שרי אומות העולם "לאכל את בשרי" לפי ששרי אומות העולם באין ומקטרגין על ישראל לפני הקדוש ברוך הוא ואומרים לפניו רבש"ע אלו עובדי ע"ז ואלו עובדי ע"ז אלו מגלי עריות ואלו מגלי עריות אלו שופכי דמים ואלו שופכי דמים מפני מה אלו יורדין לגיהנם ואלו אינן יורדין לגיהנם "צרי ואויבי לי" בימות החמה שס"ה יום, השטן גימטריא שס"ד שכל ימות השנה השטן מקטרג וביום הכפורים אינו מקטרג, אינעם הייליגן טאג איז די שטן נישט מקטרג, וועגן זאגט עס די זוה"ק נאר אויף ר"ה,

עס איז ידוע אז אין תורת הנגלה איז ר' שמעון מקיל, און אין תורת הנסתר איז ער מחמיר, קען זיין אז דאס דאס איז טאקע די סיבה, די זוה"ק האט ער געשריבן לחביריו בני דורו וואס איז זייער מדריגה האט מען געקענט מחמיר זיין, משא"כ תורת הנגלה איז געשריבן געווארן, פאר אנשים כערכינו, פאר כלל ישראל אפילו אין עקבתא דמשיחא, וועגן האט ער דוקא געשריבן דעם מאמר "צוחין ככלבין" אין זוה"ק צו ווייזן אז אפילו אין תורת הנסתר ווי ער איז מחמיר אז מ'דארף ראש השנה מתפלל זיין אויף רוחניות האלט ער אויך אז בעקבתא דמשיחא ווען סאיז "פני הדור כפני הכלב" און מ'איז צווחין ככלבין, אז מ'מעג און מ'דארף בעטן אויף גשמיות אויב בעט מען עס כדי צו קענען זיך האלטן בעבודת ה', און דאס איז אפי' אין תורת הנסתר על אחת כמה וכמה טובה כפולה ומכופלת וואס ר' שמעון אליין איז אין תורת הנגלה א מקיל, און מיר נעמען דאך אהן אז נגלה ונסתר הלכה כנגלה, אין תורת הנגלה ווערט נאר געברענגט אז ראש השנה משפט מען איף צרכי הגוף, און אז מ'דארף מתפלל זיין פאר גשמיות, עס ווערט נישט דערמאנט אין ש"ס אז ראש השנה איז א זמן צו מתפלל זיין פאר די שכינה, וועגן זענען אלע פיוטים און נוסחאות התפלה אין די ימים נוראים נתקן געווארן געווארן אויף גשמיות און צרכי הגוף,



דאס קען זיין פשט אין די גמרא אין מס' שבת (קל"ח:), ת"ר כשנכנסו רבותינו לכרם ביבנה, אמרו עתידה תורה שתשתכח מישראל, עס גייט קומען א דור עקבתא דמשיחא וואס עתידה תורה שתשתכח, שלא ימצא הלכה ברורה, מ'וועט ליידער נישט קענען מקיים זיין דעם זוהר הקדוש, צו מתפלל זיין אויפן שכינה, אידן וועלן ליידער האבן אזעלכע צרות אז עס וועט נישט מעגליך זיין צו טראכטן פון די שכינה, מ'וועט ליידער זיין פארנומען מיט די אייגענע צרות וואס דאס וועט נישט לאזן אנגיין מיט די עבודת ה' געהעריג, אויף דעם האט די הייליגע תנא "ר' שמעון בן יוחאי" געזאגט "ח"ו שתשתכח תורה מישראל" די תורת הנסתר איז נאר געגעבן געווארן פאר די בני עלי', בעיקבתא דמשיחא וועט מען נאר דארפן מקיים זיין די תורת הנגלה צו מתפלל זיין אויף צרכי הגוף צו קענען בלייבן א ערליכע איד בתוקף הגלות אין די שווערע נסיונות,

וא"ת די כלל איז דאך אז רוב מחלוקת אין ש"ס נעמען מיר נישט אהן ווי ר' שמעון, וי"ל דאס אלעס איז נאר געזאגט געווארן בימי הראשונים כמלאכים, אבער אויף היינטיגע צייטן בעיקבתא דמשיחא איז געזאגט געווארן די גמרא (ברכות ט. – שבת מ"ה.) "כדאי הוא ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק" און דאס איז כו"ע מודי אז אזא שעת הדחק ווי היינט בעיקבתא דמשיחא איז נאך קיינמאל נישט געווען, קען מען זיך אודאי פארלאזן אויף ר' שמעון בן יוחאי אז אפילו מיר זענען מתפלל פאר צרכי הגוף וויבאלד עס פעלט אויס פאר די נשמה, ווערן אונזערע תפילות אודאי נתקבל לרחמים ולרצון לפני אדון כל, להיות נכתב ונחתם בכתיבה וחתימה טובה בספר חיים טובים, בספרן של צדיקים גמורים, בבריות גופא ונהורא מעליא, בבני חיי ומזוני רויחי, וואס נאר דורך דעם קענען מיר זיך האלטן אין די נסיונות פון עיקבתא דמשיחא,
לפי זה קען מען פארשטיין די מנהג לבית "סיגעט סאטמאר" צו זאגן סליחות נאכן עלות השחר, אע"פ וואס פון שולחן איז משמע אז די עיקר אמירת הסליחות דארף זיין באשמורת הבוקר בעוד לילה בעת שרחמים גובר, און דעמאלט מעורר זיין די ברית כרותה לשלש עשרה מדות שאינן חוזרת ריקם,

וויבאלד די מקור פון די מאמר חז"ל "כדאי הוא לסמוך עליו בשעת הדחק" קומט פון א מימרא פון ר' שמעון בן יוחאי, אין מסכת ברכות דף ח' ע"ב דתניא ר' שמעון בן יוחי אומר משום ר' עקיבא פעמים שאדם קורא קרית שמע שתי פעמים ביום אחת קודם הנץ החמה ואחת לאחר הנץ החמה ויוצא בהן ידי חובתו אחת של יום ואחת של לילה וכו', זאגט דארט די גמרא ווייטער (ט.) אמר רבי אחא ברבי חנינא אמר רבי י-ה-ושע בן לוי הלכה כר"ש שאמר משום ר' עקיבא וכו', כי אתא רב יצחק בר יוסף אמר הא דרבי אחא ברבי חנינא אמר ריב"ל לאו בפירוש אתמר אלא מכללא אתמר דההוא זוגא דרבנן דאשתכור בהלולא דבריה דרבי י-ה-ושע בן לוי אתו לקמי-ה דריב"ל אמר "כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק"
זעה מיר פון דעם צוויי זאכן, איינס אז בשעת הדחק קען נאכן עלות השחר נאך אנגערופן ווערן לילה, צווייטענס אז די גאנצע כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק איז געזאגט געווארן אויף א זאך וואס ריב"ל האט נישט געזאגט בפירוש נאר מכללא, איז וועגן דעם זאגט מען סליחות נאכן עלות צו ווייזן די צוויי זאכן, איינס אז אפילו איז עס שוין נאכן עלות ווערט עס נאך אנגערופן נאכט לגבי סליחות, בעיקבתא דמשיחא ווייל כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק, און אז די ימי עיקבתא דמשיחא איז א אין לך שעת הדחק גדול מזה במילא קען מען זיך פארלאזן אויף ר' שמעון צו בעטן אויף צרכי הגוף וויבאלד דאס פעלט עס פאר רוחניות, צווייטנס צו ווייזן אז אפילו עס שטייט נישט בפירוש אין זוהר אז מ'קען בעטן אויף צרכי הגוף נאר מ'זעהט עס מכללא, עכ"ז ווערן די תפלות נתקבל ווען מ'מיינט רוחניות והא ראי' ווייל מיר זאגן דאך סליחות נאכן עלות, כאטשיג עס איז שוין טאג[ ווייל מכללא דריב"ל זעהן מיר אז כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק אז נאכן עלות הייסט נאך נאכט, א"כ הוא הדין דאס מיט דעם וואס מיר זעהן מכללא פונעם זוה"ק אז מ'קען בעטן אויף צרכי הגוף, און אויב מיינט מען רוחניות ווערן די תפלות נתקבל לרחמים ולרצון,

עד הוא הוא בכלליות, ומכאן ואילך נדבר בפרטיות למצבי האפילה,

לעניני, אין מיין מצב, ווי כ'האב שוין אראפ געברענגט אין מיין ארטיקל מיטן נאמען "אם תמצאו את דודי מה תגידו לו" אז מיר זענען אין א מצב, וואס מיר פיהלן די אלע מאמרי חז"ל:
"השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה",
"בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה",
"כל אדם שאין לו אשה אינו אדם",
"טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו זה עול אשה"
"ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה"




ליידער אויף די אייגענע הויט, און איך קען ליידער מעיד זיין אז חכמינו ז"ל האבן גארנישט מגזם געווען, נאר פונקט פארקערט, אויב דאס איז שוין געזאגט געווארן בימי חז"ל, איז דאך על אחת כמה וכמה בימינו אלה בעיקבתא דמשיחא סאך שטערקער, ווי מיר אליינס זענען ליידער איבערצייגט,

אין אזא ביטערע מצב פון "גם כי תרבו תפלה איננו שומע" און אפילו חודש אלול איז שוין אויך כמעט דורך, מיר גייען שוין צום חודש תשרי, מיר גייען אריין אין די עשרת ימי תשובה, אין א זמן אויף וואס די גמרא זאגט דרשו ה' בהמצאו קראהו בהיותו קרוב, אימתי זו עשרה ימים שבין ר"ה ליו"כ, וואס דעמאלטס איז מסוגל תשובה טוהן אויף די חטאים, מ'גייט אריין אינעם טאג וואס ספרי חיים וספרי מתים פתוחין לפניו, מ'וויל זיין נכתב ונחתם בספרן של חיים בספרן של צדיקים גמורים, פארדעם איז די זמן מסוגל תשובה צו טוהן, אבער יום כיפור איז דאך נאר מכפר לשבים, אין רמב"ם הלכות תשובה ווערט גע'פסק'נט אז עס דארף זיין "יעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לכסלה עוד", (עיין בארטיקל שלי "מה תגידו לו שחולת אהבה אני") און אזא מצב זענעןדאך די אלע אויבערדערמאנטע מאמרי חז"ל מעיד ווי מיר האבן שוין געשריבן (שם) אז עס איז כמעט נישט מעגליך זיך מקבל זיין אויף אזא וועג אז עס זאל זיין יעיד עליו יודע תעלומות, אין אזא זמן בעט מיר הייליגע באשעפער קוק אריין במצפוני לבי, דו ווייסט אז אין מיין מצב איז עס נישט מעגליך, ווען איך בעט דיר יעצט אויף מיינע צרכי הגוף, ווער נאך ווי דער "יוצר כל יצורים" ווייסט אזוי גוט, "לפניך נגלו כל תעלומות והמון נסתרות ש'מבראשית" "עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה, דו האלליין האסט באשאפן דעם מענטש "עפר מן האדמה" ווי מ'זאג מיר ר"ה ביים דאווענען "אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בשעת בריאת האדם האסטו אריין געלייגט אינעם מענטש א טבע פון "אהבה" און א טבע פון "תאוה", און אלע אנדערע מענטשליכע געברויכן, אויף אזוי ווייט אז די רמב"ם שרייבט אז עס איז איינע פון די צרכי הגוף, אפילו מער ווי עסן און טרינקען און שלאפן, דו אליינס האסט געשריבן אין דיין תורה "כי יצר לב האדם רע מנעוריו" אויף אזא ווייט אז לכבוד דעם האסטו באפוילן "לא טוב היות אדם לבדו" און אפילו עס איז "בראתי יצר הרע בראתי תורה תבלין" איז דאס נישט גענוג, נאר האסט באפוילן "אסור לאדם לשרות בלא אשה" ווי די אלע מאמרי חז"ל ווי אויבן דערמאנט, זאגן פונקטליך וואס די פראבלעמען זענען, ווי אויך שטייט אין משנה מס' אבות "טוב תורה עם דרך ארץ (עי' בארטיקל שלי "מיין הכנה צו שבת דרך ארץ) שיגיעת שניהם משכחת עון" אז תורה אליינס איז נישט גענוג, עס דארף זיין קודם "ישא אשה" ואח"כ ילמוד תורה בטהרה,
אין אזא מצב ווען איך שטעל מיר אראפ אין די ימים נוראים אין בית מדרש, מתפלל זיין, אין הכי נמי איך בעט פאר מיינע צרכי הגוף, בני, חיי ומזוני רויחי, אנגעשריבן צו ווערן בשפרן של חיים בספרן של צדיקים גמורים, אין הכי נמי דאס זענען צרכי גשמיות, אבער ווער נאך ווי דו אזוי גוט ווייסט, אז דאס פעלט זייער שטארק אויס פאר רוחניות, פאר עבודת השם, ווי די אלע מאמרי חז"ל אהן דעם קען מען קיין איד נישט זיין, אהן דעם איז נישט דא קיין תורה בטהרה, כל ימיו בהרהור עבירה, די אידישקייט שטייט יעדע מינוט אין א סכנה,
ווער נאך ווי דו אזוי ווייסט אז דאס וואס אין די גאנצע 6 יאר האב איך ב"ה נאך נישט פארפאססט קיין איין תפילין לייגן, איז א שטארקע נס, נאר דו באשעפער וואס ווייסט מצפוני לבי, וווייסט ווי שווער יעדע ריר אין אידישקייט קומט אהן אין אזא מצב,
במילא ווען מיר קומען אין אזא צייט בעטן, איז דאך עס לויטער פארן שכינה הקדוש, אין בן דוד בא עד שיכלו נשמות שבגוף, ווי לאנג עס איז נישט דא קיין "איש ואשה שזכו" איז ליידער נישט דא קיין ,שכינה שרוי' ביניהם", אין זכות פון הייליגן תנא ר' שמעון וואס זאגט, אז אפילו ווען מ'בעט אויף גשמיות, אויב מיינט מען די שכינה הקדושה ווערן די תפלות נתקבל,

הייליגע באשעפער דו האסט מיר אויסגעוועלט צו זיין פון די צו דורך גיין דעם מצב אינעם לעצטן פערטל פון "אלף השישי" בעת תגבורת המים, ווי די סאטמארע רבי ז"ל האט אמאל געזאגט הושענה רבה פרייטאג נאכמיטאג, אז אלף השישי איז מער מסוגל צו מתקן זיין די זעקקסטע מדה, מדת היסוד, וווועגן דעם פארלייגט זיך די שטן אזוי שטארק, און מיט דעם געטייטש "הושע נא מכון לשבתיך" אז מיר האלט יעצט סוף אלף השישי וואס איז אין א בחינה פון "ערב שבת לעת ערב", און מיר גרייטן זיך "ליום שכולו שבת",
נסתרים דרכי ה', מ'קען נישט וויסן פארוואס דער אייבערשטער האט פונקט מיר אויסגעוועלט, און איך פרעג נישט קיין קשיות, אבער הייליגע באשעפער מיט איין וועג קענסטו מיר יא פארענטפערן די קשיא, נעם מיר ארויס פון די ביטערן מצב, וועט אוטאמיש נישט זסזיין קיין קשיא, עס וועט אי"ה זיין "קושיא מעיקרא ליתא, עשה למענך אם לא למענינו, טוה עס פארן כבוד פון די שכינה הקדושה, איך וויל נישט זיין פון די נשמות וואס ווערן ליידער היינט פארפאלן און וועלן ליידער פארפאלן ווערן לעתיד לבא,

איך וויל האבן א חלק אין דעם "איש ואשה שזכו שכינה שרוי' ביניהם"
איך וויל האבן א חלק אין דעם "אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף" און אראפברענגען ערליכע געזונטע דורות,
איך וויל זוכה זעהן צו דערלעבן דעם "יום שכולו שבת"
איך וויל זוכה זיין צו מיטהאלטן די "ישועת ישראל ושמחתן"

הייליגע באשעפער, מ''האלט מיר שוין לאנג נאך דעם "ולא יכלו להתמהמה" איך פיל אז אויב איך וועל ליידער אביסל מער זיין אין דעם מצב, וועל איך צו דעם ליידער נישט קען זוכה זיין, איך וויל נישט דארפן צוקומען צו דעם ל"ע, און דו אליין ווייסט עס אסאך בעסער פון מיר, העלפ אז עס זאל שוין זיין "יתגדל ויתקדש שמיה רבה" מיט דעם וואס דו וועסט מיר פארשרייבן בכתיבה וחתימה טובה, בבני ברוכי, חיי אריכי, ומזוני רויחי, בבריות גופא ונהורא מעליא, און כ'וועל אי"ה זוכה זיין צו דעם "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" און אויפבויען א שיינע אידישע שטוב, און אראפברענגען דורות, און מקרב זיין די גאולה, ביז מ'וועלמיר אלע זוכה זיין לראות בישועת ישראל ושמחתן בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער הארציג.
האפענטליך וועט טאקע תשע"ד קימען די ישועה , און די וועסט אויפגעראכטען ווערן און זוכה זיין צו זעהן ווי אלעס איז געוועהן לטובה.
א כתיבה וחתימה טובה!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אמן ואמן. גוטע בשורות בקרוב אי״ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

WOW

עכט פון הארץ, פיין געזאגט
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישמעאל הכהן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

עיני עיני ירדה מים. גרוש, ס'הארץ צוגייט. איך קען דיר זאגן כ'בין ליידער אויך אדורך אזאנע שווערקייטן, ענד איי פיל יור פעין. הגם אסאך א קורצערע תקופה ווי 6 יאר, און ס'איז מיר שווער אפילו צו טראכטן וויאזוי כ'וואלט אויסגעקוקט אין דיין מצב. ס'איז אוממעגליך צו לעזן דיין ארטיקל, און נישט אויסקלארן אינמיטן די זאלץ באגאסענע אויגן. השי"ת זאל שוין צו הערן דיין געבעט, און זאל דיר אויפרעכטן שנעל און גיכען.
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

מיר האלטן שוין ביי חנוכה,
ר' דוד'ל דינובער זאגט נאך בשם זיין טאטן די "בני יששכר, אז:
עד זאת חנוכה איז יד פשוטה אפילו לאותן הנדחים בימי הרחמים והרצון קענען נאך תשובה טוהן ביז זאת חנוכה

און עס ווערט נאר ערגער, ועדיין לא נושעתי
עס איז זיכער נישט "יעיד עליו יודע תעלומות" ליידער
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

גרוש האט געשריבן:מיר האלטן שוין ביי חנוכה,
ר' דוד'ל דינובער זאגט נאך בשם זיין טאטן די "בני יששכר, אז:
עד זאת חנוכה איז יד פשוטה אפילו לאותן הנדחים בימי הרחמים והרצון קענען נאך תשובה טוהן ביז זאת חנוכה

און עס ווערט נאר ערגער, ועדיין לא נושעתי
עס איז זיכער נישט "יעיד עליו יודע תעלומות" ליידער

חנוכה איז נאכנישט אוועער, געב עס נאך אפאר טעג להיושע...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ראשעקאל האט געשריבן:זייער הארציג.
האפענטליך וועט טאקע תשע"ד קימען די ישועה , און די וועסט אויפגעראכטען ווערן און זוכה זיין צו זעהן ווי אלעס איז געוועהן לטובה.
א כתיבה וחתימה טובה!!



ראשעקאל,
אי' ציפייתך, עס איז שוין אריבער,
תשעד, תשעה, תשעו, כמעט גאנץ תשעז

און ליידער,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

ב"ה,

דעם יום כיפור גייט אי"ה זיין יעיד עליו יודע תעלומות,


לקץ עשר שנים נושעתי ב"ה,

זאל דער אייבערשטער העלפן אלע אידן וואס מאכן ליידער מיט די מצב אדער סיי וועלכע אנדערע שווערע מצבים, עס זאל קומען צו א ענדע נאך בעפאר יום כיפורים


______________________________________


די ניק איז פארמאכט ב"ה,
פארשפארט