הודיעני נא את דרכיך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודיעני נא את דרכיך

שליחה דורך גרוש »

בס"ד
אור ליום ב' לסדר "הודיעני נא את דרכיך" י' לחודש אדר ראשון תשע"ד לפ"ק
די גמרא זאגט (ברכות ז.) אויף דעם פסוק
אמר לפניו רבש"ע מפני מה יש צדיק וטוב לו צדיק ורע לו רשע וטוב לו רשע ורע לו,
אין די מסקנא קומט די גמרא צו צדיק וטוב לו צדיק גמור, צדיק ורע לו צדיק שאינו גמור, רשע וטוב לו רשע גמור, רשע ורע לו רשע שאינו גמור,
זאגט די מהרש"א אויפן פלאץ, צדיק שאינו גמור גייט נישט גוט אויף די וועלט אפצוקומען זיינע עבירות דא, כדי לזכותו בעוה"ב, רשע שאינו גמור איז פארקערט אויף די וועלט גייט אים גוט צו באקומען זיין שכר אויף זיינע מצוות, כדי ער זאל באקומען די עונשים אויף יענע וועלט מלא סאתה,

ווי באקאנט די אלע גמרות:
צדיקים תחלתן יסורין וסופן שלוה, רשעים תחלתן שלוה וסופן יסורין, ועוד, און ווי עס איז ידוע פאר יעדן יודע ספר, אז ווער עס האט די זכי' קומט אפ אויף די וועלט, און ווער ליידער נישט דארף אפקומען אויף יענע וועלט, און די עכטע רשעים אזא שטייגער ווי מוסרים ומלשינים און מחריבי עולם האבן ליידער נישט די זכי' אפצוקומען אויף די וועלט דארפן זיי אפקומען אויף יענע וועלט,
משה רבינו ווען ער האט געפרעגט די קשיא, האט ער ח"ו נישט געהאט קיין קשיות אויף די הנהגה, נאר ער האט עס געפרעגט כדי אז דער אייבערשטער זאל אים ענטפערן און עס זאל ארויסקומען א לימוד לדורות עולם ווען אימער עס זאל ח"ו זיין צרות אז אידן זאל קענען זיך דערהאלטן ביי די אמונה,
אזוי איבערטראכטענדיג די גמרא עלה ברעיוני, מיר האלטן היינט אינעם דור פון עיקבתא דמשיחא, וואס די תנאים האבן שוין געזאגט דערויף, ייתי ולא אחמיני', מיום שחרב ביהמ"ק אין לך יום שאין קללתו מרובה, אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים, און כמה מאמרי חז"ל האבן שוין פאראויס געזאגט אויף די צרות פון דעם דור,
עכ"ז איז די הבטחה פון ר' שמעון בן יוחאי קאי וקיים, וואס ער האט געזאגט ח"ו שתשתכח תורה מישראל שנאמר "כי לא תשכח מפי זרעו", אידן זענען בני מאמינים, מ'פרעגט נישט קיין קשיות, מיר זענען מאמין באמונה שלימה, אז "נסתרים דרכי ה' ", מיר זעהן ליידער ווי אידן מאכן ליידער מיט צרות יגון ואנחה, איינער דעם פעקל, איינער דעם פעקל, צד השוה שבהן, אין לך בית אשר אין שם צרה או יותר,
מ'גלייבט אז אלעס האט א פונקטליכע חשבון, מיט יעדע קליינע עגמת נפש, קומט מען אפ עבירות, עס איז דא אידן וואס האבן די זכי' אפצוקומען אויף די וועלט, עס איז דא אידן וואס בעטן אז זיי זאלן אפקומען מיט קלענערע עגמ"נ און זייערע תפלות ווערן נתקבל, עס איז דא אזעלכע וואס גייט גוט אויף די וועלט, און מ'גלייבט אז ער האט נישט וואס אפצוקומען, און די ביסל וואס יא, קומט ער אפ מיט קלענערע זאכן וואס אנדערע ווייסן נישט, און עס איז דא וואס מיר האלטן אז ער איז פון די וואס האבן ליידער נישט די זכי' אפצומען אויף די וועלט,
צד השוה, מיר אלע גלייבן אז יעדע איד מיט זיינע דורכגענג לטוב ולרע, האט א פונקטליכע חשבון, יש מנהיג לביר, מיר זענען מאמין באמונה שלימה אין דעם מאמר חז"ל, אין אדם נוקף באצבעו מלמטה אא"כ מכריזין עליו מלמעלה,
אבער וואס עס איז מיר יא שווער אינעם "הודיעני נא את דרכיך"
אידן אין אלע דורות האבן געוויסט, אז די פתח צו פארמיידן אלע צרות איז תפלה, און אפילו ווען מ'איז ליידער אין אזא מצב ווען עס איז "ננעלו שערי תפלה" איז אבער דא א הבטחה "שערי דמעות לא ננעלו", די גמרא זאגט "למה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים" ווי מיר זעהן פון דא אז אסאך ברענגט די באשעפער א צרה אויף א מענטש ווייל ער דארף זיינע תפלות, ווי די סאטמאר רבי זי"ע (דברי יואל) האט אמאל געזאגט הושענה רבה, פםארוואס זענען די אמהות פונקט געווען עקרות פארוואס נישט אנדערע צרות, ווייל צדיקים זענען שטארקע מאמינים, ווען זיי האבן ווען אנדערע צרות, וואלטן זיי עס אנגענומען באהבה, און געגלייבט אז נסתרים דרכי ה', און וואלטן נישט מתפלל געווען, וויסענדיג אז די באשעפער וויל אזוי, דארף אזוי זיין, נאר די איינע צרה איז וואס צדיקים זענען נישט מקבל באהבה, איז דאס נישט האבן קינדער, און אויף דעם איז קיינער נישט מוותר, און אויף דעם רייסן אפילו צדיקים איין בדמעות שליש,
מיר זעהן היינט אידן, וואס האבן אין די בחורישע יארן קיינמאל נישט נישט מתפלל געווען, חתונה געהאט ביי די 18-19, נאך פאר ער ווייסט ווי ער שטייט האט ער שוין עטליכע קינדער, און הייבט זיך אהן אפצורעדן, ס'איז שווער, די בעבי וויינט מיר ביינאכט אין קאפ, "האשה אשר נתת עמדי" די עול אשה איז שווער, ווי רש"י זאגט אויף דעם פסוק כאן כפר בטובה, עס איז דא אסאך אידן, וואס טוען פעולות נישט צו האבן קיין קינדער ווייל עס איז זיי לעול ולמשא, רעדן זיך אפ אז די עול אשה ובנים איז שווער, אבער דער אייבערשטער וויל אנדערש ער גיט זיי א קינד יעדעס יאר, עס איז דא וואס טוהן כל טצדקי שבעולם צו האבן ווייניג קינדער, אבער די באשעפער וויל אנדערש, עס איז דא וואס האבן פיינע ווייבער און ווייסן נישט וויזוי עס צו עפרישיעיטן, עס דא וואס ווארפן עס אוועק בידים ארבעטן נישט פאר זייער שלו' בית,
פון די אנדערע שטייעהן אידן, וואס אלע זייערע בחורישע יארן האבן מתפלל געווען אויף א גוט לעבן, שלו' בית, גוטע קינדער, געזונטע קינדער, הצלחה, פרנסה, עשירות, ועוד, און זיי האבן חתונה הייבט זיך אהן פראבלעמען, איינער האט נישט קיין שלו' בית ליידער, איינער איז סתם אזוי אריין געפאלן באשה רעה, איינער גט זיך ליידער, איינער האט נישט קיין קינדער יארן לאנג, ס'דא וואס וויינען יעדן טאג ביי שמונה עשרה בדמעות שליש, ס'דא וואס זענען מתפלל אין יעדע עת רצון בדמעות, זאגן די יום תהלים יעדן טאג, זאגן אויס תהלים אין יעדע עת מצוא, פארגיסן טרערן ביים דאווענען, וויינען זיך אויס אין די ימים נוראים בימי הרחמים והרצון, און ואין עונה, עס קוקט זיי אויס ווי זייערע תפלות גייט לריק,
מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז קיין איין טרער גייט נישט לאיבוד ח"ו, אבער וואס מיר דרוקט נאך אלץ איז פארוואס איז דא אידן וואס די גאנצע זאך פון א ווייב און קינדער איז זיי לעול ולמשא, און זיי האבן א געשמאקע ווייב און פיינע קינדער, עס איז דא ליידער אסאך אינגעלייט וואס רעדן זיך אפ אז די ווייב בעט צופיל עטענשאן, די קינדער לאזן נישט מנוחה אינדערהיים וכולהו וכולהו זיי ווייסן נישט צו פרישיעטן און דאנקן די באשעפער על רוב הטובה, זיי טראכטן צו זאך הלואי וואלט איך געווען גרוש אן א דאגות אדער הלואי וואלט איך נישט געהאט אזוי סאך קינדער, זיי האבן און זיי ווארפן עס אוועק בידים, אבער די באשעפער ווייסט די אמת אז ווען עס געוואלט געווען פארקערט וואלטן זיי געזעהן די ביטערקייט דערפון, במילט גיט ער זיי,
פון די אנדערע זייט איז דא אידן, וואס זיי וואלטן אזוי שטארק גע'ארבעט אויף זייער שלו' בית ווען זיי קענען ווען, זיי וואלט אזוי געפרישיעיט, צו האבן א פיינע געשמאקע ווייב, אזוי שטארק געוואלט הערן פון זייער ווייב, איך דארף דיך האבן, ווען קומסטו שוין אהיים? אזוי שטארק געוואלט האבן א ווייב וואס זאל זיך פאר זיי אויסרעדן אירע בויך קוועטשענישן אירע פילינגס, זיי וואלטן אזוי שטארק געוואלט האבן קינדער פאר וועם צו געבן די עטענשאן, זיי וואלטן אזוי שטארק זיך געוואלט אויפוועקן ביינאכט מיטן קול "והנה הנער בוכה", זיי וואלטן אזוי שטארק געוואלט אז ביינאכט ווען זיי קומען אהיים, זייערע קינדער זאלן אויפטאנצן מיט א שמחה "טאטי איז שוין דא" און קעגן לויפן, אבער עס איז ליידער נישט דא, אידן בעטן און בעטן, פארגיסן טרערן יארן לאנג, ווייסן וויזוי צו דאנקן דעם באשעפער אויף יעדן קלייניקייט און לעבן, אבער באקומען דאס נישט,
הייליגע באשעפער "הודיעני נא את דרכיך", איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן פארוואס מענטשן וואס בעטן און וויינען העלפסטו נישט און אידן וואס בעטן נישט און זיי האבן, ווייל נסתרים דרכי ה', עס איז נישט מעגליך צו וויסן, וואס איך בעהט יא אויס, זיי מקיים דיין הבטחה, "אע"פ ששערי תפלה ננעלו שערי דמעתי לא ננעלו" "אל דמעתי אל תחרש", דו ווייסט וואס עס פעלט מיר, דו ווייסט וויפיל איך גיי דיר דאנקן אויף יעדע קלייניקייט, ביטע נעם אהן מיינע תפלות, לאז מיר נישט ווארטן, ביטע מאך אז די קשיא זאל מיר שוין נישט שווער זיין,
עס איז געווען א מעשה ביים דברי חיים, אז א פרוי איז געקומען פרעגן א שאלה צו מ'קען יוצא זיין ד' כוסות מיט מילך ווייל זי האט נישט קיין געלט פאר וויין, די דברי חיים אנשטאט איר צו ענטפערן די שאלה האט ער זיכער געמאכט זי זאל האבן מיט וואס פסח צו מאכן, און מיט דעם געמאכט אז זי זאל די שאלה מער נישט האבן
בעט איך הייליגע באשעפער דארםפססט מיר די קשיא נישט פארענטפערן און מ'קען אויף די וועלט עס נישט פארשטיין, מאך נאר זיכער אז איך זאל געהאלפן ווערן און מער נישט דרוקן אזוי די קשיא
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

די מעשה איז מיטן בית הלוי.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

טייערער גרוש'ל,
איך ווייס נישט ווער דו ביסט. איך בין מסתם יונגער פון אייך.
איך האב מסתם ווייניגער מיטמאכעניש ווי אייך גהאט.
איך בין אינגאצן נישט קיין מאן דאמר אריינצורעדן אין דיינע ווייטאגליכע ענינים.
איין זאך וואס איז זע קלאר איז אז דו ביסט שטארק אריינגזעצט אין דיינע ווייטאגן. און דו שרייסט אויס "איך בין אין צער" כסדר.
הלואי ווען איך קען דיר העלפן. און אז דו ווילסט וועל איך דיר אינזין האבן בשעת'ן לערנן און דאוונען.
איך קען דיר אויך קיין עצה נישט גיבן.
איין זאך יא.
האסטו איין מענטש וואס פון אים ביסטו מקבל וואס ער זאגט דיר אפילו ווען עס איז כנגד דיין מיינונג? דער מאן מוז נישט זיין א ת"ח אדער רב או אדמו"ר, גענוג א חבר אדער באקאנטער.
איך וועל מסביר זיין פ"וו איך פרעג דאס.
ווי עס זעט אויס ביסטוגנוג א גרויסער בעל כשרון. און דו האסט דאך אויך חתונה גהאט דאס ערשטע מאל. סו, וואס איז דער מונע איצט?
טיילמאל איז א מענטש נישט קלאר און פוקוסד אויף די ריכטיגע זאכן. ער איז נישט אויפריכטיג מיט זיך אליינס.
ווען אנדרע פרובירן אים זאגן עפעס, וועט ער האלטן אדער אז זיי באליידיגן אים, אדער אז זיי זענן טועה.
און איך ווייס ערשטהאנטיג פון כמה ג'גט'ע אין מיין משפחה און בקאנטע וואס דאס איז דער עיקר גורם פ"וו זיי קענן נישט קיין שידוך טוהן צום צווייטן מאל.
אם לעצתי תשמע, לייג איצט דעם הודיעני את דרכיך אויף דער זייט. און הייבט אן זיך מודיע צו זיין דיינע אייגנע דרכים.
נעם דיר איינער וואס וועט דיר גיבן קונסטרוקטיוו קריטיסיזם.
הדרכות וועלכע וועלן לאו דווקא דיר גפעלן.
אבער עז לונג אז ער מיינט דיין טובה, און יענער איז א פראקטישער מענטש, איז צום האפן אז ער וועט דיר ארויפפירן אויף דעם וועג וועלכע פירט צו טרעפן זיווג שני לפי מעשיך הנאים והטובים.
ויהי רצון שתמצא את בת זוגך בקרוב ממש.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

היימישער.. דברים של טעם!
הרב גרוש מיר ווינטשן אייך אלע מעומק לבנו א ישועה בקרוב, ימלא ה' משאלות לבך לטובה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

גרוש טייערער. קיין סאך קען איך דיר נישט העלפן כאטש איך וואלט זייער געוואלט, אבער א לייק קען איך דיר זיכער געבן.
מיר ווארטן אויף איבערעס יאר ווען די וועסט אי"ה עפענען אן אשכול "וואס טוט מען ווען די בעבי לאזט נישט שלאפן ביינאכט"
פארדריי די דיר דיין קאפ
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

א גרויסן ישר כח,
איך לעכץ אויפן זמן פון "והנה הנער בוכה"
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך גרוש »

גרוש האט געשריבן:א גרויסן ישר כח,
איך לעכץ אויפן זמן פון "והנה הנער בוכה"



איך לעכץ נאך אלץ ליידער
פארשפארט