קריך ארויף אויפ'ן בארג
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
קריך ארויף אויפ'ן בארג
קריך ארויף אויפ'ן בארג
און בעט די לופט,
"ווייז מיר דיינע אותיות".
וועט זי לאכן.
וועלן די טראפנס רעגן
אויסצייכענען דיין נייעם נאמען
אויפ'ן ברוק
און שנעל נעלם ווערן
איידער דו ליינסט איבער.
און בעט די לופט,
"ווייז מיר דיינע אותיות".
וועט זי לאכן.
וועלן די טראפנס רעגן
אויסצייכענען דיין נייעם נאמען
אויפ'ן ברוק
און שנעל נעלם ווערן
איידער דו ליינסט איבער.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ער האט א מאדנע השגה אין פאעזיע, ווען מען קריטיקירט אים אז זיינע שורות האבען נישט קיין פשט, אפשר קען מען עס מסביר זיין עפ"י קבלה, טענה'ט ער אז חסידים פארשטייען נישט קיין פאעזיע בכלל, און דערפאר ווערט ער קריטיקירט, דאס אלעס האט ער געשריבן אין זיין פארווערטס פאריאר צו פאר צוויי יאר.
מיר ווינדערט באמת צו די אלע וואס שאקלען דארט צו מיט די פענימער צו זיין "טאלאנט" צו זיי טוהן עס מחמת פחד פין מגלה זיין אז דער קעניג איז נאקעט, כלומר, אז זיי אליין זענען נאקעט.
יעדער וואס האט נאר א מוח בקדקדו פארשטייט אז די שורות וואס ער האט געשריבן, לא מבעיה אז זיי האבען נישט קיין שום קשר און קיין שום פשט, קען מען עס אפילו נישט קריטיקירן, עס איז לכאורה פין א קאמפיוטער פראגראם וואס האט אסאך אידישע ווערטער און געהייסן דער קאמפיוטער ארויס שפייען אפאר ווערטער ויצא העגל הזה, און דערנאך ווארט ער מיט א שמייכעל צו זעהן ווער וועט האבען דער גאטס צו זאגען אז די שורות זענען סתם געהאקט.
בין איך דער נחשון דא, איך קען מעיד זיין אז אין די שורות ליגען נישט קיין שום קונץ, קיין שום פאעטרי, קיין שום כוונה עפ"י פרד"ס, נישט קיין שום רמז אויף דער גאולה, אדער אויף לעתיד לבא, נישט מער ווי אפאר ווערטער ארויס געקלאפט פין א קיבארד פין א לאנגווייליגקייט.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
בין איך טאקע דער צוריקגעבליבענער וואס פארשטייט נישט, אדער ס׳איז דא נאך איינער?
איך שטיי און גלאץ אויף די ווערטער ואין פותר. דאס דארף צו זיין פאזיע אדער עפעס א נייעס איבער סקאראמוטשי?
אין מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי א ניגון פון מיילך קאהן, קיין איין ווארט האט נישט מיט די צווייטע. אדרבה ווער ס׳פארשטייט פשט זאל אריינקומען מיט א ביאור
[tag]שלום בערגער[/tag] [tag]מפוזרי[/tag] [tag]בת קול[/tag]

- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: קריך ארויף אויפ'ן בארג
איך וואלט דיר געשריבן א לאנגער הסבר, אבער עס ווערט נעלם נאך איידער איך עספיע צו שרייבן.
אבער וואַי באַדער? קריך זשע אליין ארויף דער בארג, טאמער וועסטו הערן דעם לופט'ס געלעכטער, וועט די אותיות שוין נישט אויספעלן.

דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: קריך ארויף אויפ'ן בארג
שלום בערגער האט געשריבן:קריך ארויף אויפ'ן בארג
און בעט די לופט,
"ווייז מיר דיינע אותיות".
וועט זי לאכן.
וועלן די טראפנס רעגן
אויסצייכענען דיין נייעם נאמען
אויפ'ן ברוק
און שנעל נעלם ווערן
איידער דו ליינסט איבער.
איך וועל שרייבן לויט ווי איך האב פארשטאנען פשט, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
קריך ארויף דעם בארג - מיינט מען ארויפגיין צו די הרי קעטסקיללס אויף צו טרעפן שמחה.
בעט די לופט "ווייז מיר דיינע אותיות", כלומר מען זאגט פארן שיינעם וועטער, לאמיר זעהן די שמחה וואס דו קענסט אונז צושטעלן. דאן וועט די שיינע וועטער לאכן ווארום די שמחה איז גארניט אפהענגיק אין איר.
וועלן די טראפנס רעגן אויסצייכענען דיין נייעם נאמען, פירוש, נאכדעם וואס דער מענטש וועט קומען צום הכרה אז די שמחה איז תלוי בלויז אין אים זעלבסט, וועט אפילו דער שלעכטער וועטער נישט האבן קיין השפעה אויף זיין שמחה. און דאס וועט טאקע באשטעטיגן אז ער האט א נייעם נאמען דהיינו אז ער האט זיך געלערנט צו זיין בשמחה בכל מצב שיהיה. און דאס איז טאקע אויפן בריק - א בחינה פון בתוך הים ביבשה, ווייל דער בריק סימבאלאזירט אז מען קען זעהן שיינקייט ביי די טיפע וואסערן אויך.
און שנעל נעלם ווערן איידער די ליינסט איבער, דהיינו אז מען לערנט זיך אויס צו זיין בשמחה אפילו אין די שווערערע מצבים וועט עס שנעל אריבערגיין נאך פאר מען האט אפילו צייט צו איבערקלערן וואס דא איז פארגעקומען.
והוא רחום יכפר עון וגו'
- שלום בערגער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
- געפינט זיך: באַלטימאָר
- האט שוין געלייקט: 132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
- קאנטאקט:
פאעטרי און פשט
ערשטנס א דאנק פאר די אלע רעאגירונגען. אבי מע לייענט.
והשנית, איך קען זיך נישט צוריקהאלטן. אזוי ווי איינער האט דערמאנט יענעם אויסטויש מיט א פאר יאר צוריק, האב איך דווקא נישט געזאגט אז חסידים קענען נישט פארשטיין קיין פאעזיע (!). לא היה ולא נברא ולא שבתי על קברו. געזאגט האב איך אז חסידים האבן אן אנדער צוגאנג צו פאעטרי.
והא-ראיה. די דערווארטונג אז אין א ליד מוז שטעקן אויבן-אויף עפעס א קלארער פשט.
מע קען זאגן אז די פאעזיע (פאעטרי) איז דאס, וואס געפינט זיך מחוץ פשט. אויף יענער זייט פשט.
לאמיר אייך געבן א משל. אז מע לייענט ש מעשה פון ר' נחמן מוז מען לכתחילה דערגיין ווער ס'איז די בת-מלכה? חלילה. מע קען לייענען און האנה האבן פון די מעשיות אן און פאר זיך, *צוליב* רמז.
מיין צוגאנג - דיכטונג איז כולו רמזים. פול מיט אנצוהערענישן.
פשט איז בעסייד דע פוינט.

- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שלום בערגער האט געשריבן:
לאמיר אייך געבן א משל. אז מע לייענט ש מעשה פון ר' נחמן מוז מען לכתחילה דערגיין ווער ס'איז די בת-מלכה? חלילה. מע קען לייענען און האנה האבן פון די מעשיות אן און פאר זיך, *צוליב* רמז.
.
די דיבורי רבי נחמן איז כולו קודש, און זיינע דיבורים איז קשור צו די פשט דערינען
ד"ר בערגער'ס ווערטער זענען פשוט אין ענגלישע טוויט'ס Climb the mountain,
ask the air
Show me your alphabet.
It'll laugh
The raindrops
trace your new name
on the street
vanishing
before you read
עס אנטהאלט בכלל נישט וואס די הייליגע רייד פון רבי נחמן ענטהאלטן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
- האט שוין געלייקט: 1566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל
Re: קריך ארויף אויפ'ן בארג
מה שנראה לי (אחד מכמה דרכים) בביאור הדברים:
דער פאעט באשרייבט דעם fleeting moment פון אינספיראציע, ער וויל עס אויפכאפן און אפהיטן אין אותיות, אבער ס'געלונגט נישט.
דער נייער נאמען - דער רגע פון התחדשות - פארשוואונדט איידער מ'קען עס פאראייביגן, און מ'בלייבט - קוים/בלויז - מיטן רושם.
דער פאעט באשרייבט דעם fleeting moment פון אינספיראציע, ער וויל עס אויפכאפן און אפהיטן אין אותיות, אבער ס'געלונגט נישט.
דער נייער נאמען - דער רגע פון התחדשות - פארשוואונדט איידער מ'קען עס פאראייביגן, און מ'בלייבט - קוים/בלויז - מיטן רושם.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
און אין מיין פאזיע ווייזט עסקים אויף צומישעניש, אז מען קען עס נישט אויפשרייבן, ווייל א צומישטע זאך קען מען נישט שרייבען, ווייל אויב עס איז געשריבן איז עס מער נישט צומישט, אבער די אייז קען געבען סימנים פין צומישעניש אבער נאר אויף צייטווייליג, ווייל סוף כל סוף ווערט די צומישעניש אויסגעקלארט.
שטותים מיט לאקשען, כאילו א פיוט כולו רמז איז א אפציע.
די מעשיות פין ר' נחמן זענען שיינע מעשיות אפילו אהן דער נמשל, אבער א פיוט שכולו נמשל וואס ענטהאלט נישא קיין משל איז נישט קיין פיוט.
די לשון קודש פיוטים וואס דער שיינקייט איז אז מען דרייט ווערטער, איז א פאעטישע ווערק פאר זיך, ווייל די קונץ איז אויסצורעכענען די טייטש, אבער ווען די רמז איז אויף מושגים, קען מען שרייבען וואס מען וויל און טענה'ן אז עס איז פאעיטיע.
שטותים מיט לאקשען, כאילו א פיוט כולו רמז איז א אפציע.
די מעשיות פין ר' נחמן זענען שיינע מעשיות אפילו אהן דער נמשל, אבער א פיוט שכולו נמשל וואס ענטהאלט נישא קיין משל איז נישט קיין פיוט.
די לשון קודש פיוטים וואס דער שיינקייט איז אז מען דרייט ווערטער, איז א פאעטישע ווערק פאר זיך, ווייל די קונץ איז אויסצורעכענען די טייטש, אבער ווען די רמז איז אויף מושגים, קען מען שרייבען וואס מען וויל און טענה'ן אז עס איז פאעיטיע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: קריך ארויף אויפ'ן בארג
איינס פון די שטארקע פאקטארן וואס מאכט מאדערן ארט אייגנארטיג איז אז מ'קען אין דעם רויען שטיק ארט אפלערנען און זעהן דערין אומצאליגע זאכן און קען שאפן אסאך אנדערע סארטן געפיהלן און אינספעראציע וואס א מכוונ'דיקער שטיק ארט קען נישט.
צו קענען פראדוצירן אזא שטיקל ברויך מען האבן אזא סארט מוחין דגדלות וואס אנטהאלט א מספר פון געפיהלן און שעפערישקייט.
דער פשטן וועט דערין נישט זעהן קיין גדלות אבער דער דענקער וועט דאס באלד דערקענען און באטראכטן.