בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
א. לויט די פאלגענדע ניו יארק טיימס ארטיקעל זענען דא אין ניו יורק סיטי ארום 330,000 היימישער אידען. פאר די פאלגענדיגע חשבון האב איך גענוצט אן ערך פון 500,000 נפשות אשר לא כרעו לבעל אין די טריי סטעיט אעריע.
ב. לויט מערערע פארשער האבען זיך די פרומער אידען געטאפעלט איעדער 20-17 יאר (דאכט זיך אז ביי די גאר היימישער מוסדות זאגען זיי אז די ציפער איז איעדער 16 יאר.
ג. שנת ששת אלפים למספרנו, ולמספרם שנת 2250 איז 233 יאר פון יעצט. אויב ח"ו איז משיח נאך נישט דא חודש אלול תתקצ"ט קענען מיר מאכען די פאלגענדיגע חשבון זייער פשוט:
שנת 2034 =א מיליאן אידען קע"ה
שנת 2051 =2 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2068 =4 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2085 =8 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2102 =16 מיליאן אידען קע"ה
ביי די יאר וועלען שוין אלע מיטייליגע דא זיין איבער 100 יאר.
שנת 2119 =32 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2136 = 64 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2153 =128 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2170 =256 מיליאן אידען קע"ה
אונז קענען שוין אריינוועלען אונזער אייגענער טראמפ אלס רשכבה"ג אונ'ם ווייסען הויז.
שנת 2187 =512 מיליאן אידען קע"ה
שנת 2204 =1 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2221 =2 ביליאן אידען קע"ה
שנת 2238 =4 ביליאן אידען קע"ה
שנת ששת אלפים לויט די חשבון וועלען זיין דא 6 ביליאן נאר אמעריקאנער. לייג צו די אירופעישער/ישראלים און די היימישער פרומער עולם זענען צום ווייניגסטען 12 ביליאן סטראנג. מער מענטשען ווי עס איז דא היינט און די גאנצע וועלט!!!
-----
מראה מקומות:
https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyre ... ersey.html
http://www.nytimes.com/2012/06/12/nyreg ... again.html
http://www.zetterberg.org/Lectures/l96bTab/doubling.htm -
http://disinfo.com/2015/08/world-popula ... echnology/
http://www.un.org/esa/population/public ... report.pdf

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
ברוך בער האט געשריבן:דער חשבון איז גוט אויפן קאלקיוליעטאר למעשה וועט דער תירוץ מוזן זיין די זעלבע ווי אפריקע למשל וואס דארף זיך דאפלען יעדע 25 יאר דאס הייסט אפריקע וועט האבן עטליכע דרייסיג ביליאן מענטשן ביז 200 יאר און אנה יכנס כל הפשתן הזה. די דעאאמגראפירער האבן דעם תירוץ אז ווען א פאפיולאציע וואקסט ווערט מען מער מערב'דיג און מען האט ווייניגער קינדער. זיי זאגן אז די וועלט פאפיולאציע גייט אנקומען צן 11 ביליאן און גייט אנהייבן פאלן נאכדעם. דאס גייט דא אויך זיין און געשעט שוין. דאס געבורט ראטע איז מסתמא שוין היינט האלב אין עוועריזש ווי עס איז געווען 30 יאר צוריק. דער צרה איז אז ביי אונז איז נישטא קיין פאראויסקוקן און פלאנירן עס איז דא איין לאזונג ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ און דאס איבריגע זאל גיין צום טייוול.
נישט נאר אין אפריקע, נאר איבעראל ווי מאדערענקייט קומט אן ובתוכם אמעריקע. ווער עס קומט נאר דא אהער כאפט זיך ביז א דור צוויי אז קינדער מיינט מען צוויי (עווערידש). חוץ פון אונז אידען!
אמת טאקע אז ביי מיין דור איז שוין נישט דא אזויפיל עלטערען צו 10+ קינדער. די עווערידש איז ווייניגער. מיינסטו אז רוב מנין ובנין וועט זיך כאפען אין א דור צוויי אז מ'מעג זיך נישט פארמערען אזוי? אין וואס טוט מען מיט די רוח הקודש וואס שרייט כן ירבה?
אביסעל שכל האט געשריבן:לויט דיין חשבון איז נישט דא קיין מגיפות נישטא קיין מלחמות! איין מלחמה איין מגיפה אין די חשבון צופאלט ווי א זייפןבלאז, היסטאריע יוכיח!
האסט אויסגעלאזט הונגער יארען! היינו טעמא דשנת רעב היינו טעמא דמגיפה ומלחמה.
פאר מער איבער די נושא ליין הררי'ס ספר "סעפיענס". אויב וועל איך נישט ווערען פארנומען מיט אנדערע זאכען וועל איך באשרייבען די נקודה אין די ספר'ס אשכול.
בקיצור נמרץ. אונז לעבען אין די ערשטע יארהונדערט ווי הונגער יארען, מלחמות און מגיפות זענען היסטאריע. יא, ס'דא הונגער אין אפריקע, מלחמות אין סוריע און מגיפות אין ליבעריע (אויך אויף די קלענסטע פארנעם אין היסטאריע), אבער נישט במקומות מושבותינו (אפשר טאקע מדינה שאני…).
אמאל טאקע האבען רוב (!) קינדער נישט איבערגעלעבט גענוג צייט צו קענען חתונה האבען. היינט לעבען רובא דרובא גענוג לאנג. פאר מער ליין דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/Child_mortality
https://ourworldindata.org/child-mortality/
http://www.businessinsider.com/life-exp ... ory-2014-1
חכמה בגויים אל תאמין
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
פליקער האט געשריבן:שטריימל מאכט לכאורה איין מאסיווע טעות, חסידים טאפלען זיך יעדע 10 יאר, על כן ביטע הייב אן דיינע ציפערען עוד הפעם.
די מוסדות זאגען אזוי, דהיינו אויב און 2010 איז געווען 10 כיתה א' שאצען זיי אז און 2020 וועט זיין 20 און אזוי ווייטער.
אויב די ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.
לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.
אין 230 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.
אוי אוי אוי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
ברוך בער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז די מינוט די אמעריקאנער רעגירונג וועט אפיציעל איינזען אז מיר זענען א סכנה פארן לאנד, דאס הייסט מיר וואקסן אויס צו מיליאנען אן א חשבון אן אן עדיוקעשן וכו'' וועלן זיי אונז אנהייבן רודפ'ן עד חרמה, גלויבט מיר די אמעריקאנער קענען די מלאכה פון היטלער ווען זיי ווילן זייער גוט. קוקט נאר ווי די אלע אפסטעיט שטעטלעך איינוואינער רודערן ווען מיר אינוואדירן זייערע געגנטן. אויב ליינט איר זייערע פעיסבוק זיייטלעך, זיי אלע שרייבן אפן די חסידים זענען פאראזיטן וואס מען דארף אויסראטן. אז מיר וועלן זיך נישט ציוויליזירן בעוד מועד גייט מען אין די געהיימע קאמערלעך פון די פעדעראלע רעגירונג שרייבן שווארצע אקציעס ווי צו אונז צו עלימינירן. דאס איז נישט פאראנויע בכלל.
ס'האט שוין אמאל פאסירט. דאן האט עס געהייסן 'פן ירבה'.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליפא האט געשריבן:מילער און קרויס וועלן נישט קענען אניאגן
קעפעטש און געשטעטנער'ס אייניקלעך (און אור אייניקלעך) וועללן זיך צוריק נעמען צו די אומנות אבותם...און פאדערן זייער חזקה פון היימישן מארקעט. אויך וועט מען פארקויפן דיסקאונטעד שטריימלעך אויף עמעזאן. נאכדעים וואס דער בעה"ב וועט אויסגעפונען אז ער שטאמט פון אידן. און ער וועט ווערן א סקווירא'ער אדער לב טהור חסיד...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
[
די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!
יעלה ויבא האט געשריבן:אויב דו ביסט גערעכט לאמיר נעמען א גרויסע חסידות: איינער פון די אחים לבית סאטמאר. לאמיר רעכענען 100,000 תלמידים ארום די וועלט.
לאמיר עס טאפלען יעדער 10 יאר.
אין 233 יאר וועט סאטמער האבען:
838,860,800,000 תלמידים.
אוי אוי אוי
אבער יעדע דרייסיג פערציג יאר וועט זיך יעדע טייל צעטיילן אין צוויי אדער מער.
די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:די סאטמאר'ע רעבעס זענען ב"ה געבענטשט מיט בנים ובני בנים. די חסידים פון ר' חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א וועללן ווערן אן עקסטער שבט. נישט קיין ארונים און נישט קיין זאלונים. נאר חיים יהושע'אונים...!
מה לי זלונים ארונים חיימשיע'אונים. מ'רעט דא פון קרוב צו א טריליאן כפרות שלאגער און לולב שאקלערס!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום shtriemel, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמה בגויים אל תאמין
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מילא די לולבים.אבער די כפרות וועללן אנשטינקען אלע גאסן אז מ'וועט אפילו נישט קענען אויפמאכן א פענצטער צו שעפן פרישע לופט. אויב די כפרה קעגנערס וועללן זיך ח"ו נישט גובר זיין אויף דעם הפקירות וואס הערשט אין די אידישע גאס. אלעס וועגן א פאר געלט גייציגע פארשוינען און מוסדות וועלכע וויללן אונז איינרעדן אז ס'האט צו טון מיט אידישקייט...!
אין יאר תשצ"ג וועט אויך ארויסקומען א שעכט מאשין וועלכע וועט זיין אויסגעהאלטן לויט אלע הלכות פון שחיטה. די אריינגעבויעטע סענסארס פון די מאשין וועללן מאכן זיכער אז די אלע זאכן ווי שהייה, דרסה, וכו' וועללן נישט געשעהן. און די רבנים פון התאחדות (וועלכע וועללן באקומען א גוטן באקשיש) וועללן געבן א הכשר און השגחה אויף די מאשינען. און מנשה פיליפ וועט טרעפן אן אלטן פארוועלקטן כתב יד וועלכער האטציך געפונען ביי די רביצין אלטע פייגא ז"ל אין איהר דירה אין וויליאמסבורג, וואו די רבי זיכרוינע ליבראכע האט שטארק גערימט די שחיטה מאשין. און ער האט געהייסן נוצן עס...! ער האט אליינס געהערט. דרייענדיג זיך נעבן רבינו הק' זי"ע ווי די רבי האט עטליכע מאל געזאגט אז ס'איז א גרויסער הידור אין שחיטה...!

- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: בואו חשבון- וויפיל שטריימעלעך וועלען מקבל זיין משיח'ן:
כ'האף ס'וועט זיין גענוג טורבאנס, פאר אלע פרויען, אדער קען זיין אז דאן וועלן די מענער אויך טראגן טורבאנס