איך אדרעסיר מיך דא צו איש את רעהו. ער בויעט אויף גאנצע פשט'לעך אויף די אזוי-גערופענע אפשאצונגען פון די סי.איי.עי. איך ווייס נישט פון קיין חכמות צו זאגן. איך קוק נאר אויף די פשוט'ע מציאות און איך לערן אראפ א קל וחומר. מה דאך די איינצלנע אראבישע רוצחים, ימח שמם וזכרם, קומען אליינס אינמיטן די נאכט און זיי שעכטן אויס גאנצע אידישע משפחות מיט דעם גרעסטן מאס רציחה און קאלטבלוטיגקייט. כל שכן וקל וחומר ווען גאנצע ארמייען פון די פארשאלטענע אראבערס קומען אויפגעריסטעט מי די מאדערנסטע געווער און זיי זאגן אפן אז זיי גייען ח"ו הרגנ'ען די אידן. פארוואס זאלל איך זיי נישט גלייבן. און זאגן אז זיי זענען שלימזלנים. און ערשטנס וויללן זיי נישט. צווייטנס קענען זיי נישט באזיגן די אידן...?! נאר עפ"י דרך הטבע האבן זיי יא געקענט. און דער אייבישטער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע קינדער און זיי געראטעוועט. נאך זייער טון די ריכטיגע השתדלות. און די תפילות פון די טויזנטער ערליכע אידן פון איבער די גאנצע וועלט...! ס'שטייט דאך אזוי בפירוש אין פ' האזינו. פלוצלינג זענען אלע געווארן עמי הארצים און כופרים בה' אלוקי ישראל. אבי אויסצופיהרן זייערע נארישע טעאריעס און בויך סברות...! נאך אן אינטרעסאנטע און איראנישע זאך איז, אז די גרעסטע סאטמאר'ע קנאים האלטן די זעלבע ווי דער אפיקורס און תינוק שנשבה משה דיין...! ווען מ'האט איהם נאך די 6 טאגיקע מלחמה געפרעגט..."אלוקים הי' בצד שלכם"...? האט ער געענטפערט..."אנחנו היינו בצד של אלוקים"... אט דאס האלטן די סאטמאר'ע קנאים...ואיש את רעהו בתוכם/בראשם...! (עפרא לפומיה)
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אדרעסיר מיך דא צו איש את רעהו. ער בויעט אויף גאנצע פשט'לעך אויף די אזוי-גערופענע אפשאצונגען פון די סי.איי.עי. איך ווייס נישט פון קיין חכמות צו זאגן. איך קוק נאר אויף די פשוט'ע מציאות און איך לערן אראפ א קל וחומר. מה דאך די איינצלנע אראבישע רוצחים, ימח שמם וזכרם, קומען אליינס אינמיטן די נאכט און זיי שעכטן אויס גאנצע אידישע משפחות מיט דעם גרעסטן מאס רציחה און קאלטבלוטיגקייט. כל שכן וקל וחומר ווען גאנצע ארמייען פון די פארשאלטענע אראבערס קומען אויפגעריסטעט מי די מאדערנסטע געווער און זיי זאגן אפן אז זיי גייען ח"ו הרגנ'ען די אידן. פארוואס זאלל איך זיי נישט גלייבן. און זאגן אז זיי זענען שלימזלנים. און ערשטנס וויללן זיי נישט. צווייטנס קענען זיי נישט באזיגן די אידן...?! נאר עפ"י דרך הטבע האבן זיי יא געקענט. און דער אייבישטער האט רחמנות געהאט אויף די אידישע קינדער און זיי געראטעוועט. נאך זייער טון די ריכטיגע השתדלות. און די תפילות פון די טויזנטער ערליכע אידן פון איבער די גאנצע וועלט...! ס'שטייט דאך אזוי בפירוש אין פ' האזינו. פלוצלינג זענען אלע געווארן עמי הארצים און כופרים בה' אלוקי ישראל. אבי אויסצופיהרן זייערע נארישע טעאריעס און בויך סברות...! נאך אן אינטרעסאנטע און איראנישע זאך איז, אז די גרעסטע סאטמאר'ע קנאים האלטן די זעלבע ווי דער אפיקורס און תינוק שנשבה משה דיין...! ווען מ'האט איהם נאך די 6 טאגיקע מלחמה געפרעגט..."אלוקים הי' בצד שלכם"...? האט ער געענטפערט..."אנחנו היינו בצד של אלוקים"... אט דאס האלטן די סאטמאר'ע קנאים...ואיש את רעהו בתוכם/בראשם...! (עפרא לפומיה)
דיין קשיא איז פיהל שווערער. אז זיי קענען נישט באזיגען די ציונים, הייסט'ס אז די ציונים טויגען יא. איי, ס'איז דאך נמנו וגמרו אז גארנישט גוט קומט ארויס פון זיי? אלא מאי, אידען בלייבען לעבעדיג איז נישט קיין גוטע זאך? אדער ס'איז נישט פון זיי נאר פון ?????? בקיצור, מיר ברויכען א נייעם מורה נבוכים צו פארענטפערען אלע קשיא'ס. אדער נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
משל לתינוק שהיה רוכב על כתיפו של אביו, וראה חבירו של אביו. אמר לו, ראית את אבא? אמר לו אביו, אתה רוכב על כתפי ואתה שואל עלי? הריני משליכך ויבא השונא וישלוט בך! כך אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, אני נשאתי אתכם על ענני כבוד ואתם אומרים היש ה' בקרבנו? לפיכך יבא השונא וישלוט בכם! מיד ויבא עמלק... (שמות רבה פרשה כ"ו).
איך גיי נישט אריינגיין צו ס'זענען געווען נסים ביי די זעקס טעג מלחמה צו נישט, לאמיר נישט פארגעסן אז די מעשה פון פורים רופט מען אויך אן "נס פורים". איין זאך איז קלאר ווי די טאג, די אלע וואס זענען איבערצייגט אז ס'נישט געווען קיין נסים וואלטן אין מצרים אויך נישט געזען קיין נסים. לייקענען אין נסים איז נישט קיין נייע זאך, דאס איז דאך געווען די עבודה פון אלע אפיקורסים שבכל דור ודור אנגעהויבן פון פרעה. אויף יעדע מעשה טרעפט מען זיך אן אנדערן תירוץ, אבער די תירוץ אונטער די אלע תירוצים איז איינס, "איך גלייבט נישט אין קיין נסים". פארשטייט זיך אז די היינטיגע אויפגעקלערטע חברה האבן מורא צו לייקענען בפרהסיא, מ'זאל זיי חלילה נישט פארשרייען אלץ אפיקורסים. טרעפט מען זיך אויף יעדע זאך אנדערע באבע תירוצים, וחזקה על שערי תירוצים שלא ננעלו.
נישט אז איך האב א פראבלעם מיט איינער וואס לייקנט אין נסים, אבער קום זיך נישט פארקויפן אלץ דער פרומער, און פארשרייען די אמת'ע מאמינים שלא כרעו לבעל הכפירה אז זיי זענען די כופרים גאר, עולם הפוך ראיתי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קהל'ס נער: לאמיר דיר זאגן א כלל: נישט מיטהאלטנדיג די גאנצע שקלא וטריא. אויב איש את רעהו (דער פותח האשכול) ברענגט עפעס א רעפארט איז עס נאר צו שטיצן זיין (פארדרייטע, דעמאגאגישע) אגענדא. צווייטנס. דער סי.איי.עי. עידזשענט, העלמס איז אן אויסגעשפראכענער אנטי-איזראעל בריאה.
דער עולם דא האט א פראבלעם מיט די ישועה וואס איז געקומען פאר כלל ישראל. סיי אין ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט. וויאזוי איז מעגליך אז דער אייבישטער האט געמאכט (יא נסים אדער נישט נסים) אזעלכע וואונדערליכע נסים למעלה מדרך הטבע פאר אזעלכע ..."רשעים"".! מ'פארגעסט אבער אז אין ארץ ישראל וואוינען הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן און צדיקים. וואס אין זכות פון זייער תורה ותפילה. ומצוות ומעשים טובים איז געקומען די ישועה.
לויט דעם חשבון פון די פארדרייטע, פאררוקטע ברואים וואלטן (ח"ו) די אראבישע ארמייען געדארפט אפהאלטן א שטארקן ניצחון. און ממילא אויב די פארקערטע איז געשעהן האבן זיי א פראבלעים. אבער אונז אידן מאמינים בני מאמינים ווייסן אז דער אייבישטער פארלאזט נישט זיין פאלק.
קהל'ס נער: איך ווייס נישט. איך בין נישט קיין צולאזטע קאווע. איך ווייס נאר איין זאך. דער עגיפטישער פרעזידענט נאסער,ימ"ש. מיט זיינע קאלעגעס אין סיריע און ירדן, און עיראק האבן אנגעשטעלט גרויסע, שטארקע און באוואפנטע ארמייען אלעס כדי צו דערשטיקן (ח"ו) כלשונם, די אידן אין ארץ ישראל. זיי האבן זיך בארימט אז די אידן וועלן טרינקען די ים וואסער...עפרא לפומייהו, היו לא תהיה...! און ווען דער אייבישטער האט געהאלפן און די אידן האבן זיי באזיגט. דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער. ווייל אנישט 'עמיר (ח"ו) אויסזעהן ווי דער גענעראל משה דיין. אויף איהם האביך א שטיקל לימוד זכות. ער איז דאך געווען א תינוק שנשבה (בין העכו"ם). דער קיבוץ וואו ער איז געבוירן האטציך בארימט אז זיי זענען די ערשטע קיבוץ וואס האט מבטל געווען מצות מילה...! שוין.
איך ווילל נישט נאכזאגן די אפיקורסות וואס ער האט געזאגט...!
קהל'ס נער: א גוטע וואך. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. איך שריי נישט אויף דיר. דו האסט געהערט שרייען? איבער קפה נמס ביסטו גערעכט. איך האב נישט געכאפט די ערשטע מינוט. ווייל ס'איז שוין געווען ערב שבת שפעט נאכמיטאג. און דער פחד פון שבת קודש איז שוין געליגן אין מיר...!