מקבל זיין יסורים / תפילה לישועה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
מקבל זיין יסורים / תפילה לישועה
וויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)

Under influence
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
"וידום אהרן" איז געווען לאחר המעשה, ווען ס'שוין נישט געווען וואס צו טוהן,
אבער ווען א מענטש האט א שוועריגקייט איז אזוי, די חלק וואס ס'האט שוין פאסירט און ער קען גארנישט טוהן דערוועגן דאס פארשטייט זיך איז גוט צו מקבל זיין באהבה, און וויסן אז וואס גא-ט טוט איז צום גוטן,
אבער דאס וואס ער קען טוהן צו טוישן די מצב דאס פארשטייט זיך דארף ער טוהן, טאמער ער האט וועגן זיך צו ארויסדרייען פון די מצב, השתדלות אין תפלה, (וואס תפלה איז אויך א וועג וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן צו קענען ממשיך זיין א ישועה), דאן מיינט עס אז דער באשעפער האט אים געגעבן וועגן זיך ארויסצודרייען פון די צרה, און אויב ער קען טוהן און טוט גארנישט דאן האט ער א חלק אין זיין אייגענע צרה, און ס'מיינט נישט אז דער באשעפער האט געוואלט אז ס'זאל אזוי זיין,
נאר ווען מען קען גארנישט טוהן, דאן ווייסט מען אז דער באשעפער וויל אזוי אין מען דארף עס מקבל זיין באהבה אויב מ'קען,
זאל דער באשעפער העלפן אז ס'זאל זיין גוט פאר אלע אידישע קינדער, אמן.

קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, ה' היט דאך די תורה. איז דאך שווער?
ס'גאר נישט שווער, אין די תורה שטייט אז טאמער מען זינדיגט ווערט מען באשטראפט,
אין יסורים בלא חטא, אדער פין דעי גולגול אדער פין אנדערע גולגלים, מען דארף נאר בעטען דעם באשעפער אז ער זאל אונז ווייזען די וועג צוריק, ער זאל אונז העלפען צי וויסען וואס די ריכטיגע וועג איז,
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
איך האב פונקט היינט געליינט א סיפור פון א צדיק וואס האט געהאט שטענדיג שווערע יסורים (דאכט זיך ר' אייזיק מקאלוב זי"ע) און ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער האלט אויס די ביטערע יסורים, האט ער געענטפערט אז די יסורים וואס איז געווען א רגע פריער דאס שפירט ער שוין נישט, ווידער די יסורים וואס גייען קומען א רגע שפעטער דאס שפירט ער אויך נישט, סך הכל שפירט ער יסורים נאר פון איין רגע, נו איז דאך נישט אזוי געפערליך, איין רגע יסורים קען מען אויסהאלטן, ודפח"ח.
- חכם מחוכם
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
כ’טראכט יעצט א תירוץ אויף די קשיא דא, אבער ס‘איז נישט רילייעבל ווייל איך נעם עס נישט פון ערגעץ נישט, נאר וואס איך האב אליין געטראכט,.
דער באשעפער גיט דיר צוויי אפציעס אדער קענסטו מקבל זיין די יסורים, און ווי באקאנט איז יסורים ממרקין עוונות של אדם, אדער קענסטו בעטן אז ער זאל אוועקנעמען די יסורים.
נאכאמאל, נישט רילייעבל

- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:מפני מה אמותינו עקרות? מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים.
דאס איז א רש"י (בשם מדרש מיינעך)
דאס איז חסיד'יש?
פיר אויס, און אויף א תאוה פרעגט מען נישט קיין קשיות...
ווייל אז נישט איז דאך שווער, א רחום וחנון זאל מצער זיין אן עקרה פאר אזויפיל יאר ווייל "מתאווה לתפלתן של צדיקים"?
ס'איז דא א מהלך אז תאוה איז פאר די טובה פון דעם מענטש, ווייל ער ווערט נענטער צום אויבערשטן.
אבער נישט דאס זאגט דער מדרש.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)
איך הער דיין קשיא, איך טראכט א מהלך. אבער לאמיך קודם פארשטיין פארוואס אויף טון למעשה האסטו נישט דעם פראבלעם, נאר אויף תפלה?
ס'הייסט ווען גאט מאכט דיך קראנק, ווי אזוי גייסטו זיך היילן, ער האט דיך קראנק געמאכט פאר דיין טובה?
יעצט ענטפער מיר נישט "מכאן שניתן רשות לרופא לרפא", איך רעד נישט דוקא פון רפואה, איך רעד פון טוישן עני מצב.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אוקי, נישט רפואה.
לאמיר זאגן איינער רודף'ט מיך. למשל (?). בין איך מחיוב צו רעדן צו זיין רב זאלן אים STOP'ען?
קען זיין יא, ווייל מדין ערבות, בין איך מחיוב צו זעהן אז א איד זאל נישט נכשל ווערן מיט לא תונו וכו',
דאן לאמיר רעדן פון א גוי, וואס לייגט זיין גארבעדש למשל דוקא נעבן מיין קאר, אזוי אז איך קען נישט ארויספארן פון דריוו-וועי אן רוקן זיין גארבעדש. נו? איז דא א חיוב איך זאל מתפלל זיין אוועק צו נעמן די יסורים? אדער נאר אויב כ'וויל?

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?
פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.
כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?
(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)
מ'קען אנגעבן אן א שיעור דוגמאות, ווען עס גייט גוט פארן רשע איז עס א דרך רשעים צלחה און א מעשה שטן הצליח. גייט איהם נישט גוט איז והיא לא תצלח דער עונש שטייט ארויס אין פסוק. זעקס מיליאן זענען ערמארדערט געווארן בחפץ לב האט זיך א אידל איבערגעלעבט איז געווען ניסי ניסים מיט מלאכים און השגחה פרטית דאס לעבן פון א מאמין איז פיל מיט פאראדאקסן און סתירות אבער המאמין לא יחוש א גלויביקער האט קיין סתירות קשיות זענען תירוצים אין סתירות זענען גאר גלייך. אכן אתה קל מסתתר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
זעקס מיליאן זענען ערמארדערט געווארן בחפץ לב האט זיך א אידל איבערגעלעבט איז געווען ניסי ניסים מיט מלאכים און השגחה פרטית
אז דו רעדטס שוין, כ'האב נאך א קשיא.
פארוואס ווען א מלחמה איבערלעבער פארט אפ (OTD), איז מען אויף אים ממליץ טוב, נו, נעבעך, ער האט נעבעך צוגעזעהן א שוידערליכע קריג, א.א.וו. ס'איז א שווערע נסיון.
אויב "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", מיינט דאס אז ס'איז נישט דא א נסיון וואס ס'איז נישט דא א 50 50 נסיון. (ווייל פון די אנדערע זייט האט ער דאך געזעהן במו עיניו א דרך הצלה למעלה מן הטבע)
זאת אומרת, נסיונות וואס איך האב צו ווערן א OTD, זענען גארנישט ווייניגער שווער ווי יענעם'ס.
איז פארוואס אויף יענעם איז דא תירוצים, און אויף מיר וועט נאר זיין קשיות?
Under influence
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2901
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 913 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:"וידום אהרן" איז געווען לאחר המעשה, ווען ס'שוין נישט געווען וואס צו טוהן,
זאל דער באשעפער העלפן אז ס'זאל זיין גוט פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
כעין זה האב איך געהערט אמאל זייער א שטארק ווארט, מיר טרעפען אין די תורה צוויי שוועסטערס וואס האבען געוויינט רחל מיט לאה, לאה שטייט ועיני לאה רכות און רש"י זאגט דארט אז זי איז פארמואסט געווארען פון וויינען אזוי זאך און אירע אויגען ברעמען זענען ארויס געפאלען פון אזויפיל וויינען און מיר טרעפען נישט אז די אייבישטער זאל איר בארואיגען נאכדעים איז דא איר שוועסטער רחל וואס וויינט און גלייך זאגט איר די אייבשטער מנעי קולך מבכי ועניך מדמעה וואס איז פשט אז רחל בארואיגט מען און לאה לאזט מען וויינען?
נאר קען זיין פשט איז אזוי פארוואס האט לאה געוויינט? ווייל זי האט נישט געוואלט חתונה האבען מיט עשיו זי האט געוויינט פאר די צרה אויף דעים זאגט די אייבישטער וויין בעיט דיך אויס און מ'זעיט טאקע אז זי האט באקומען יעקב מה שאין כן רחל האט געוויינט ווען מ'האט פארטריבען די אידען בשעת די צרה אויף דעים זאגט די אייבישטער יעצט איז נישט קיין צייט צו וויינען יעצט דארף מען זיך מחזק זיין גיין וואטער מיטען לעבען איז די זעלבע מיט יעדע איד פאר די צרה דארף מען בעטען אבער בשעת די צרה איז נישט די צייט צו וויינען מ'דארף זיך מחזק זיין און אונגיין מיטען לעבען
געהערט און ארץ ישראל פון הרב אהרן פרסטר שליט"א
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אוקי, נישט רפואה.
לאמיר זאגן איינער רודף'ט מיך. למשל (?). בין איך מחיוב צו רעדן צו זיין רב זאלן אים STOP'ען?
קען זיין יא, ווייל מדין ערבות, בין איך מחיוב צו זעהן אז א איד זאל נישט נכשל ווערן מיט לא תונו וכו',
דאן לאמיר רעדן פון א גוי, וואס לייגט זיין גארבעדש למשל דוקא נעבן מיין קאר, אזוי אז איך קען נישט ארויספארן פון דריוו-וועי אן רוקן זיין גארבעדש. נו? איז דא א חיוב איך זאל מתפלל זיין אוועק צו נעמן די יסורים? אדער נאר אויב כ'וויל?
כבין נישט קלאר, דיין שאלה איז צי די ביסט 'מחיוב' צי דאווענען אז גאט זאל אועק נעמען דיין פראבלעם?
איך האב געמיינט אז די האסט מער א יסודותדיגע שאלה, נישט אויב ביסט מחיוב נאר ווי אזוי מאכט הכלל סאנס זאלסט דאווענען פאר א פראבלעם, אז גאט האט האט דער דאס געגעבען איז עס דאך פאר דיין טובה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אוודאי מעג מען דאווענען,
מיין שאלה איז צו איך בין מחיוב
וואס עפעס זאל זיין א חיוב?
סדא א חיוב צי גיין אין בית הכסא ווען מברויך? מדארף נישט קיין חיוב, אז די האסט א פראבלעם ווילסטו בעטן גאט זאל עס אוועקנעמען.
די שאלה איז פארוואס זאלסטו בכלל וועלען בעטען גאט ער זאל אוועק נעמען דיין פראבלעם, ער האט דאס דיר געגעבן פאר דיין טובה?