רויזן און דערנער (וועקער 9)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
יצחק וואלד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך יצחק וואלד »

ס'איז נישטא צופיל צו קאמענטירן ווייל דאס איז א מעשה שהיה. עס וואלט זיך געקענט ענדיגן אנדערש אדער ווייסעך וואס נאר דאס איז א קשיא אויף א מעשה.

די נקודה די מעשה ווילט זיך מיר ארויסברענגען איז אז בעת מיר זענען פראגראמירט געווארן אין די נאכן חורבן חינוך אז יעדן פארבינדונג צווישן די פארקערטע גענדערן זענען געוואנדן אין איין ריכטונג, צום טייוול, קען מען עס אנקוקן פיל אנדערש און מענער און פרויען זענען ביידע מענטשליכע מענטשן מיט אנדערע אייגנשאפטן וואס קענען זייער משלים זיין איינער דעם צווייטן אין אלע הינזיכטן, פארוואס זאל מען נישט צוזאמענארבעטן ווען עס איז פאר א תכלית? קוקט פארן דאלאר'ס וועגן האבן מיר אלע פלוצים פארשטאנען ראצערס אינגעלייט קענען זיין באסעס אויף אינגע מיידלעך ואין פוצה פה, למשל פארוואס זאלן נישט ערוואקעסנע ערפארענע פרויען זיצן ביים טיש און האבן א ווארט אינעם חינוך פון די אייגענע אינגלעך און בחורים? דאס זעלביגע צענדליגער הינדערטער דוגמאות, מען קען האבן מענטשליכע קשרים אן די אלע באגימאנס, עס איז מסתמא קיינמאל אזוי געווען דאס עקסטרעמע סעפעראציע אין היסטאריע פון כלל ישראל.

שוין איך פארקריך פון די מעשה.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ביוטיפאל ארטיקל!
ביי אונז ביי שאלישעדעס האבן מאנכע ג'טענה'ט אז די ארטיקל איז נישט אזוי מעכטיג פון דיינע פריערדיגע ווערק, ווייל ס'פעהלט די דראמא חלק. איך האב אבער געזאגט אז די מעסעדזש איז סאך שטערקער דא, ווייל די מח האט שוין ג'דמיונט אז די מעשה דא גייט זיך אויסלאזן מיט א זאפטיגע שטיקל ראמאנס, און ביז דער ווייל זעהט מען אז ס'האט גארנישט פאסירט, און זיי האבן זיך שיינערהייט געזעגענט, ענד ליווד העפעלי עווער עפטער.. טאקע די נקודה וואס די ברענגסט ארויס.

אויף דעם עצם דיקע מחיצה היינט צוטאגס האט שוין אמאל ידידנו אדנירם מרעיש עולמות געוועזען. ומשם ידרשו כלם לטובה.

אבער, אויב דיין השקפה שטומט מיט די אלע עקסטרעמע מאמרי חז"ל ווי לדוגמה אל תרבה שיחה עם אישה וכו' אחורי ארי וכד' יש לעיין טובא.
די מאכסט כאילו דאס איז קיין שום פראבלעם, און ס'נארמאל פאר א מאן צו טרעפן און שמועסן און זיך אויסשמועסן מיט א פרעמדע נקבה.

יתכן אז דעמאלס בזמן הגמרא האט מען אפילו נישט גערעדט אן איבעריגע ווארט, נאר בקיצור נמרץ, כמבואר בגמ'. דערפאר שטייט אזעלעכע שארפע לשונות.
אדער אפשר היינט איז אנדערש, ווייל היינט דרייט מען זיך אלע צוזאמען אויף גאס, און דאס רעדן איז שוין היינט א נארמאלע ערשיינונג און איז נישט מעורר קיין עקסטערע הרהורים. ענדליך ווי ס'שטייט אין לבוש אז היינט מעג מען זאגן שהשמחה במעונו ביי א שבע ברכות אפי' בתערובת, ווייל היינט דרייען זיך אויך די פרויען אויפן מארק ממילא זענען זיי אזא בחינה ווי ווייסע קאטשקעס. וכעי"ז איתא בפוסקים כלפי אחורי האישה אשר לא מקפידים ע"ס בימינו. ואדרבה אלו שמקפידים נכשלים בהרהורים פי כמה.

כ'ווארט נאר אויף א פארלעסליכע פוסק וואס זאל אביסעלע מקיל זיין בה' צניעות על סמך זה, אבער ביזדערווייל פארט עס נאר און די פארקערטע ריכטונג. מ'ווערט פרומער און פרומער. מי כעמך ישראל..
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך האב אויך הנאה געהאט וויאזוי דו מעשה האט זוך גענדיגט,
אנדערשט ווי מיין טיפיקעל עקספעקטעשין.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, די וועג ווי אזוי ס'געשריבן, דער אריינפיר מיט יואלי, כ'האב ממש מיטגעשפירט זיין שרעק און הארץ קלאפעניש, קינצלעך געשריבן, פותח בשבח ומסיים בטיכעל, אבער דע פאינט וואס ער ברענגט ארויס, און ווי אזוי ער ברענגט עס ארויס, ממש געוואלדיג, פרימא!! זאגט מען ביינונז.
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך chosen people »

ער ברענגט דיך ארויס א מורא'דיגע נקודה, נישט אייביג דארפ מען פון די אנדערע זשענדער פיסיקיל טאטש, אמאל דארף מען פשוט די מחשבה, הארץ אָן די פיסיקל קאנעקשאן, און ליידער צו דעם פארשטיין נישט אינזער היימישע ווייבער, די רגע זיי זעהן איינע האט הנאה פון זיי מיינען זיי אוי ער האט ליב מיין גוף/אויסזעהן, זיי כאפן נישט אז עס איז דא נאך זאכן אין איהר מיט וואס א מאן וויל זיך קאנעקטן מיט, א זאג זיי פארשטיי נישט די אנדערע פארמעגן וואס זיי פארמאגן אסאך מאל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל, די וועג ווי אזוי ס'געשריבן, דער אריינפיר מיט יואלי, כ'האב ממש מיטגעשפירט זיין שרעק און הארץ קלאפעניש, קינצלעך געשריבן, פותח בשבח ומסיים בטיכעל, אבער דע פאינט וואס ער ברענגט ארויס, און ווי אזוי ער ברענגט עס ארויס, ממש געוואלדיג, פרימא!! זאגט מען ביינונז.

אזוי ווי די אנדערע האבן ארויסגעברענגט איז די שפיץ א טיפע תוכן'דיגע לעסען. ועולה על כולנה איז די געפיל וואס מ'עקספעריענסד א לעבעדיגע דראמא.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך נעגעל וואסער »

די עיקר איז ניכר, ס'פארט געשמירט, און די געפיל וואס מ'שפירט. ווען איך זעה יצחק וואלד, ווייס איך באלד, אז מיט זיין פעדער, האלט ער געשפאנט א יעדער. ס'נישט בלויז א געשריבענע ווארט, מ'פיהלט ווי מ'איז ממש דארט. ער נעמט אונז אויף א רייד, צו און טרויער אדער פרייד. ער מאכט אונזער דמיונות ארום וואנדערען, צו א וועלט אן אנדערען. אייביג א פרישע געדאנק, אט דאס איז א פיור טאלאנט. די מח טראכט וואס גייט זיין צום סוף, אבער אלס איז בלאף. זיי צוויי האבן צווישן זיך גערעדט, קיינמאל אריין אין בעט. זיין בליי קויפט מען נישט פאר געלד, ס'בלויז איינס אין דער וועלט. איין זאך איז קלאר, ווי וואנט מאר!!
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

קול ב'יער' אנוכי שומע, אזא פענע איז ממש א מחי'ה!!!

לגופו של ענין,
דער עקסטרעמיזם שפשתה במחנינו האט צוגעברענגט אז אזא סצענע איז ממש נישט שייך במציאות. ואסביר את דבריי:
די טענה אז א פרעמדע זכר און נקיבה קענען זיין געבינדן מיט אמת'ע געפילן פון ליבע אהן אינטימישע לוסט כדוגמת שני רעים אהובים, איז א נארישע פארזוך צו טוישן די מציאות. די מציאות בימינו איז אז וויבאלד די מחיצה און טיילונג צווישן די צוויי געשלעכטן במחנינו איז אזוי שטארק און מעכטיג בכל תחומי החיים, איז יעדער לאך אין די מחיצה ברענגט באלד צו צי א העליש פייער, אן אש זרה אשר לא צווה ה' אשר תוצאותיו מי ישורנה, מחמת צוויי סיבות:
1. מים גנובים ימתקו, דאס פארבאטענע פרוכט איז שטענדיג גאר זיס און געשמאק...
2. והוא העיקר, דאס נישט זיין רגיל להתבונן בצורת אשה, ווי אויך דאס אי-רגילות צו שמיסן און פארברענגען עם הנשים, ברענגט ארויס גאר שטורמישע געפילן וואס איז זייער שווער זיך צו ספראווען דערמיט. זייערע מראה חיצוני און די ווייכע און ווארימע צורת הדיבור, ווי אויך די נייגונג פון די נשים זיך צו קאנעקטן עמאשענלי מיט וועם זיי פירן א שמועס, וועקט אויף גאר שטארקע מחשבות ביי דער וואס איז נישט מורגל דערצו.

עס איז נישט דער פלאץ אריינצוגיין אין א וויכוח צו דער וועג פון עקסטרעמטיזם איז א מעלה אדער חיסרון, עס איז א מציאות. פינטל.

יעצט בנוגע די מעשה שהיה וואס ידידינו ר' יצחק האט אזוי מייסטערהאפט געשילדערט:
איך האב גארנישט קעגן די מעשה, און איך פרעג נישט קיין קשיא אויף א מעשה, איך זאג נאר אז די מעסעדזש וואס מען דארף, כביכול, ארויסצונעמען דערפון וואס למענה איז געשריבן געווארן די גאנצע ארטיקל, איז לדעתי נישט ריכטיג:
1. מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואל'י איז נישט געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה וואס ער האט געהאם פארבינדונגען מיט רויזי? אפשר איז גאר זיין גאנצע דרייוו איר צו העלפן געווען במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו??!!
2. נניח אז נישט, און אונזערע יואלי איז נישט נכשל געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה, דאן מוז מען על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל עם הנשים וכיון דדש דש, ואין הנידון דומה לראיה.

לסיומא דמילתא, אלע מאמרי חז"ל זענען מעיד, און די מציאות ווייזט דאס אויף יותר ממאה עדים, אז די יצר איז כרוך בתוכינו כאש בנעורת ואין אפוטרופוס לעריות. יעדער בליק איז בכח אונז צוציברענגען לידי מחשבות זרות ומעשים חמורים וואס שומר נפשו ירחק מהם. וואויל איז פאר דעם וואס היט אפ זיינע אויגן און מחשבות, און לאזט זיך נישט פארפירען און הוילע פאנטאזיעס פון ריינע ליבע אשר לא כדת. מלך ביפיו תחזינה עיניו!
ודי לחכימא ברמיזא
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מיין לייק איז אויף דיין רייכע שפראך, אבער איך אגרי נישט מיט דיר לגבי דיין לעצטע שטיקל

"לסיומא דמילתא, אלע מאמרי חז"ל זענען מעיד, און די מציאות ווייזט דאס אויף יותר ממאה עדים, אז די יצר איז כרוך בתוכינו כאש בנעורת ואין אפוטרופוס לעריות. יעדער בליק איז בכח אונז צוציברענגען לידי מחשבות זרות ומעשים חמורים וואס שומר נפשו ירחק מהם. וואויל איז פאר דעם וואס היט אפ זיינע אויגן און מחשבות, און לאזט זיך נישט פארפירען און הוילע פאנטאזיעס פון ריינע ליבע אשר לא כדת. מלך ביפיו תחזינה עיניו!"

דהיינו, אמאליגע צייטן זענען פרויען געווען אסאך מער אפגעטיילט פון מענער ווי אין די היינטיגע וועלט, דע מין געדאנק ווי דע גמרא זאגט "המרצה מעות וכו' אדער אנדערע פלעצער אין גמ' ווי מען זעהט די הארבקייט פון מענער האבן שייכות צו פרויען שמועסן וכדומה. משא"כ היינט ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט איז דא פרויען אדער מיידלעך, מ'גייט צום שכ"ל אפיס, זיצן אפאר מיידלעך, צום דאקטער? מיידלעך! צום דענטיסט, מיידלעך! אפילו צום עסן געשעפט איז אויך דא מיידלעך, ממילא זענען מענטשן היינט מער צוגעוואוינט צו קוקן אויף מיידלעך ווי אמאליגע צייטן ווי דע כל כבודה בת מלך פנימה האט געהאט די אויבערהאנט, און ס'געווארן מער אריין געלייגט אינעם יעדן טאגיגן לעבענס שטייגער ווי די צוויי גענדערס קענען ארבייטן צוזאמען אהן האבן עכט שייכות איינס מיטן אנדערען.
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
דהיינו, אמאליגע צייטן זענען פרויען געווען אסאך מער אפגעטיילט פון מענער ווי אין די היינטיגע וועלט, דע מין געדאנק ווי דע גמרא זאגט "המרצה מעות וכו' אדער אנדערע פלעצער אין גמ' ווי מען זעהט די הארבקייט פון מענער האבן שייכות צו פרויען שמועסן וכדומה. משא"כ היינט ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט איז דא פרויען אדער מיידלעך, מ'גייט צום שכ"ל אפיס, זיצן אפאר מיידלעך, צום דאקטער? מיידלעך! צום דענטיסט, מיידלעך! אפילו צום עסן געשעפט איז אויך דא מיידלעך, ממילא זענען מענטשן היינט מער צוגעוואוינט צו קוקן אויף מיידלעך ווי אמאליגע צייטן ווי דע כל כבודה בת מלך פנימה האט געהאט די אויבערהאנט, און ס'געווארן מער אריין געלייגט אינעם יעדן טאגיגן לעבענס שטייגער ווי די צוויי גענדערס קענען ארבייטן צוזאמען אהן האבן עכט שייכות איינס מיטן אנדערען.

איך זאג דיר צו אז ס'דא מער גמרות וואס מ'קען זען אז מ'איז געווען אסאך ווייניגער אפגעהיטען בימים ההם.

אויך בין איך זיכער אז די ווייסט פון אסאך דוגמאות פון היינטיגע צייטען וואס מ'היטס זיך אפ מער ווי אמאל - עכ"פ די 'נארם' רוקט זיך רעכטס.

----

אשריך ר' יצחק שבך חותמין.

די גאנצע וועקער איז געווען אן עונג שבת ממש. אבער דיין ארטיקעל האט שוין ערוועקט אלטע זכרונות אויך. יישר כח.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ייש"כ פאר׳ן ארטיקל.

אלע גדרים וסייגים זענען כדי צו פארמיידען די געפיהלען צווישען די געשלעכטען. קומען און זאגען ׳אני אקרא ולא אטה׳, איך וועל רעדען ביזנעס מיט א פרוי כאילו זי איז א מאן, נעמען געלט פון איהר האנט, באגריסען דרך ארץ׳דיג וכו׳ און ס׳וועט נישט פאראורזאכען קיין קשר, איז אפשר מעגליך. דא האט זיך דאס נישט אויסגעשטעלט. פון זיי איז דאך געווארען א קשר. אפשר נישט געזינדיגט, אבער דאס איז נישט די טענה קעגען די עקסטרעמיזם פון נישט שאקלען א גוט שבת צו א פרוי וועמען דו קענסט.

אגב אורחא, אין דער גויישע וועלט וואלט מען זיך נישט אפגענער׳ט אזוי שנעל אז א מאנסביל קען האבען אזא אינטימע שייכות מיט א פרוי און ס׳זאל נישט זיין פארבונדען מיט אומריינע גלוסטענישען. זיי ווייסען שוין קלאר אז ס׳איז כמעט נישט שייך און אלץ ציהט איין וועג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר׳ן ארטיקל.

מהיכן דנתנו???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

שבת אחים,

געהערט אמאהל אז זייערע שטודיעס ווייזן אויף אז א מאנסביל טראכט פון דעם ענין לפחות יעדער זיבן מינוט.
ב"ה שלא שם חלקינו כהם וגורלינו ככל המונם.
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

יעצט נאכאמאהל אנגעפרעגט דעם 'גוגל הדור', און ער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז די אריגינאלע שטודיע רעדט פון זיבן סעקונדעס (!), נישט מינוטען. והדברים מבהילים.

(אה"נ, זיי טרייען דאס היינט אפצופרעגן, אבער די הוו"א אליין רעדט שוין פאר זיך)
ודי לחכימא ברמיזא
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך נעגעל וואסער »

7 סעקונדס איז אן אפציעלע לעגענד, נישט קיין הו"א. זיי זאגן היינט איז עווערידזש 19 מאל א טאג, בערך וויפיל מ'טראכט פון עסען.
7 סעקונדס וואלט אויסגעקומען 8000 מאל א טאג!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כהאב געטראפן אן אלט ספר'ל פון איינעם ר' יאסל קארו שרייבט ער דארט, "צריך האדם להתרחק מן הנשים מאוד מאוד", נקודה למחשבה.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אבטולמוס האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:1. מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואל'י איז נישט געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה וואס ער האט געהאם פארבינדונגען מיט רויזי? אפשר איז גאר זיין גאנצע דרייוו איר צו העלפן געווען במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו??!!
2. נניח אז נישט, און אונזערע יואלי איז נישט נכשל געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה, דאן מוז מען על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל עם הנשים וכיון דדש דש, ואין הנידון דומה לראיה.

דא שטעקט דיין טעות, זאל זיין ווי דו זאגסט אז יואלי האט געהאט מחשבות, איז וואס? דער ציל פון א מענטש איז נישט אז ער זאל נישט האבן אפילו "איין (!)" מחשבת זנות אין זיין לעבן. יעדער מענטש האט אזעלכע מחשבות פון צייט צו צייט, אריינגערעכנט יעדער צדיק וואס האט נאר עקזיסטירט אויף דעם עולם זייט בריאת העולם. דער ציל איז אז א מענטש זאל זיך נישט אריינלאזן אין א דרך החיים פון מחשבות זרות, און אז ער זאל נישט אויספירן זיינע מחשבות. סתם נארמאלע מחשבות וואס קומען פון זיין א געזונטן מענטש זענען דרך העולם, און זיין אבסעסירט איבער זיי איז OCD און עקסטרעמיזם.

@חכימא האט גערעדט פון
מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חכימא האט געשריבן:שבת אחים,

געהערט אמאהל אז זייערע שטודיעס ווייזן אויף אז א מאנסביל טראכט פון דעם ענין לפחות יעדער זיבן מינוט.
ב"ה שלא שם חלקינו כהם וגורלינו ככל המונם.

כהאב אויך געהערט די שטודיע, ס׳קען זיין אז סאיז אמת אדער קרוב לאמת. אבער סהאט זיכער צוטהן מיט די עלטער/עידזש ווי רבי ר׳ אלימלך שרייבט אין ׳צעטיל קטן׳ איז ביי די אכצן איז מען די מערסטע אינטערגעצינדן. וואס עלטער מ׳ווערט ווערט עס שוואכער און שוואכער. איך טראכט נישט יעדע זיבן מינוט דערפון, ווייט פון דעם, אמאליגע צייטן אפשר יא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: רויזן און דערנער (וועקער 9)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער מכוון איז נישט די מחשבות. ס׳איז א סכנה פאר א מאנסביל, בפרט א חסידישע, צו האבען א נאנטקייט מיט א פרוי. איך מיין יעדער איז דערצו מסכים, אחוץ די וואס ווילען מצד אחד בלייבען אין דער פרומע וועלט און מצד שני האבען א געשמאקע טיים. ביי גוים, וויפיהל זיי רעדען כאילו ס׳איז נישט קיין פראבלעם, ווייסען זיי אויך אז א נאנטקייט, ווי מ׳שמועסט אויס געפיהלען, איז נישט גוט.
נישט יעדעס מאל פיהרט זיך עס אויס צו אן עברית רעדען, אבער די אויסזיכטען זענען מער ווי מ׳איז גרייט דערצו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

אבטולמוס האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:1. מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואל'י איז נישט געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה וואס ער האט געהאם פארבינדונגען מיט רויזי? אפשר איז גאר זיין גאנצע דרייוו איר צו העלפן געווען במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו??!!
2. נניח אז נישט, און אונזערע יואלי איז נישט נכשל געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה, דאן מוז מען על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל עם הנשים וכיון דדש דש, ואין הנידון דומה לראיה.

דא שטעקט דיין טעות, זאל זיין ווי דו זאגסט אז יואלי האט געהאט מחשבות, איז וואס? דער ציל פון א מענטש איז נישט אז ער זאל נישט האבן אפילו "איין (!)" מחשבת זנות אין זיין לעבן. יעדער מענטש האט אזעלכע מחשבות פון צייט צו צייט, אריינגערעכנט יעדער צדיק וואס האט נאר עקזיסטירט אויף דעם עולם זייט בריאת העולם. דער ציל איז אז א מענטש זאל זיך נישט אריינלאזן אין א דרך החיים פון מחשבות זרות, און אז ער זאל נישט אויספירן זיינע מחשבות. סתם נארמאלע מחשבות וואס קומען פון זיין א געזונטן מענטש זענען דרך העולם, און זיין אבסעסירט איבער זיי איז OCD און עקסטרעמיזם.

כמדומני אז זיך אריינלאזן אין א פארבינדונג מיט א פרוי, אפי' במטרה איר צו העלפן, איז עונה להגדרתך הנ"ל. ודו"ק.
ודי לחכימא ברמיזא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אבטולמוס האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן:1. מאן יימר לן אז אונזערע העלד יואל'י איז נישט געווען מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה וואס ער האט געהאם פארבינדונגען מיט רויזי? אפשר איז גאר זיין גאנצע דרייוו איר צו העלפן געווען במטרה לבוא לידי מעשה ולא עלתה בידו??!!
2. נניח אז נישט, און אונזערע יואלי איז נישט נכשל געווארן מיט קיין איין (!) מחשבה זרה, דאן מוז מען על כרחינו זאגן אז ער איז בלאו הכי געווען מורגל עם הנשים וכיון דדש דש, ואין הנידון דומה לראיה.

דא שטעקט דיין טעות, זאל זיין ווי דו זאגסט אז יואלי האט געהאט מחשבות, איז וואס? דער ציל פון א מענטש איז נישט אז ער זאל נישט האבן אפילו "איין (!)" מחשבת זנות אין זיין לעבן. יעדער מענטש האט אזעלכע מחשבות פון צייט צו צייט, אריינגערעכנט יעדער צדיק וואס האט נאר עקזיסטירט אויף דעם עולם זייט בריאת העולם. דער ציל איז אז א מענטש זאל זיך נישט אריינלאזן אין א דרך החיים פון מחשבות זרות, און אז ער זאל נישט אויספירן זיינע מחשבות. סתם נארמאלע מחשבות וואס קומען פון זיין א געזונטן מענטש זענען דרך העולם, און זיין אבסעסירט איבער זיי איז OCD און עקסטרעמיזם.

@חכימא האט גערעדט פון
מלא מחשבות זרות כרימון במשך דער גאנצע תקופה

איך האב גענוי אנגעצייכנט אויף וועלכע ווערטער פון חכימא איך האב מיך באצויגן, אלזא ניין, העלף מיר נישט צו.

חכימא האט געזאגט מאן יימר איז נישט געווען אינעם סדר החיים פון זיין מלא מחשבות כרימון
אלזא ניין, ס'נישט ווי די לייגסט עס אראפ.
פארשפארט