געדאנקן ארום די אינטעליזשענט דיזיין דעבאטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shtriemel האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: עפעס א ענערג׳י מאכט די קליינע ווערימל אויסקוקן פונקטליך ווי זיין בלעטער אויף וואס ער וואקסט-דאס איז נישט געשעהן ביי א צופאל

יא? גערעכט?


פאר די מחשבות דארף מען ערשט טועם זיין פון דעם עץ הדעת.


נישט ממש. פארדעם דארף מען נאכנישט קיין ל.ס.ד. פון דעם דייטשען ד״ר אלבערט האפפמאן, סאיז פשוט, יעדער קען עס כאפן. חוץ מזה דארף עס זיין א כלי צו מקבל זיין אויך. סאיז דא גענוג און נאך וואס האבן שוין טועם געוועהן די ״עץ הדעת״ פון וואס דו רעדסט און זיי זענען די זעלבע צוריקגעבליבן ווי זיי זענען געוועהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

געגאנגען ארום און ארום אין אנגעקומען צוריק צום אנפאנג, די ענרערגיע וועט שבת אנרופן 'נאטור' און איך 'בורא' פון די נאטור.
והכל על מקומו יבא בשלום.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

געוואלדיג האט געשריבן:געגאנגען ארום און ארום אין אנגעקומען צוריק צום אנפאנג, די ענרערגיע וועט שבת אנרופן 'נאטור' און איך 'בורא' פון די מאוחר.
והכל על מקומו יבא בשלום.


אמת ויציב. איך האב אט דאס געשריבן לעצטע וואך אויף ק״ש. אבער עוואלציע געשעהט! דעס איז שוין א פאקט היינטיגע צייטן, אמאל האבן עס די פרומע פרובירט צו לייקענען היינט זענען שוין א גרויס חלק פרומע (ספעציעל די אינטעלעקטשיול פרומע) מודה, איי די יאהרן שטימען נישט? האבן זיי שוין ״כל מיני תירוצים״ אז א ״יום״ מיינט נישט דוקא א טאג פון 24 שעה נאר א פירעיד פון צייט, ס׳קען זיין דאס וואס די תורה רופט איין טאג קען מיינען א פירעיד פון מיליאנען יאהרן, און די ראי׳ איז נאך אז די ערשטע טאג פון מעשה בראשית איז דאך בכלל נישט געוועהן קיין זון. די זון לויט פרשת בראשית איז באשאפן די דריטע טאג, דעמאלטס וואס מיינט ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד? יום שני? א טאג ביינאונז מיינט דאך טאג און נאכט? נאר מקען עס אזוי פארענפערן בדוחק, פארוואס בדוחק? ווייל די תורה האט דאך יא געמיינט א טאג פון 24 שעה, אין די זעלבע פרשה רעדט מען דאך פון רוען שבת ווייל גאט ב״ה האט דאך גערוהט די זיבעטע טאג. חוץ מזה פארוואס האבן זיי אלע יאהרן נישט אזוי געטייטש? נאר נאכדעם וואס סייענטיסן האבן געפראווט די עידזש פון אונזער פלאנעט?. און אז אויב די תורה פארציילט אונז די ״אריגאון פון די יוניווערס״ פארוואס געט ער אונז נישט אן די פונקטליכע ציפערן? זיי האבן בכלל נאכנישט געהאט אזא נומבער ווי א ״מיליאן״ אין יענע צייטן, ווי אזוי זאגט מען א מיליאן אין לשה״ק? זיי האבן נאכנישט געדיעלט מיט אזעליכע הויכע נומערן...

אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ווילאנג די ריידע איז פון די מסבב כל הסיבות, די ענערגיע/גאט/ יו-נעים-איט וועט שבת מיט הקטן מסכים זיין. עפעס א פראגראם איז דא וואס מאכט אונז ארויסגיין פון בעט צופרי.

עוועלאשען איז אן אנדערע נושא אינגאנצען וואס אויף דעם דארף מען נאר אביסעלע עפענען די מוח כחודו של מחט.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

shtriemel האט געשריבן:ווילאנג די ריידע איז פון די מסבב כל הסיבות, די ענערגיע/גאט/ יו-נעים-איט וועט שבת מיט הקטן מסכים זיין. עפעס א פראגראם איז דא וואס מאכט אונז ארויסגיין פון בעט צופרי.
.

די פראגראם הייסט:
״בעל כרחך אתה נולד״, ״בעל כרחך גייט מען אין טוילעט״...

א מענטש גייט ארויס פון בעט ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, ער מוז זיך שפייזן און ער מוז אכטונג געבן אויף זיין פאמילע און פארמעגן, אז נישט גייט ער בלייבן הונגעריג און וואוינען אין א האומלעס שעלטער. ווער ס׳מאכט דעם מענטש זאל זיין הונגעריג און שלעפעריק, ווער סהאט אריינגעלייגט אין אונז די ״געפילן״ אט אויף דעם איז טאקע די גרויסע מחלוקה, יש אומרים גאט ב״ה ויש אומרים גאט-ענערדזשי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

shtriemel האט געשריבן:@SHTRIEMEL אפשר העלפסטו ארויס

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!


מסכים. דאס איז נישט א באווייז אז ס'נישט דא קיין בורא.

זאג דאס נישט!
שבת אחים מיט דאקינס וועלן דיר דאס קיינמאל נישט מוחל זיין!


עס איז נאר א באווייז אז טאמער האט דאס א בורא איז עס נישט אינגאנצען פערפעקטלי דיזיינט.

אדער איז דאס א באווייז אז ביז דערווייל האסטו נאך נישט אויסגעפיגערט וואס דער ניצן פין דעם לאנגגען נערוו איז
אזוי וואו נישט לאנג ציריק האסטו נאך נישט געוויסט וואס פאררא ניצן די טאנצעלס דינט און דו האסטדאס געריפן junk


יעצט אז דו ווילסט פארשטיין וואס זיי זאגען לאז אפ די מדברים הער נאר זייער רייד. זיי טענה'ן אז אפילו א הינקעדיגער דיזיינער מיט איין אויג און ווייניג שכל וואלט דאס אויך געקענט באווייזען. ער'ט נאר געדארפט אסאך אסאך צייט, מער ווי זעקס טעג.

נעם א ראציגע פויער מיט א וואלף און געב עם אריכת ימים ושנים וועסטו זען ער קען אויך באשאפען א קליינער זיסער הונטעל.

דאס האב איך פארשטאנען פון זיין דזשיראפע משל.


דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט, אדארבא זיי דיך בעסר מסביר, בכלל אופן אז דאס נישט וואס דאקינס זאגט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

shtriemel האט געשריבן:אז מ'רעט שוין:
אין מאנשעסטער פאר 50 יאר צוריק ווען די פאבריקען האבען געשפריצט פון זייער טשימניס גאנצע הרי חושך טאג טעגליך זענען רוב פרוכט-פליגען געווען טונקעל ...
ווען קוילען זענען ארויס אין די לופט האט זיך אויפגערייניגט זענען די טונקעלע גלייך פארצוקט געווארען ווייל יעצט זענען זיי געווארען גרינגער פאר די פייגעלעך צו זען. לויט די טעאריע פון עוועלאציע איז דאס פונקט ווי אזוי ס'ארבייט.


דו ביסט זייער שיין מסביר פארוואס און געוויסע פלעצער און און געוויסע זמנים זענען דא מער ווייסע פליגען און אין אנדערע פלעצער מער שווארצע
קלאר אויב די פייגלעך עסען אויף די שווארצע בלייבט איבער מער ווייסע

וואס דו האסט אבער פארגעסען מסביר צי זיין, און ברענגן אן הוכחה איז וואו אזוי איז בכלל געווארן ווייסע און שווארצע
שיין מסביר געווען survival of the fittest
וואס פעלט איז arrival of the fittest
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:[tag]SHTRIEMEL[/tag]

דאקינס וועט מודה זיין אז ווען ס'קימט צי בייאלעגי ווייסט סייענס ביז דערווייל מער נישט וואו יא - איז וואו שעמט ער זיך נישט דאס צי ברענגען פאר א ראייה
א סייענטיפק באווייז איז דאס זיכער נישט!


סייענטיסן האבן דאך געמאכט ריזיגע פראגרעס אין די לעצטע הונדרעט יאהר, מ׳לעבט היינט אסאך אסאך לענגער... זיי ווייסן נאכנישט אלעס, אבער יעדער וועט מודה זיין אז זיי ווערן בעסער און קלוגער פון יאהר צו יאהר. אונז אין 2017 זעמיר די מערסטע פארגעשריטען אין ביאלגיע זייט די וועלט שטייט...!

אמת
און ווייל מען איז היינט מיט אזויפיל מער פארגעשריטן ע"כ ווייסן מיר אסך מער וויפיל מיר ווייסן נישט
א יעדער סייענטיסט און א יעדער דאמען וועט דיר דאס מודה זיין
איז וואו ערעגענט און נעריש דארף מען צי זיין צי זאגן אויף סיי וואספארא חלק און בריאה אז דאס איז junk
זאל שוין זיי נישט קיין בורא, נאך אלץ איז דאס נעריש צי זאגן און אוואדא נישט אויף צי ברענגען א ראיה אז ס'איז נישט דא קיין דיזיינער.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

shtriemel האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:רוב ׳טוישענגוען׳ געשענט נאר אויב זיי דארפן עס האבן פאר ״סורווייוועל״ אדער צו ״ריפראודאצירן״ קינדער. אויב די ספישיע האט מעגליכקייטן זיך צו שפייזן און פארמערן וועלן זיי זיך נישט טוישן געוונטליך.


ערררר, ניין!


שבת אחים, דו ביסט דיך טועה מיט א דבר משנה און אוועלאציע
אבער וואס קענסטו טון די מיסט ענפערן

סאיז נישט קיין קאר קאמפעני וואס געט ארויס יעדעס יאהר א נייע ווערסיע???
אז מען חזרט נישט פארגעסט מען, ס'איז צייט צי וואטשען נאך אפאר יא טאב קליפס פין די מאמינים אין עוועלאציע
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.

שבת אחים דו מישט אויס עוואלציע מיט common ancestor
כדי צי זיין א מאנקי פעלט אויס צי זיין א מאמין אין common descent theory
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אבער עוואלציע קען היינט געפראווט ווערן אין א לאבארטאריע, און די אלע נעי-זאגערס פון עוואלציע די לעצטע הונדרעט יאהר. די אלע פרומע וואס האבן חוזק געמאכט פון מורי ורבי טשארלס דארווין און אים גערופן ״א מאנקי״ וכודמה זענען למעשה פיין חוזק. און זיי פרובירן עס שוין היינט משלב צוזיין מיט זייערע גלייבונגען.

שבת אחים דו מישט אויס עוואלציע מיט common ancestor
כדי צי זיין א מאנקי פעלט אויס צי זיין א מאמין אין common ancestor


סארי, כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט.

common ancestory איז דאך די יסוד פון עוואלציע ממש. דערנאך survival of the fittest, און natural selection סאיז נישט קיין באזונדערע זאכן. סאיז איין לאנגע פראסעס. למשל סאיז געוועהן איין מענטש וואס האט זיך גערופן וויזניצער רבי ער האט געהאט אפאר זוהן, יעדער האט זיך אליינס געמאכט א רביסטיווע און פארדרייט נאר אביסל, מיט די יאהרן אין קוים דריי דורות איז סערט-ויזניץ מיט מאנסי-וויזניץ ווייט כרחוק מזרח ממערב, איינער איז א ציוני און מעהר מאדערן און איינער איז א אנטי-ציוני א קנאי און א האלבע סאטמערער. און אז ס׳גייט ווייטער אזוי וועלן זיי ביידע ווערן ״צוויי באזונדערע גזע׳ס״ וואס זענען זייער ווייט אפגערוקט איינער פונעם צווייטן אפילו זיי שטאמען פון די זעלבע שורש.

די נמשל מיט לעבעדיגע זאכן געשעהט במשך פון הונדרעטער מיליאנען יאהרן זענען ״נשתנו הטבעים״ געווארן, און זיי האבן זיך אפגעזונדערט איינע פונעם צווייטן פאר אזוי לאנג ביז זיי זענען געווארן אזוי אנדערש אין די ען עי אז זיי זענען איוואלעט געווארן אין גאנץ א באזונדערע מין אז זיי קענען שוין נישט זיך משדך זיין איינער מיטן צווייטן, ווייל זיי זענען אזוי אפגערוקט געווארן אין די ען עי, דארווין האט געקלעימט אז אלע לעבדיגע זאכן און געוויקסן שטאמען פון איין לעבעדיגע צעל און אונז זענען קאזינס מיט די בוטערפליי און מיט די צוויבל. שטייצעך רוב מענטשען האבן אים אויסגעלאכט, נישט פאר לאנג, ווען מהאט אנגהויבן צוקענען ליינען DNA און געזעהן ווי ענדליך אונזער DNA איז טאקע צו א צוויבל און א מאשרום האט יעדן געכאפט א שרעק, אסאך אסאך מעהר ווי עני סייענטיסט האט זיך געראכטן אדער פארגעשטעלט (דאכצעך איבער פופציג פראצענט צו א בוטערפליי זענען די זעלבע DNA פון א הומאן, א באנענע האט בערך 60 פראצענט! ),אפגרעדט אונזער נאנטע קרובים די שימפאנזיע און די באנאבא וואס זענען בערך 99 פראצענט די זעלבע...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווען די זאגסט אז A איז די זעלבע וואו B - דארפסטו דיך פרעגן איז מעגליך צי האבן A אן האבן B ?

מאכן איין גיגעל פין אזוי געריפענע "עוואלציע און די lab" מיט common ancestry איז זייער א אנגענימען זאך צי טון אין דיין קרייז, אבער איינס איז בכלל נישט קיין באווייז אויף דער אנדערע
און common ancestry איז א זיסע טעאריע.

די DNA פין מיין קינדס match box car מיט מיין SUV זענען 86% די זעלבע - ס'כאפט א שרעק!

bias confirmation
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:ווען די זאגסט אז A איז די זעלבע וואו B - דארפסטו דיך פרעגן איז מעגליך צי האבן A אן האבן B ?

מאכן איין גיגעל פין אזוי געריפענע "עוואלציע און די lab" מיט common ancestry איז זייער א אנגענימען זאך צי טון אין דיין קרייז, אבער איינס איז בכלל נישט קיין באווייז אויף דער אנדערע
און common ancestry איז א זיסע טעאריע.

די DNA פין מיין קינדס match box car מיט מיין SUV זענען 86% די זעלבע - ס'כאפט א שרעק!

bias confirmation

קודם כל דיין קינדס match box car מיט דיין SUV זענען ניטאמאל איין פראצענט די זעלבע! בעסער געזאגט, ניטאמאל א האלבע פראצענט...! דו פארשטייסט אז הומאנס מיט שימפאנזיע מאונקיס זענען צאמגעשטעלט פון "דריי ביליאן קודס" און 99 פראצענט פון דעם איז די זעלבע ביי מענטשען ווי ביי זיי! ניין און נייציג פראצענט פון דריי ביליאן קודס זענען די זעלבע...!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

און אויב ביידע סיי די קארעלע און סיי די SUV וואלטן יא געשערט די זעלבע מעטאל וואלט דאס געווען א באווייז אז איינס האט געבוירן די צווייטע???

דו זענסט וואו די בייעס-קאנפערמעשען קימט אריין?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:און אויב ביידע סיי די קארעלע און סיי די SUV וואלטן יא געשערט די זעלבע מעטאל וואלט דאס געווען א באווייז אז איינס האט געבוירן די צווייטע???


לאמיר זאגן אז די וועלט גייט חרוב ווערן ח״ו און ס׳גייט נאר איבערבלייבן צוויי קליינע בעביס אויף די וועלט, ווען זיי גייען אויפוואקסן און זיי וועלן צונעמען אלע אלטע קארס אויף די וועלט וועלן זיי זעהן אז טיואטע מיט לעקסעס זענען געמאכט ביי די זעלבע קאמפעני! סאיז מוראדיג ענליך צאמגעשטעלט, ווידער מערסעדעס וועלן זיי גלייך זעהן אז סאיז אינגאנצען אנדערש. און אז זיי וועלן פארשן ווייטער וועלן זיי לכאורה קענען פונקטליך צאמשטעלן די גאנצע פאזעל, קרייסלר איז ענדליך צו דאטש, לינקאן צו פארד, שעווראלעיט צו קעדילעיק, אינפיניטי צו ניסאון, אאז״וו. און זיי וועלן דיר צום סוף קענען פעסטשטעלן וועלכע קאר איז ״פאבריצירט״ געווארן אין וועלכע פאבריק און פון וועלכע לאנד.

קארס זענען צאמגעשטעלט אסאך אסאך ווייניגער קאמפליצירט ווי ״בעלי חי״ און אז אונז זעהן אקאורט די זעלבע געניטשע קאודס אין די שווערע ביליאנען און ביידע זענען פונקטליך ״די זעלבע מגילה״ קומט אויס אז דארווין איז גערעכט מיט common ancestry.

ווי אזוי מיינסטו קען מען היינט פעסטשטעלן אז א קינד איז טאקע יענעמס קינד???? מ׳קוקט אין די DNA. לשיטתך קען מען טאקע נישט פעסטשטעלן ווער סאיז וועמענס קינד, ״ווייל דיין קינדס טוי-קאר איז 000000.0001 פראצענט די זעלבע ווי דיין SUV...

הקטן, כמיין ח״ו גארנישט פערזענליך, איך פרוביר דיר נאר מסביר צוזיין א נקודה וואס דו כאפסט נאכנישט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן ס׳גייט ווייטער.

ממש יעדע באשעפעניש אויף די וועלט האט א ענדליכע משפחה צו דעם, מקען עס זעהן ביי אלע מיני פארומס פון לייף, פיש, מעמעלס, געוואקסן, קוק אויף קרויט, Brussel sprouts, cauliflower, Kale און מקען גלייך זעהן אז סשטאמען נישט פון קיין peaches אדער mangos...

פארוואס איז דא אזויפיל ענדליכע חיות צו א יעדע מין?

די קשיא האט געבאדערט דארווין, פארוואס האט גאט געמאכט די זעלבע מין פייגל מיט אזויפיל ווערסיעס און שינויים? די מויל איז טראפקעלע אנדערש אויף יעדע אינזל אין די גאלאפעקאוס... די קשיא האט אים געפירט צו די מסקנא פון evolution by natural selection, און די Tree of life...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן ס׳גייט ווייטער (מ׳וועט גיין צוביסעלעך און צושטייטלעך)
פארגעס פון אנדערע ספישיעס וואס זענען ענדליך איינס צום צווייטן, פארגעס פון הומאנס ענדליכייט צו להבדיל די אנדערע ׳עיבס׳ ווי אָראנגוטאנס (טראמפס זיידע :lol: ) די שימפאנזיס, די באָנאָבאוס, גערילאוס.

לאמיר רעדן פון ״הומאנס״ אליינס, לאז אפ אלע ״טמנע חיות״ :) אקעי.

זעהסט א חילוק אין אויסקוק צווישן א אזיאנער, שווארצע, ווייסע, אינדיאענער, וכו׳ וכו׳ יעדע פאלק האט זיך דיוועלעפט ״א טראפקעלע אנדערש״. פון יעדע פלאץ פון ווי מ׳קומט נאר אין די וועלט קען מען ״אידענטיפייען די חילוקים אין די DNA קודס״.

אונזער ״טריוויעל״ חילוקים מיט כינעזער איז געשעהן אין בערך 150 טויזנט יאהר, יעצט טראכט וואס ״קען געשעהן״ ווען נאר יעדע דריי דורות מאכט נאר קליינע חילוקים במשך 150 מיליאן יאהר....

מיינסט אז סערט ויזניץ גייט זיין די זעלבע אין 200 מיליאן יאהר ארום???

טראכט! טראכט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:
דו זענסט וואו די בייעס-קאנפערמעשען קימט אריין?


פארקערט אויב וואלט איך טאקע געוועהן ״בייעסט״ ווי דו ווילסט קלעימן, וואלט איך אנגענומען די ווערסיע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן מיט, און וואס מיין טאטע און מאמע האבן אריינגעבאכעט אין מיין מוח פון אלץ קינדווייז אן... איך האב ליעב מיין טאטע מיין מאמע, כהאב ליעב געהאט אהבת נפש מיין זיידע, מיין מאמעס טאטע, גאר א געשמאקע חשובע איד פון חוסט, געשטאמעט פון ספינקא חסידים, א תלמיד פון הרב דושונסקי זצ״ל (ירושלימער רב) נאך פון חוסט. סאיז נישט געוועהן קיין נפש אויף דער וועלט וואס האט זיך באקענט מיט דעם איד וואס איז נישט געווארן זיין חבר... יעדע קינד אין סנהדרי׳ מורחבת אין ירושלים האט אים געקענט, ער איז געוועהן איינע פון מיינע ״העלדן״. ער האט מיך אויסגעלערנט אסאך וועלטליכע זאכן למשל שפילן שך און ווי אזוי צוטראכטן, ער איז געוועהן גאר א פרומער איד,
א גרויסער מאמין, און גאר א נאנטע מענטש פון די נענסטע מענטשען צום ריבניצער זצ״ל, מיין זיידע איז געוועהן איינע פון זיינע שלוחים צו פארשפרייטן אידשיקייט אין אוקריינא, ער האט פארשאפט מצות און אתרוגים פאר אלע אידן אין יענע געגענט. ווען די ריבניצער איז אוועק האט די משפחה מאגזין געזוכט א איד וואס האט אים נאך געקענט פון ״מאלדאוויע״ זיי האבן גערופן מיין עלטער פעטער הרה״ח ר׳ משה טובי גרינצווייג, און ער האט זיי אנגעשדכנט מיט זיין שוואגער- מיין זיידע, אין די אינטערוויו האט מיין זיידע פארציילט נאר פערזענליכע עפיזאדן וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן, מיין זיידע פלעגט פארן צו אים א וועג פון דא קיין מאנטריאל נאך מיט א פערד און וואגן אפאר מאהל א יאר אין די גרעסטע רוסישער פרעסטן מיט די גאנצע מסי״נ.

מיין אנדערע זיידע האב איך נישט געקענט, מיין טאטע איז געוועהן אכט יאר אלט ווען ער איז אוועק, איך הייס נאך אים. גענוג און נאך מענטשען וואס האבן אים געקענט האבן מיר פארציילט איבער אים. ער האט געקענט גאנץ ״אוחה״ק אויפן לשון״ און גאנץ ששה סדרי משנה אויפן לשון, ער איז געגאנגען אין תל אביב נאכן קריג ״מיט צוגעמאכטע אויגן אויף דער גאס״...! ער האט דארט געוואוינט פאר א קורצע צייט ביז מ׳האט געבויעט ״שיכון וויזניץ״ אין בני ברק. ר׳ חיים מאירל האט אים מספיד געוועהן ברבים (שלא כמנהוג וויזניץ) און ער האט אים גערופן ״מיין באליבטע פריינד ר׳ יענקל פ. האב איך נאך געקענט פון ווילחאוויץ ״יעדע מאל איך בין אריינגעקומען אין ביהמ״ד האב איך געזעהן ר׳ יענקל מיט די גלעזער אויפן שפיץ נאז איבערגעבויגן אויף א ספר, און געהארעווט אויף תורה...

מיין טאטעס מאמע שטאמעט פון א גרויסע רבנישע שטוב, זיי זענען אייניקלעך פון הגה״ק ר׳ שמעלקא סעלישער זצ״ל בעל ״צרור החיים״. פון די גרעסטע אונגארישע רבנים אין זיינע צייטן. מיין באבעס טאטע איז געוועהן רב אין צעלידהיים, אין אויבערלאנד,א שטעטל צעהן מינוט פון פאפא, זיי זענען געוועהן בעלזע חסידים. איך קען אייך ניטאמאל אנפאנגן צו פארציילן וואס פארא חשובע פרוי זי איז געוועהן, יעדע ווארט פון איר מויל איז געוועהן געמאסטן און געוואויגן... זי האט אריינגעשווערצט אין לאגער ״א יום כיפור מחזור״ און פארגעדאווענט פאר הונדרעטער אידשע פרויען אין יום כיפור.. איך פערזענליך האב עס געהערט פון איינע וואס איז דארט געוועהן. די מעשה איז געוועהן באשריבן אויף אפאר פלעצער...

מיין באבע איז פאר די קריג איז געוועהן א כלה מיט די קיטישי פאפא רבי פון מאנטריאל. נאכן קריג האט זי באקומען ״פאלשע אינפארמאציע״ אז ער איז נפטר געווארן, אין די די.פי לאגערן האט זי זיך געטראפן מיט קלויזנבורגער רב זצ״ל און ער האט אנגשדכנט מיין זיידע און באבע צוזאמען און ער איז געוועהן די מסדר קידושין.


בייסעט? וואס ??? מיינע עלטער עלטער זיידעס? מיין היינטיגע גאנצע פאמילע? איך האב זיי ליעב אהבת נפש, הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן, כוויל נאכזאגן א ״טייער אמתע ווארט״ וואס די היינטיגען בעלזע רב זז״ג האט געזאגט מיט יאהרן צוריק פאר איינע פון אונזערע חשובע אינטעלעקטשיולע ניקס אויף ק״ש ידידי היקר הגאון מורי ״שטריימל בלאגער״ שיחי׳. (שטריימל קענסט באשטעטיגן צו סאיז אמת די מעשה)


ווען שטריימל בלאוגער איז געוועהן א בחור איז ער געוועהן גאר א פרומע בעלזער בחור, לאנג ביפאר ער האט געוואסט ווער דער לינקער פראפעסאר יובל נח הררי איז, אסאך פאר ער האט געוואסט פון ״מורה נבוכים״ צוזאגן, איז ער געוועהן א ׳בעלזער פאנאט׳ וואס האט געטוהן וואס אלע בעלזער בחורים האבן געטוהן, אזש אז די מאכניווקער רביצין האט געטיילט מיטן פינגער פאר די משטרה,
אויף דעם ציווילדעווטן זיבצען יעריגער @שטריימל ״אז אים דארף מען ארעסטירן״

נאך א דאווענען האט די היינטיגע רב צוגערופן @שטריימל און אים געזאגט פארוואס שטייט אין קרי״ש ״בכלל לבבך״ מיט א לשון רבים, נישט בכל לבך? א מענטש האט דאך נאר ״איין הארץ״? וואס מיינט די תורה בכל לבבך מיט צוויי הערצער? נאר די תירוץ איז

א מענטש ווען ער גלייבט אין עפעס און ער הערט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, איז נישט גענוג סזאל אריינגיין אין הארץ, נאר אינעם הארץ איז דא ״אסאך קאמערלעך״

״ס׳דארף אריינגיין אין איין הארץ און נאך א הארץ, און נאך א הארץ, אין די טיפעניש פון די קעמערלעך פונעם הארץ״...

גאר ווייניג האט דער רב געוואסט אז ער רעדט דא צו א ״פיוטשער משכיל״...

אינטערסאנטע מעשה? Out of the blue האט אים דעס די רב געזאגט יאהרן פאר איינער האט אמאל געחלמט אז ער גייט אמאל אפשניידן די לאנגע בעלזע פיאות... און אוועקווארפן זיין טערקישע טלית.

ווען איך בין געוועהן א קינד און איך בין געגאנגען חוה״מ מיט מיין טאטע צו א זו פון חיות און זיי האבן דארט עפעס געדרשנט וועגן ״מיליאנען יאהר צוריק״ האט זיך מיין טאטע אנגערופן צו מיר און מיינע געשוויסטער מיט אזא געלעכטער ״כאילו זיי זענען געוועהן דארט מיליאנען יאר צוריק...!״
די חוזק פראז איז ביי מיר געבליבן שטעקן אלע יאהרן, ווען סייענטיסטן האבן גערעדט מיט אזא ברייטייקט פון מיליאנען און ביליאנען יאהרן איז אריינגעקומען אין מיין קאפ די פראגרעמינג וואס מיין טאטע האט אריינגלייגט אין מיר פון אלץ קליין קינד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן טייערער זאלסט נאר וויסן ווי שווער סאיז מיר אנגעקומען אנצונעמען די סייענטיפשע ווערסיע נאך אזויפיל יאהרן גלייבן אין עפעס, און אפילו ליב האבן די היימישע קולטר למחצה ולשליש זיכער, סהאט מיר גארנישט געפעלט כמעט, כהאב געהאט געלט, כבוד, משפחה, א צוויי מיליאן דאללעריגע הויז אן קיין מארגעטש. די מאנסי-וויזניצער רבי האט מיר ארויפגערופן אפאר יאהר אין א צי ביי די וויזניצער דינער פון מוסדות ב״פ. יעדער האט מיך ליעב געהאט אין מיין קאמיונטי, וואס האט מיר געפעלט?

״אויב אלע וואסערן אויף די וועלט וואלטן געוועהן טינט, וואלט איך נישט געקענט באשרייבן און דיסקרייבן די שוועריקייטן וואס איך בין א דורך און די ״גרויס צער״ אין מיין מחשבה אז ״איך בין אנדערש פון מיין גאנצע פאמילע״ און אז איך האב געבראכן די קייט פון דורי דורות חסידישע מסי״נ אידן ממש״!

אין מילים... מקען עס נישט באשרייבן! נישט מעגליך...!

די ״בכל לבבך״ וואס מ׳האט מיר געפראוגראמט בוזשעוועט אין מיין קאפ עד היום הזה! אבער למעשה צי איך וויל יא צי כוויל נישט גלייב איך אין סייענס און אין עוואלציע, פונקטליך ווי אזוי דארווין האט עס דיסקרייבט... ווייל דעס קוקט מיר אויס ווי א-מ-ת...! און דעס קען מען היינט פראווען סייענטיפיקלי מיט ״אימפירשע עווידענס״.


הלוואי ווייסטו מיר אויף די אנדערע זייט, איך ווארט.. איך האב מיין טלית און תפילין מיט מיין וויזניצער גארטל גרייט אין פאל דו ביסט גערעכט..!

בייעסט? וואס בייעסט? ווען בייעסט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:
פארקערט אויב וואלט איך טאקע געוועהן ״בייעסט״ ווי דו ווילסט קלעימן, וואלט איך אנגענומען די ווערסיע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן מיט, און וואס מיין טאטע און מאמע האבן אריינגעבאכעט אין מיין מוח פון אלץ קינדווייז אן... איך האב ליעב מיין טאטע מיין מאמע, כהאב ליעב געהאט אהבת נפש מיין זיידע, מיין מאמעס טאטע, גאר א געשמאקע חשובע איד פון חוסט, געשטאמעט פון ספינקא חסידים, א תלמיד פון הרב דושונסקי זצ״ל (ירושלימער רב) נאך פון חוסט. סאיז נישט געוועהן קיין נפש אויף דער וועלט וואס האט זיך באקענט מיט דעם איד וואס איז נישט געווארן זיין חבר... יעדע קינד אין סנהדרי׳ מורחבת אין ירושלים האט אים געקענט, ער איז געוועהן איינע פון מיינע ״העלדן״. ער האט מיך אויסגעלערנט אסאך וועלטליכע זאכן למשל שפילן שך און ווי אזוי צוטראכטן, ער איז געוועהן גאר א פרומער איד,

מיין באבע איז פאר די קריג איז געוועהן א כלה מיט די קיטישי פאפא רבי פון מאנטריאל. נאכן קריג האט זי באקומען ״פאלשע אינפארמאציע״ אז ער איז נפטר געווארן, אין די די.פי לאגערן האט זי זיך געטראפן מיט קלויזנבורגער רב זצ״ל און ער האט אנגשדכנט מיין זיידע און באבע צוזאמען און ער איז געוועהן די מסדר קידושין.

בייסעט? וואס ??? מיינע עלטער עלטער זיידעס? מיין היינטיגע גאנצע פאמילע? איך האב זיי ליעב אהבת נפש, הלוואי וואלסטו געוועהן גערעכט.

ר' שבת טייערע, צי דו זאלסט יא אדער נישט גלייבן אין עוועלאציע איז פיל מער קאמפלעצירט וואו מיט וואספארא טיכל דיין באבע איז געגאנגען ציגעדעקט אדער לעבן וועלכע שטאט דיין זיידע האט געקלאפט הושנות

ס'איז דא זייער אסך אסך סיבות פארוואס איינער זאל אופהערן גלייבן א און אנפאנגען גלייבן אין ב
געווענליך וועט זיך יענער שווערן ביי זיין בארד אז די סיבה פארוואס ער טוישט גלויבינג איז ווייל ער האט אסך קשית און שוועריקייטן מיט גלויבינג א און פשוט ער קען מער נישט לעבן אזוי
און ער איז איבערצייגט אז גלויבינג ב איז ריכטיג

אויווען אויף איז ער גערעכט, ער האט קשית, אבער דאס איז זייער זייער א simplistic view פין וואס קימט באמת פאר אין דער מענטש
און זעלטן, זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים

און זייער אסך פעלער האט יענער געוויסט פין די אלע קשיות פאר דעם אויך, און ס'האט אים גארנישט געשטערט
און זייער אסך פעלער קענען געפרעגט ווערן די זעלבע סארט קשיות אויף זיין נייעם גלויבינג, אבער ס'איז נישט דא מיט וועם צי רעדען, ער הערט דאס פשוט נישט.
און זייער אסך פעלער וועט יענער שפילן god of the gaps מיט זיין נייער גלויבינג (איך קען דיר געבן דגמאות לרחצה)

געב א קוק, דא אין ק"ש איז דא אסך וואס גלייבן אז דער וועלט האט זיך אהער געשטעלט דארך אוועלאציע
און איך און אסך אנדערע לאכן דערפין, און איך בין איבערצייגט אז דאס איז די "flat earth" גלויבינג פין די סענטערי
איז וואס מאכט זיי זאלן ענדערש גלייבן און דעם? איז דאס ווייל זיי ווייסן מער פין מיר? א מכה!!
זיי האבן בכלל נישט מער data מיט וואס זיי קימען צי זייערע מסקנות
פין די אנדערע זייט איז אויך דא אינעלעקטען, הגם ווייניג, וואס וועלן jumpn ship אין וועלן אויפהערן גלייבן און עוועלציע חאטש זיי ווייסן אלס וואס דער גלייביגער ווייסט

א גרויס טייל פין עוועלאציע-גלויבערס דא אין שטיבל איז זייער גרינג צי זען אז זיי קענען ניטאמאל א בעסער ענגליש, און אן עציץ נקוב האט אן העכערע IQ פין זיי
אבער זיי גלייבן און עוועלאציע, ווארוואס?

סאטיסטק ווייסט צי זאגן פין א קארעלעשען פין ווערן פיזיקעל אדער סעקסעל אביאזט מיט פארשטיין גיט עוועלאשען און ס'זאל זיך לייגן אויפן שכל
אפשר קענסטו מסביר זיין וואס האט פאטשקענען מיט איינעם ביים פנים של מטה מיט פארשטיין בעסער?!
די וועסט יענעם פרעגן וועט ער דיר נישט זאגן איך גלייב נישט ווייל איך בין אויפגערעגט אויף די סעסייעטי וואס האט מיך נישט געהיט
אדער אז איך האב א נאטירליכע מיס-טראסט צי אלעם פין מיין אינגע יארן
איך האב שוין געטראפן אזאלכע וואס האבן געוויינט אז הלוואי קען איך גלייבן און גאט, ס'איז מיר זייער שווער אזוי!
אבער וואו געזאגט, זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים

איך וועל דיר געבען נאך דוגמה
א low self esteem
דער אינגערמאן פעלט פין אינדרויסן כמעט גארנישט ער האט געלט, כבוד, משפחה, א צוויי מיליאן דאללעריגע הויז אן קיין מארגעטש
אבער דאך פילט זיך אנידער געשלאגן מיט זיך ער פילט זיך מיט גארנשיט special
אויף איינמאל:
> פילט ער וואו ער האט אן אייגען מיינאג,
> ער איז נישט סתם נאך א רינגעל אין די גאלדענע קייט
> אנדערש פין טאטע מאמע און געשוויסטער

און אסך פעלער וועט דאס אנטלויפן נאר העלפן אביסל און נאך א שטיק צייט וועט דאס נאגען ציריק קימען און דאן וועט מען טרייען אנדערע סארט ריקריעשען
אפשר מעדעטשען קען העלפן

ב עדיקטעט צי די פילינג פין זיין א martyr
> ער גייט ארים מיט די פילינג אז ער איז איינער וואס איז גרייט זיך "מוסר נפש" זיין פארן אמת!
די וואס ליידען פין דעם וועלן געווענדליך, פריער צי שפעטער מאכן אן עסק פין זייער שוועריקייטן, און העלדישקייט און וויפל שוועריקייטן זיי זענען נעבעך אדארך און גייען נאך אלץ אדארך, אבער זיי האבן פשוט נישט קיין בריירה - (זעה די ביכער זייערע)
אווא א ברעסליווער וואס לעבט אויף מניעות - איז וואו מער ער קען זיך באוויינען, חאטש בינו לבין עצמו איז אלס אלס כדי

אפשר קענסטו מיך געבן צי פארשטיין
נו אז איינער זאגט מיר ער האט איינגעזען א יאשקע איז משיח און איז גרייט צי ליידן דערפאר, נו ער האט דאך נישט קיין בריירה
אבער אז איינער האט אין זיין aha moment אויסגעפינען אז ס'איז נישט דא קיין אמת, מיר לעבן און שטראבן, אינז זענען נישט מער וואו א עקסידענט
איז פאר וואס נישט enjoyen life ???
פארוואס טוישן לייף סטייל?
פארוואס וויי טון עלטערן ?
פארוואס נישט עסען קיגעל (און חזר ווען קיינער זעט נישט),מיט די וויזניצער גארטל ?
ווייל גארנישט מיינט נישט גארנישט?
פארדעם זאלסטו ליידן ???
דו פארשטייסט דאס???

נאר וואס? זייער זעלטן, ווייסט דער וואס טוישט זיין גלויבן פינקטליך וואס טרייבט אים!
דער מענטש ווערט געטריבן פין זיין סוב-קאנשעס אסך מער וואו פין זיין קאנשעס

רעדט מיר נישט איין אז די ביסט צידרייט, דיין סוב-קאנשעס ווייסט שוין גאנץ גוט פארוואס ס'איז כדי צי "ליידן"
א מענטש איז נאר גרייט צי ליידן אויב ס'לוינט אים צי בעולם הזה צי בעולם הבא
דער וואס זאגט אז ער איז גרייט צי ליידן פארן אמת מיינט דאס א ער האלט אז די אמת וועט אים באצאלן, פריער צי שפעטער, אדער ב דער תחושה אז ער לעבט פארן אמת איז זיין גרעסטער שכר
(און דיין פאל איז א נישט שייך, לית דין ולית דיין, און דו באקימסט נישט קיין פוינטס צי לעבן מיט דעם אמת)

ג cognitive dissonance
גייט א וווילער אינדערמאן אין הייערט צוויי בחרים, ער וויל זיי גאר מקרב זיין צי אידישקייט ער איז זיי גרייט צי געבן $20 א יעדער טאג וואס זיי לייגן תפילן
אבער זיי לאכן פין אים און די פויסט, זיי פרעגן אים שאלות וואס ער ווייסט נישט די תיריצים אויף זיי, פין וואו זאל ער וויסען? אין וויזניץ האט מען דאס נישט געלערענט
די קשיות של לעצמו איז נישט אייביק קיין נייעס אבער יעצט אז ער בלייבט מיט די צינג אינדרויסען מאכט דאס אים פילן
זייער אימבאקוועם (די דגש איז אז דאס איז מער הרגשה וואו ריין שכל) איז כדי ארויס ציקריכן פין דעם אימבאקוועמע הרגשה זאגט דער סאב-קאנשיס צים מענטש - איך גלייב טאקע אויך נישט!

ד cognitive dissonance II דער מענטש איז דארך געפאלן מיט עפעס וואס ער פילט זייער נישט באקוועם - אויב קען ער אבער טוישן זיין גלויבינג קען ער זיך ארויס זען פין זיין פלאנטער
נישט אייביג איז דאס א חט פאר א אינגערמאן אין סקווער איז געניג צי הערן AM א סאטמערע פעלט שוין אויס FM
עיין כל באיה לא ישובון

ה דער מענטש וויל פילן וואו ער איז אן אינטעלעקט

ו דער מענטש האט ערגעץ אויפגעפיקט אז האבן ספיקות איז א virtue
עין אשכול "מימיני מיכאל משמאלי גבריאל"
דעם דייגנאז איז זייער אויפגעכאפט דא אין שטיבל

ז מענטשן וואס האבן נישט די גאטס אליינס צי טראכטן, און אז ער ווערט געוואר אז רוב וועלט האלט אז די וועלט איז פלאך אדער רינדעכיג ווערט דאס אויטימאטיש דער אמת
ס'איז דא נאך אסך, אבער ס'איז שוין געווארן שפעט

ס'קען אויך זיין איינער זאל פשוט האבן קשיות, אדער זיין צימישט, אדער סתם אזוי נישט געבען קיין "דעם"
אבער לויט וואו דו לייגסט דאס אראפ וואספארא יסירים דו גייסט אלס דארך פאר וויסען אז גארנישט מיינט גארנישט, און אלס איז נאר א joke, סך הכול ביסטו אביסל junk DNA וואס האלט זיך נאך אינמיטען איוואלווען
ע"כ אין דיין פאל בין איך מער נוטה צי זאגן אז די סוב-קאנשעס שפילט א גרעסערע ראלע וואו די מיינסט
יעצט איך זאג נישט זאלסט האלטן ווואו מיר
אבער קען דען נישט זיין אז דו ביסט יא בייעס?
פארוואס ביסטו אזוי דערגעגען אזא געדאנק?
דיין יא זיין אדער נישט זיין בייעס האט דען ציטון וואו שטארק דו האלסט אז דו ביסט נישט בייעס?


דער סוב-קאנשעס וויל אז אלס וואס איך האב געשריבן זאל פארבלייבן א סוד און איז נישט מסכים דאס צי פארציילן פאר די קאנשעס - פארשטייסט פארוואס?


שכח פאר דער ווארט פין בעלזע רב, דו ווייסט נישט וואו גוט דאס איז!

ב.ד.וו בייעס קאנפעמעשען האב איך בכלל נישט געמיינט צי זאגן אז דו ביסט בייעסט
איך וועל מסביר זיין א צווייטע מאל



הוגה אין אנדערע וועלן מיך הארגענען דערפאר, און ראבן וועט שרייבן אין די וועקר, ווייל דער סוב-קאנשעס וויל ס'זאל פארבלייבן א סוד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך האב נישט געזוכט די עטענשאון פון אנדערע, איך האב קודם געשפילט ביידע זייטן פאר צוויי יאהר צייט, כמעט קיינער האט נישט פונקטליך געוואסט צוזאגן אז איך גלייב אין עפעס אנדערש. איך האב נישט געפלאנט ארויסצוגיין אין די עפענטליכקייט בכלל. איך בין געגאנגען מיט שטריימל, בעיקטשע, ווייסע זאקן, אראפגלאזטע פיאות אין שבת. אלעס, מיין ווייב האט ניטאמאל געוואסט...
מיין טאטע און מאמע מאן דכאר שמיא.

מה עשה הקבה?

עפעס איז געשעהן און ״יעדער״ איז געוואר געווארן... עפעס א קאר עקסידענט (גאנץ נאנט צום וויזשניצער זמן), מ׳האט שוין דערמאנט אסאך מאל די מעשה דא אין שטיבל. מיין געוועזנע שותף מיט זיין גוטהארציקייט האט עס אויסגעפויקט פאר יעדעם איינעם.

איך זאג דיר נישט קיין ליגענט:

ווען מיין טאטע האט באקומען א קאפיע פון די ״קאר עקסידענט ריפאורט״ און געזעהן וואס טוט זיך, האט ער געחלשט אויפן פלאץ, מיין ברודער א פארעמעדיק איז געקומען צופארן, די מעשה האט אים עלטער געמאכט מיט 20 יאר, און ער מיינט היינט אז איך בין א שטיקל בעל תשובה, ווייל אז נישט גייט ער אין קבר אריין גאראנטירט. איך רעדט מיט אים יעדן איינציגע טאג כמעט, איך זעה אים אפאר מאל א וואך, איך גיי ארויף צו מיינע עלטערן יעדען צווייטן טאג, כבין פריער דארט געוועהן.


קיינער האט נישט קיין איין סיבה שבעולם צוזאגן אז איך בין וואס איך בין, חוץ אז איך גלייב באמת נישט... ווער ס׳קען מיך זאל רעדן! אדרבה!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שבת אחים האט געשריבן:קיינער האט נישט קיין איין סיבה שבעולם צוזאגן אז איך בין וואס איך בין, חוץ אז איך גלייב באמת נישט... ווער ס׳קען מיך זאל רעדן! אדרבה!


*) זיכער גלייבסטו באמת נישט - ליין איבער
איך האב נישט געשריבן דו זיכסט פשוט עטענשען
און איך האב אויך נישט גערעד דאווקא פין דיר
און וואס איך האב געשריבן לאזט נאך איבער געניג און נאך פלאץ פאר דיין ווערסיע און נאך אלץ ווערן פעסט געטריבן פין די סוב-קאנשעס - נעם למשל ג. אדער ד.
איך און דו ווערן געטריבן דערפין!


*) ערגעץ אין איין קעמערל אין הארץ, נאך וואו דו גלייבסט!
בעלזע רב
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
פארשפארט