די טיילונג
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
די טיילונג
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט הערט מען אלס מענטשען וואס זענען נישט צופרידען מיטן "סיסטעם", אלע פראבלעמען וואס מ'האט בלעימד מען גלייך אויפן סיסטעם, הצד השווה וואס באדערט מענטשען איז די קאנטראל וואס איז משעבד איינער וואס טראכט נאר א משהו אנדערש פון די אנגענומע מיינונג פון די סביבה, דאס אנטי-אינדיווידואליטעט עטיטיוד וואס הערשט במחנינו אונטערדרוקט א יעדער וואס פרובירט נאר צו טרעפן זיין פינטעלע זיך. נישטא דא קיין פלאץ פאר גארנישט ניי. דאס זוהן דארף אויסזעהן פונקט ווי זיין טאטע, וואס מאכט נאך זיין פאטער -וואס האט עס גראדע געמיינט אמת'דיג- אבער בדורנו זה איז עס אסאך מאל בלויז פון דרויסן, נאכצומאכן יענער אין אויסזעהן די זעלבע ווי יעדעם, הן ברוח והן בגשם.
ווי יעדער איז עדות, איז אין די לעצטע תקופה צוהט די שטריקן גאר שטארק אויף רעכטס, און א מיינאראטי עסקנים ואישי ציבור און עקסטרעמע רבנים שטעלן אראפ די טאון פון די קומענדיגע דורות וואס ווערן ב"ה פרומער און פרומער כן ירבה וכן יפרוץ. דאס ערשיינונג חזר'ט זיך איבער טעגליך בכל מיני הינזיכטן, און מ'קען זאגן ס'איז אכשר דרא אויפן העכסטע דרגא. מאידך גיסא וועט קיינער נישט לייקענען, אז מבפנים האט מען געכאפט א שיפע דריי אויף לינקס, הן די גאס איז נישט אזוי ווי אמאל וואס דאס איז משפיע דיירעקט אויף אונז הייפעלע יודען, און פארשטייט זיך ווען ס'מקיום געווארען די פסוק ומלאה הארץ דעה, מיט די ערפונדונג פון די אינטערענעט, ווי אינגערלייט און ווייבלעך קריכן ארויס צוביסלעך פון זייערע פארמאכטע לעכער וואס מ'האט זיי מחנך געווען די אלע יארן, און זייערע לייף סטייל שטומט נישט היינט מיט זייערע סביבה, טו סעי זע ליסט. דאס סתירה פראסקעט אין פנים, און מ'ציעט אונז פון ביידע זייטן מיט אייזענע כחות.
ווען אימער איך ברענג ארויף דעם שמועס ביי שאלעשידעס, איז מערווייניגע די נחמה אז מ'וועט נישט קענען ווייטער אזוי אנגיין, ס'איז אוממעגליך! סוף כל סוף גייט דא בעל כרחו זיין א טיילונג! די חעברע ציען אזוי שטארק אויף רעכטס אז א גרויסן עולם וועט זיך מער נישט לאזן פירן אזוי, און ס'וועט געשעהן עווענטיאל א געהעריגע טיילונג. און אונז חברים זענען זיך מנחם איינער דער צווייטען אז מ'דארף נאך דורך שטופן א פאר יאר אבער מ'וועט אי"ה איינטאג אנקומען צו דעם, מ'וועט קענען פירן אידישקייט מיט שטאלץ אהן די אלע עקסטרעמע מנהגים און מנהיגים.
אזוי בליקענדיג און דעם נייעם וועקער (5), זעה איך אז קטלא קניא איז פיין מסכים מיט מיר. אזוי שרייבט ער: "עס פרעגט זיך שוין נישט די שאלה פון עד מתי, ווייל עס איז נישט מעגליך אז אונזער דור וואס האלט ביי אזוי ווייניג מיט אזא דעקאדענטע פירערשאפט זאל קענען אויפצוען א דור ווי אונז. ערגעץ וואו וועט עס קראכן!" און אזוי הער איך כסדר ווי מענטשען פלוידערן אז וואן דעי קומט די קראך.
אבער די מיליון דאלאר פראגע וואס מוטשעט מיר איז ווי איז די קראך? פארוואס האט דאס נאכנישט עמטליך פאסירט? אויב ס'איז דא אזא גרויסן עולם וואס באלאנגט נישט דא, פארוואס מאכט מען נישט איינמאל פאר אלעמאל שבת פאר זיך? איך פרוביר שוין צו אויס ארבעטען פלענער, אויב געשעהט יא א טיילונג, ווי טיילט מען דאס איין? יעדע וועט טיילען כלל ישראל ווי ער האלט מ'דארף שניידן, אריינקומענדיגע די וואס ער האלט זענען מיט איהם בדעה אחת - און ארויסווארפן ס'איבעריגע אויף די אנדערע זייט מחיצה..
עד שבאה מלך שפירא און מיר אויפגעוועקט פון מיין חלום.. פריי דיך נאך נישט אזוי שנעל.. קיין טיילונג פאסירט גארנישט אין די ניר פיוטשער. "עס איז אמת אז א סך חרדים זענען נישט צופרידען וכו' אבער איך האלט נישט אז מ'קען ערווארטן אן אויפשטאנד. למעשה קוקט אויס אז די אינטעלעקטואלן זענען צופרידן צו בלייבן אין זייערע קהילות אפילו אויב זיי זענען נישט בסדר מיט אלעם וואס זיי זעען. וכו'. דהיינו אז מ'קען נישט אוועק גיין ווייל ס'וועט יצא שכרו בהפסדו, דאס לעבען וועט זיין פיל גרינגער און לייכטע אויב באשליסט צו בלייבן, עס לוינט זיך צו קאמפראמייזן דאס ביסעל הרחבת הדעת, פאר א ראויגע לעבען. אין אנדערע ווערטער, אונזער סיסטעם איז אזוי שטארק אז איינער וואס גייט ארויס אביסעל פון די סיסטעם איז שוין אוטומאטיש ארויס פון די סיסטעם, און די סיסטעם איז, אז איינער וואס איז ארויס פונעם סיסטעם, איז שוין נישט א חלק פונעם סיסטעם.
איז דא דא איינער וואס קען מיר נאך געבען האפענונג? גיי איך נאך דערלעבן א טיילונג? און אויב שוין יא א טיילונג, וועט עס זיין גענוג שטארק, אז ס'וועט מיר לוינען צו זיך אריבער כאפן אהין? ועל כולם איז שייך צו מאכן א טיילונג וואס מיינט נאך אלס זיין א חרדי אבער אהן די אלע קרעפ און פרעשור? וועט זיין א טיילונג וואס מ'וועט זיך מוזן מוסר נפש זיין צו זיין א חלק דערפון? וועט דאס זיין ג'אסרט דארך די הייליגע רבנים אלס די נייע משכילים?
אדרבה, וואס וועט דא זיין?
נ. ב. ווי איר זעהט דאס איז געשריבן געווארען לאנג צוריק, כ'האב געהאפט צו פארבעסערן די שפראך און גראמאטיק אבער לא עלתה בידי. די עיקר איז די מעסעדזש..

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
טאמער וועט זיין א טיילונג וועט עס זיין פין די פרומע וואס וועלען ארויסווארפן די נישט פרומע, מען וועט אסר'ן מוסדות צו נעמען קינדער פין שטיבער מיט סמארטפאנס, אדער אפילו פין שטיבער וואס איינער פין די עלטערן ארבעטן אויף א קאמפיוטער מיט אינטערנעט, און די אידן וועלען בעל כרחם מוזען עפענען אייגענע מוסדות.
דערווייל וועט מען דאווענען אין איינעם, אבער די קינדער פין די אינטערנעט מוסדות וועלען ארויסקומען אנדרעש און די קינדער פין די נייע מוסדות וואס וועלען ווערען רבנים וועלען נישט קענען פסק'ענען שאלות פאר די פרומע קהילות, זייערע הכשרים וועלען זיין ווי היינט א"י.
אבער עס וועט נעמען צוואנציג דרייסיג יאר ביז דאס וועט למעשה זיך פארמירען, און די יארן קען מען נישט אנהייבן ציילען פאר מוסדות פאר אינטערנעט משפחות ווערען געגרינדעט.
למעשה גייט עס לכאורה קיינמאל נישט געשעהן, ווייל עס איז דא מער ווי צויי סאטמארע קהילות, און לאמיר זען זאגען אז סאטמאר איז גענוג גרויס און קען באשטיין צו פארלירן א האלבער עולם, וועט נאך זיין גענוג און נאך רבי'ס וואס וועלען זאגען נאך חסידים און אננעמען קינדער פין אינטערנעט שטיבער.
איז לעת עתה איז עס א שיינער חלום, און גייט לכאורה נישט געשעהן.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
חלומות באספמיא
אפילו די וואס לעבן א אנדער סטיל לעבן זייט די טעכנעלאגיע פארפלייץ, זענען נישט סטאביל צו זייער מהלך, איין טאג איז ער אזוי און א צווייטע טאג אזי, ד.ה. עס וועט נישט סטאביליזרען זיך א אנדערע סארט מחנה חוץ די א.ט.ד. וואס גייען אינגאנצן אוועק און לאזן קלין די אידישע מחנה פין זייער footsteps,
די טיילונג קען מען היינט זעהן פאסירן זייער שנעל ווען אין נייע געגנטער וואס וואקסן לעצטנס ארויס ווי שוואמען אין די ערטער ווערן זייער שטארק צוטיילט די סארט מענטשן, פרימערע קרעמלן באזינדער די אנדערע סארט ווילן זיך שיידן און זיין פאר זיך, אמאל איז אנדערש געווען.

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:חלומות באספמיא

אויב אזוי איז זייער גוט. נישט אזוי האט די נביא געזאגט עד מתי אתם פוסחים על שתי הסעפים אם ה' האלקים לכו אחריו ואם הבעל לכו אחריו.
הער אויס, אז די חרדים וועלען נישט זיך אויס מענטשלען און אויף הערען צו פאניגען דאס מענטשהייט וועט מען מוזען די צווייטע אפשען כדי צו סארווייווען. מי יתן אז מ'זאל שוין אפ אטעמען פון די גזירות המתגברות מידי יום ביומו.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי: אבער א גרויס חלק פארוואס דער עולם איז אנגעווייטאגט. חוץ די ממשות'דיגע פיזישע שוועריגקייטן וואס די היימישע מוסדות החינוך מאכן אן. איז דאס היפאקריטישקייט פון א סאך פון די רבנים. וועלכע זיי און זיייערע קינדער לעבן א גוטן טאג. פארזארגט מיט אייגענע הייזער און וואקאציעס אין פלארידא און קאליפארניע עטליכע מאל א יאר. און דער המון עם מוטשעט זיך זיייער שטארק אויף פרנסה. און מיט מסדר זיין נארמאלע דירות און לעבנ'ס באדינגונגען פאר זיך און פאר זייערע קינדער. און די רבנים און מנהיגים פון זייערע הויעכע פאזיציעס קומען אויף מיט נייע גזירות חדשים לבקרים צו מאכן מער שוועריגקייטן. און די פאני זאך איז אז די בנש"ק'לעך און די גבירים זענען עקזעמפט פון די אלע זאכן...! פארוואס זאלל זיך דער הייליגער רב וועלכער זארגט אזוי שטארק פאר מיין רוחניות, זיך נישט אינטרעסירן צו איך האב פון וואס צו מאכן שבת. אדער זונטאג. אדער איך און מיינע קינדער האבן א דאך וואו אריינצושטעקן די נאז. און דעם גאנצן גוף...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די טיילונג
ווי לאנג די נישט פאנאטישע האלטען זיך ׳שוואכער׳ אין אידישקייט, וועלען זיי זיך נישט קענען אפטיילען. אז דו זעסט א צורך צו מאכען א טיילונג, מאך זיכער צו זיצען און לערנען, דאווענען ערליך, און היטען מצוות ערליך, כדי די טיילונג זאל קומען פון אן ערליכער פלאץ, און נישט פון די סקריקין. אנישט, וועט די שלעגעריי ווידער זיין אהרן זלמן לייב, ציונות און נאך אזעלכע אומווירדיגע נאנסענס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: די טיילונג
כ'ווייס נישט ווי ליפא זעהט עס. איך זעה נאר ווי יעדער שטעלט זיך צו ווי וואוילע קינדער צו יעדער תקנה וואס פאלט איין פאר די רבי אדער מנהל המוסד. אנגעהויבן פון די פונקטליכע לבוש, מעיקאפ ווער ס'מעג פירן דאס קאר, און געענדיקט ביי טעקנאלאדזשי געצייגן.
ווען מ'האט גהאנדעלט מיט אלע פירצות במשך די יארן, איז לכאורה געווען א מיעוט וואס האט זיי געבאדערט. אבער היינט אין 2017 איז דאס נוגע פאר א ריזן חלק פון די עלטערן. א ריזיגע חלק שעלטן אריין אבער האבן נישט קיין אנדערע ברירה, א חלק פייפן אריין במישרין ובעקיפין. בעיקר הייבט זיך אהן אלע ווילדע תקנות פון גאר עקסטרעמע עלעמנטן וואס זענען משכנע א מנהיג, ער מאכט שטרענגע תקנות, און פון דארט מאכן אלע מוסדות נאך איינס ביי איינס, ווייל זיי ווילן אויך זיין אויף די פרומע ליסט. איך וואלט ווען ג'חלומט און געהאפט צו לאזן די מיעוט זיך אפטיילן און לאזן מנוחה דאס רעשט הייפעלע יודן. אלס בלייבט ביים אלטן, נאר נארמאלע...
ווען מהאנדלט מיט אזא ריזן ציבור וואלט שוין געמעגט זיין א היימישע קרייז, וואס איז ערליך און אויסגעהאלטן אבער נישט מיט די שטרענגע משוגע'סן.
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אלע מוסדות גייען צוביסלעך אסרן סמארטפאון'ס אפילו לצורך פרנסה.
אפשר איין טאג וועלן זיי אסרן פליפ פאונס אויך, ווייל כולו חדא גזירה הוא. און מיינסט איינער גייט שטעלן א ווידערשטאנד? יו וויש!
ווען מ'האט גהאנדעלט מיט אלע פירצות במשך די יארן, איז לכאורה געווען א מיעוט וואס האט זיי געבאדערט. אבער היינט אין 2017 איז דאס נוגע פאר א ריזן חלק פון די עלטערן. א ריזיגע חלק שעלטן אריין אבער האבן נישט קיין אנדערע ברירה, א חלק פייפן אריין במישרין ובעקיפין. בעיקר הייבט זיך אהן אלע ווילדע תקנות פון גאר עקסטרעמע עלעמנטן וואס זענען משכנע א מנהיג, ער מאכט שטרענגע תקנות, און פון דארט מאכן אלע מוסדות נאך איינס ביי איינס, ווייל זיי ווילן אויך זיין אויף די פרומע ליסט. איך וואלט ווען ג'חלומט און געהאפט צו לאזן די מיעוט זיך אפטיילן און לאזן מנוחה דאס רעשט הייפעלע יודן. אלס בלייבט ביים אלטן, נאר נארמאלע...
ווען מהאנדלט מיט אזא ריזן ציבור וואלט שוין געמעגט זיין א היימישע קרייז, וואס איז ערליך און אויסגעהאלטן אבער נישט מיט די שטרענגע משוגע'סן.
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אלע מוסדות גייען צוביסלעך אסרן סמארטפאון'ס אפילו לצורך פרנסה.
אפשר איין טאג וועלן זיי אסרן פליפ פאונס אויך, ווייל כולו חדא גזירה הוא. און מיינסט איינער גייט שטעלן א ווידערשטאנד? יו וויש!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: די טיילונג
ריכטיג, אבער לכאורה פאר די זעלבע סיבה וואס ס'האט נישט געקראכט ביז היינט, וועט אזוי זיין ווייטער . מה היום מימיים. בעיקר האב איך מורא, אז די גרעסטע פראבלעם איז, אזוי ווי ליטוואק איז מרמז, אז אויב וועט די קראך יא קומען וועט עס זיין דורך די גאר שוואכע עלעמענטן, ווייל בלויז זיי האבן די גאטס. די אלע מענטשען אינדערמיט וועלן בלייבן און די פארנאטישע חדר. און דעמאלס האב מען גארנישט דערפון.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: די טיילונג
אויב היסטאריע חזרט זיך איבער, דאן איז עס זייער ווייט פון טיילונג, ווייל א סאקסעספולע טיילונג ווערט נאר געמאכט ווען פרימע טיילן זיך אפ פון ווייניגער פרימע, נישט די ווייניגער פרימע פין די פרימע.
נעמט א משל פון די לעצטע געלינגענע טיילונינגען. בני יואל זיך אפגעטיילט פון די מאנרוי מוסדות, ווייל מאנרוי איז נישט געווען געניג פרים. מען האט געכאפט א מוסד נעמען פין די מדינה, זיך אפגעטיילט סאקסעספולי און געמאכט שבת פאר זיך און פארשטייצעך אליין אנגעהויבן נעמען בשעה טובה. תיכף דערנאך נאך א טיילונג.
סאקסעס קומט נאר ווען מען ניצט די רעליגיע קארטל בצירוף אביסל דזשיהאד און א טיילונג איז אין די מעיקינג.
משא''כ דא ביינינז איז די מוסד בתוקפו און שטיפן ארויס די אינטעלאגן און וועלן מצליח זיין. אינטעלאגן זענען צי קליג צי מאכן אפטיילונג, וואס מען ברויך טיען מצליח צי זיין איז ברענען די פרימע ביז זיי ברויכן זעלבט הייבן פיס. ווי למשל ר' שמעון יואל וו''ב'ס נייע מיידל סקול, ווייל די תקנות המסדות זענען נישט געניג פרים.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
@פליקער האט עס גאנץ גוט ארויס, די איינציגסטע וועג פאר א טיילונג איז נאר דורך די זעלבע קאנצעפט אבער מער ראדיקאל. און אונזער סיסטעם אזויווי עס איז וועט נישט ווערן צופיל שוואכער. וואס מיינט אז ס'וועט נישט ווערט זיין אויף דאס וואס מיר האפן.
נעמליך אבער טראכט איך אז עס קען אפשר קומען דורך אן אנדער אופן. דהיינו. עס וועט אויפשטיין א רבי חדש. מעגליך חדש ממש, מעגליך שיתחדשו... וואס נאכ'ן זעהן וואס די פירות וואס די איצטיגע מהלך ברענגט איהם, און אז עס איז ווייט פון ריכטיג. סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחברו. וועט ער דאן באשליסן צוטוהן אביסל פארן ציבור און אסאך פאר גאט. און וועט פארמאל דערקלערן און אנערקענען אז דער סטאלינער איז גערעכט. און וועט מאדיפיצירן זיינע מוסדות און איפרעסטראקטור לפי צורך השעה. ס'וועט נישט גיין גרינג אבער א טיילונג וועט עס קענען אנמאכן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
קורקלענד האט געשריבן:@פליקער האט עס גאנץ גוט ארויס, די איינציגסטע וועג פאר א טיילונג איז נאר דורך די זעלבע קאנצעפט אבער מער ראדיקאל. און אונזער סיסטעם אזויווי עס איז וועט נישט ווערן צופיל שוואכער. וואס מיינט אז ס'וועט נישט ווערט זיין אויף דאס וואס מיר האפן.
נעמליך אבער טראכט איך אז עס קען אפשר קומען דורך אן אנדער אופן. דהיינו. עס וועט אויפשטיין א רבי חדש. מעגליך חדש ממש, מעגליך שיתחדשו... וואס נאכ'ן זעהן וואס די פירות פונעם איצטיגע מהלך ברענגט איהם, און אז עס איז איז ווייט פון ריכטיג אזויווי עס איז. סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחברו. וועט ער באשליסן צוטוהן אביסל פארן ציבור און אסאך פאר גאט. און וועט אנערקענען אז דער סטאלינער איז גערעכט. און וועט מאדיפיצירן זיינע מוסדות און איפרעסטראקטור לפי צורך השעה. ס'וועט נישט גיין גרינג אבער א טיילונג וועט עס קענען אנמאכן.
די אמת איז אז ס'שוין דא א שטיקל אויפוואכונג און דעם דיירעקשאן. נעם למשל א יואל ראטה. ער איז טאקע ווייט פון מעינסטרים, אבער דאך מיט צוואנציג יאר צירוק איז נישט געווען א מדובר פון אזא זאך. בכלל די געדאנק אז א גרויסע חלק בני הקהילה פון די עסטעבלישמענט האבן זיך זייערע אייגענע משפיעים וואס איז אויך נישט עפעס וואס איז אמאל געווען. ועל כולם די גאלדענע אינטערנעט וואס איז די וויהיקעל וואס האט געברענגט אפענקייט. מ'קען זוכען דא אין גארטען. די ווועקער, וואס איז אן אפישיעל פרינט עדישען פון מיינונגען פון פרומע יודען וואס וואוינען אין חרדישע געגענטער דוקא, איז א שטארקע ראי' אז ציבוסלעך קומען די אינערליכע געפילען צום אויבערפלאך און ווערען מער למעשה'דיג. און דאס איז אויך נישט געווען צען יאר צירוק. ס'איז טאקע נאך גאר ווייט, אבער ס'דא א מעגליכקייט אז ציביסלעך זאל דורך שניטליכע פרומע יודען אביסעל אפשאקעלען פון די עסטעבלישמענט טעראר.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
יואל ראטה טוהט טאקע גוט, אבער לדעתי איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז ס'וועט נישט אנגיין אזוי אויף אייביג. ווייל זייער אסאך פון וואס ער טוהט איז מעגליך נאר ווייל אן דעם וואלט ער זיך נישט געקענט אויפבויען, ממילא טוהט ער דאס זעלביגע ווי אונדזערע האבן געטוהן ווען זיי האבן זיך געבויט. אבער איינמאל ער וועט זיך עסטאבלישן שטארק, און די אלע היינטיקע מעלות זיינע וועלן זיך פלוצים איבערדרייען צו חסרונות וועט ער געבן א דריי מיטן וויידל און א גוטן טאג.
סתם א קאנספיראציע. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט זיין אפעראציע צו וואוסן באמת.
סתם א קאנספיראציע. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט זיין אפעראציע צו וואוסן באמת.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
לדעתי איז דאס נאר א מעטיר אוו טיים. אין צוואנציג ביז דרייסיג יאהר ארום, וועט אן ארטאהדאקסישער איד האבען א גרעסערער בחירה ווי פרום אדער חסידיש ער וויל זיין. די גרויסע רבי׳שע הויפען וועלען צוזאמען פאללען, און דאס לעוועל פון פרומקייט וועט אריבער גיין פון דעם היינטיגען ״קהילה השתייכות״ צו ״משפחה השתייכות״. אזוי אז אזוי ווי היינט איז ניכר אז למשל דער סאטמערער חסיד איז כלומר׳שט פרומער ווי דער רוזינער חסיד. אינעם פיוטשער וועלט וועט דאס ניט זיין במציאות מכמה טעמים מובנים וידועים ליודעי חן. (עס איז שוין הייינט ווינציגער ווי אמאהל. און דאס איז די סיבה אז די מוסדות און חסידישע הויפען פרובירען איינצופיהרען תקנות בע״כ פונעם ציבור). א חרדישער איד וועט שיקען זיינע קינדער אין א כללי מוסדות אדער א כלל חסידי מוסד. און דאס פרומקייט לעוועל וועט זיך ווענדען אין די אינדיוודועללער שטובער. אויף וויפיעל דער טאטע און די מאמע זענען באמת יראי השם וועלען די קינדער נאך גיין. אזיסט און אויף וויפיעל נישט וועט זיך די מוסד קענען שטעללען אויפען קאפ.
וואס וועט קאנטריביוטען דערצו וועט אויך זיין די געאגראפישע פארשפרייטונג פונעם ציבור. עס וועט נישט מעגליך זיין צו האבען אינעם זעלבען שטאט צעהן פארשידענע מוסדות מיט אנדערע לעוועלס אוו פרומקייט. ממילא וועלען די אללע פראבלעמען פון פיער פרעששור זיך ממילא צו גיין. נאר וואס דען מען וועט מוזען מחנך זיין די דורות מיט אן אמת, אהנע בלאף.

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די טיילונג
מיינסט ערנסט?שמעקעדיג האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:
שוין דא מוסדות וואס די מאמע מוז אריבער קומען אין אפיס און גייט דורך א בדיקה. דאס גייט זיין די נארם אין עטליכע יאר איבעראל!
אפשר קענסטו זאגן מער דערוועגן? איז דאס טאקע אזוי? למשל וועלכע מוסדות? און וואס גענוי מיינט א בדיקה?
אין לעיקוואד מוזען יעדער טאטע מאמע אראפ קומען צו אן אינטערוויו איידער מ׳נעמט אריין א קינד. איך האב געמוזט זיצעו אין פראנט פון דריי נערישע פרויען פאר מיין טאכטער, און מיין ווייב האט געמוזט מיטקומען פאר מיין זוהן.
גיי ליין ווייבער פורום׳ס ווי מ׳רעדט פון טוישען קליידער פאר די אינטערוויו.