קאמפיין אטאקעס 2012

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 513
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
האט שוין געלייקט: 307 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

קאמפיין אטאקעס 2012

שליחה דורך גדעון »

פאליטישע עקספערטן זאגן פאר, אז די 2012 קאמפיין וועט זיין איינס פון די נעגעטיווסטע אין די געשיכטע פון אמעריקאנע פאליטיק, אבאמא פון איין זייט וואס האט נישט ציפיהל וואס צו צייגן פון זיין אייגענעם רעקארד וועט שטיין גרייט מיט א ביליאן דאללער אויף צו אטאקירן ראמני,
מיט ראמני פון די אנדערע זייט האט שוין יעדער געזעהן ביי די פריימעריס וויאזוי ער האט געפירט זיין קאמפיין, ער האט "אוטספענדעט זיינע אפאנענטס" מיט מיליאנען, און 95 פראצענט פון זיינע עדס זענען געווען נעגאטיוו.

נאט אייך א ביישפיל פון די שיינע קאמפיין וואס ווארט אונז אפ,

די אבאמא קאמפיין האט אויפגעגראבן אז אין 1983 האבן די ראמניס -נישט מער געדאכט- ארויפגעזעצט דאס הינטל זייערן "סימאס" אויפן דאך פון די פאמיליע סטעישאן וואגאן, און אזוי געפארן פון באסטן צו קאנאדע (צו די הנאה פונעם כלב - לויט ראמני). מיט דעם האבן די דעמעקראטן געוואלט פארשווארצן ראמני'ן ביי די פיהלע הינט ליב האבער.
דעיוויד עקסעלראד האט אפילו געטוויט א פיקטשער פונעם פרעזידענט מיט די אבאמא הינטל "באו" אין זיין קאר מיט די אויפשריפט: how loving owners transport their dogs..

די ראמני קאמפיין איז נישט שילדיג געבליבן און האט "אויפגעדעקט" אז א 6 יעריגע אבאמא ווען ער האט געוואוינט אין אינדאניזיע ביים זיידן האט ש'מער ניש'ווייניגער געגליכן צו עסן הינט פלייש.. וזה לשון אבאמא יר"ה אין זיין בוך: "With Lolo, I learned how to eat small green chili peppers raw with dinner (plenty of rice), and, away from the dinner table, I was introduced to dog meat (tough), snake meat (tougher), and roasted grasshopper (crunchy),
דאס איז א טעיסט אויף וואס ס'ווארטס אונז אפ אינעם קומענדן וואהל סעזאן
בייגעלייגטע פיילס
seamus-romney-roof-dog.jpg
seamus-romney-roof-dog.jpg (41.75 KiB) געזען געווארן 1573 מאל

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר