הקטן האט געשריבן:דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו שרייבסט, אדארבא זיי דיך בעסר מסביר, בכלל אופן אז דאס נישט וואס דאקינס זאגט
נישט @הקטן אדער דאקינס, נישט שבת אחים און נישט די רבי ר' אמנון יצחק זענען געווען דא ביים בריאה.
אויב וויל איינער וויסען ווי אזוי איז דאס געשען און ער פרעגט זיך נאך, ווי דארף ער קוקען? וועם זאל ער פרעגען?
ווען איך בין געווען א אינגעל האט מיין טאטע און רבי מיר געזאגט ווי צו קוקען. זיי האבען מיר דערציילט פון א בוך, א הייליג בוך, דער ערשטע בוך, דער בעסטע בוך וואס לויט מיין טאטע און רבי זאגט עס אז קעץ און הינט זענען צוויי עקסטרע נבראים און נישט צוויי תולדות פון איין באשעפעניש.
ווען איך האב שוין געהאט אן אייגען קינד און איך האב געליינט דארט ווי מיין טאטע און רבי האבען געזאגט אז מ'טאר נישט קוקען, האב איך געהערט זייער שטארקע ראיות אז ניין, קעץ און הינט זענען יא תולדות פון איין באשעפעניש.
וואס הייסט ראיות? קיין "בעיני ראיתי" איז נישט דא. קיין פיקטשערס מיט ווידיאו איז אויך נישט דא. וואס איז יא דא?
פליגען פון מאנטשעסטער.
העלזער פון דזשיראפעס.
ד.נ.א.
סערט און מונסי ווישניץ.
ועוד ועוד ועוד באשכול הסמוך.
איך מיין עס ערענסט. די זעלבע וועג ווי שבת אחים קען אונז באווייזען אז עס קען נעמען אונטער 100 יאר פון די אהבת ישראל פון גרויסווארדיין ביז סערט און מאנסי, רבי ר' שרולצ'ע און רבי ר' מענדעלע, קען ער אויך ווייזען אז עס קען נעמען 6000 יאר פון איין אדם ראשון זאל ווערען סיי אידען סיי איראפעישער גויים און סיי אינדיאנער שבטים.
די זעלבע וועג ווי אזוי נאטורליכע סעלעקציע קען מאכען שווארצע פליגען פון ווייסע און פארקערט, קען מען אויך מאכען אומנאטירליך פון א וואלף צו א הינט. מען דארף נעמען א קליינע בעבי וואלף, אויפהאדעווען אין א קעידש און פון יעדער דור נאר לאזען די ווייניגסטער ווילדע וואלף געבוירען קינדער. פארשערס אין סיביר האבען עס געטוהן אין אונטער 50 יאר. נאטורליך קען עס אויך געשען, אבער, פארשטייט זיך אז עס וועט נעמען לענגער.
ווי אזוי ארבייט עס? די ענטפער ליגט אין אונזער דנ"א!
א יעדער לעיבעדיגע בריה באשטייט פון צעלען, די צעל האט אינערווייניג א בלופרינט וואס זאגט עס ווי אזוי זיך צופירען. די בלופרינט הייסט ד.נ.א. די דנ"א זאגט פאר אן עובר במעי אימו ווי צו וואקסען הענט ווי צו מאכען אויגען, וואס די קאליר פון די אויגען זאל זיין וכו' וכו'. נישט נאר פיזיש, נאר אויך טוט די דנ"א מאכען זיכער אז א מענטש/חיה זאל וועלען בלייבען לעבען, זאל וועלען ממשיך זיין דורות און ביי מענטשען טרייבט עס צו וועלען זיין אנגענומען, וועלען זיין א גוטער און אלעס וואס די הארץ באגערט נאך. אלעס איז פאשריבען אין דעם בלופרינט. עס איז דא דארט ביליאנען צירופי אותיות (להמחשה, גאנץ ש"ס צוזאמען האט ארום 10 מיליאן אותיות - דא רעדט מען פון באלד 1000 שס'ן. אלעס אויף א חודו של מחט)
ווען א טאטע מאמע זענען זיך מייחד לשם מצוה ראשונה שבתורה ווערט א מישעניש פון ביידע'ס דנ"א. אזוי ירש'נט מען אלעס, סיי קאליר אויגען און סיי מידות. דער פראגראם קען נאר מוליד זיין אויב ביידע עלטערען האבען די כמעט די זעלבע דנ"א. פארדעם קען א מענטש מיט א מאלפע נישט געבוירען א חציו עבד וחציו בן חורין (אונז האבען אן אנדערע צאל כרומאזומס ואכמ"ל), און פארדעם קען א חיטה וגפן נישט געבוירען כלאיים.
דער ווונדערליכען דנ"א האט אין זיך געוואלדיגע חכמות ווי אזוי עס היט זיך אפ פון מאכען טעותים. א שנעלע זוך אויף וויקיפעדיע וועט דיר צייגען ווי מורא'דיג ס'איז. אבער נאכאלס, טאקע ווייל ס'איז אזוי קאמפלעצירט מאכט זיך אמאל א טעות. רובא דרובא טעותים זענען געפערליך. א קינד מיט אן עקסטערע פינגער רח"ל. א פינגער וואס פעלט. א לאך און הארץ ועוד כהנה וואס מען זאל נישט וויסען.
אבער אמאל מאכט זיך א טעות וואס ארבייט יא. עס מאכט זיך אמאל א קליין לייב וואס זיינע פוס ביינער זענען אביסעל געדרייט אויף ארויף און ממילא קען ער שנעלער לויפען פון זיינע עלטערען. אזא קינד האט מער שאנסען צו איבערלעבען שונאים און כאפען חיות פאר זיין אייגענע קינדער. דאס איז די בעסיס צו דארווין'ס המצאה. זיין חכמה ליגט און דעם וואס ער האט דאס פארשטאנען נאך פאר מענדעלעיעוו האט אויסגעפונען גענעטיקס.
מיט דעם פארשטאנד קוק איך ווייטער ווי מ'טאר נישט (mitochondria), זאגען זיי אז איין מאמע קען געבוירען א קינד וואס זאל זיין אן אדם הראשון וואס אונז זענען מיר אלע געשאנקען מיט די זעלבע דנ"א.
נאך אביסעלע עיון ווייזט אז מיט דעם כמעט פערפעקטע דנ"א סיסטעם קען אין 250,000 יאר, דארך קליינע צוביסעלעכע טושינגען אין די דנ"א, נעמען אן עיפ - א מאלפע, און זייער אייניקלעך קענען זיין סיי טשימפאנזיס בוים קריכערס און סיי מענטשען כפרות שלעגער.
אזוי קען מען גיין למעלה בקודש. עס איז מעגליך צו גיין פון איין פראטא קאץ צו אלע פארשידענע מיטגלידער אין די פאמיליע - פון די גרויסע לייב ביז די קלענסטע יאפאנישע קעצל - דארך נאטורליכע קליינע טוישען אין אונטער א מיליאן יאר. עס איז מעגליך צו גיין פון איין יונק mammal בלע"ז און אין בערך 50 מיליאן יאר זאל עס ווערען צו אלע מיני משונהדיגע מאמעלס וואס עס געפינט זיך אויף דעם קליין וועלטעל אונזערס.
יעצט נאכאמאל, איך בין נאך נישט כבן ארבעים. איך בין זיכער נישט געווען דערביי ווען די טוישונגען זענען שטאטליך געווארען. ממילא ווען איך האב דאס די ערשטע מאל געהערט האב איך אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. מיליאנע יארען, אזוי גאר? חחחחחח
נו, קדמות העולם איז נישט די נושא דא (איך זאג דיר צו, אז די ווילסט וועל איך דיר אויך עקלערען פארוואס זיי זאגען אזוי.*) אבער ערשט לאמיר דן זיין אז לו יצוייר די וועלט וואלט יא געווען מיליאנע יארען אלט, און אויב וואלטען אונז דעמאלטס אראפגעלייגט צוויי פישעלעך אין וואסער און אוועקגעגאנגען ביז צו די היינטיגע טאג וואס וואלטען מיר געטראפען?
אויב ליידיגען מיר אויס אלע ברואים פון די וועלט היינט און מיר לאזען נאר איבער צוויי פישעלעך -א זכר ונקבה - און מיר קומען צוריק אין 500,000,000 יאר וואס וועלען מיר טרעפען?
ווען איך האב אריינגעטראכט אין די הייפאטעטיקאלע קשיות און איך האב גענוצט דאס וואס מען ווייסט ווי אזוי נאטור ארבייט, ווי אזוי א קאץ געבוירט א קאץ און א ווישניצער געבוירט א ווישניצער תסמרנה שערות ראשי. וואס הייסט? א נברא דארף שוין נישט א בורא? גלייב מיר בנאמנות אז איך האב דעמאלטס געכאפט דעם תכלית הידיעה שלא נדע. Ignorance is bliss בלע"ז.
שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז כולנו בני איש אחד אנחנו, אלע ווישניצער רביס, אלע רביס, אלע חסידים, אלע אידען, אלע מענטשען שטאמען פון איין אדם. און אלע באשעפענישען שטאמען פון איין באשעפעניש.
נאכאמאל, נישט אז איך ווייס קלאר אז עס איז נישט געווען קיין עקסטרע נבראים. נאר לויט ווי אונז זעהן יעצט בימינו ווי אזוי ס'ארבייט איז ברור כשמש אז אויב וואלט נישט חלילה געווען קיין השגחה פרטית וואלט עס אויך געקענט געשעהן!
אויף נאפאליאן פארציילט מען אז ווען מען האט עם געוויזען די הילוך החמה והכוכבים לויט די נייע פארשטאנד וואס די חכמי אוה"ע האבען זיך נאר געכאפט בימיו, האט ער געפרעגט "און ווי איז די מסבב כל הסיבות"?
האט זיך די פארשער אנגערופען "עס ארבייט אויך אן קיין מסבב"!
וואס הייסט? יא, קען זיין אז ס'דא איינער וואס קאנטאלירט די הילוך החמה די לבנה און די שטערענעס. אבער אפילו אן אזא קאנטאלירער ארבייט עס אויך.
נו, פאר די שרייסט אז ס'כפירה חלילה וחס וויל איך דיר עקלערען. ווען איך האב צום ערשט געטראכט ביים דריי יאר אלט: ווער זינגט דארטען אין די טעיפ-ריקארדער? איך האב מיר פארגעשטעלט א קליינער פיצי ירמי' דמן וואס מיינע עלטערען האבען זיך געשאפט אין די ספרים געשעפט. ווען איך האב געפרעגט מיינע עלטערען האבען זיי מיר מסביר געווען כפי השגותי אז עס קען אויך ארבייטען אן אריינלייגען א קליינע קאפעליע אין די מאשינקעלע. ס'מאכט נאך נישט ירמי' דמן פאר א קלענערע בעל מחבר!
די זעלביגע איז דא אויך. קיינער קען נישט זאגען אז די מסבב כל הסיבות האט נישט אנגעדרייט אט די סיסטעם וואס אונז רופען די הילוך הכוכבים - gravity בלע"ז. קיינער קען אבער נישט זאגען פאר די פארשערס אז גאט טוט עס ווען זיי זעהען אז עס ארבייט פונקט אזוי גוט אן קיין גאט.
יעצט לאמיר אריין גיין נאך אביסעלע טיפער און איך גיי דיר עקלערען אז די גרעסטע מסיתים ומדיחים זענען די וואס האבען אונז איינגערעדט אז עס איז דא א פיצי ירמי' דמן אין די קאסעט שפילער! די וואס שרייען בראש כל חוצות אז ווען מיינע עלטערען האבען מיר געזאגט אז ס'דא א קליינע קאפעליע אינערווייניג האבען זיי געמיינט מלאכים ממש זענען די שורש פורה ראש ולענה!
דיינע קינדער גייען אמאל אויפברעכען די קאסעטעל. אויב נישט דיין בנים דאן דיין בני בנים. זיי גייען איינזעהן אז עס ארבייט אן קיין מלאכים ממש. ומה יעשה הבן ולא יחטא?
אונזער קינדער גייען אויפהייבען מרום עיניהם, זיי וועלען גלייך זעהן אז מי לא ברא כל אלה. ומה יעשה הבן ולא יחטא?
ירמי' דמן, ולהבדיל גאט אליינס דארפען נישט אז מיר זאלען גלייבען אין זיי כדי צו מהנה זיין נפש כל חי. די טעיפ זינגט ווייטער אין די דנ"א פאטשקעט ווייטער.
די רב האט אמאל נאכגעזאגט "קושטא קאי שיקרא לא קאי. ריבונו של עולם, די שקר באווייזט לכל דורש. עס ליגט אין יעדער קרן זוית די אמת וואס צדיקים ילכו בם ופושעים יכשלו בם. ומה נענה ליום הדין?
ווען דיינע קינדער גייען דיר פארהאלטען מיט די הבנה ברורה וואס גייסטו זיי פארציילען, אז ער האט תאוות? ר' אלחנן'ס בייעס? אז חכמה בגויים אל תאמין? מיינסט טאקע אז דיין זוהן גייט נישט אויפען פלאץ כאפען אז ר' אלחנן איז אויך בייעסט?
------
*אז מ'רעדט שוין לאמיר אריינגיין אין די עלטער פון די וועלט - ביי מיר איז דאס געווען די סיבה פארוואס איך האב משנה געווען מדרכי אבותי ורבותי.
פאר באלד צוואנציג יאר צוריק בין איך געגאנגען באזוכען די ניאגארע טייך ביי די אמעריקאנער/קאנאדישען גרעניץ - דארט ווי די באקאנטע וואסערפאל שטורעמט אן אויפהער. ווייזט מיר א גוי אז די וואסער לויפט מיט אזא כוח אז עס קריצט אריין אין די ערד בערך א פוס א יאר! דאס מיינט אז יעדער יאר הייבט זיך אן די וואסערפאל מיט א פיס נענטער צו ניו יארק און א פיס ווייטער פון טאראנטא. נאך מער, זאגט ער מיר, ווינטער איז די קראפט פון די וואסער שוואכער ווי זומער, ממילא ווערט א יעדער יאר א קריץ ביי די זייטען ווי א האלבע לבנה. די שטערקסטע קריץ בתקופת תמוז און די קלענסטע קריצען ווען די וואסער איז קאלט אדער געפרוירען.
נו, טראכט איך ביי מיר, וויפיל אזעלכע פיסיגע קריצען זענען דא? זאגט ער מיר אז ער האט שוין געציילט 12,900.
אפאר חודשים פארדעם רעד איך מיט נאך עפעס אן אויפגעקלערטען (עבר ושנה… די רבי האט אונז דאך געווארנט נישט צו רעדען מיט זיי) און ער פארציילט אז א יאר פריער איז ער געווען אין סיביר אויף אן עקספעדישען. צופעליג האבען זיי געטראפען א ליידיגע בעקעלע וואס די עקפעדישען פון 12 יאר פריער האט איבערגעלאזט אויפען שניי.
דער בעקעלע איז געווען האלב פיל מיט א דיקען שיכט פון אייז. דער בחור איז ווייט פון פויל, ר'האט אויסגעקלאפט די אייז און עס געשניטען אויף האלב האט ער באמערקט אז עס האט 12 באזונדערע שיכטען. ער, צוזאמען מיט אנדערע פארשער האבען איינגעזען אן אינטרעסאנטע זאך: ווינטער פאלט אביסעל רעגען יעדער יאר וואס ווערט גלייך געפרוירען. די חודש צוויי פון זומער שמעלצט א קליין שיכט פון די נייע שניי און א חודש דערנאך פרירט עס צוריק, ובא לציון גואל. אבער עס בלייבט א זכרון לדורות. מ'קען איבערדרייען דעם בעקעלע און זעהן וויפיל יאר צוריק מ'האט דאס אראפגעלייגט.
"עפעס אלטע בעקעלעך האסטו אויך געטראפען"? פרעג איך עם. "ניין", זאגט ער. "איך האב אראפגעגראבען הונדרעטער פיס און קיין איין בעקעלע נישט געטראפען".
ערררר, ר' שייגעץ, וויפיל שיכטען האסטו געטראפען אין דעם געגראבענע אייז? 800,000 זאגט ער מיר. פארשטייט זיך אז איך האב אויסגעפלאצט אין א געלעכטער. די וועלט איז דאך נישט אזוי אלט.
אבער אויפען לאנגע וועג אהיים פון ניאגרע, ווען איך האב געהאט צייט צו טראכטען האב איך מיר דערמאנט א מעשה שהיה:
מעשה שהיה אז א בוים איז אראפגעפאלען אין חצר פון תלמוד תורה. דער בוים, האבען אונז אלע געוויסט, האט איינגעפלאנצט די ערשטע מנהל פון חדר גראד נאכען מלחמה, ווען די געראטעוועטע האבען זיך צוזאמען גענומען און צוריק אויפגעבליהט די מוסדות. אפאר וואכען דערנאך קומט די נייע מנהל און ווייזט אונז די שיינע שטענדער וואס מען האט געמאכט פון די בוים. "א חפץ דקדושה" האט ער עס גערופען.
די שטענדער איז געווען קונצליך איבער קונצליך. די האלץ איז געווען מקשה אחד, ממש ווי עס פאסט פאר א בית מקדש מעט. איך פלעג אלעמאל ליב האבען צו שטיין דארט ווען מען האט נישט געדאווענט און אויפהייבען די פרוכת'ל און שפילען מיט מיין פינגער אויף די האלץ, איך האב ליב געהאט די טונקעלע רינגען וואס ביימער האבען. די נאטורליכען אויסקוק פון רינגלעך, איינער גראבער איינער דינער פון אנדערען.
אין דא האט נאך עפעס א מעשה שטן אריינגעברענגט א גוי. דער גוי האט מיר מסביר געווען אז די רינגלעך קומען צו א יעדער יאר. מ'קען פעסטשטעלען די עלטער פון די בוים לויט וויפיל רינגלעך ס'האט.
"קענט בי" זאג איך דעם גוי. ס'קען נישט זיין. איך ווייס ווען דאס איז איינגעפלאנצט געווארען. זיכער נאך די קריג. ניטאמאל 50 יאר איז דאס געשטאנען. "לאמיר קוקען און ציילען די רינגעלעך צוזאמען וועל איך דיר קענען אויפווייזען אז 280 רינגלעך נעמט נאר 50 יאר"
דעם גוי געבט נאר א קוק אויף מיין בא'חנ'טע אידישע פנים מיט לאנגע פאות און כאפט מיט וואס דא האנדעלט זיך. ער האט זיך נאר צושמייכעלט.
זיצענדיג אויפען באס אויפען וועג צוריק פון ניאגארע האב איך מיר דערמאנט פון די מעשה און כ'האב אויסגעפלאצט און א געוויין. און איך וויין נאך עד היום הזה.
שבתי וראיתי אז יעדער פלאץ ווי עס מאכט זיך נאך א וועג, נאך א טעכנעלאגיע, נאך א מאשינקע וואס קען אונז פארענטפערען ווער איז גערעכט באווייזט עס נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אז די בריאה איז מיליאנען יאר אלט! טאקע תירוצים איז דא לרחצה, אבער וואס זאג איך פאר מיין קינד וואס האלט מיך פאר אז די תירוצים זענען זייער גוט אבער די בוים האט מער ווי 50 רינגלעך? מיין רבי טענה'ט אז די מבול האט עס גענדערט. זיין רבי זאגט אז מ'טאר דאס נישט טראכטען. וואס זאג איך עם, אז די האסט תאוות?
ומה יעשה הבן ולא יחטא?
זאלסטו וויסען אז די געדאנק איז שוין נישט בגדר הלכה ואין מורין כן, ס'שוין לאנג נישט קיין נקרא ולא מתרגם אדער א די למבין, דער אינפארמאציע איז א דבר השוה לכל נפש. א יעדער ראצער מיט א סמארטפאון זעט דאס ביום הראשון. דאס ליגט אויף די פראנט-פעידש פון די אינטערנעט. און וואס טוט מען? מ'אסרט די סמארטפאון.
מורי ורבותי, די וועלכע שטאפען די קינדער מיט הוילע שקרים און ווילדע דמיונות דעבידי להתגלי זיי זענען די מהרסי ומחריבי הדת!
די ערגסטע פון די ערגסטע איז אז נאכדעם ווי מיין אמונה איז זיך צוגאנגען, ווען איך האב נאכאמאל אריינגעקוקט אין חומש האב איך קיינמאל נישט געטראפען קיין איין זאך וואס איז זיך סותר מיט'ן תורה. דארט שטייט קיין ערגעץ נישט פון קיין תשע"ז. אדער פונקטליך ווי אזוי די מסבב כל הסיבות האט אהערגעשטעלט די ברואים. פארקערט, גלייך ביים ליינען די ערשטע פרשה פון די תורה ויהי ערב ויהי בוקר נאך פאר ס'געווען א זון מיט א לבנה זעט מען קלאר אז די בריאה איז נישט ווי מ'האט אונז געזאגט נאר דייקא ווי די פארשער זאגען.
ומה נענה ליום הדין? גלייב מיר בנאמנות אז עס איז נישט דא קיין גרעסערע יום התוכחה ווי דאס טאג וואס דיינע בנים גייען דיר פארהאלטען מה זה ועל מה זה.