ניי-אנטעדעקטע מינים (species) פון חיות
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
ניי-אנטעדעקטע מינים (species) פון חיות
מען האלט אין איין אויפדעקן נייע און פרישע מינים פון חיות, בהמות, פיש און אינסעקטן. (אין די וויסנשאפטליכע וועלט, ווערט א מין עפ"ר גערעכנט לויט מיט וועם די חיות זענען זיך מזווג, ווי אויך לויט אויסערליכע און אינערליכע כאראקטערן. אין די תורה, להבדיל אא"ה, איז די טייטש פון מין ברייטער, ואכמ"ל.) פאלגנד זענען 10 פון די נייע מינים וועלכע זענען אנדעקט געווארן אין די לעצטע יאר צייט.
די ערשטע איז א נייע מין דזשעלי-פיש. דער דזשעלי פיש באלאנגט צו א גרופע דזשעלי-פיש וועלכע ווערן אנגערופן "Bonaire banded box jellyfish" און זענען זייער שיינע פיש, און אויך זייער גיפטיג. די אייגנארטיקייט פון די גרופע דזשעליפיש איז אז זיי פארמעגן דעם חוש הראיה, אנדערש וווי אלע אנדערע מינים דזשעלי-פיש. די נייע מין האט מען אנטדעקט אויף אן אינזעל אין די דאטש קאריביענס און איז געגעבן געווארן געם נאמען "טעמאיא אהבוי - Tamoya ohboy", על שם די אויסשריי פון "!Oh boy" ווען מ'באקומט א שטעך דערפון.
די צווייטע איז א מאלפע וועלכע מ'האט געטראפן אין די וועלדער פון בורמא א נאמען געגעבן Rhinopithecus strykeri. די מאלפע האט א נאז וועלכע איז אויסגעדרייט אויף ארויף, עד כדי כך אז ווען עס רעגנט הערט עס נישט אויף סניזן פון די רעגן וואס רינט אריין אין איר נאז. לויט געוויסע פארשער, זיצט די מאלפע מיט איר קאפ צווישן די פיס ווען ס'רעגנט כדי נישט צו ווערן אנגעפילט מיט די וואסער וועלכע רינט אריין דורך די נאז...
די דריטע אויף די ליסטע איז די ווארעם וועלכע מ'האט געטראפן די טיעפסטע אין די ערד, כמעט א מייל אראפ, טיפער פון סיי וואספארא ווארעם וועלכע מ'האט שוין אנטדעקט. די ווארעם האט מען געטראפן אין א גאלד מינע אין זיד אפריקע און ויקרא שמה בישראל שטן'ס ווארעם (Halicephalobus mephisto אין לאטייניש) על שם די היץ און פרעשור וועלכע די ווארעם דארף אויסהאלטן אזוי טיף אינטער די ערד. די ווארעם איז גאר פיצל, קוים 0.02 אינטשעס, און די בילד איז געכאפט געווארן מיט א מיקראסקאפ.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
די פערטע מין וועלכע מ'האט אנדעקט דאס יאר איז א וואספ wasp, וועלכע מען האט אנדעקט אין מאדריד, שפאניע. עס איז גאר קליין, אביסל קלענער ווי א האלבע אינטש, און לעבט אויף מוריטשקעס.
די פיפטע אויף די ליסטע איז אייגענטליך נישט קיין בעל חי נאר א געוויקס. דאס איז א מאדנע ספאנדזש-שוועמל, וואס מען האט אנטדעקט אין די וועלדער פון מאלאזיע.
די זעקסטע איז דער ריזיגער מיליפhד (פיל-פיסיגער), וועלכער איז באלד אזוי גרויס ווי א וואורשטל, ויקרא שמו "Crurifarcimen vagans" - אין אידיש "וואנדערדיגע פוס וואורשטל". דער מיליפיד האלט די רעקארד פון די לענגסטע מיליפיד היינטצוטאגס. מען האט עס אנדעקט אין די מזרח ארק בערג אין טאנזיע.
די פיפטע אויף די ליסטע איז אייגענטליך נישט קיין בעל חי נאר א געוויקס. דאס איז א מאדנע ספאנדזש-שוועמל, וואס מען האט אנטדעקט אין די וועלדער פון מאלאזיע.
די זעקסטע איז דער ריזיגער מיליפhד (פיל-פיסיגער), וועלכער איז באלד אזוי גרויס ווי א וואורשטל, ויקרא שמו "Crurifarcimen vagans" - אין אידיש "וואנדערדיגע פוס וואורשטל". דער מיליפיד האלט די רעקארד פון די לענגסטע מיליפיד היינטצוטאגס. מען האט עס אנדעקט אין די מזרח ארק בערג אין טאנזיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אברעמעל האט געשריבן:שכוח יידל פארן די ידיעות,
זענען די בעלי חיים טאקע ממש ניי? איז נישט דא א ספק פערצופאל אז דאס קומט פון צוויי בעלי חיים וכדו'?
ווען ס'קומט פון צוויי בעלי חיים הייסט דאס אויך ניי. על פי דרך הטבע איז כמעט נישט מעגליך אז צוויי אנדערע מינים זאלן זיך מזווג זיין. אויב געשעט דאס נאטורליך, איז עס גענוג חשוב אז דער קינד זאל ווערן אנגערופן "ניי".
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
די סקעלעטאן פון א חיה וועלכע זעט אויס ווי א "גייענדע קאקטוס בוים" איז געפונען געווארן אין דרום-מערב כינע:
א בלום פון וועלכע מ'האט נישט געוואוסט ביז היינט איז אנטדעקט געווארן אין די דזשונגעלן פון פאפא ניו גינע. די בלום האט א מערקעוודיגער נאטור - עס וואקסט נאר ביינאכט. עס האט באקומען א פאסיגער נאמען - "נאכט-וואקסנדע ארטשיד":
א בלויע טאראנטולע איז געפינען געווארן אין בראזיל. די טאראנטולע ווערט באצייכנט דורך די וויסנשאפטלער אלס "הערליך". איך זע נישט די הערליכקייט פון דעם בריה, אבער פאר די פארשער וועלכע שטודירן די פיצינקע באשעפענישן א גאנצן טאג, איז די שיינע בלויע קאליר כמים קרים על נפש עייפה:
א ניי-אנדעקטע פאפּי בלום וועלכע וואקסט אין די הימעלייען בערג אין נעפאל.
א בלום פון וועלכע מ'האט נישט געוואוסט ביז היינט איז אנטדעקט געווארן אין די דזשונגעלן פון פאפא ניו גינע. די בלום האט א מערקעוודיגער נאטור - עס וואקסט נאר ביינאכט. עס האט באקומען א פאסיגער נאמען - "נאכט-וואקסנדע ארטשיד":
א בלויע טאראנטולע איז געפינען געווארן אין בראזיל. די טאראנטולע ווערט באצייכנט דורך די וויסנשאפטלער אלס "הערליך". איך זע נישט די הערליכקייט פון דעם בריה, אבער פאר די פארשער וועלכע שטודירן די פיצינקע באשעפענישן א גאנצן טאג, איז די שיינע בלויע קאליר כמים קרים על נפש עייפה:
א ניי-אנדעקטע פאפּי בלום וועלכע וואקסט אין די הימעלייען בערג אין נעפאל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אין פערו, זיד אמעריקע האבן אפאר יונגע סייענטיסטן פון די פאראייניגטע שטאטן זיך אנגעשטויסן אין א מין פויגן וואס איז קיינמאל פריער געזען געווארן. דעם פייגל האט מען א נאמען געגעבן "סירא בארבעט" נאך צוויי פון די סייענטיסטן וואס האבן עס אנדעקט.
פערו איז א פלאץ ווי מען האלט אין איין טרעפן נייע מינים. א האלב יאר צוריק האט מען אנדעקט א קאלארפולע ליזערד וואס איז אויף ביינאכט און שלאפט בייטאג
פערו איז א פלאץ ווי מען האלט אין איין טרעפן נייע מינים. א האלב יאר צוריק האט מען אנדעקט א קאלארפולע ליזערד וואס איז אויף ביינאכט און שלאפט בייטאג
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
די פאלגענדע מעשה איז שוין טאקע א חידוש. א קאליפארניע סטעיט פארשער האט געשטופט צייט אנליין אויפן בילדער-שעירינג סייט "פליקר". ער האט זיך אנגעשטויסן אין א בינטל בילדער פון א מין היישעריק וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געזען. ער האט געאימעילט אפאר פון זיינע חברים אבער קיינער האט נישט געוואוסט וועלכע סארט היישעריק דאס איז. נאכן דורכשמועסן מיט אסאך עקספערטן, זענען זיי געקומען צו די החלטה אז דאס איז טאקע א נייע אנטדעקטע מין היישעריק. די פארשער האבן זיך פארבינדן מיטן פאטאגראפירער און ער האט זיי פארציילט אז ער האט געכאפט די בילדער און א מאלאזיער דזשונגעל. די פארשער זענען אראפגעפארן אהין וואו זיי האבן טאקע אנטדעקט דעם היישעריק. און אז מען האט איר שוין אין די האנט קען מען דאך איר שוין א נאמען געבן. ויקרא שמה בקאליפארניע סעמאכריזע דזשעיד. אט איז א בילד פונעם היישעריק (קליק אויפן בילד כדי צו פארגרעסערן):
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 326
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 2:27 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל
א נייע מין ספיידער אנדעקט אין נארט אמעריקע.(נישט נאר א נייע מין -- species -- נאר גאר א גאנצע נייע פאמיליע -- family -- וואס genus און species באלאנגן צו איר.
http://www.msnbc.msn.com/id/48703399/ns ... e-science/

I post, therefore I am
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קול דודי האט געשריבן:א נייע מין ספיידער אנדעקט אין נארט אמעריקע.(נישט נאר א נייע מין -- species -- נאר גאר א גאנצע נייע פאמיליע -- family -- וואס genus און species באלאנגן צו איר.
http://www.msnbc.msn.com/id/48703399/ns ... e-science/
א בילד פונעם א ספיידער פון די נייעם פאמיליע:
ס'איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען אז דערווייל פארמאגט די פאמיליע נאר איין מין אין זיך, טאקע אט די מין ספיידער וואס זיי האבן געפונען.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
די ערשטע מאהל כ'דא אהער געקומען, הרב יידל א הערליכע ארבעט, די הערליכע שיינע בילדער אין דאס גוט מסביר זיין, אויף דער קוקער זאל האבען א אנונג פון וואס דער מדובר איז.
ייש"כ.
ייש"כ.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יישר כוח דולה ומשקה, א דאנק פון דיר איז נישט קיין קלייניגקייט!
עס איז היינט פארעפנטליכט געווארן אן אקאדעמישער פאפיר איבער א ניי אנטדעקטע מין חיה וואס מ'האט זיך נישט פארגעשטעלט אז עס קען נאך פאסירן היינט צו טאגס. די רעדע איז איבער א מאלפע וועלכע איז געפונען געווארן אין די דזשונגלען פון קאנגא. די מאלפע איז אן אויסערארדנטליכע מאלפע און האט גאר אינטערעסאנטע שטריכן. די מאלפע איז געפונען געווארן דורך א צופאל. דזשאן הארט, וועלכער שטודירט שוין די דזשונגלען פון קאנגא פאר צענדליגע יארן, האט פאר פינף יאר צוריק גענישטערט צווישן בילדער פון א קאנגאער דזשונגעל וועלכע זענען גענומען געווארן דורך לאקאלע איינוואוינער. איינע פון די בילדער זענען געווען פון א 13 יעריגע מיידל מיטן נאמען דזשארדזשעט און א קליינע מאלפע.
הארט האט גלייך באמערקט אז די מאלפע איז א מין וועלכע איז אומבאקאנט צו אים. ער האט אנגעהויבן נאכצופארשן וואס די מאלפע איז און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מיידל'ס פעטער האט געכאפט דעם מאלפע אויף א יאגד און די מיידל האט זיך אנגעשמעקט דעם מאלפע אלס פעט. די לאקאלע איינוואוינער האבן א נאמען געגעבן דעם מאלפע "לעסולע". הארט האט נאכגעפארשט די זאך און נאך פינף יאר שווערע פארש ארבייט האט הארט היינט פובליצירט א דעטאלירטע פאפיר איבער דעם ניי-געפינענעם מאלפע. די אפיציעלע נאמען פונעם מאלפע איז Cercopithecus lomamiensis. דער מאלפע האט א אינטערעסאנטע שטריך אז ביים זכר איז זיין גאנצע אונטען העל בלוי, ווארשיינליך כדי צו ציען די נקיבות צו זיך.
נאך בילדער אינעם CNN ריפארט.