והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

מחשבה, השקפה ועיון
[NAMELESS]

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.

דאס אז ס׳רעגענט איין מאל א ווינטער האט מיט קליימעט, ניין? דאס אז איין שיכט לייגט זיך צו יעדער ווינטער האט מיט דער רעגען, ניין? אלזא, דער שיכט איז א ראשון בראשון מיט קליימעט, ניין? וואן פלוס וואן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין נישט אזוי קלאר אין דער ענין, אבער איך מיין אז דאס עס ווערט נאר איין שיכט א יאר איז פשוט שכל, עס האט צו טון מיטן וועטער סייקל, א שטיק צייט פון קאלטע וועטער איז גורם אזא מין שיכט און ווארעמע וועטער איז גורם אן אנדערע שיכט, דאס קען נאר געשען איינמאל א יאר.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הקטן האט געשריבן:זעסט, דו ביסט יעצט איבערצייגט אז ווען איך האב געזאגט "א יעדער" האב איך געמיינט למשל די גאווענער פין NJ און נישט רוב וואס האבן דא מגיב געווען, און גענימען א אקטיוו טייל אין די שמיעס
פארוואס האסטו אזוי געטראכט?
#בייעס_קאנפערמעשן

"ליבי אומר לי" אנדערע ליינערס האבן יא פארשטאנען וואס איך האב געשריבן
דאס איז מיין קאנפערמעשן בייעס

שבת אחים האט געשריבן:זאג? פון די זעלבע פלאץ/מקור פון דו ווייסט אז יעדער לאכט אויס שטריימל ווייסטו אויך אז עוואלציע איז נישט אמת???
אויב יא איז ״גרויסע צרות״...

פארוואס האב איך גטארכט ווען איך האב דאס גליינט "יואש, שוין ווייטער מיט זיין קינדישקייט? ווען וועט ער שוין אויפוואקסן?"
דאס איז מיין בייעס_קאנפירמעשען

אין אנדערע אשכול שרייבסטו
שבת אחים האט געשריבן:אבער אין יענע קליפ, זעהט מען קלאר, אז גוטליב איז אזוי בייעסט אז ״ער וויל נישט הערן דעם אמת״ דעס וואס ער זאגט ״אז סאיז דא סייענטיפיעש ראיות ״אפפצופרעגן״ דארווין איז א גראבע ליגענט איך ווארט שוין צוהערן די ״סייענטיפישע ראיות״ וואס פרעגט אפ דארווין? ווי זענען זיי???

פארוואס זעסטו אז גאטליב איז בייעס און איך זעה וואו יענער איז בייעסט?
קאנפערמעשן_בייעס

פארוואס האלסטו אז ס'איז נישט דא קיין סייענטיסטען וואס ווענדען אפ דארווין סייענטיפיש? דו קענסט דען דאס נישט אפיר זיכען?
פארוואס האלסטו אז גאטליב זאגט מיט דעם נישט סתם א ליגענט נאר א גראבע ליגענט ?
איך גלייב דו האלסט באמת אזוי
#קאנעפרמעשן_בייעס

שבת אחים האט געשריבן: און 99 פראצענט היינטיגע דאקטורים און קלוגע מענטשען גלייבן אין דעם און נישט אין creationism.... נישט אז סאיז דא עפעס ״ארגעיומענט אף אוטאריטי״ נאר פארוואס מיינסטו זענען אלע דאקטורים דארווינסטן? זיי זענען בייעסט???

פארוואס רעדט דאס צי דיר און נישט צי מיר?
פארוואס ווען איך ליין דאס לאך איך זיך אינטער און טראכט "האבן נישט רוב דאקטוירים און קלוגע מענטשען געהאלטן אז באנקעס איז עפעס ווערט און דו וועלט איז פלאך"?
#בייעס_קאנפערמעשן


פאנגטס אן צי כאפן וואו אזוי ס'ארבעט?


בייעס קאנפארמעישאן!

יעדער איז בייעס חוץ דו? אלע דאקטורים אויף די וועלט??

דו הערסט נישט אויף איבערצוזאגן די ווארט, ווי דו קענסט נאר, סקריבלסטו ״בייעס״ אפילו סקומט נישט אריין. יעדער תירוץ איז די זעלבע. דו ביסט מוראדיג UN-בייעסט!

פלוז???!!


גוטליב איז א גראבע ליגענער! ווי איז די סייענס וואס פרעגט אפ דארווין? געב מיר דריי גרויסע סייענטיסן וואס פרעגן אים אפ? אזא יאהר אויף פרעה? איך האב דיר שוין איינמאל געזאגט פארוואס גוטליב איז א ליגענער, איך גיי נישט גייען אין סירוקלעס מיט דיר ווען דיין איינציגסטע ענטפער איז בייעסי, יעדער וואס גלייבט נישט ווי דו און דיין פאמילע איז גלייך בייעס! בייעס! בייעסט! איי איך האב אמאל געגלייבט מיט מיין גאנצע הארץ אין דעם פאר איבער 34 יאהר?????????


די תירוץ איז בייעס..!

אלעס בייעס!

געט עי לייף! יעדער חוץ אים איז בייעס! ער האט קיין טראפ בייעסי אין זיין בלוט נישט!

הקטן איז אויפגעוואקסן אין א מדבר שממה און ער איז סאום-האו צוגעקומען אז ״תורות משה״ איז אמת אן קיין שמץ פון בייעסי...!

א מענטש וואס איז א בטבע גנב וועט אייביג חושד זיין אנדערע אין גניבות, א מענטש וואס איז א ליגענער וועט אייביג האלטן אז יענער איז א ליגענער... באוויסטע זאך... הקטן טייערער? דו ביסט די איינציגסטע וואס איז בייעסט דא ! ווייסט פון ווי איך ווייס? ווייל איך מיט שטריימל זענען אמאל געוועהן אויף דיין זייט און מיר זענען ביידע געוועהן ׳בייעסט׳, נאר וואס דען איך, שטריימל און דאוקניס זענען בעלי תאוות און זענען מוראדיג בייעסט! דו ווידער האסט גארנישט קיין בייעסי אין זיך! זעראו...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אלץ מוז קומען צום פערזענליכע טענה. דאס האט נישט מיט דער מענטש. דער חשבון פון עוואלושען איז א קאנפערמעישען בייעס. ד.ה. אז נאך דעם וואס עוואלושען איז די פשט, איז אלץ א ראיה דערצו. ווען עוואלושען איז נישט מעגליך, זענען די אלע פענאמענע קיין קשיא נישט. זיי זענען נישט מער שווער אויף אן איין און איינציגסטע באשעפער.

און אגב, שבת אחים, מיר האט מען קלאר איבער געגעבען אז די פערפעל ביי דער אהבת ישראל האט געהאט א טעם פון אלע גויישע חתונות. מ׳האט עס אין מויל נישט געקענט אריין נעמען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קוקטס, סאיז ענדליך געקומען א נארמאלע קלוגע אינגערמאן און געפרעגט א נארמאלע שאלה וואס יעדער נארמאלע מענטש וואלט געפרעגט. שטריימלס תגובה רייסט דאס הארץ, פאר א מענטש וואס כאפט אז די סייענטיסטן זענען שוין גארנישט בייעס, נאר זיי ריפאורטן וואס זיי זעהן. וואס דארף א אמתדיגע בעלזער, פאפענער, וויזניצער, סאטמערער, באבוער וכו׳ וואס ווילן באמת גלייבן, אבער ס׳שטימט נישט מיט די פשוטע מציאות? וואס דארף א מענטש טוהן ווען ס׳גריבלט אים קשיות אויף זיין גאנצע יסוד ומהלך החיים טוהן? וואס זאל ער ענטפערן פאר זיינע קינדער ווען זיי גייען פרעגן אז היינטיגע חכמה בגויים איז א גרויסע סתירה צו חכמה ביהודים???


ער האט געשריבן א הארצרייסענדע תגובה מיט זיינע פערזענליכע עקספירענס. מיטן פולסטן מאס רעספעקט, געשריבן אפילו אז למעשה קען עס (בדוחק) שטימען מיט די תורה, אפילו ער אליינס ווייסט אז נישט...

די ערשטע זאך האט מען אים באפאלן מיט זיינע אייגענע סטאטוס אין רעליגע. נאכדעם שרייבט ער ״אז יעדער לאכט פון שטריימל״ (סתם גע׳רודפט און גע׳בולי׳ט) דערנאך איז געקומען די בייעסט אטאקע פון הקטן. יעדע מאל איינער זאגט ״סייענס״ הערט הקטן ״בייעסט״!

בקיצור צווישן אלע גרויסע חכמים דא האט קיינער נישט געקענט אפירקראצן א נארמאלע סעטלינג ענטפער אויף ״פשוטע א״ב קשיות״...

קיינער קען נישט שרייען ״שייגעץ״ אויף איינעם ווען מגעט אים נישט קיין איין האלבע נארמאלע תירוץ.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קורקלענד האט געשריבן:@שטרימעל. וואס וועסטו ענטפערן פאר דיין זוהן ווען ער פרעגט אייך צו ס'איז דא א גאט? און פון וואו איר ווייסט?



ער פרעגט דאך יעצט אט די קשיא!

וואס זאל ער ענטפערן פאר זיין זוהן? דו פרעגסט אים צוריק די זעלבע קשיא וואס ער פרעגט דיר???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

לאמיר קלאר מאכן די נושא האשכול,

שטריימל האט א זארג כי ישאלך בנך אז וואס עס שטייט אין די תורה שטימט נישט מיט וואס די סייענטיסטן זאגן, האב איך איהם שוין געענטפערט אז מיין אמונה איז נישט געבויעט אויף די וואונדער פון נאטור נאר אויף מתן תורה, נאך מתן תורה ווען איך ווייס שוין פונעם בורא צו זאגן זעה איך איהם וואו אימער,

אי''ה וועל איך איהם צו ווייזן צו שטריימל'ס ווערטער אז די השערה אז אונז זענען אפאר גלגולים צוריק געווען עפעס א סארט ים באשעפעניש איז נישט מער ווי א בויך סברה געשטעלט אויף א החלטה אז דאס איז מער פשוט און לייגט זיך עפעס אויסטערליש בעסער אויפן שכל, ווי צו אז עס איז מתחילה באשאפן געווארן פילע סארטן,

איך וועל איהם צו צייכענען צו שטריימל'ס ווערטער, אז אלעס וואס מען פארקויפט איבער די ביליאנען יארן פון די וועלט, באשטייט ס''ה פון באטראכטונגען א משהו פון א פראצענט פון יענע אלע ביליאנען יארן, און ער זאל מיר זאגן צו ער וואלט איינגעשטעקט זיין ירושה געלט אין אזא סארט אינוועסמענט וואס מאכט החלטות געבויעט אויף הנחות וואס שטייען אויף פארשונגען איבער א משהו פון א פראצענט.

שטריימל, נאך עפעס וואס איך דארף זאגן מיין קינד?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אבער וואס גייסטו אים ענטפערן ווען ער גייט פרעגן: נישט נאר אז פיר טויזנט יאר צוריק איז נישט געוועהן קיין מבול וואס האט אפגעווישט די גאנצע ערד, נאר אז סאיז דא ״היינט״ ביימער וואס שטייען נאך פון פיר טויזנט יאהר פאר נח׳ס צייטן???

באמת, עצה טובה, אויב ווילסט דיינע קינדער זאלן גלייבן? טוה וואס אלע פרומע טוהן. נוץ יעדער סייענטיפישע זאך אויף די וועלט און בשעת די נוצט עס זאג פאר דיינע קינדער ״ווי נעריש״ די סייענטיסן זענען..! נעקסטע מאל האסט א עמערדזשענסי, גיי נישט אין קיין האספיטאל, די אלע דאקטורים דארט זענען ליידער ליידער זייער בייעס...! אזא בייעסי? רח״ל.

אויב דארפסטו וויכטיגע מעדיצענען רוף ענדערש די non-בייעסט אמנון יצחק. און פאר א גיטן איינשפריץ רוף הקטן, פאר א בעינד-עיד רוף קורקעלנד. פאר ״עץ הדעת״ רוף העלבראנץ.

טוה מיר א חובה זיי באזינד... שטותים מיט פערפעל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.

דאס אז ס׳רעגענט איין מאל א ווינטער האט מיט קליימעט, ניין? דאס אז איין שיכט לייגט זיך צו יעדער ווינטער האט מיט דער רעגען, ניין? אלזא, דער שיכט איז א ראשון בראשון מיט קליימעט, ניין? וואן פלוס וואן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין נישט אזוי קלאר אין דער ענין, אבער איך מיין אז דאס עס ווערט נאר איין שיכט א יאר איז פשוט שכל, עס האט צו טון מיטן וועטער סייקל, א שטיק צייט פון קאלטע וועטער איז גורם אזא מין שיכט און ווארעמע וועטער איז גורם אן אנדערע שיכט, דאס קען נאר געשען איינמאל א יאר.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


נישט נאר סייענטיסטן קענען אריינדרילן אין לעירס (שיכטן) פון אייז און קענען צייגן ווי אלט סאיז, נאכמעהר! זיי קענען דיר זאגן יעדע ווינטער ווי קאלט סאיז דעמאלטס געוועהן. דורך מעסטן די אטמאספארע אין די אייז...! פון דארט ווייסט מען אויך אז אונזער פלאנעט איז שוין נישט געוועהן אזוי ווארים ווי היינט אין די לעצטע דריי טויזנט יאהר (אדער מעהר, כדענק נישט פונקטליך די נומבער-אבער אין די טויזנטער).

איי געיס דעס איז שוין צו שטארק Advanced און קאמפליצירט פאר מענטשען וואס לייקנען ״פשוטע מאטאמאטישע״ חשבונות וואס רופט זיך ״סייענס״...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דיין רידינג קאמפרעהענשען איז עפעס שרעקליך. יעדעס מאל מ׳רירט צו דיין גלויבונגען, דיין רבי׳ס, קענסטו נישט ליינען געהעריג אידיש צו ענגליש.

בייעס מיינט נישט נאר נגיעות פון חשן משפט. בייעס מיינט נישט ׳ס׳איז נישט דא קיין תירוצים, נאר קשיא׳ס׳. נישט דאס מיינט עס און נישט פון דעם האנדעלט זיך.

ווען מ׳לייגט אויפ׳ן טיש די צוויי אפציעס, עוואלושען צו א בורא מיט א חשבון, זאגען די אלע ראיות גארנישט. נאר ווייל זיי זיצען נישט אייניג, צוליעב אקעמ׳ס רעיזאר צו וואס, דעריבער איז עס ׳אויפגעוויזען׳ ווי די עוואלטשעניסט׳ן.

און טאקע צוליעב די זאכען זעט מען די שוואכקייט פון דער סייענטיפישע סיסטעם. דער וועלט עגזיסטירט, דאס איז א פאקט. וויאזוי ס׳איז געווארען קען זיין מחקי הטבע און ס׳קען זיי א רצון פשוט פון א באשעפער. סייענס קען זיך נאר ספראווען מיט, ס׳קען נאר מעסטען און פארשטייען די צווייטע נישט די ערשטע. פאר דעם איז זייער ׳בייעס׳ (נישט נגיעות, נאר וועג פון טראכטען) יענער וועג. זיי זוכען ראיות און דארט איז נישט דא קיין ראיות (עי׳ ערך בבל-פיש) לויט זייער סטאנדארדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

געוואלדיג האט עס פיין אראפ געלייגט. דער אמונה געבויט אויף מעמד הר סיני איז גאר אן אנדערע, און סייענטיסטס קענען עס נישט אפפרעגען.

מ׳דארף זיך נאר היטען זיך נישט אויסצומישען. ווען מ׳שטעלט זיך אלץ סייענטיסט אויך, א שטייגער ווי אמנון יצחק צו יוסף מזרחי, דעמאלס איז עס שקר. זאג נישט אז סייענס האלט וטי אונז און מיר קענען עס אויפווייזען עפ"י סייענס. זאג נאר אז מיר האבען געזע׳ען א מעמד הר סיני וואס זאגט אונז אז א בורא האט אלץ געטוהן און ער האט געגעבען א תורה, און דער בורא קען זיין וועלט בעסער ווי די פארשערס. איי, די קשיא׳ס? שויו, נישט יעדער קשיא ווייסט מען די תירוץ

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין רידינג קאמפרעהענשען איז עפעס שרעקליך. יעדעס מאל מ׳רירט צו דיין גלויבונגען, דיין רבי׳ס, קענסטו נישט ליינען געהעריג אידיש צו ענגליש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אקעי לאמיר זאגן דו ביסט גערעכט! איך בין בייעס! פון מיר איז נישט קיין ראי׳! ערלעדיגט!

שטריימל איז אויך בייעס?

יעדער איינציגער דאקטער אין מאנהעטן איז בייעס?

וואס גייסטו ענטפערן פאר די קינדער????

אלע וואס גלייבן סייענס זענען בייעס?

אויב דאס איז דער איינציגסטע תירוץ מיט וואס ענק קענען אויפקומען איז א שאד צושרייבן ווייטער.... ממש א שאד.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:
דאס פרעגען אז עס לייגט זיך נישט אופען דעת, און קיינער וואלט נישט אינוועסטעד קיין רויטע צענט אויף אזלעכע מעשיות משונות, ווערט אדער בכלל נישט גענטפערט (מ'דרייט זיך ארויס, מ'הייבט אן דן צי זיין בכובד ראש, אן וועלען דן זיין, פארשטייט זיך, אין די שואל) און אויב איז זיך שוין איינער יא מרחם און ענטפערט שרייט ער שייגעץ ארויס אדער "דעמאגאג"

מה יעשה הבן ולא יחטא?


וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל?


אז א בוים מיט 500 רינגלעך איז נאר 52 יאר אלט.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שבת, דו ביסט נישט בייעסד, דו ביסט אומוויסענד. בפרט אין די טייטש פון דער טערמין ׳קאנפערמעישען בייעס׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן די נושא האשכול,

שטריימל האט א זארג כי ישאלך בנך אז וואס עס שטייט אין די תורה שטימט נישט מיט וואס די סייענטיסטן זאגן


ניין, לאמיר האפען אז דאס זוהן דערמאנט קיינמאל נישט קיין מאן-דאמר. ר'איז ב"ה גוט מחונך און רעדט נאר לגופו של ענין.

ער אליין האט געציילט די רינגלעך אויפען בוים. ער איז געקראכען אפסטעיט, אליין געפלאנצט ביימער און זעהט ווי אזוי ס'פארמירט זיך רינגלעך. יעצט טענה'ט ער אז גלייבען אז 500 רינגלעך = 50 יאר קען נאר א פתי יאמין לכל דבר. וואס וועסטו עם זאגען? שומר פתאים יתרץ?
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת, דו ביסט נישט בייעסד, דו ביסט אומוויסענד. בפרט אין די טייטש פון דער טערמין ׳קאנפערמעישען בייעס׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין מסכים! איך בין אומוויסענד... א נערישע מארמארישע פויער... אבער די בוים איז נאכאלץ אכט טויזנט יאהר אלט לויט! מיין אומוויסנשאפט מאכט נישט יונגער דעם בוים...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קיין בעסערע פשט אין די אכט טויזענט ליניעס האסטו נישט. דאס מיינט נישט אס ס׳עגזיסטירט נישט. נאר אז דו ווייסט עס נישט.

דער בייעס איז נישט די תאווה צו לעבען א לייכטער לעבען. דער בייעס איז נישט צו זיין פריי. דער בייעס איז דער פון איינער וואס האט נאר א האק, זעט אלץ טשוואקעס.
ווען די תשובה צו מאין באתי איז א זאך וואס סייענס קען נישט מעסטען צו אפשאצען, וועלען זיי דארט נישט קוקען. זיי נוצען זייער כלים פון סייענס און אלץ וואס שטימט מיט סייענס איז זייער תחום. ווען א בורא האט באשאפען די וועלט לויט זיין פארבארגענע חשבונות, קומט סייענס נישט אריין. פונקט ווי א פיזיסיט האט נישט וואס צו זאגען וועגען פסייקאלאדזשי. און ווען זייער חשבונות האבען צוגעפיהרט צו עוואלושען וכדו׳, איז יעדער זאך א ראיה דערצו, אלץ קאנפערמעישען בייעס.

אגב, איך הער די זופ איז געווען נאך ערגער ווי די פערפעל. ממש א גרויל, מ׳האט עס אויסגעשפיגען אין ארבעל אריין. אחוץ די דערהויבענע חסידים וואס האבען גענומען צוויי מאל שיריים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט גילוי שפעקולאציעס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין רידינג קאמפרעהענשען איז עפעס שרעקליך. יעדעס מאל מ׳רירט צו דיין גלויבונגען, דיין רבי׳ס, קענסטו נישט ליינען געהעריג אידיש צו ענגליש.

בייעס מיינט נישט נאר נגיעות פון חשן משפט. בייעס מיינט נישט ׳ס׳איז נישט דא קיין תירוצים, נאר קשיא׳ס׳. נישט דאס מיינט עס און נישט פון דעם האנדעלט זיך.

ווען מ׳לייגט אויפ׳ן טיש די צוויי אפציעס, עוואלושען צו א בורא מיט א חשבון, זאגען די אלע ראיות גארנישט. נאר ווייל זיי זיצען נישט אייניג, צוליעב אקעמ׳ס רעיזאר צו וואס, דעריבער איז עס ׳אויפגעוויזען׳ ווי די עוואלטשעניסט׳ן.

און טאקע צוליעב די זאכען זעט מען די שוואכקייט פון דער סייענטיפישע סיסטעם. דער וועלט עגזיסטירט, דאס איז א פאקט. וויאזוי ס׳איז געווארען קען זיין מחקי הטבע און ס׳קען זיי א רצון פשוט פון א באשעפער. סייענס קען זיך נאר ספראווען מיט, ס׳קען נאר מעסטען און פארשטייען די צווייטע נישט די ערשטע. פאר דעם איז זייער ׳בייעס׳ (נישט נגיעות, נאר וועג פון טראכטען) יענער וועג. זיי זוכען ראיות און דארט איז נישט דא קיין ראיות (עי׳ ערך בבל-פיש) לויט זייער סטאנדארדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



פון דיין שרייבן דא זעהט מען ווי שטארק דו ביסט באהאוונעט אין עוועלאציע! איך בין דער בייעס נער? סייענס איז שטותים. הרב
שך האט געוויסט בעסער?


מזאגט אז דער חזון איש האט יא געכאפט עוואלציע, לכה״פ נישט אינגאנצען געלייקענט. אמת???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און אגב, שבת אחים, מיר האט מען קלאר איבער געגעבען אז די פערפעל ביי דער אהבת ישראל האט געהאט א טעם פון אלע גויישע חתונות. מ׳האט עס אין מויל נישט געקענט אריין נעמען.

יא יא שבת אפילו די ליטוואק האט שוין געהערט אז און ווישניץ עסען זיי אזעלעכע ליובאוויטשער עסען!
:twisted: :twisted:
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט דו מעגסט זיך נעמען רעדען אומסייענטיפיש, מיט חשבונות פון אינוועסטירונגען, און קיינער מעג דיר עס נישט זאגען אין פנים אז דו רעדסט נישט צו דער זאך.

דאס אז ס׳רעגענט איין מאל א ווינטער האט מיט קליימעט, ניין? דאס אז איין שיכט לייגט זיך צו יעדער ווינטער האט מיט דער רעגען, ניין? אלזא, דער שיכט איז א ראשון בראשון מיט קליימעט, ניין? וואן פלוס וואן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך בין נישט אזוי קלאר אין דער ענין, אבער איך מיין אז דאס עס ווערט נאר איין שיכט א יאר איז פשוט שכל, עס האט צו טון מיטן וועטער סייקל, א שטיק צייט פון קאלטע וועטער איז גורם אזא מין שיכט און ווארעמע וועטער איז גורם אן אנדערע שיכט, דאס קען נאר געשען איינמאל א יאר.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


די האסט מער קלארקייט ווי די גאנצע "נאן-בייעסט" חד גדיא דא.

דאס אז די שיכטען געשעט נאר יערליך קען א יעדער איינער נאכמאכען. ווער ס'האט דא אריינגעמישט קליימעט סייענס דארף נאך אסאך אלף בית לערענען.
חכמה בגויים אל תאמין
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

געוואלדיג האט געשריבן:אלעס וואס מען פארקויפט איבער די ביליאנען יארן פון די וועלט, באשטייט ס''ה פון באטראכטונגען א משהו פון א פראצענט פון יענע אלע ביליאנען יארן, און ער זאל מיר זאגן צו ער וואלט איינגעשטעקט זיין ירושה געלט אין אזא סארט אינוועסמענט וואס מאכט החלטות געבויעט אויף הנחות וואס שטייען אויף פארשונגען איבער א משהו פון א פראצענט.


ברור כשמש. אן אינוועסטמענט אין א פראפערטי נעמט און באטראכט נאר אפאר צענדליג יאר צום מערסטענס!!!

וועלכע אידיאט קענסטו וואס וואלט אינוועסטעד אין א פארקאקטער געגענט ווייל אפשר נשתנו הטבעיים און מארגען גייט וועסטשעסטער זיין טייערע ווי ברוקלין? איך האב א דיעל פאר עם. נישט איינס, וויפיל ער קען.
חכמה בגויים אל תאמין
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שטריימל, פארוואס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ווען דער בורא כל עולמים האט באשאפן די ביימער האבן זיי גלייך געהאט מער פון איין רינגל?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון וועסטשעסטער, א אינוועסמענט פאר צענדליגע יארן, איז געבויעט אויף פארשונגען פון צענדליגע יארן, דו וואלטסט געמאכט א אינוועסמענט געבויעט אז אין ביליאנען יארן ארום גייט זיין כך וכך? אזוי אויך אויף צוריק צו וועגס, נאטור טוישט זיך אזוי שטארק און קאטאסטראפעס טוישן אזויפיל, אז צו שטעלן פון אבזערוואציעס פון איינצעלנע הונדערטער יארן א פונקטליכע מהלך פאר ביליאנען יארן איז אבסורד,
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
shtriemel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

שליחה דורך shtriemel »

איך בין אביסעל שטאט, אבער כ'מיין אז איך האב עס ארויס.

לאמיר איבער'חזר'ן דאס שאלת בן החכם/רשע: והיה כי ישאלך בנך מחר ווי אזוי האלסטו אז איך דארף גלייבען אז 500 בוים רינגלעך מיינט אז ס'פופציג יאר אלט. ווי אזוי האסטו מיך אנגערעדט אז 800,000 אייז שיכטלעך וואס פארמירען זיך דארך ווינטער און זימער סייקעלס זענען עכט 5777 יאר נאר ביז די רבי ר'אלימלך האט עס מבטל געווען צוזאמען מיט די שדים האט א יעדער יאר געהאט אין זיך 160 ווינטערס און זימערס?

די תירוץ איז פילפאכיג. כרוכלא אחשוב ואיזול און איך וועל נעמען די בעסטע ענטפער, אדער אלע ענטפערס און פראבירען צו עקלערען פאר דאס בן החכם:

@ריכטיג:
1. איך וויל נישט פרעגען לגופו של ניק. ועאפ"כ גיי איך פרעגען לגופו של ניק. ווייל עס פעלט אויס. ווייל ער איז סתם א טיזער.

2. נאכען דן זיין לגופו של ניק גייען מיר דן זיין לגופו של קינד. און די תירוץ גייט זיין עבדים היינו מיט א גאנצע הגדה. אלעס חוץ פון א תירוץ אויף דיין קשיה.

@יב הלוי:
איך וויל נישט ענטפערען דיין קשיה, אבער סתם פאר נייגעריגקייט האסט שוין תשובה געטון?

@הקטן:
1.דער גוי האט א גרעסערע פראבלעם.

2. די דרייסט ארום, ביסט נישט שווה בדעה intellectually honest בלע"ז.

3. קום, לאמיר דיר אויך אריינמישען קליימעט טויש. בלא בלא בלא. #קאנפירמעשען בייעס (כמעט מילה במילה, איך קען נישט זאגען אז איך האב פארשטאנען וואס די זאגסט).

4. קינד מיינע, די עולם לאכט פון דיר בכוח. די באמערקסט עס נישט.

ליטוואק:
1. דיין צושטאנד איז נייטיג ווייל די נוצט משלים פון דיין צושטאנד.

2. אפשר אין 50 יאר קומט צו נאר 50 רינגלעך אבער פאר די קריג, ווען ר' אלחנן האט נאך געלעבט, אפשר דאן האבען ביימער פארמירט רינגלעך צוויי מאל א וואך?

3. ביסט א דעמאגאג!

4. דאס אייז שיכטען האבען נישט מיט ווינטער/זומער סייקעלס נאר מיט קליימעט, ווייל קליימעט מיינט אויך רעגען, און ס'קען רעגענען 160 מאל א יאר, און קליימעט פארשער ווייסען נישט וואס טוט זיך מיט זיך, און קורבנות זענען הייליג, פארדעם פאנגט מען אן פון פרשת ויקרא. (דא דארף איך מודה זיין אז איך האב דאס ליטוואק אפשר נישט פארשטאנען, ווייל באמת, די ווערטער קלעבען אפילו נישט).

5. נישט א יעדער קשיה האט א תירוץ.

6.מיין טייער קינד, קיין בעסערע פשט אין די 500 רינגלעך האסטו נישט. ס'דא א תירוץ ערגעץ ווי, נאר די ווייסט עס נישט (לא זכיתי להבין).

איך אויך:
1. איך האב דיר שוין לאנג געשמעקט.

2. דו האסט נישט קיין קשיות, נאר תירוצים.

געוואלדיג:
אמת. די תורה רעדט נישט פון די דברים בטלים. ס'נישט קיין סתירה. די באבע מעשיות פון יוסף מזרחי זאלסטו לאזען פאר די עניי הדעת. (ונראין דבריך מדבריהם)

קורקלאנד:
סייענטיסטען האבען זיך טועה געווען בדבר משנה מער ווי איינמאל. פינף ביליאן האט זיך אפדעיטעד. (דערפאר קען זיין אז די בוים איז נאר 50 יאר אלט? לא זכיתי להבין)

------

רבי אמי כי מטי להאי קרא בכי (איכה ג, כט) יתן בעפר פיהו אולי יש תקוה אמר כולי האי, ואולי? רבי אמי כי מטי להאי קרא בכי (צפניה ב, ג) בקשו צדק בקשו ענוה אולי תסתרו ביום אף ה' אמר כולי האי, ואולי? רבי אסי כי מטי להאי קרא בכי (עמוס ה, טו) שנאו רע ואהבו טוב והציגו בשער משפט אולי יחנן ה' [אלהי] צבאות כולי האי, ואולי?.

שטייען הונדרעטער טויזענטער אידען און דרייען זיך זייער וועלטעל אויף א כולי האי ואולי, קומט ענק נישט צו וויינען?

וואס האב איך נאך מוסיף צו זיין. איך הער די בן השואל און קיין פאסיגע תשובה האב איך נישט. חוץ פון געוואלדיג (וואס חאטש ער טענה'ט צום קינד אז די בוים איז אפשר טאקע נאר 50 יאר אלט זאגט ער דאס קינד אז טאמער וועט ער יא האבען ראיות ברורות וועט מען אנגיין אזוי. מיט אזא טאטע קען דאס קינד ווייטער שמוסען). מיט די אנדערע תגובות דא איז דאך שוין גרינגער צו מאכען א ק/פ פון די באקאנטע תירוצים #למעשה אשכול!!!
viewtopic.php?f=3&t=11460
חכמה בגויים אל תאמין
פארשפארט