ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך ענטפער, טאנצסט דו צוריק אויף זייטיגע זאכען. דו ביסט שוין נישט דער ציל. נאר א פרעמדע וואס פאלט דא אריין און קען קלערען אז דו האסט וואס צו טענה׳ן.
אז דו ווילסט, נעם מיין ווערטער וועגען קליימעט, פארשטיי זיי, און ווענד זיי אפ. גארנישט אנדערש.
הנני העני בדעת נרעש ונפחד. איך פארשטיי נישט דיין תירוץ. ס'קען זיין ווייל איך בין אביסעל שטאט סלאו בלע"ז.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין ווי קליימעט קומט דא אריין. איך בין זיכער אז עס איז א חיסרון אין מיר. אבער פליז זיי עס מיר מסביר. א יעדער מאל איך זאג דער סיביר גראבער אז קליימעט אהין און קליימעט אהער פרעגט ער מיר מה עניין קליימעט צו ווינטער און זימער סייקעלס? ווייל ס'אויך בגדר קליימעט? ממילא?
אייז פאקט 1: עס נעמט א גאנצע יאר, א סייקעל פון א גאנצע ווינטער און א גאנצע זומער צו פארמירען א שיכט הנראה לעין.
אייז פאקט 2: עס איז דא 800 טויזענט שיכטען.
שאלה: ווי אזוי איז דאס אלעס געשען אין 4000 זייט נח.
תשובה?
------
בוים פאקט 1: עס נעמט א גאנצע יאר, א סייקעל פון א גאנצע ווינטער און א גאנצע זומער צו פארמירען א שיכט הנראה לעין.
בוים פאקט 2: עס איז דא 500 שיכטען.
שאלה: ווי אזוי איז דאס אלעס געשען אין 50 יאר זייט די צווייטע וועלט מלחמה.
תשובה?
----
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: פארוואס ביסטו זיכער פון די פופציג רינגלען אויף אכט טויזענט? אפשר פאסירט עפעס אינדערמיט?
ניין, איך בין נישט זיכער. ס'קען זיין דעם דוחק. ס'ביי מיר ברור כשמש אז ס'
קען זיין אז ס'נעכטען באשאפען געווארען אויסצוקוקען ווי 500 יאר אויך.
ס'קען אויך זיין אז די רבי האט מיר געבאבקעט באבע מעשיות. אלעס
קען זיין!
ס'קען אויך זיין אז שבת'ס חבר אין אלטען-היים, דער מיט די לאנגע ווייסע בארד און א הויקער פון 72 אייניקלעך אויפען פלייצע איז גאר דריי יאר אלט. אלעס
קען זיין.
בלעים נישט דיין זוהן ווען ער וועט דיר שוין מער גארנישט גלייבען - נישט יעדער וויינט א גאנץ יום כיפור כולי האי ואולי און מוצאי יו"כ שרייט ער שוין והוא רחום. ס'דא וואס כאפען זיך אז מ'פיטערט זיי חלומות מיט לגיונות און נאכדעם שרייט מען "ווי ווייסטו? ביסט געווען און מושב זקינים פאר דריי יאר צוריק"?
"ניין"!
"ממילא קען זיין אז דער אלטער איד איז נאר דריי יאר אלט".
נו נו. ס'קען טאקע זיין.